'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
איז די מעשה אזוי,
זמיר כהן טענה'ט אז אינעם צורת המגן דוד ליגט באהאלטן רמזים, סודות און עצות פאר יעדע מענטש אין יעדע מצב אין לעבן. די לעזונג אויף יעדע זאך און פראבלעם ליגט באהאלטן אינעם מגן דוד.
טענה'ט אבער יאסל מזרחי אז דאס איז שקר וכזב, און נישט נאר וויבאלד מיר געפינען נחשט דערוועגן אין חז"ל, נאר איבער'ן מגן דוד בכלל טרעפט מען אין ערגעץ נישט דערמאנען וועגן דעם מגן דוד.
נאך זאגט זמיר, אז דער מגן דוד איז געווען ארויפגעקריצט אויפון פאנצער פון דוד המלך ווען ער איז געגאנגען מלחמה האלטן אויפן פראנט, און דאס האט אים באשיצט פון אלעם בייזן.
טענה'ט אבעק יאסל ווייטער דאס זעלביגע: מען טרעפט נישט קיין זכר, מקור און מראי מקום דערצו נישט אין חז"ל און נישט שפעטער אין רמב"ם.
https://blog.hasifot.com/2019/09/29-09-2019.html

איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
די בני יששכר (מאמרי חדשי כסליו-טבת, מאמר ב אות מ) זאגט אז אויפ׳ן פאנצער פון דוד המלך ע״ה איז געווען די צורה פון א מנורה.
*
אגב, פאר אינטרעסאנטקייט, מ׳קען אפשר זאגן אז די מגן דוד ווייזט אויף אינפיניטי. דהיינו, אין פרעקטעלס איז א קאטש סנויפלעיק א טרייענגעל וואס נאכדעם יעדע (גראדע) זייט צוטייל איך אין דריי און איך לייג צו נאך א חלק א דריטל, און איך בייג ארויף די מיטעלסטע צוויי חלקים. איך טוה דאס נאכדעם איבער און איבער (זעה בילד אין לינק). עס וועט אויסקומען אז די שעיפ, א סנויפלעיק, וועט האבן א פיניט עריע אבער אן אינפיניט פערימעטער.
די ערשטע מאל וואס מ׳טוהט די פראצעדור צו א טרייענגעל ווערט דאס א מגן דוד.

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
איך האב א צווייטע פראגע, איז "כל נדרי" א אידישע זאך?
ס'איז ממש שטוינענד צו זעהן ווי ווייט מענטשן קענען גיין צו בארעכטיגן א פאליטישע שיטה, פלוצלונג דערמאנען זיי זיך אז ס'דא אידישע מנהגים וועלכע קומען פון מקורות חיצוניים, אויפאמאל ווייסן זיי צו זאגן אז די ספר רזיאל המלאך איז א שפעטערדיגע ארבעט, אזש מ'קען באלד מיינען אז דא רעדט מען פון אפאר פרייע כופרים וואס ווייסן אויך צוזאגן אז ר"ה איז א גילגול פון די akitu festival, ס'זעהט שוין באלד אויס ווי די נעקסטע תגובה וועט זיין אז די שירת הים איז פלאגירט פון עפעס א כנעניש'ע איך ווייס וואס און שפן הסופר האט געשריבן די ספר דברים.
נאך אלע מעשיות איז די מגן דוד א אידישע סימבאל שוין פאר די לעצטע טויזענט יאר, ס'נישט ווייניגער אידיש ווי א קאפל, מאה קולות ראש השנה, צוויי טעג ראש השנה אין א"י, טונקען עפל אין האניג, יוצרות און פיוטים, ואטו כי רוכלא. אז די ווילסט דעפינירן אלס "אידיש" נאר הלכות למשה מסיני ווייס איך אפילו נישט צו דעם הר סיני וועט נאך איבערבלייבן.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 78
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:59 am
- האט שוין געלייקט: 125 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
Re: 'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?
