לא מדובשך ולא מעוקצך
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 31
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
לא מדובשך ולא מעוקצך
א חבר מיינער וואס איז ארויס פון די סיסטעם, האט זיך אמאל אויסגעדריקט זייער שׁאַרף צו איינעם וואס האט אויסגעלויבט די געוואלדיגע צדקה וחסד אין סאטמער, און דעם אָומ-פּאַראַלעלן ביקור חולים…
האט ער געזאגט: חסד דוסים חטאת. [דוסים=חרדים] לויט׳ן באוואוסטן פסוק חסד לאומים חטאת.
די חסד פון אידישע קינדער איז באמת נבהל ונשתומם צו ווערן. און די גוטסקייט פון מענטשן איז אן איספיראציע… ליידער באניצט זיך די סיסטעם מיט אזעלכע מענטשן פאַר גוטע PR און נאך א גרעסערע הארצווייטאג איז צו זעהן ווי עס ווערט א מיטל צו האלטן מענטשן האָסטידש אין די סיסטעם.
ס’איז ענדליך צו די קירוב טאקטיק אין ליובאוויטש וכד׳ וואס מען איז ״מקרב״ נאר די דרויסענדיגע און די אייגענע לאזט מען אפט שימלען…
ס׳איז א סיסטעם געבויט אויף power וואס ניצט גוטהארציגע מענטשן צו פארדעקן אלע אומרעכטן און פשעים וואס גייט פאָר אין די זעלבע צייט אונטער די שלייער פון ערליכקייט
*זעה די געוואלדיגע מעשה פון קב הישר וועגן וײַצדקתך
ס׳דערמאנט א קורצע מעשה וואס איך האב געשריבן אין א תגובה ערגעץ ווי מ׳האט דיסקוסירט וועגן סאטמער.
א קארגער עושר האט אמאל דערלאנגט פאר אן ארעמאן פארשטונקענע פיש פון מיסטקאסטן צו עסן. און יענער האט זיך פארדארבן די מאגן און געווארן שטארק קראנק. דער עושר איז געגאנגען מבקר חולה זיין, און נאך א וואך איז ער נעבעך געשטארבן. דער גביר האט מיטגעהאלטן די לוויה, און נאך דריי טעג איז ער מיט זיין ווייב געגאנגען מנחם אבל זיין. אהיימגייענדיק פרעגט די ווייב, וואס עפעס ביסטו היינט אזוי אויפגעלייגט? זאגט ער צו איר, וואס הייסט? אין די לעצטע צען טעג האב איך געהאט דעם זכות מקיים צו זיין דריי גרויסע מצוות:
ביקור חולים, הלוית המת-חסד של אמת, און ניחום אבלים…
אזוי קוקט עס אויס ביי אונז אינעם סיסטעם, מע לאזט נישט לעבן נארמאל , מע ווערט קראנק, און דעמאלטס טוט מען זיך אויף וועגן די געוואלדיגע ביקור חולים…
מענטשן ווערן דערהרגעט און תוך כדי כך איז מען פארנומען אריינצוכאפן מצוות.
מיר דארפן אויסרופן הויך אויפן קול: לא מדובשך ולא מעוקצך
Sent from my iPad using Tapatalk

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
תניא: אמר להן רבן יוחנן בן זכאי לתלמידיו בני מהו שאמר הכתוב צדקה תרומם גוי וחסד לאומים חטאת?
נענה רבי אליעזר ואמר צדקה תרומם גוי - אלו הגוים, וחסד לאומים חטאת - אלו ישראל שנאמר גוי וקהל גוים יהיה ממך, כל צדקה וחסד שישראל עושין חטא הוא להן שאינם עושין אלא להתגדל בו. דתניא האומר סלע זה לצדקה בשביל שיחיו בני ובשביל שאזכה לעולם הבא הרי זה צדיק גמור.
