הרב יואל ראטה מיט א ווארענונג צו די רבנים!

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך הער אז די מעשה יעצט איז אז א ווילימסבורג מיידל וואס איז אנגעקומען צום ראש ישיבה און אירע עלטערן וואס זענען פון די פני העיר האלטן עס נישט אויס און זיי פירן יעצט א מערכה און דרייען אן די רבני העיר
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

עמעזאן האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואו קען מען זעהן זיינע בריוון?
פארוואס זעה איך עס קיינמאל נישט?

די בריווען וועג ער ענטפערט די שאלות, אויך די אפציע 'פרעג א שאלה'

איך האב געקליקט די לינק און גלייך געפאלן אויף שאלה #1145 אט איז די שאלה און תשובה:

- דארף א פרוי זיך אפשערן אלע האר?

תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,

איך בין א פרוי וואס איז זיך מחי' מיט די שיעורים יעדן טאג, און איך האב זיך אסאך פארבעסערט אין זכות פון די שיעורים.

איך וועל פרעגן איבער שערן די האר. ס'איז מיר זייער שווער עס צו טון, אפילו ס'איז אזוי איינגעפירט אין אונזער משפחה. איך האב געהאט שיינע האר און איך וויל מיין מאן זאל אויך הנאה דערפון.

אפשר קען מען שערן נאר די האר וואס קען זיך ארויסשטעקן פונעם טיכל, אדער דארף מען דוקא אפשערן די גאנצע האר?

אויך וויל איך וויסן אויב ס'קען זיין אז ווייל איך בין נישט אזוי מקפיד אויף דעם, דערפאר גייט מיר די שלום בית נישט אזוי גרינג?

יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך

יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן

מרת ... תחי'.

איך האב ערהאלטן אייער בריוו.

אז איר וועט זיך אפשערן אייערע האר וועט איר אראפנעמען פון זיך אלע דינים. אונזערע הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן אונז (עירובין ק:) ווען חוה האט צוגעהערט צום שלאנג און געגעסן פונעם עץ הדעת איז זי געשאלטן געווארן מיט צען קללות, איינע פון די קללות איז: "מְגַדֶּלֶת שֵׂעָר כְּלִילִית", א פרוי איז געשאלטן געווארן מיט האר, די האר ברענגט אלע שלעכטס, די האר ברענגט אלע צרות.

דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו פלעגט געבן א דרשה כל נדרי ביינאכט, אינמיטן די דרשה פלעגט ער זיך אויסדרייען זיין הייליגע פנים צום ווייבער שול און געוויינט צו די פרויען, ער האט געזאגט: "ווי אזוי קען מען זאגן ביי קריאת שמע 'ובכל נפשך' - מיר זענען גרייט אוועק צו געבן דעם גאנצן נפש פאר'ן אייבערשטן, ווען מען איז נישט גרייט אוועק צו געבן דאס ביסל האר?" ער האט געוויינט און געשריגן מיט זיין הייליג הארץ צו די פרויען זיי זאלן זיך נישט שעמען אפצושערן די האר, מיר דארפן זוכן צו געפעלן נאר פאר'ן אייבערשטן.

געבט א קוק וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זאגט וואס פאסירט ווען מען גייט מיט האר (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; זאגט ווייטער דער הייליגער זוהר: 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', און זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא', ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.

הלואי וואלט מען דאס אריינגעלייגט אין יונגע קינדער, זיי זאלן אויפוואקסן מיט דעם; זיי זאלן ווארטן אויף די מינוט ווען זיי וועלן חתונה האבן צו קענען אראפנעמען די קללה מיט וואס חוה איז געשאלטן געווארן, זיך אפשערן מיט שמחה, וועלן זיי זוכה זיין צו ערליכע דורות.

דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

איך זע נישט ווי ער זאל האבן געענטפערט די שאלה.