וואס מען דארף קלאר מאכן וועגן דעם "מגן דוד", אמת ס'איז אמאל געווען א פארהייליגטע סימבאל אין כלל ישראל בכל הדורות, אבער צדיקים האבן אויף דעם געזאגט, אז איינמאל די ציונים און פורקי עול האבן דאס אויסגעקליבן פאר זייער סמל הטמאה, איז שוין נישטא אין דעם קיין קדושה, ווייל די סט"א האט דאס פארכאפט. דאס האט נישט מיט סאטמאר צוטון, דאס איז אן אנגענומענע זאך ביי די היימישע ערליכע קרייזן.
מען פארציילט אויפן ערשטן באבובער רב זצוק"ל, אז בשעת דער תנועה הציונות האט זיך געגרינדעט, און זיי האבן אוועקגעשטעלט דעם מגן דוד אלץ זייער פאן טרעגער, האט הרה"ק מבאבוב געהייסן גיין אין ביהמ"ד און אראפרייסן דעם מגן דוד פון ארון קודש! זאגנדיג אז אויב די רשעים האבן דאס גענומען פאר זייער ע"ז האט עס מיט אונז נישט קיין שייכות! אפילו ביז יעצט איז עס געווען אין אלע שולן פארהייליגט, איז עס פארכאפט געווארן צום צד הטומאה, ונשתנו העיתים.
מען זעהט דעם מושג ביי אנדערע ענינים אויך, למשל ס'איז געווען א ניגון וואס הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע הי"ד האט געהאט מחבר געווען, און יעדער פארשטייט אז די ניגונים זענען נתחבר געווארן בקדושה וטהרה, אבער ווען מען האט אים געזאגט אז דער פוילישער ארמיי האט גענומען די תנועה פאר זייער אנטע"ם, האט דער קדו"צ תיכף ומיד געהייסן אז מען זאל מער נישט זינגען דעם ניגון, ווייל אויב די טומאה האט עפעס א שייכות מיט דעם, איז דאס מער נישט ביי אונז. זעהט מען אז אפילו א זאך וואס איז געווען הייליג, קען מיט דער צייט ווערן פארמיאו'סט אויב די כוחות הטומאה האבן דאס גענומען צו זיך.
Sent from my SM-G930P using Tapatalk
מען פארציילט אויפן ערשטן באבובער רב זצוק"ל, אז בשעת דער תנועה הציונות האט זיך געגרינדעט, און זיי האבן אוועקגעשטעלט דעם מגן דוד אלץ זייער פאן טרעגער, האט הרה"ק מבאבוב געהייסן גיין אין ביהמ"ד און אראפרייסן דעם מגן דוד פון ארון קודש! זאגנדיג אז אויב די רשעים האבן דאס גענומען פאר זייער ע"ז האט עס מיט אונז נישט קיין שייכות! אפילו ביז יעצט איז עס געווען אין אלע שולן פארהייליגט, איז עס פארכאפט געווארן צום צד הטומאה, ונשתנו העיתים.
מען זעהט דעם מושג ביי אנדערע ענינים אויך, למשל ס'איז געווען א ניגון וואס הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע הי"ד האט געהאט מחבר געווען, און יעדער פארשטייט אז די ניגונים זענען נתחבר געווארן בקדושה וטהרה, אבער ווען מען האט אים געזאגט אז דער פוילישער ארמיי האט גענומען די תנועה פאר זייער אנטע"ם, האט דער קדו"צ תיכף ומיד געהייסן אז מען זאל מער נישט זינגען דעם ניגון, ווייל אויב די טומאה האט עפעס א שייכות מיט דעם, איז דאס מער נישט ביי אונז. זעהט מען אז אפילו א זאך וואס איז געווען הייליג, קען מיט דער צייט ווערן פארמיאו'סט אויב די כוחות הטומאה האבן דאס גענומען צו זיך.
Sent from my SM-G930P using Tapatalk
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
הנוי והנצח האט געשריבן:וואס מען דארף קלאר מאכן וועגן דעם "מגן דוד", אמת ס'איז אמאל געווען א פארהייליגטע סימבאל אין כלל ישראל בכל הדורות, אבער צדיקים האבן אויף דעם געזאגט, אז איינמאל די ציונים און פורקי עול האבן דאס אויסגעקליבן פאר זייער סמל הטמאה, איז שוין נישטא אין דעם קיין קדושה, ווייל די סט"א האט דאס פארכאפט.
