ותצא דינה - געוועזענע חרדי׳שע מיידל פארכאפט אין סיריע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
Eitz Hadaas
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

ותצא דינה - געוועזענע חרדי׳שע מיידל פארכאפט אין סיריע

שליחה דורך Eitz Hadaas »

אין מדינת ישראל קאכט זיך א פרשה אויף קעס און כלים שוין אפאר וואכן, און היות די מדינה׳ס מיליטערישע צענזור לאזט נישט מפרסם זיין די פרטים, איז פארשטייט זיך רב הנסתר על הגלוי און א געוואלד פון דיס-אינפארמעשאן איז משתמש בערבוביא.

מען קען אבער היינטיגע צייטן נישט צענזירן סאושעל מידיע, און קאווע שטיבל אוודאי נישט!, איז לאמיר פרובירן צו מאכן אביסל סדר פון די פרשה.

אנגעהויבן האט זיך עס ווען ביבי האט דערקלערט אז ער האט אויסגעארבעט א דיעל צו באפרייען א איזראעלי בירגער וועלכער האט בטעות אריבערשפאצירט די גרעניץ קיין סיריע און איז דארט נעבעך געפאנגען געווארן. ווער די פאנגער זענען, סיריע אדער חיזבאללאה, איז נישט קלאר.

אין אויסטויש פאר די באפרייאונג, האט מדינת ישראל מסכים געווען צוריקצוגעבן צוויי סירישע ״פאסטוכער״, וועלכע האבן אויף א ענליכן אופן אריבערשפאצירט די גרעניץ פון סיריע א שטיק צייט צוריק און זענען ארעסטירט געווארן אויף די ישראל׳ישע זייט (די סארט ״פאסטוכער״ זענען געווענליך פארשטעלטע שפיאנען וואס ארבעטן פאר חיזבאללאה און קאלעקטן אינטעלעדזשענס ביי די גרעניץ).

די דיעל איז צושטאנד געקומען דורך רוסלאנד וואס האט דורכגעפירט די פארהאנדלונגען. חוץ די צוויי פאסטוכער, האט מדינת ישראל אויך באצאלט נאך ״עפעס״, וואס משום נעשענאל סעקיוריטי קען מען נישט געהעריג מפרסם זיין וואס דאס איז.

א פראבלעם האט זיך געמאכט, ווען די סירישע פאסטוכער האבן דערקלערט אז זיי ווילן ענדערש אויסדינען זייער טערמין (א קיימא לן פון נאך 14 יאר!) אין איזראעלי טורמע ווי איידער צוריקצוגיין קיין סיריע! די ישראלים האבן זיך כדרכם שנעל אן עצה געגעבן מיט׳ן פראבלעם, דורך פאנגען פרישע צוויי פאסטוכער וועלכע האבן בטעות (אומשולדיגערהייט, לכאורה) אריבערגעשפרייזט אין מדינת ישראל טעריטאריע, די צוויי נייע פישלעך זענען געווארן פרישע אויסטויש מאטריאל און צוריק צום עסק.

עד כאן, די טרוקענע פאקטן, אבער די שאלות ארום די גאנצע פרשה זענען גרעסער ווי די תירוצים.

*

קודם כל, וויאזוי איז עס מעגליך אז א סענסיטיווע גרעניץ וואס איז פון די מערסטע באוואכטע פלעצער אינעם מיטל מזרח, זאל ערלויבן פאר איינעם בטעות אריבער צו בלאנדזשענען אויף די אנדערע זייט, און ווער איז דער בירגער וואס האט געמאכט די מיסטעיק אף עי לייפטיים פארכאפט צו ווערן אין סיריע. ווי אויך, וואו פונקטליך קומען די רוסען דא אריין אין די פיקטשער?

און נאך מער איז שווער, וואס עפעס האט סיריע (וכת דילם חיזבאללאה) מסכים געווען פאר אזא מינימאלע אויסטויש?

געווענליך, קאסט אזא שפיל צענדליגער הונדערטער געפאנגענע וואס ישראל דארף באפרייען אין אויסטויש. אזוי איז געווען ביי גלעד שליט, אהוד טענענבוים, און נאך.

מעגליך, אז דאס איז די רוסען׳ס קרעדיט, אבער עס איז אויך מעגליך אז דאס האט מער א שייכות מיט די ״אנדערע חלק״ וואס די ישראלים האבן מסכים געווען צו באצאלן און פון וואס מ׳רעדט נישט אפען, און אויב איז עס טאקע אזוי, מיינט דאס אז יענע חלק איז עפעס גאנץ ערנסט און ווערד גאנץ אסאך פאר די אנדערע זייט, אבער דאס מיינט אויך, אז עס איז לכאורה שטארק קאסטבאר פאר מדינת ישראל, איז אויב אזוי שטעלט זיך די הארבע שאלה, פארוואס האט ביבי מסכים געווען דערצו?