נענה רבי יהושע ואמר צדקה תרומם גוי - אלו הגוים, וחסד לאומים חטאת - אלו ישראל שנאמר אף חובב עמים כל קדושיו בידיך, כל צדקה וחסד שישראל עושין חטא הוא להן שאין עושין אלא כדי שתמשך ה״סיסטעם״ שלהן.
נענה רבן גמליאל ואמר צדקה תרומם גוי - אלו הגוים, וחסד לאומים חטאת - אלו ישראל, כל צדקה וחסד שישראל עושין חטא הוא להן שאין עושין אלא להתיהר בו וכל המתיהר נופל בגיהנם שנאמר (משלי כא, כד) זד יהיר לץ שמו עושה בעברת זדון, ואין עברה אלא גיהנם שנאמר (צפניה א, טו) יום עברה היום ההוא.
אמר רבן גמליאל עדיין אנו צריכין למודעי. רבי אליעזר המודעי אומר צדקה תרומם גוי - אלו הגוים, וחסד לאומים חטאת - אלו ישראל, כל צדקה וחסד שישראל עושין חטא הוא להן שאין עושין אלא לחרף החילונים ורפורמים בו.
נענה רבי נחוניא בן הקנה ואמר צדקה תרומם גוי וחסד לישראל, ולדוסים חטאת.
אמר להם רבן יוחנן בן זכאי לתלמידיו נראין דברי רבי נחוניא בן הקנה מדברי ומדבריכם לפי שהוא נותן צדקה וחסד לישראל ולאומות העולם, ולדוסים חטאת מכל מקום.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 71
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 13, 2021 1:44 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
Re: לא מדובשך ולא מעוקצך
הלוואי סאטמאר וואלט געהאט אביסעל קנאותגאלד האט געשריבן:אגב איך אלס א פראוד סאטמארער ווערט ערענסט באליידיגט ווען איינער זאגט מיר אז סאטמער איז זייער שטארק אין חסד, כאילו די קנאות איז נישט ווערד צו אפלודירן. עקסקיוז מי!!!
Sent from my SM-A015V using Tapatalk
הומאניסט האט געשריבן:א חבר מיינער וואס איז ארויס פון די סיסטעם, האט זיך אמאל אויסגעדריקט זייער שׁאַרף צו איינעם וואס האט אויסגעלויבט די געוואלדיגע צדקה וחסד אין סאטמער, און דעם אָומ-פּאַראַלעלן ביקור חולים…
ס׳איז א סיסטעם געבויט אויף power וואס ניצט גוטהארציגע מענטשן צו פארדעקן אלע אומרעכטן און פשעים וואס גייט פאָר אין די זעלבע צייט אונטער די שלייער פון ערליכקייט
מיר דארפן אויסרופן הויך אויפן קול: לא מדובשך ולא מעוקצך
Sent from my iPad using Tapatalk
דיין פונקט איז ריכטיג (כאטש נישט אינגאנצן) אבער עס סארכעט פון ווייטאג און העיט...
איך קען פשוט צופיל אמת'ע בעלי חסד וועלכע געבן זיך באמת איבער, איך בין ווייט נישט קיין סאטמארער, אבער דאך ווען איך בין געווען אין שפיטאל מיט מיין מאמע פאר א האלבע יאר אין א ציה האבן זיי זיך אזוי שיין צוגעשטעלט מיט יעדן פרט וואס זיי האבן נאר געקענט און געגעבן אמת'ע געפיל. עס טוט מיר וויי ווי דו שרייבסט אויף זיי אלע כאילו זיי זענען א טייל פון די וועלכע מאכן קראנק דאס מענטשהייט.