און אנדערע צדיקים האבן געזאגט פארקערט, די שאלה איז נאר למאי נ"מ אז די סט"א האט עס פארכאפט, אויב איך דארף כאפן א מנחה און די איינציגסטע צוויי שולן וואו איך קען נאך אנקומען זענען א באבוב-45 שטיבל און א שול וואס האט א מגן דוד אויפ'ן ארון קודש, צו וועלכע זאל איך גיין? אדער זאל איך ענדערש דאווענען ביחידות...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 78
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:59 am
- האט שוין געלייקט: 125 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
איך זעה דו פרובירסט צו פארדרייען דעם שמועס, כיטערע יונגל. דו פארשטייסט אליינס אז ס'איז נישט קיין עבירה צו דאווענען אין א ביהמ"ד מיט א מגן דוד, אפילו דער סמל באלאנגט צום צד הטומאה. קיין איין גדול האט נישט גע'אסר'ט צו דאווענען אין אזא שול, ווי אויך נישט אין באבוב 45. די תשובה איז, קענסט דאווענען ביי ביידע רואוגערהייט.
אגב, אלץ מכלומפרש'טע סאטמארער חסיד פון רביה"ק זי"ע וואלסטו געדארפט זיך אננעמען פאר אים. וואס הייסט צדיקים האבן געזאגט אנדערש, די רבי זי"ע איז דאך געווען רשכבה"ג, וואס גייט מיר אהן אנדערע גדולים?
אגב, אלץ מכלומפרש'טע סאטמארער חסיד פון רביה"ק זי"ע וואלסטו געדארפט זיך אננעמען פאר אים. וואס הייסט צדיקים האבן געזאגט אנדערש, די רבי זי"ע איז דאך געווען רשכבה"ג, וואס גייט מיר אהן אנדערע גדולים?
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
הנוי והנצח האט געשריבן:אגב, אלץ מכלומפרש'טע סאטמארער חסיד פון רביה"ק זי"ע וואלסטו געדארפט זיך אננעמען פאר אים. וואס הייסט צדיקים האבן געזאגט אנדערש, די רבי זי"ע איז דאך געווען רשכבה"ג, וואס גייט מיר אהן אנדערע גדולים?
וואס הייסט זיך אננעמען? איך זאל ברענגען א ראיה פון גמרא אדער רמב"ם אז מגן דוד איז פוי? ביזדערווייל האב איך נאכנישט געטראפן, אדרבה אפשר קענסטו מיר צוצייכענען אפאר מראי מקומות.
דיך דארף נישט אנגיין וואס אנדערע גדולים האבן געהאלטן, אבער דו קענסט נישט שרייבן אז ס'איז טמא און איגנארירן די אנדערע דעה אן קיין שטארקע ראיה צו דיין צד, און דאס אז דיין רבי האט אזוי געהאלטן איז נישט קיין ראיה אז ער איז גערעכט געווען.
למעשה גערעדט וויל איך באמת וואוסן צו די גאנצע שמועס האט עפעס השלכות אויף למעשה, אדער ס'איז אלץ דאמירן בעלמא אויף צו פילאזאפירן ווען מ'איז לאנגווייליג.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?
מי אני האט געשריבן:אגב, פאר אינטרעסאנטקייט, מ׳קען אפשר זאגן אז די מגן דוד ווייזט אויף אינפיניטי. דהיינו, אין פרעקטעלס איז א קאטש סנויפלעיק א טרייענגעל וואס נאכדעם יעדע (גראדע) זייט צוטייל איך אין דריי און איך לייג צו נאך א חלק א דריטל, און איך בייג ארויף די מיטעלסטע צוויי חלקים. איך טוה דאס נאכדעם איבער און איבער (זעה בילד אין לינק). עס וועט אויסקומען אז די שעיפ, א סנויפלעיק, וועט האבן א פיניט עריע אבער אן אינפיניט פערימעטער.
די ערשטע מאל וואס מ׳טוהט די פראצעדור צו א טרייענגעל ווערט דאס א מגן דוד.