אברה מנגיסטו, א איזראעלי בירגער פון עטיאפישען אפשטאם און וועלכער איז מענטעלי נישט אינגאנצן הונדערט פראצענט, איז אריין קיין עזה אין 2014 און איז קיינמאל נישט צוריקגעקומען. ער געפינט זיך נאך אין געפענגעניש ביי חאמאס עד היום הזה. מדינת ישראל פרובירט צו פארהאנדלן מ׳זאל אים באפרייען אבער איז זעהט זיך אויס נישט מסכים צו צאלן פאר זיין באפרייאונג א הויעכן פרייז.

שמועות קורסירן און זאגן אז טאקע דא אין די פאל, האנדלט זיך אויך פון א איזראעלי בירגער וואס איז נישט אינגאנצן מענטעלי סטעבל (א נארמאלער מענטש שפאצירט נישט אריבער די גרעניץ קיין סיריע), איז וואס איז דא אנדערש?

ביז דערווייל, האט זיך אנגעהויבן א רודעריי פון קלאנגען ארום די פרשה.

ערשטענס, אז די באפרייטע איזראעלי בירגער איז א מיידל פון א חרדי׳שע משפחה אין מודיעין עילית וואס איז אראפ פון פרומען וועג, ויש אומרים אפילו, אז זי האט זיך גע׳שמד׳ט צו איסלאם. זי האט א שיין שטיקל רעקארד אז זי איז שוין עטליכע מאל אריבער גרעניצין צו די אראבישע זייט, קיין עזה למשל, נאר דאס איז די ערשטע מאל וואס ס׳איז געגאנגן ראנג.

אנדערע שמועות פארציילן אז איר חרדי׳שע משפחה איז שטארק פאליטיקעלי קאנעקטעד און אז דאס איז אייינס פון די הויפט סיבות פארוואס ביבי איז ארויס פון וועג איר צוריק צוברענגן, מ׳האלט דאך אינמיטן א בחירות סעזאן.

לגבי וואס נאך ביבי האט באצאלט פאר איר באפרייאונג, זענען דא שמועות אז ס׳אינוואלווד א שטיקל הבטחה פאר סיריע אז מדינת ישראל וועט מינימיזירין די וועכענטליכע אטאקעס קעגן סיריע (א געפערליכע קאפיטולאציע, אויב אמת), ויש אומרים: מיליאנען דאלארן (לייגט זיך נישט אויפ׳ן שכל), ויש אומרים: מיליאנען וואקסינאציעס קעגן קאוויד אין וואס סיריע נויטיגט זיך זייער שטארק.

ביי די פרייע איז געווארן א געפערליכער אויפברויז, נעמליך, אז ביבי האט דא מעגליך אוועקגעגעבן ווערדפולע אוצרות וואס די מדינה קען עכט נישט עפארדן מנדב צו זיין, אלעס כדי צו פארגיטיגן זיינע פרומע פאליטישע שותפים בעפאר אן עלעקשאן!

אויף סאושעל מידיע, האט אנגעהויבן ארויפשווימען כל ערליי רמזים ווער די משפחה פון די מיידל איז.

געווען וואס האבן גע׳טענה׳ט אז מ׳רעדט פון א משפחה וואס איז רילעטעד צו א גרויסע חסידות (גור, וויזניץ, וכדומה), אנדערע האבען גע׳טענה׳ט אז מ׳רעדט דא פון משפחת ר׳ חיים קנייבסקי, א קריעטיוו פאוסטער אויף טוויטער האט מרמז געווען אז מ׳רעדט דא פון חבר הכנסת מטעם גור/אגודה, יעקב ליצמן:
‏(ל)ו רק
‏(י)כולנו לספר, כי
‏(צ)ריך שהציבור יידע,
‏(מ)י הוא המקורב לאזרחית שברחה?
‏(נ)כון שהייתם רוצים לדעת?


עד שבא א רעפארטער פאר אל מאנאר, חיזבאללאה׳ס טעלעוויזשאן סטעשאן, און אפען מגלה געווען דעם סוד אויף טוויטער אז די מיידל הייסט: דינה כהן.

EuvL1khXYAU5xlp.jpeg

EuvL16qXYAgIuee.jpeg

EuvL1ujXIAIOBtP.jpeg


פון די בילדער, זעט זי קלאר אויס צו זיין פון ספרד׳ישן אפשטאם, איז דערפאר דער חבר הכנסת מטעם ש״ס אריה דרעי געווארן די מעין סאספעקט אז ער איז די פאליטישאן וועמען ביבי האט דא געוואלט צופרידנשטעלן, און אז זי איז מעגליך א משפחה מיטגליד פונעם געוועזענעם חבר הכנסת מטעם ש״ס, יצחק כהן.

*

ווער איז דינה כהן?