אוודאי איז דאס נישט קיין תירוץ אויף די אביוז און קאנטראל וואס זיי טוען אן אויף אומשולדיגע מענטשן, אבער קענסט דאס זיכער נישט נוצן אלס א מיטל זיי צו שלאגן.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 198
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
- האט שוין געלייקט: 460 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל
מאך זיכער האט געשריבן:הומאניסט האט געשריבן:א חבר מיינער וואס איז ארויס פון די סיסטעם, האט זיך אמאל אויסגעדריקט זייער שׁאַרף צו איינעם וואס האט אויסגעלויבט די געוואלדיגע צדקה וחסד אין סאטמער, און דעם אָומ-פּאַראַלעלן ביקור חולים…
ס׳איז א סיסטעם געבויט אויף power וואס ניצט גוטהארציגע מענטשן צו פארדעקן אלע אומרעכטן און פשעים וואס גייט פאָר אין די זעלבע צייט אונטער די שלייער פון ערליכקייט
מיר דארפן אויסרופן הויך אויפן קול: לא מדובשך ולא מעוקצך
Sent from my iPad using Tapatalk
דיין פונקט איז ריכטיג (כאטש נישט אינגאנצן) אבער עס סארכעט פון ווייטאג און העיט...
איך קען פשוט צופיל אמת'ע בעלי חסד וועלכע געבן זיך באמת איבער, איך בין ווייט נישט קיין סאטמארער, אבער דאך ווען איך בין געווען אין שפיטאל מיט מיין מאמע פאר א האלבע יאר אין א ציה האבן זיי זיך אזוי שיין צוגעשטעלט מיט יעדן פרט וואס זיי האבן נאר געקענט און געגעבן אמת'ע געפיל. עס טוט מיר וויי ווי דו שרייבסט אויף זיי אלע כאילו זיי זענען א טייל פון די וועלכע מאכן קראנק דאס מענטשהייט.
אוודאי איז דאס נישט קיין תירוץ אויף די אביוז און קאנטראל וואס זיי טוען אן אויף אומשולדיגע מענטשן, אבער קענסט דאס זיכער נישט נוצן אלס א מיטל זיי צו שלאגן.
איך האב שטארק הנאה פון אייער קאָמענטאַר, נישט ווייל איך בין מסכים מיט אלס וואס איר זאגט אבער ווייל איר ברענגט אויף פיל פונקטן וואס איך גלייב איז שטאַרק וויכטיג ארומצורעדן.
פערסט טינגס פערסט אייער הקדמה. דאס שמעקט פון א קולטור וואס איז ליידער שטארק איינגעריסן ביי אונזערע חרדישע אידן (איך ווייס אז ס׳נישט בלויז א פראבלעם ביי אונז, נאר אז מיר ברויכן זיין אן אור לגויים טוט עס וויי צו זעהן אז דעי פארדארבנענע צוגאנג קען מען צומאל טרעפן ביי אונז אויף א שטערקערן אופן. עס איז די קולטור וואס אין די וועלט רופט זיך עס: בלעימינג די וויקטים. איך פארשטיי אז דאס איז מן הסתם נישט געווען אייער ציל, ווייל איר קוקט אויס ווי א באזעסענער מענטש אבער דערפאר טאקע קלער איך אז ס׳לוינט מיט אייך צו רעדן און אייך אויפמערקזאם מאכן אויף די חורבן וואס דאס קען ברענגען.
ערשטנס ווען איינער רעדט פון ווייטאג איז באמת א שאנדע יענעם אוועקצומאכן און זאגן מ׳זעהט די רעדסט פון ווייטאג, כאילו דאס טוט מינימיזירן די קלאגע. ס׳איז באמת גאָר פארקערט. די וואס רעדן פון ווייטאג רעדן פון האַרץ ארויס, נישט סתם געבּעבּקעט: ס׳דא א פוינט צו וואס זיי זאגן און מיר דארפן זיך לערנען ווי צוצוהערן מיט רעספעקט אנשטאט אוועקצומאכן - וואס איז אָפט א דעפענסיוונעס אבער אויך אן אומווילנדיגער רשעות. עס לייגט נאר צו זאלץ צו די וואונדן ווען א מענטש רעדט פון ווייטאג און מ׳מאכט יענעם אוועק אנשטאט אויסצוהערן און פרובירן צו פארשטיין יענעם׳ס שטאנדפונקט.