עס איז אינטרעסאנט אבער דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג שטעלט צאם די רילעישענשיפס פון ג-ט צום וועלט [בריאה], ג-ט צום מענטש [התגלות], און מענטש צום וועלט [גאולה], וואס דאס נעמט אריין די בחינה פון צייט אין זיך [עבר, הוה, און עתיד], אינ׳ם פארעם פון א מגן דוד (ווי איידער א צירקל). א גרויס חלק פון זיין טעזע און מהלך איז דאס אריינברענגען די קאנצעפטן פון ג-ט, (די) וועלט, און (דעם) מענטש פון אינפיניטי אריין אין צו א פיניט קאנסעפטועליזעישן, וכעין וואס [דיפערענשל] קאלקולוס טוהט טוהן (אגב איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען וואס דער ארטאדאקסישער שרייבער הערמאן וואק זאגט נאך אז דער (אידישער) פיזיקער ריטשארד פיינמאן האט אים געזאגט, אז ״קאלקולוס איז די שפראך ג-ט רעדט [כביכול]״). דאס קען אויך זיין ענליך צום קאטש טרייענגעל (וואס אין אנהויב ווערט דאס א מגן דוד וכנ״ל); א פיניט עריע בתוך אן אינפיניט פערימעטער.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 232
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
- האט שוין געלייקט: 160 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל
שמעון וואלף האט געשריבן:איינער האט מיר געוויזן אז יעדע איינזער דאללער ביל האט א מגן דוד. ער זאגט אז ס'איז דא א סטארי ביהיינד איט.
כ'האב גענישטערט אביסול און געזעהן מ'רעדט טאקע דערפון.
אודאי די אידן קאנטראלען די וועלט האסט נישט געוואוסט?
פרעג המשפיע דוד דיוק וועט ער די פונקטליך מסביר'ן וואס דאס באדייט...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 232
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
- האט שוין געלייקט: 160 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל
מי אני האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:אגב, פאר אינטרעסאנטקייט, מ׳קען אפשר זאגן אז די מגן דוד ווייזט אויף אינפיניטי. דהיינו, אין פרעקטעלס איז א קאטש סנויפלעיק א טרייענגעל וואס נאכדעם יעדע (גראדע) זייט צוטייל איך אין דריי און איך לייג צו נאך א חלק א דריטל, און איך בייג ארויף די מיטעלסטע צוויי חלקים. איך טוה דאס נאכדעם איבער און איבער (זעה בילד אין לינק). עס וועט אויסקומען אז די שעיפ, א סנויפלעיק, וועט האבן א פיניט עריע אבער אן אינפיניט פערימעטער.
די ערשטע מאל וואס מ׳טוהט די פראצעדור צו א טרייענגעל ווערט דאס א מגן דוד.
עס איז אינטרעסאנט אבער דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג שטעלט צאם די רילעישענשיפס פון ג-ט צום וועלט [בריאה], ג-ט צום מענטש [התגלות], און מענטש צום וועלט [גאולה], וואס דאס נעמט אריין די בחינה פון צייט אין זיך [עבר, הוה, און עתיד], אינ׳ם פארעם פון א מגן דוד (ווי איידער א צירקל). א גרויס חלק פון זיין טעזע און מהלך איז דאס אריינברענגען די קאנצעפטן פון ג-ט, (די) וועלט, און (דעם) מענטש פון אינפיניטי אריין אין צו א פיניט קאנסעפטועליזעישן, וכעין וואס [דיפערענשל] קאלקולוס טוהט טוהן (אגב איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען וואס דער ארטאדאקסישער שרייבער הערמאן וואק זאגט נאך אז דער (אידישער) פיזיקער ריטשארד פיינמאן האט אים געזאגט, אז ״קאלקולוס איז די שפראך ג-ט רעדט [כביכול]״). דאס קען אויך זיין ענליך צום קאטש טרייענגעל (וואס אין אנהויב ווערט דאס א מגן דוד וכנ״ל); א פיניט עריע בתוך אן אינפיניט פערימעטער.