זי פארמאגט א גאנץ אקטיווע פעיסבוק פעידזש, און פון בליקן דארטן איז שווער אננצונעמען אז זי איז מענטעלי אומסטאביל, נאר ענדערש אז זי איז א יונגע Rebel און א Nomad. אירע פאוסט׳ס זענען פאעטיש געשריבן, למשל די שטיקל וואס באציעט זיך אין קורצן צו איר פרומען אפשטאם:
"גדלתי עם חרדים
שרתתי עם חילונים
הכרתי בודאיסטים
דיברתי עם אטאיסטים
התחברתי לנוצרים
גרתי עם מוסלמים
תאמינו לי
כולם אותו דבר"


אירע בילדער ווייזן אז זי איז פארליבט אין אראבער און אין מדבר׳ישען לייפסטייל, אזא סארט נפש פון א וואנדערער און א Explorer.

ממילא, איז מסתבר צו זאגן אז די גאנצע געשיכטע אז זי איז מענטעלי אומסטאביל איז לכאורה געווען בלויז א חלק פון א דיס-אינפארמעישאן קאמפיין צו פארוואנדלען איר געפענגעניש אין א הומינאטארישע אישו, כדי צו קענען גרינגער פועל׳ן איר באפרייאונג.

אבער הא גופא קשיא, א מענטש וואס פארשטייט די סכנות און טוט וואנזיניגע אקטן קעגן שכל און געזעץ, פארווואס זאל די מדינה צאלן טייער פאר איר באפרייאונג? און למעשה, וויאזוי האט דינה כהן זיך דורכגעשמוגעלט די גרעניץ?

אז מ׳לייענט אבער גוט די פריער דערמאנטע טוויט פונעם אל מאנאר רעפארטער, שטעלט זיך ארויס א שטיקל אנדערע בילד. ער טענה׳ט אז זי איז א איזראעלי סאלדאט.

וזה לשונו (איבערגעטייטשט פון אראביש):
[left]Do you remember the soldier "Dina Cohen" who came alone to the fence in "Khallet Wardah" in #Atta_Shaab ⁩during the state of alert in the Zionist army ??

She is the same who crossed the fence from the Syrian Majdal Shams and they made the exchange deal with Syrian detainees a few days ago, according to Hebrew sources, despite official secrecy !![/left]

אין אנדערע ווערטער, חיזבאללאה געדענקט איר פון א פריערדיגע אינצידענט, אדער אינצידענטן, ביים גרעניץ פון לבנון.

זוכענדיג אויף טוויטער, האב איך טאקע געטראפען א טוויט פון אקטאבער 5, 2020 דורך א חיזבאללאה אפיליעטעט אקאונט, מיט בילדער פון דינה כהן ביים גרעניץ פון לבנון. יענער שרייבט אזוי:
The IDF no longer has men, and have sent a female soldier in a car and in civilian clothes to clear the military road between Ramia and Khallet Wardah in Aita al-Shaab via a camera attached to the car.

IDF is using civilians as human shields by disguising their soldiers so.


Ejj7cStXYAUu93I.jpeg

Ejj7cqxXsAsTMXq.jpeg


די טוויט פונעם אל מאנאר רעפארטער האט זיך באצויגן צו דעם אינצידענט פון אקטאבער, און די בילדער וואס ער האט יעצט געפאוסט זעהן קלאר אויס צו זיין closeups פון יענע אקטאבער אינצידענט בילדער.

פארשטייט זיך אז מ׳קען נישט לייגן צופיל געוויכט אויף וואס חיזבאללאה שרייבט און אלץ חרדי׳שע מיידל איז זי ווארשיינליך קיינמאל נישט געווען אין צה״ל (עס איז נישטא קיין רעקארד אז זי איז אמאל געווען אין מיליטער), אבער לויט דעם, איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז דינה כהן איז למעשה א איזראעלי אגענט פארשטעלט אלץ א ציווילע בירגער, וואס האט געארבעט אין געהיים פאר׳ן משמר הגבול אדער אזא סארט אגענטור.

דאס וואלט פארענטפערט אסאך פון די שאלות. ווי למשל, וויאזוי זי האט באוויזן אזוי גרינגערהייט זיך אדורך צו שמוגלען די גרעניץ, פארוואס זי איז נישט אפיציעל ארעסטירט געווארן פאר׳ן אריינדרינגען אין פיינטליכע טעריטאריע עטליכע מאל, און פארוואס מען איז גרייט געווען צו באצאלן א פעט שטיקל פרייז פאר איר באפרייאונג.

דאס וואלט אויך קאנפירמט אז די מענטעלי אנסטעבל געשיכטע איז סך הכל א חלק פון איר קאווער סטארי וואס איז שפעטער גענוצט געווארן אלץ מיטל צו דערגרייכן איר באפרייאונג.