איך וועל אָפן מודה זיין אז איך אליין ווער אויך נכשל מיט דעם ווייל ס׳איז שטארק איינגעבאקן געווארן אין אונז. אבער איך האף אז מיט מער אויפמערקזאמקייט (awareness) קענען מיר ארבעטן צו ריפּלעיסן דעי שלעכטע העבּיט (במקום) מיט א בעסערע רעאקציע פון וועלידעיטן א צווייטן און אויסהערן און פרובירן צו פארשטיין אנשטאט זיך איילן אים אוועקמאכן מיט די ליסטע פון סיבות וואס איך האב פאַר טראכטן אנדערש...
איך האף איר פארשטייט אז איך זאג דאס אלס מיט רעספעקט צו אייך.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 155
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
- האט שוין געלייקט: 526 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל
לא מדובשך ולא מעוקצך
מאך זיכער האט געשריבן:הומאניסט האט געשריבן:א חבר מיינער וואס איז ארויס פון די סיסטעם, האט זיך אמאל אויסגעדריקט זייער שׁאַרף צו איינעם וואס האט אויסגעלויבט די געוואלדיגע צדקה וחסד אין סאטמער, און דעם אָומ-פּאַראַלעלן ביקור חולים…
ס׳איז א סיסטעם געבויט אויף power וואס ניצט גוטהארציגע מענטשן צו פארדעקן אלע אומרעכטן און פשעים וואס גייט פאָר אין די זעלבע צייט אונטער די שלייער פון ערליכקייט
מיר דארפן אויסרופן הויך אויפן קול: לא מדובשך ולא מעוקצך
Sent from my iPad using Tapatalk
דיין פונקט איז ריכטיג (כאטש נישט אינגאנצן) אבער עס סארכעט פון ווייטאג און העיט...
איך קען פשוט צופיל אמת'ע בעלי חסד וועלכע געבן זיך באמת איבער, איך בין ווייט נישט קיין סאטמארער, אבער דאך ווען איך בין געווען אין שפיטאל מיט מיין מאמע פאר א האלבע יאר אין א ציה האבן זיי זיך אזוי שיין צוגעשטעלט מיט יעדן פרט וואס זיי האבן נאר געקענט און געגעבן אמת'ע געפיל. עס טוט מיר וויי ווי דו שרייבסט אויף זיי אלע כאילו זיי זענען א טייל פון די וועלכע מאכן קראנק דאס מענטשהייט.
אוודאי איז דאס נישט קיין תירוץ אויף די אביוז און קאנטראל וואס זיי טוען אן אויף אומשולדיגע מענטשן, אבער קענסט דאס זיכער נישט נוצן אלס א מיטל זיי צו שלאגן.
בונה של טוב האט געשריבן:מאך זיכער האט געשריבן:הומאניסט האט געשריבן:א חבר מיינער וואס איז ארויס פון די סיסטעם, האט זיך אמאל אויסגעדריקט זייער שׁאַרף צו איינעם וואס האט אויסגעלויבט די געוואלדיגע צדקה וחסד אין סאטמער, און דעם אָומ-פּאַראַלעלן ביקור חולים…
ס׳איז א סיסטעם געבויט אויף power וואס ניצט גוטהארציגע מענטשן צו פארדעקן אלע אומרעכטן און פשעים וואס גייט פאָר אין די זעלבע צייט אונטער די שלייער פון ערליכקייט
מיר דארפן אויסרופן הויך אויפן קול: לא מדובשך ולא מעוקצך
Sent from my iPad using Tapatalk
דיין פונקט איז ריכטיג (כאטש נישט אינגאנצן) אבער עס סארכעט פון ווייטאג און העיט...