הערליך, פראפ. ר' @מי אני, און א גרויסן ייש"כ פארן אריין קומען קלאר - עז יוזשועל - מיט א באמבע שאלעשידעס תורה פון גדולי חכמי הדור באצויבערט מיט קאנצעפטואלעזאציעס און לעקסיקאן וואס לאו כל מוחא סביל דא, פלוס א נופח משלו, וואס קען זיין בעסער!
איך וויס אז דער ראחמיסטריווקער רבי פון א"י פירט זיך אפטמאהל צו טאנצן בצורת מגן דוד פאר לענגערע צייטן אפשר טאקע איז דאס דער פשט (ער טאנצט דאך פאר אינפיניטי).
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: 'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?
מי אני האט געשריבן:עס איז אינטרעסאנט אבער דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג שטעלט צאם די רילעישענשיפס פון ג-ט צום וועלט [בריאה], ג-ט צום מענטש [התגלות], און מענטש צום וועלט [גאולה], וואס דאס נעמט אריין די בחינה פון צייט אין זיך [עבר, הוה, און עתיד], אינ׳ם פארעם פון א מגן דוד (ווי איידער א צירקל). א גרויס חלק פון זיין טעזע און מהלך איז דאס אריינברענגען די קאנצעפטן פון ג-ט, (די) וועלט, און (דעם) מענטש פון אינפיניטי אריין אין צו א פיניט קאנסעפטועליזעישן, וכעין וואס [דיפערענשל] קאלקולוס טוהט טוהן (אגב איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען וואס דער ארטאדאקסישער שרייבער הערמאן וואק זאגט נאך אז דער (אידישער) פיזיקער ריטשארד פיינמאן האט אים געזאגט, אז ״קאלקולוס איז די שפראך ג-ט רעדט [כביכול]״).
מ׳קען אפשר זעהן א ביסל ענליך דערצו (פון אביסל א פארקערטן צד), אין תניא (פמ״ח). ער שרייבט דארט בנוגע דאס בחינה פון צימצום פון הקב״ה וואס איז מחיה די עולמות וכו׳ וז״ל:
אך דרך כלל הן הם בחינת הסתר והעלם המשכת האור והחיות שלא יאיר ויומשך לתחתונים בבחינת גילוי להתלבש ולהשפיע בהן ולהחיותם להיות יש מאין כי אם מעט מזער אור וחיות בכדי שיהיו בבחינת גבול ותכלית שהיא הארה מועטת מאד וממש כלא חשיבי לגבי בחינת הארה בלי גבול ותכלית ואין ביניהם ערך ויחס כלל כנודע פירוש מילת ערך במספרים שאחד במספר יש לו ערך לגבי מספר אלף אלפים שהוא חלק אחד מני אלף אלפים אבל לגבי דבר שהוא בבחינת בלי גבול ומספר כלל אין כנגדו שום ערך במספרים שאפילו אלף אלפי אלפים וריבוא רבבות אינן אפילו כערך מספר אחד לגבי אלף אלפי אלפים ורבוא רבבות אלא כלא ממש חשיבי וככה ממש היא בחינת ההארה מועטת זו המתלבשת בעולמות עליונים ותחתונים להשפיע בהם להחיותם לגבי ערך אור הגנוז ונעלם שהוא בבחינת אין סוף ואינו מתלבש ומשפיע בעולמות בבחינת גילוי להחיותם אלא מקיף עליהם מלמעלה ונקרא סובב כל עלמין
דאס וואס ער זאגט איז ממש די (אביסל סימפליפייד) לימיט פון:
lim c→∞ x/c = 0
הגם ער רעדט נישט פון דאס ארויסהאבן אונזערע קאנצעפטן פון ״ג-ט״, (די) ״וועלט״, אדער (דאס) ״זעלבסט״ אזוי ווי (להבדיל) ראזענצווייג, נוצט ער א בחינה וואס מיר טרעפן ביי דיפערענשל קאלקולוס (וואס, כידוע, איז די דעריוועטיוו מיוסד אויף די לימיט פון די צוויי פוינטס פון די גרעף און טענדזשענט ווען עס קומט צו 0) מסביר צו זיין ווי אזוי דורך דאס צימצום קומען אונז ארויס פון ״גארנישט״, און אונז זענען דורך דעם נאך אלס ״גארנישט״, (הגם, פארשטייט זיך, אז ער מיינט נישט די ״פילאזאפישע״ ״גארנישט״ פון וואס ראזענצווייג רעדט), און אונזער שייכות צו אין סוף/אינפיניטי.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?