עס זענען דא וואס טענה׳ן טאקע, אז איר גאנצע persona, שמעקט צו זיין ארקעסטרירט אין צוגרייטונג צו אירע מיסיעס ביים גרעניץ, ווייל למשל איר פעיסבוק אקאונט איז באשאפן געווארן אין 2020 און די בילדער הייבן זיך אן פון אנהייב 2017, ווי אויך אז א שיין חלק פון איר אזויגערופענע פעיסבוק פרענדס זענען ווארשיינליך פאלש. הגם עס איז נישט אזא שטארקע קשיא, איז אבער יא איר גאנצע לייפסטייל וואס די בילדער דערציילן, וואונדערליך אינטערעסאנט.

עס איז אויך אינטערעסאנט צו באמערקן א שטיקל טעאריע לגבי די סיבה פארוואס זי איז געווען אין סיריע דאס מאל און וויאזוי זי איז פארכאפט געווארן.

הייסן הייסט עס, אז אז זי האט זיך פארליבט אין עמיצין אין סיריע, און דער יעניגער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א רוסישער אגענט. עס איז נישט קלאר צו יענער איז געווען א רוסישער אדער א אראבער וואס האט געארבעט פאר די רוסן, אבער טעקניקלי ספיקינג, האבן איר די רוסן פארכאפט און דערפאר זענען זיי געווען די הויפט מחותנים ביים אויסארבעטן די דיעל (זיי זענען דאך שטארק אינוואלווד אין סיריע צו שטיצן און העלפן די אסאד רעזשים).

מען קען לויט דעם אויסארבעטען נאך א טעאריע, אז איר טרענינג איז בעיקר געווען צו אויסשפיאנירן וואס עס טוט זיך ביי די גרעניצען, נאר דאסמאל איז זי מעגליך געגאנגען א טריט צו ווייט און איז דערפאר אריינגעפאלן אין א רוסישע פאסטקע.

אפיציעל, האט די מדינה אונטערגענומען א אויספארשונג צו אנטדעקן וויאזוי עס איז מעגליך אז זי איז אריבער די גרעניץ אן קיין שום באמערקונג, און אפיציעל הייסט עס, אז ביי מג'דל שמס‎ וואו זי האט זיך אדורכגעשווערצט, איז די גדר זייער אלט און עס איז למעשה יא געווען אן אלערט בשעת מעשה, נאר די גרעניץ וואכער האבן נישט געהעריג אידענטיפיצירט וואס דאס איז. די ווערסיע לייגט זיך נישט אזוי אויפן שכל, און אויב איז עס יא אמת, צייגט דאס אויף שטארקע זיכערהייט פעלערן.

אין ניו יארק טיימס איז געווען באריכטעט אז ארץ ישראל האט מסכים געווען צו באצאלן טבין ותקילין פאר רוסיש געמאכטע קאוויד וואקסינאציעס וואס וועט גיין פאר סיריע, און אז דאס איז געווען די געהיימע טייל פונעם אויסטויש אפמאך, אדער עכ״פ א חלק דערפון. לויט דעם, האבען דא ביידע מחותנים, סיריע און רוסלאנד, שיין פארדינט פונעם געשעפט.

*

למעשה, טוט דער אלגעמיינער פובליק אין ארץ ישראל באטראכטען דינה כהן צום בעסטן פאל אלץ א וואנזיניגע אוואנטורער וואס איז נעבאך נישט אינגאנצן ביים דעת, אדער גאר ערגער, אלץ א פאררעטער, און מען קען נישט פארשטיין פארוואס ביבי האט דא מסכים געווען איר ארויסצובעילן און זיך אזוי געבויגן אויף אלע קניען. בפרט, אז מ׳רעדט דאך פון א מיידל וואס האט ניטאמאל געדינט אין מיליטער!

די קעגנער פון ביבי וועלכע האסען אים געפערליך, שרייען אז דער גאנצער אויסטויש איז שטארק פארדעכטיגט און אז עס ווערט אומפארשעמטערהייט גענוצט אלץ א חלק פון ביבי׳ס פאליטיקעל קאמפיין אנטקעגן די ראט פון די זיכערהייט אינסטאנצן וועלכע האבן שטארק פרובירט צו פארוואסערן די געשיכטע שטילערהייט, און קאנספיראציע ליבהאבער גייען אזוי ווייט און טענה׳ן אז ער האט בעצם אונטערגעשטעלט די גאנצע פרשה כדי צו ווערן אפגעמאלן אלץ העלד און געווינען די הערצער פון וויילער.

דער אמת וועט לכאורה נישט ארויסקומען אזוי שנעל, און כאטש עס זענען דא א היפשע פאר מענטשן וואס ווייסן יא פונקטליך וואס דא האט פאסירט, איז די צענזור זייער שטרענג, אז אפילו די רמזים זענען ברמיזה. דאס אין א וועג גיבט אויך א שטארקע חיזוק פאר די טעאריע אז זי איז געווען א אגענט, ווייל אויב נישט, פארוואס איז אלעס אזוי פארשלייערט מיט געהיימניסען און שווערע צענזור?