איך קען פשוט צופיל אמת'ע בעלי חסד וועלכע געבן זיך באמת איבער, איך בין ווייט נישט קיין סאטמארער, אבער דאך ווען איך בין געווען אין שפיטאל מיט מיין מאמע פאר א האלבע יאר אין א ציה האבן זיי זיך אזוי שיין צוגעשטעלט מיט יעדן פרט וואס זיי האבן נאר געקענט און געגעבן אמת'ע געפיל. עס טוט מיר וויי ווי דו שרייבסט אויף זיי אלע כאילו זיי זענען א טייל פון די וועלכע מאכן קראנק דאס מענטשהייט.
אוודאי איז דאס נישט קיין תירוץ אויף די אביוז און קאנטראל וואס זיי טוען אן אויף אומשולדיגע מענטשן, אבער קענסט דאס זיכער נישט נוצן אלס א מיטל זיי צו שלאגן.
איך האב שטארק הנאה פון אייער קאָמענטאַר, נישט ווייל איך בין מסכים מיט אלס וואס איר זאגט אבער ווייל איר ברענגט אויף פיל פונקטן וואס איך גלייב איז שטאַרק וויכטיג ארומצורעדן.
פערסט טינגס פערסט אייער הקדמה. דאס שמעקט פון א קולטור וואס איז ליידער שטארק איינגעריסן ביי אונזערע חרדישע אידן (איך ווייס אז ס׳נישט בלויז א פראבלעם ביי אונז, נאר אז מיר ברויכן זיין אן אור לגויים טוט עס וויי צו זעהן אז דעי פארדארבנענע צוגאנג קען מען צומאל טרעפן ביי אונז אויף א שטערקערן אופן. עס איז די קולטור וואס אין די וועלט רופט זיך עס: בלעימינג די וויקטים. איך פארשטיי אז דאס איז מן הסתם נישט געווען אייער ציל, ווייל איר קוקט אויס ווי א באזעסענער מענטש אבער דערפאר טאקע קלער איך אז ס׳לוינט מיט אייך צו רעדן און אייך אויפמערקזאם מאכן אויף די חורבן וואס דאס קען ברענגען.
ערשטנס ווען איינער רעדט פון ווייטאג איז באמת א שאנדע יענעם אוועקצומאכן און זאגן מ׳זעהט די רעדסט פון ווייטאג, כאילו דאס טוט מינימיזירן די קלאגע. ס׳איז באמת גאָר פארקערט. די וואס רעדן פון ווייטאג רעדן פון האַרץ ארויס, נישט סתם געבּעבּקעט: ס׳דא א פוינט צו וואס זיי זאגן און מיר דארפן זיך לערנען ווי צוצוהערן מיט רעספעקט אנשטאט אוועקצומאכן - וואס איז אָפט א דעפענסיוונעס אבער אויך אן אומווילנדיגער רשעות. עס לייגט נאר צו זאלץ צו די וואונדן ווען א מענטש רעדט פון ווייטאג און מ׳מאכט יענעם אוועק אנשטאט אויסצוהערן און פרובירן צו פארשטיין יענעם׳ס שטאנדפונקט.
איך וועל אָפן מודה זיין אז איך אליין ווער אויך נכשל מיט דעם ווייל ס׳איז שטארק איינגעבאקן געווארן אין אונז. אבער איך האף אז מיט מער אויפמערקזאמקייט (awareness) קענען מיר ארבעטן צו ריפּלעיסן דעי שלעכטע העבּיט (במקום) מיט א בעסערע רעאקציע פון וועלידעיטן א צווייטן און אויסהערן און פרובירן צו פארשטיין אנשטאט זיך איילן אים אוועקמאכן מיט די ליסטע פון סיבות וואס איך האב פאַר טראכטן אנדערש...
איך האף איר פארשטייט אז איך זאג דאס אלס מיט רעספעקט צו אייך.