דאס איז דער קאניסזא טרייענגעל. עס איז אן אפטיקעל אילוזיע [אילוזארי קאנטאר] וואס מאכט די מח אריינפילן און ערגענצן דעם אנדערן/פעהלענדיגן טרייענגעל פונ׳ם מגן דוד.
ולפי הנ״ל (עפ״י דר. ראזענצווייג) אז די מגן דוד קען ווייזן אויף די רילעישענשיפס וכו׳ פון/צווישן די מושגים וואס זענען ארויס פונ׳ם פילאזאפישן ״גארנישט״, איז דאס א רמז טאקע צו דעם אז ביים מגן דוד אליין טרעפן מיר וואו מ׳קען דאס ערגענצן אין א בחינה פון ״יש מאין״...
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: 'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?
מ׳קען אפשר זאגן נאך מער אין דעם, ווייל ווי ערווענט דא האט ראזענצווייג געהאלטן אז ״זמן״ בנוגע אידן איז מער סירקולער משא״כ ביי נוצרים וואו עס איז ליניער. ער פארגלייכט דאס צו (ח״ג פ״ב) אז ביי אידן איז ״זמן״ ווי א פונקט און ביי נוצרים איז דאס א ליניע. ער זאגט אז צו צוקומען צום ריכטיגן שלימות דארף מען די ביידע צאמשטעלן. דאס גייט צוזאמען מיט זיין מהלך אין דעם כעין קאלקולוס וואס די (אפילו אינפיניט) ליניע קומט צו צו (כעין) א פונקט/לימיט.
יעצט, ער האט געהאלטן אז מוזיק איז בבחינת ״זמן״. ולפי״ז קען מען אפשר זאגן אז וועגן דעם איז די פארעם פון א שטערן, וואס גייט מיט מהלכו, ווערט אנגערופען א ״מגן דוד״, ווייל דוד איז דאך דער נעים זמירות ישראל, און ביי די ענין פון ״זמן״, שהוא בענין זמר, טרעפן מיר (אויך) דעם גאנצן ענין פון די צאמשטעל פון א ליניע ופונקט ע״י קאלקולוס, וואס צו דעם איז מרמז די שטערן (וע״ע קאטש טרייענגעל) וכנ״ל.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
וואס האמיר פון די אלע דינגענישן און אריינטייטשן רמזים אין דעם מגן דויד. ס'איז א שיינער, אידישער סימבאל. אויך די מנורה. דאס זאגט אונז אזוי. ארץ ישראל וואס איז אנגעפיהרט דורך אידן ביז ביאת משיח צדקנו איז בעצם א מדינת ההלכה. דאס איז אין א גרויסן טייל צו פארדאנקען פאר די רבנים פונ'ם רבנות הראשית, וועלכע שטייען על המשמר אז די רעגירונג אפיציעל זאלל זיך פיהרן עפ"י התורה ווי ווייט מעגליך.
מי מעכב? שאור שבעיסה. דער שאור שבעיסה איז די בג"ץ. די איזראעלי סופריעם קאורט. וועלכע האט אזוי-גערופענע שופטים. וועלכע האבן אפילו נישט קיין אידישע אדער איידעלע מענטשליכע צורה. זיי געבן אן אויסדרוק פאר כל צרוע וכל זב. נאר נישט פאר דעם דרך ומצוות התורה. אבער לא אלמן ישראל. זיי האבן ב"ה נישט קיין שליטה. (זיי פרובירן נאר. מחשבתם הרעה מצטרפת למעשה. אבער לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי...!
ס'איז אבער דא א האפענונג אז די אלע פרייע אידן וועללן נאך אמאל תשובה טון...! און ס'וועט מקויים ווערן דער פסוק ..."ומלאה הארץ דיעה את ה' כמים לים מכסים"...!