דער בלאגער ריטשערד סילווערסטין פון ״תיקון עולם״ איז זיך מחיה מיט די פרשה, ווייל ער לעבט פון זיך קעגנשטעלן קעגן די איזראעלישע צענזור און פון מפרסם זיין איזראעלישע סקאנדאלן. מען קען אבער נישט אינגאנצן טראסטן זיינע אינפארמאציע, און זיינע טעאריעס זענען אויך סך הכל בלויז דאס, טעאריעס.

אזוי צו אזוי, איז דאס לעבן פון דינה כהן, א געוועזענע חרדי׳שע מיידל, העכסט אינטערעסאנט!

וככלות הכל, קען מען אפאטעמען אז א אידיש קינד און א יונגע מיידל, איז אויף דער פריי און ארויס פון סכנה.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום Eitz Hadaas, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
Eitz Hadaas
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך Eitz Hadaas »

עטליכע געקליבענע בילדער פון דינה כהן׳ס פעיסבוק פעידזש.


אין מדבר ביי די בעדואינער:

120891092_1060538984395602_418582096016460979_o.jpg


אין די היים פון א פאלעסטינער:

121017829_1061405867642247_7796340443803685427_o.jpg


ביי Qasr el Yahud, ביים גרעניץ מיט ירדן:

121057925_1061585857624248_3303004341593760130_o.jpg


ביי נחל עמוד:

120910916_1060563941059773_4661545298780245195_o.jpg
זי שרייבט צו צום בילד:
"רק ממרום ה 500 מדרגות
אני רואה יופי ללא גבולות

מי שלמעלה רואה את היופי ששולט בכל
מי שלמטה תקוע עם הראש בתוך החול"

אסאך פון אירע פאוסטס באציען זיך צו דעם אז זי אנערקענט נישט קיין גרעניצן.


מיט אראבישע קינדער אין יריחו:

121261671_1065317330584434_6021707334600796308_o.jpg
זי שרייבט צו, צום בילד:
"כשאנשים "קרובים" אליי
מזהירים אותי מפני אויב
ואותו אויב נותן לי יד
בזמן שהם שמים לי רגליים
אני מאמינה רק למה שרואות עיניי
ולא למה ששומעות האוזניים"
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך האב הנאה אז דו קומסט אריין קלאר! כה לחי! ס’פעלט זיך אויס אזעלכע פרישע כוחות ווי דיר! קיפ איט אפ!
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

א שיינע ארבעט!

אין די ערשטע שטיקל וואס דו ברענגסט שרייבט זי "שרתתי עם חילונים", מיינט דאס נישט סערווירט אין מיליטער?
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

הערליך שיין צאמגענומען די גאנצע נושא און גיט געשריבן!
קיפ איט אפ!
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך mevakesh »

הערליך שיין באשריבן
איך האב געזעהן די נייעס און די קשיות אבער איך האב נישט געוויסט די פרטים
בכלל פון איהר פייסבוק קוקט צו אויס צו זיין גאר אן הייליגע נשמה
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

Wow!!
א הערליכע שטיקעל דזשורנאליזם!!
יישר כח
באניצער אוואטאר
Eitz Hadaas
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך Eitz Hadaas »

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:א שיינע ארבעט!

אין די ערשטע שטיקל וואס דו ברענגסט שרייבט זי "שרתתי עם חילונים", מיינט דאס נישט סערווירט אין מיליטער?

זייער א גוטע הערה, ר׳ יעקב.

איך וואלט געזאגט אז עס קען זיין בלויז א לשון מליצה (עס גראמט פשוט מיט די אנדערע לשונות וואס זי נוצט דארט), אדער אז זי האט געדינט אין עפעס א פארמאט מיט חילונים, עס קען מיינען ציוויל (למשל, געארבעט צוזאמען אין א געשעפט), אדער מעגליך ערגעץ מער אפיציעל (מד״א, וכדומה).

ווי דערמאנט, איז אפיציעל נישטא קיין רעקארד פון איר אין צה״ל (נישט אז איך האב צוטריט צו די רעקארדס, נאר עפעס אזוי איז אנגענומען ביי די איזראעלישע שרייבער), אבער איך האב נאכגעקוקט אין א ארטיקל פון עדנה קרנבל (וועלכע פאררופט זיך אלץ ״העיתונאית הכי אמיצה במדינת ישראל״ און שרעקט זיך טאקע נישט פון די צענזור), ווי זי רעכנט אויס א רשימה פון אלע 259 דינה כהן׳ס פעיסבוק פרענדס (זייט דעמאלט זענען שוין צוגעקומען הונדערטער נאך פרענדס, ווי פארשטענדליך), און אינטערעסאנט איז, אז 9 פון זיי ארבעטן פאר׳ן ״משמר הגבול״.