To add to that…
אינ׳ם צווייטן פאראגראף מאכט איר א טעות. ווייל דער OP האט בכלל נישט געזאגט אז די גוטהארציגע מענטשן זענען אויך די וואס טוען שלעכטס. גאר פארקערט! איך גלייב אז פון זיינע ווערטער איז מסתבר אז דאס זענען 100% גוטהאציגע מענטשן און די סיסטעם איז די פראבלעם ווייל די קוראפשן ברענגט צו אז די גוטהארציגע נשמות ווערן ווי א שיינע Persian Rug אונטער וועלכע מ׳שטופט אונטער האריבל עביוז - אין אנדערע ווערטער, מיט׳ן קאנווינסן יעדן וויפיל חסד ס׳דא אין סאטמער איז עס א מיטל אוועקצומאכן די קריימס וואס זענען מעשים בכל יום פון די וואס זענען אין power
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דורש אמת, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
תרמב האט געשריבן:סאו מ’זאל אויפהערן צו טוהן חסד ווייל ס’דא אזעלכע וואס נוצן עס צו פארדעקן זייער גארבעזש? וואס זענען די חולים שולדיג? מ’דארף ארבעטן אויסצוראטן קוראפציע, אבער לאז אפ ביקור חולים!
ס׳דערמאנט מיר פון יענע מעשה פון יענע רב וואס האט גערעדט אין א דרשה איבער דעם איסור פון לשון הרע, ״לשון הרע איז פונקט אזא עבירה ווי עסן חזיר!״ האט ער אויסגעשריגן. הערט ער ווי איינער שושקעט זיך אונטער צו זיין חבר ״דו הערסט וואס דער רב זאגט? עסן חזיר איז נישט אזא גרויסע עבירה, העכסטנס איז עס ווי רעדן לשון הרע...״
דערמאנט מיר פון דעם קליפ, מ׳קען שוין גארנישט זאגן ווייל מ׳הערט סייווי וואס מ׳וויל הערן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- גיב א שמייכעל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 8:45 am
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל
הומאניסט האט געשריבן:א חבר מיינער וואס איז ארויס פון די סיסטעם, האט זיך אמאל אויסגעדריקט זייער שׁאַרף צו איינעם וואס האט אויסגעלויבט די געוואלדיגע צדקה וחסד אין סאטמער, און דעם אָומ-פּאַראַלעלן ביקור חולים…
האט ער געזאגט: חסד דוסים חטאת. [דוסים=חרדים] לויט׳ן באוואוסטן פסוק חסד לאומים חטאת.
יעדע מאל וואס מ'רעדט פון די אכזריות פון סאטמאר וועלן זיי אלע אנהייבן זינגען דעם הייליגן תנועה: "אבער חסד איז אין סאטמאר!"
דאס פארענטפערט נישט די אלע מעשה רציחות וואס זיי האבן אפגעטוהן אינטערן שלייער פון אזוי-געריפענע קנאות, כאמאס און על קאידא פארטיילען יעצט אויך וואקסינען אין זייערע געגענטער און זיי ווערן יעצט נישט אויס טעראריסטען וועגען דעם! ווילאדאמיר פוטין הייסט אלס אן אוהב ישראל אבער דאס מאכט איהם נישט אויס ברוטאלע דיקטאטור וואס מארדעט אויס ווער ס'שטייט איהם אין וועג!
הקיצור, ווי @הומאניסט האט געשריבן זיי קענען נישט ניצען זייערע אזוי-געריפענע חסד פאר א תירוץ פאר אלעם און אלסדינג!
גיב מיר א ליי"ק אדער נישט, א שמייכעל גיב זיכער!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 573 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל
קוקטס אן ווי אונזער אלטער "אוהב" האט זיך אויפגעוועקט און מיט זיין גרויס ליבשאפט נאכאמאל ארויסגעוויזן זיין גרויס אהבה, ער קען דאך נישט פיינט האבן וויבאלד ער האט נאר איין הארץ און ער וויל עס נאר אנפילן מיט "לאוו"...
איך ווער משוגע וויאזוי מענטשן גייען פראווענען די גרעסטע לומדותן צו קענען מלמד חוב זיין אויף סאטמאר, יעדע מין זאך וואס סאטמאר טוט נאר גייט מען קריכן און זוכן ביז מען וועט קענען פארענטפערן בדרך אפשר אז ער האט נישט געמיינט גוטס נאר שלעכטס, און אלעס קומט נאך מחמת גרויס ליבעראליזם....