ליינענדיג די בריוו זע איך א קללה אויף חוה לגבי האר, און א זוהר וואס שרייבט שארף קעגן "אויפגעדעקטע האר", און אויך א שיינע מעשה פון סאטמאר רבי (כאטש אן קיין הלכה'דיגע טעם), אבער צום עצם שאלה פון 'איך וויל זיך נישט אפשערן, דארף איך'? האט ער בכלל נישט געענטפערט.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

רוב פון זיינע תשובות ארבעטן אזוי, ער רעדט ארום די נושא פון די שאלה, אבער ענטפערט נישט געהעריג אויף וואס מ'האט געפרעגט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עמעזאן האט געשריבן:איך הער אז די מעשה יעצט איז אז א ווילימסבורג מיידל וואס איז אנגעקומען צום ראש ישיבה און אירע עלטערן וואס זענען פון די פני העיר האלטן עס נישט אויס און זיי פירן יעצט א מערכה און דרייען אן די רבני העיר

אזוי ווי די נארישע אונגארישע וויליאמסבורגע סאטמאר'ע אידענע וועלכע האט ביי א הפגנה אקעגן ר' יואל ראטה געשריגן..."יוילי רויט, מאח שעמוי"...!
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

די וואך האט זיך נחום רוזנבערג צולאסט אויף יואלי ראטה, טאקע וועגן די מעשה... ער באזידלט אים אזוי שטארק אז ס'גייט א רויעך, ער שוינט נישט אפילו דער מהרא"ש, פארן חתונה מאכן קינדער יונג. ער זאגט פונקטליכע נעמען ווער דער מאן פון די מיידל איז, דוכט זיך איינער פון מאנסי. ס'קוקט אויס ווי ס'קומט א שטונק.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

איך ווייס נישט וועלכע מיידל מען רעדט דא, איך ווייס פין צוויי מיידלעך וואס ער האט אריין געכאפט אין זיין נעץ און חתונה געמאכט יונג צו זיינע ביקעס. ביידע האבן די עלטערען נישט געהאט קיין שום שייכות מיט אים.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
ירמי'
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 12, 2016 9:37 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

שליחה דורך ירמי' »

אישתישבי האט געשריבן:איך ווייס נישט וועלכע מיידל מען רעדט דא, איך ווייס פין צוויי מיידלעך וואס ער האט אריין געכאפט אין זיין נעץ און חתונה געמאכט יונג צו זיינע ביקעס. ביידע האבן די עלטערען נישט געהאט קיין שום שייכות מיט אים.

און די מיידליך זענען צופרידן??
אלס בעסער ווי די עלטערן זענען צופרידן און די קינדער נישט....

על פי רוב טוט ער דאס ווען די צוויי זענען שוין מקודש מיט די דריטע מהלך וואס די משנה רעכענט אויס....
שאלת. איך הדרך לאמונת חכמים. תשובה: אמונת חכמים תלויה באמונת החכמה בכלל.
קו"א ח"א מכתב קפב
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

לויט ווי נחום זאגט, רעדט מען פון פיינע מיידלעך וואס זענען גוט מחונך, און ער מאכט זיי חתונה צו ביקעס. די מיידלעך זענען 17.
ירמי'
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 12, 2016 9:37 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

שליחה דורך ירמי' »

אבשלום בן מעכה האט געשריבן:לויט ווי נחום זאגט, רעדט מען פון פיינע מיידלעך וואס זענען גוט מחונך, און ער מאכט זיי חתונה צו ביקעס. די מיידלעך זענען 17.

לויט וועם??? איך מיין יעדער קען זיך דאס איבערצייגן זיין קהילה איז אפען
שאלת. איך הדרך לאמונת חכמים. תשובה: אמונת חכמים תלויה באמונת החכמה בכלל.
קו"א ח"א מכתב קפב
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אבשלום בן מעכה האט געשריבן:לויט ווי נחום זאגט, רעדט מען פון פיינע מיידלעך וואס זענען גוט מחונך, און ער מאכט זיי חתונה צו ביקעס. די מיידלעך זענען 17.

און עס איז אמת ביי די צוויי פעלער וואס איך ווייס.