המקרא הזה אומר דרשוני, ווייל מעגליך טאקע אז זיי קענען איר פון אירע קונצן ביי די גרעניצין אבער זיי וואלטן לכאורה נישט געווארן אירע פרענדס לכבוד דעם. אדער איז מעגליך אז זי האט גאר געדינט אין משמר הגבול ווי אויבנדערמאנט, ועפי״ז וואלטן זיי ע״פ שכל נישט געווען אירע אפיציעלע פרענדס אויף פעיסבוק נאר דאס געהאלטן מער אין געהיים, וצ״ע.

א מאן דהו אויף טוויטער שרייבט, ספק ערנסטערהייט, ספק ציניש, אז זי האט געדינט אלץ Reserve Duty אין משמר הגבול:
מסתבר #דינה_כהן
לוחמת מג"ב במיל'
בסוף עוד יתברר שהיא סוכנת מוסד.

Eusfrt8XUAAz561.jpeg

שוב ראיתי, א היימישע שרייבער וואס טענה׳ט אז ער קען איר און די משפחה און זי האט יא געדינט אין מיליטער, איז מעגליך אז איר זענט טאקע יא לגמרי גערעכט אדער מיינט ער אויך צו זאגן אז זי האט געדינט אין משמר הגבול וכדומה.

*

מענין לענין, וויל איך צולייגן נאך א אינטערעסאנטע קנייטש בנוגע די רוסן, וואס מען קען ארויסשמעקן פונעם ניו יארק טיימס ארטיקל.

זיי שרייבן אזוי:
[left]The Israeli cabinet voted to agree to the terms of the deal on Tuesday, the same day that the 23-year-old was flown to Moscow. Following further negotiations between Israeli and Russian officials, she was returned to Israel on Thursday.[/left]


אין אנדערע ווערטער, נאך איידער די אפמאך איז געווען פיינעל איז זי שוין געווען אין מאסקווע און אינדרויסן פון סיריע!

מאיר בן שבת, ארץ ישראל׳ס National Security Adviser און Chief of Staff for National Security, ירון בלום, ארץ ישראל׳ס אפיציעלער קאארדינעטער פאר POWs און MIAs, אשר חיון, ביבי׳ס Chief of Staff, נאך סטעף מעמבערס און א דאקטאר, זענען געפלויגן עטליכע מאל (דורכאויס מיטוואך און דאנערשטאג) קיין רוסלאנד צו פארהאנדלן דעם אויסטויש, ביז זי איז באפרייט געווארן.

דאס ווייזט וואספארא גרויסע ראלע רוסלאנד האט דא געשפילט אין די גאנצע געשיכטע, זי איז פאקטיש געווען אין רוסישע הענט און נישט אזוי ווייט א ארעסטאנט פון סיריע, און דאס איז אביסל מחזק די אויבנדערמאנטע טעאריע אז די רוסען האבן מעגליך ארקעסטרירט די גאנצע פארכאפונג מעיקרא.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

אומגלויבליך, קאווע שטיבל האט אונזער אייגענע אינוועסטיגעטיוו זשורנאליסט פאר אינטערנאציאנאלע אינטערעסן. כה לחי הרב עץ הדעת.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

זייער שיין און גרונטליך באשריבן

סאיז ממש פאני צו זען וויאזוי היימישע נייעס קוועלער באריכטן די מעשה, זיי דארפן דאך דורכגיין די היימישע צענזור אין צוגאב צום מיליטערישן צענזור….
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כה לחי!
די ערשטע שטיקעל טוויטער וואס דו ציטירסט איז שוין נישט קיים!
Yair
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 25, 2021 2:16 am
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

באמערקונג

שליחה דורך Yair »

זייער א שיינע און רייכע ארטיקעל וועגען די מיידעל דינה כהן

איין וויכטיגע הערה האב איך
איינער פון אייער יסודות אויף וואס איר בויעט דעם בנין איז די פראגע וויאזוי האט זי געקענט אריבער גיין די גרעניץ אזויפיל מאל אן ווערען געכאפט ספעציעל ביי אזא סענסעטיווע גרעניץ. איר באמערקט די פראגע צוויי מאל דורעך אויס אייער אנאליז. וויל איך באמערקען אז איך פערזענליך האט אויך פארברענגט אסאך צייט אין ווילדע מקומות אדג (אפשר בין איך פון די זעלבע שורש נשמה ווי דינה כהן) אין א שטיק צייט האב איך פארברעגט און מג׳דל שמס, איך האב זיך דארט באפריינדעט מיט אן ארטיגע איינוואנער. ווען איך בין געווארען נענטער מיט אים האט ער מיר געטרויעט צי פארציילען אז ס׳איז מעגליך אריבער צוגיין די גרעניץ אויף סוריא און איך אליין מיט אים האבען טאקע אריבער שפאצירט קיין סוריא איין פרימארגען ״טאקע ביי די זעלבע פלאץ ווי דינה כהן איז אריבער״! אונז זענען אריין היפש אפאר קילומטר און פארברענגט מיט משפחה זיינע וואס וואונען די אנדערע זייט.