די חסד פון סאטמאר הייבט זיך נישט אן און ענדיגט זיך נישט ביי די קאלטע זופ פון ביקור חולים, ביודעי ובמכירי קאמינא פון מענטשן וואס האבן געדארפט אדורכגיין שווערע אפעראציעס און אן קיין קאמפיינס האבן ביידע סאטמארער רביס ארויסגעשיקט הונדערטער טויזנטער דאלארן, אנגעדרייט די גרעסטע דאקטורים און קיינער ווייסט נישט דערפון חוץ געציילטע נאנטע משפחה, סאיז דא א איד אין וויליאמסבורג ער הייסט רבי מיכל שלעזינגער וואס איך האב שוין מיטגעהאלטן פון דער נאנט ווי ער גיבט קלאודינג אין ווערט פון צוויי טויזנט דאללער פאר עני חתן אפגעזען צו ער גייט מיט תכלת אדער א נאנאח קאפל, גלייבטס מיר נישט, איעדער איז מכובד עס אליינס נאכצוקוקן, און אלעס איז מיט די גרעסטע הצנע לכת איך ווייס נישט ווי פי. אר. קומט דא אריין.
מיסטער הומו, האסט עפעס אינטעליגענט צו האקן קום אריין קלאר, דיינע בויכווייען איז קיינער נישט אינטערסירט צו הערן....

אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
- גיב א שמייכעל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 8:45 am
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:די חסד פון סאטמאר הייבט זיך נישט אן און ענדיגט זיך נישט ביי די קאלטע זופ פון ביקור חולים, ביודעי ובמכירי קאמינא פון מענטשן וואס האבן געדארפט אדורכגיין שווערע אפעראציעס און אן קיין קאמפיינס האבן ביידע סאטמארער רביס ארויסגעשיקט הונדערטער טויזנטער דאלארן, אנגעדרייט די גרעסטע דאקטורים און קיינער ווייסט נישט דערפון חוץ געציילטע נאנטע משפחה,
אפשר יא און אפשר ניין! און אפילו אויב יא נעמט עס נישט אוועק די פאוינט וואס הומאנסט האט געשריבן!! און אגב גלייב איך אז יעדע רבי פון חסידים טוט דאס מער ווייניגער... איז וואס פאמפעוועט סאטמאר ארום מיט זייער גרויסארטיגע חסד??
גיב מיר א ליי"ק אדער נישט, א שמייכעל גיב זיכער!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 573 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל
מיין פוינט איז לאוו דוקא געווען ארויסצוברענגען די חסד פון סאטמאר דאס האב איך נאר געשריבן בדרך אגב אז מען זאל וויסן וואס מען מאכט אוועק פאר מען נעמט זיך האקן אין די וועלט אריין, מיין עיקר פוינט איז אז מען דארף זיך נישט מדחיק זיין צו טרעפן שלעכטס אויף יעדע גוטע זאך וואס סאטמאר טוט. כהאב נאך אסאך צו שרייבן די איבריגע וועט נאכפאלגן בעז"ה.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 573 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל
- גיב א שמייכעל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 8:45 am
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:מיין פוינט איז לאוו דוקא געווען ארויסצוברענגען די חסד פון סאטמאר דאס האב איך נאר געשריבן בדרך אגב אז מען זאל וויסן וואס מען מאכט אוועק פאר מען נעמט זיך האקן אין די וועלט אריין, מיין עיקר פוינט איז אז מען דארף זיך נישט מדחיק זיין צו טרעפן שלעכטס אויף יעדע גוטע זאך וואס סאטמאר טוט. כהאב נאך אסאך צו שרייבן די איבריגע וועט נאכפאלגן בעז"ה.
איך געב דיר לייק! ביסט גערעכט! מ'דארף קוקן אין ביידע ריכטונגען!