מי מעכב? שאור שבעיסה. דער שאור שבעיסה איז די בג"ץ. די איזראעלי סופריעם קאורט. וועלכע האט אזוי-גערופענע שופטים. וועלכע האבן אפילו נישט קיין אידישע אדער איידעלע מענטשליכע צורה. זיי געבן אן אויסדרוק פאר כל צרוע וכל זב. נאר נישט פאר דעם דרך ומצוות התורה. אבער לא אלמן ישראל. זיי האבן ב"ה נישט קיין שליטה. (זיי פרובירן נאר. מחשבתם הרעה מצטרפת למעשה. אבער לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי...!
ס'איז אבער דא א האפענונג אז די אלע פרייע אידן וועללן נאך אמאל תשובה טון...! און ס'וועט מקויים ווערן דער פסוק ..."ומלאה הארץ דיעה את ה' כמים לים מכסים"...!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אז מ׳האט דערמאנט דעם קאטש שנייפלעיק ביחס צו פרעקטעלס פון טרייענגעלס וואס גייען איבער זו בתוך זו, איז אינטרעסאנט צוצוברענגען דעם סיערפּינסקי טרייענגעל וואס האט אויך ענליכקייטן פון עקווילאטערעל טרייענגעלס זו בתוך זו.
איינע פון די וועגן ווי אזוי דאס ווערט געשאפן איז דורכ׳ן צום ערשט האבן אן אנגעפולטן עקווילעטערעל טרייענגעל [וואו אלע דריי זייטן זענען די זעלבע לאנג]. דערנאך מאכט מען דערין דריי עקווילעטערעל טרייענגעלס און וואס עס בלייבט איבער [אינדערמיט] נעמט מען ארויס. דערנאך טוהט מען דאס איבער און איבער עד אין סוף. כזה:
אויב מאכט מען פּאַסקאַל׳ס טרייענגעל וואס גייט פארמאגן א פּאַוּער פון 2 צאל [א נומער וואס איך קען באקומען פון א בּעיס פון 2 וואס איך לייג צו דערצו א גאנצע נומער עקספּאָנענט] פון שורות, און איך קאליר שווארץ נאר די אַדד נומערן דערין, וועט עס אויסקומען בערך צו די סיערפּינסקי טרייענגעל. ווי מער שורות מ׳האט אזוי [מיינענדיג ווי העכער דעם עקספּאָנענט פאר 2 איז] אלס נענטער און נענטער קומט עס אן צו א סיערפּינסקי טרייענגעל מיט׳ן אריינקאלירן די אַדד נומערן.
*
און אז מ'רעדט שוין איז אויך דא דעם סיערפּינסקי קארפּעט, וואס איז ענליך נאר מיט א סקווער. דאס ארבעט אז איך הייב אן מיט א סקווער, איך צוטייל דאס אין צו 9 סקווערס וואס זענען די זעלבע גרויס, און איך נעם ארויס די מיטעלסטע. דערנאך טוה איך צו יעדע פון די 8 איבערגעבליבענע סקווערס דעם זעלבן פראצעדור - איך צוטייל יעדעס איינס אליין אין צו 9 סקווערס וואס זענען די זעלבע גרויס, און איך נעם ארויס די מיטעלסטע. וכן הלאה. כזה:
א וועריעישאן דערפון איז דאס וואליס סיִוו. דאס איז דאס זעלבע וואו איך הייב אן דאס ערשטע מאל מיט'ן צוטיילן דעם סקווער אין צו 9 סקווערס וואס זענען די זעלבע גרויס, און איך נעם ארויס די מיטעלסטע. אבער דערנאך, ביי די מאל איך האלט, וועל איך דאס צוטיילן אין צו אזויפיל סקווערס [וואס זענען אלע די זעלבע גרויס] אזוי ווי איינס מער ווי צוויי מאל די מאל ווי איך האלט וואס דערנאך האב איך עס געסקווערט [און דערנאך נעם איך ארויס די מיטעלסטע כנ"ל].