ווען איך האב געהערט די נייעס וועגען דינה כהן איז מיר געווען נייגעריק צו וויסען צו זי איז אריבער ביים זעלבען פלאץ ווי איך בין אריבער, און טאקע אזוי איז געווען.

די קשיא פאר וואס די רעגירונג לאזט צי אזא סענסיטיווע פלאץ אומבאוואכט בלייבט שווער, אבער די קשיא איז מיר שוין שווער עטליכע יאר זייט איך בין אריבער דארט, און דאס איז די מציאות.


בנוסף צו דעם איז געווען אין די נייעס אפאר יאר צוריק וועגען דרוזישע סטודנטים וואס האבען זיך אריבער געכאפט צו לערנען און דמשק נאכדעם וואס די רעגירונג האט נישט געגעבען קיין ערלויבעניש צוליב די ארטיגע ברידער קריג
באניצער אוואטאר
Eitz Hadaas
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך Eitz Hadaas »

אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:כה לחי!
די ערשטע שטיקעל טוויטער וואס דו ציטירסט איז שוין נישט קיים!

אינטערעסאנט, עס זעהט אויס אז טוויטער האט אויסגעמעקט די גאנצע אקאונט פון Lebanese News and Updates, מסתמא ווייל עס איז אפיליעטעט מיט חיזבאללאה און האט זיך נישט געהאלטן צו די טוויטער תקנות.

דורך גוגעל קען מען נאך יא זעהן דעם טוויט, אבער אן די בילדער.
באניצער אוואטאר
Eitz Hadaas
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך Eitz Hadaas »

Yair האט געשריבן:זייער א שיינע און רייכע ארטיקעל וועגען די מיידעל דינה כהן

איין וויכטיגע הערה האב איך
איינער פון אייער יסודות אויף וואס איר בויעט דעם בנין איז די פראגע וויאזוי האט זי געקענט אריבער גיין די גרעניץ אזויפיל מאל אן ווערען געכאפט ספעציעל ביי אזא סענסעטיווע גרעניץ. איר באמערקט די פראגע צוויי מאל דורעך אויס אייער אנאליז. וויל איך באמערקען אז איך פערזענליך האט אויך פארברענגט אסאך צייט אין ווילדע מקומות אדג (אפשר בין איך פון די זעלבע שורש נשמה ווי דינה כהן) אין א שטיק צייט האב איך פארברעגט און מג׳דל שמס, איך האב זיך דארט באפריינדעט מיט אן ארטיגע איינוואנער. ווען איך בין געווארען נענטער מיט אים האט ער מיר געטרויעט צי פארציילען אז ס׳איז מעגליך אריבער צוגיין די גרעניץ אויף סוריא און איך אליין מיט אים האבען טאקע אריבער שפאצירט קיין סוריא איין פרימארגען ״טאקע ביי די זעלבע פלאץ ווי דינה כהן איז אריבער״! אונז זענען אריין היפש אפאר קילומטר און פארברענגט מיט משפחה זיינע וואס וואונען די אנדערע זייט.

ווען איך האב געהערט די נייעס וועגען דינה כהן איז מיר געווען נייגעריק צו וויסען צו זי איז אריבער ביים זעלבען פלאץ ווי איך בין אריבער, און טאקע אזוי איז געווען.

די קשיא פאר וואס די רעגירונג לאזט צי אזא סענסיטיווע פלאץ אומבאוואכט בלייבט שווער, אבער די קשיא איז מיר שוין שווער עטליכע יאר זייט איך בין אריבער דארט, און דאס איז די מציאות.


בנוסף צו דעם איז געווען אין די נייעס אפאר יאר צוריק וועגען דרוזישע סטודנטים וואס האבען זיך אריבער געכאפט צו לערנען און דמשק נאכדעם וואס די רעגירונג האט נישט געגעבען קיין ערלויבעניש צוליב די ארטיגע ברידער קריג


ייש״כ ר׳ Yair, עס איז זייער טשיקאווע וואס איר פארציילט.

די קשיא בנוגע די גרעניץ איז באמת נישט אזא גרויסע קשיא, ווייל עס איז א דבר ידוע אז יעדע צד לאזט דירעקט איבער זיכערהייט לעכער ביי די גרעניץ און נוצט דאס אויס פאר מיליטערישע און שפיאנאזש אקטיוויטעטן. אזוי איז געווען ביים מזרח און מערב גרעניץ אין דייטשלאנד דורכאויס די קאלטע קריג, אזוי איז אויך געווען ביים גרעניץ צווישן ארץ ישראל און ירדן בעפאר 1967, און נאך.

דאס מיינט אבער נישט אז עס איז אינגאנצן פריי אדער אפען, געווענליך ווערן די ערטער אפגעהיטן פון דערווייטענס אויף א געהיימען אופן און עס איז א בחינה פון האלטן איין אויג אפען און איין אויג צוגעמאכט.

דא ביי די פרשה, האבן פילע נייעס קוועלער באריכטעט אז דינה כהן איז אריבער די גרעניץ ביי אזעלכע ערטער וואו עס איז שווער צו מאכן א פיזישען גדר צוליב די בערג וכדומה, די ווערסיע לייגט זיך נישט אזוי אויפ׳ן שכל ווייל טעכנאלאגיש גערעדט קענען זיך היינטיגע אינזשינערן ספראווען מיט כמעט אלע ערליי מכשולות, נאר כדאמרן, אז עס איז בכוונה דא אפענע ערטער.

אז איר קענט מיט-טיילן מער פרטים פון אייער פערזענליכע אוואנטורע, וואלט געווען שטארק אינטערעסאנט צו הערן.

למשל:
- ווען איר זאגט אז איר זענט געווען ״אויף די אנדערע זייט״, וואו פונקט איז דאס געווען און צו האט איר עפעס בילדער דערפון?
- וויאזוי האט איר אנגעטרויעט אייער לעבן אין די הענט פון אן ארטיגע איינוואוינער מיט וועמען איר האט זיך נאר ערשט וואס באקענט און צו האט אייך נישט באהערשט קיין שום פחד ביים אריבערשפרייזן אין א פיינטליכע מדינה?
- האט איר זיך דען נישט אנגעשטויסן אין קיין שום סעקיוריטי פערסאנעל אדער אפאראטן, סיי אויף די ישראל׳ישע זייט און סיי אויף די סירישע זייט?
- און צו האט אייך טאקע קיינער פון די אינסטאנצן נישט פארהערט ווען איר זענט צוריק געקומען?
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

עס קען גאר זיין אז א באהאלטענע מוסד אגענט האט אים אריבערגעפירט, אפשר מיטן חשבון אים צו מאביליזירן צו שפיאנאזש.
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

שליחה דורך טיכטיגער »

זי איז היינט אנגעקלאגט געווארן אין געריכט פאר'ן ארויסגיין פון לאנד אומלעגאל.

An Israeli woman who walked across the border into Syria in early February and was returned later that month after a flurry of international negotiations was indicted for her actions Sunday at the Nazareth Magistrate’s Court.

The contents of the indictment were partially barred from publication, but the charges include illegally exiting the country.
https://www.timesofisrael.com/woman-who ... -in-court/
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

יעצט טוט זיך ווידער איבער איר, זי איז פריש אנטלאפן און די מדינה זיכט איר אין גרויסן.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

משוגעים רדו מהגגות.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
בענבען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 5:24 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 249 מאל

שליחה דורך בענבען »

האט מען איהר שוין געטראפען?
א העכסט אינטרעסאנטע מעשה
ים רויבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 4:59 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

שליחה דורך ים רויבער »

Yair האט געשריבן:איין וויכטיגע הערה האב איך
איינער פון אייער יסודות אויף וואס איר בויעט דעם בנין איז די פראגע וויאזוי האט זי געקענט אריבער גיין די גרעניץ אזויפיל מאל אן ווערען געכאפט ספעציעל ביי אזא סענסעטיווע גרעניץ. איר באמערקט די פראגע צוויי מאל דורעך אויס אייער אנאליז. וויל איך באמערקען אז איך פערזענליך האט אויך פארברענגט אסאך צייט אין ווילדע מקומות אדג (אפשר בין איך פון די זעלבע שורש נשמה ווי דינה כהן) אין א שטיק צייט האב איך פארברעגט און מג׳דל שמס, איך האב זיך דארט באפריינדעט מיט אן ארטיגע איינוואנער. ווען איך בין געווארען נענטער מיט אים האט ער מיר געטרויעט צי פארציילען אז ס׳איז מעגליך אריבער צוגיין די גרעניץ אויף סוריא און איך אליין מיט אים האבען טאקע אריבער שפאצירט קיין סוריא איין פרימארגען ״טאקע ביי די זעלבע פלאץ ווי דינה כהן איז אריבער״! אונז זענען אריין היפש אפאר קילומטר און פארברענגט מיט משפחה זיינע וואס וואונען די אנדערע זייט.

@הרב יאיר, אפשר קומסטו אריין מיט מער דעטאלן (מעגליך אין דעם אשכול) ווי קען מען האבן אזעלעכע אוואנטורעס.
פארשפארט