איך פארשטיי אז עס איז שווער צו גלייבן פאר די מענטשן וואס האבן געמיינט אז ער איז עפעס אויף זייער זייט ווען ער האט אביסל גערעדט קעגן די סיסטעם. אבער וואס ער טוט איז א ריזיגע עוולה, עס איז נישט קיין ספק אז ער וועט ווערען אנגעפערטיגט און אנגעפרעגט ביי יעדעס נארמאלער מענטש, און ער וועט ווערען באקאנט פאר א איש מסוכן וואס מען דארף שטיין ווייט פין אים און זיינע חסידים.

מען רעדט פין א קולט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ווען איך-מיט מיין באקאנטע ווייטע בליק- האב דאס געשריגן פון די ערשטע מינוט האט נישט יעדער מיר פארשטאנען. דער איז א מסוכן'דיגער מנוול א תלמיד פון א ארכי מנוול.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך אויך האט געשריבן:ווען איך-מיט מיין באקאנטע ווייטע בליק- האב דאס געשריגן פון די ערשטע מינוט האט נישט יעדער מיר פארשטאנען. דער איז א מסוכן'דיגער מנוול א תלמיד פון א ארכי מנוול.

ב"ה נחום ר"ב האט איינגעזעהן ווי איך אויך....
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אישתישבי האט געשריבן:
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:לויט ווי נחום זאגט, רעדט מען פון פיינע מיידלעך וואס זענען גוט מחונך, און ער מאכט זיי חתונה צו ביקעס. די מיידלעך זענען 17.

און עס איז אמת ביי די צוויי פעלער וואס איך ווייס.

איך פארשטיי אז עס איז שווער צו גלייבן פאר די מענטשן וואס האבן געמיינט אז ער איז עפעס אויף זייער זייט ווען ער האט אביסל גערעדט קעגן די סיסטעם. אבער וואס ער טוט איז א ריזיגע עוולה, עס איז נישט קיין ספק אז ער וועט ווערען אנגעפערטיגט און אנגעפרעגט ביי יעדעס נארמאלער מענטש, און ער וועט ווערען באקאנט פאר א איש מסוכן וואס מען דארף שטיין ווייט פין אים און זיינע חסידים.

מען רעדט פין א קולט.

אפשר זאגסטו מיר נעמען איך קען די קהילה אין אישי איז אויך גוט
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

אז ס’איז א גוטע לשון הרע קען מען מיר אויך אריינשיקן אין אישי, פארשטייט זיך נאר מיט נעמען, כמאמר החכם דו זאג מיר די נעמען און די מעשה העל איך שוין אליינס געוואור ווערן.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

איך אויך האט געשריבן:ווען איך-מיט מיין באקאנטע ווייטע בליק- האב דאס געשריגן פון די ערשטע מינוט האט נישט יעדער מיר פארשטאנען. דער איז א מסוכן'דיגער מנוול א תלמיד פון א ארכי מנוול.

געוויסע פון זיינע ערשטע תלמידים פון וויען שרייען אויך אזוי.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מפיל קינד האט געשריבן:

זיי זיך מסביר די ערשטע תלמידים זענען נאך דארט? זענען אמאל דארט געווען? אדער קיינמאל?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מען רעדט אזעלעכע שטותים דא כאילו ביי די 18 איז מען יא גענוג ערוואקסן, פרעה עני נארמאלע מענטש חוץ א היימישע איד.
דארט ביי די 16 איז מען מער ערוואקסן ווי ביי אונז ביי די 18, זיי ווייסען וואס מיינט חתונה האבן.

נארמאל גייט צו א שידוך נארמאל פונקט ווי ביי אונז, צומאל איז דא פעלער וואס די בחור און מיידל וואינען שוין צוזאמען... אדער די עלטערן האלטן נישט ביים טון א שידוך סתם אזוי און די בחור/מיידל וויל חתונה האבן.

דאס אז ביקעס/שטריקעס האבן חתונה צו וואילע מיידליך וויל איך ניטאמאל ענטפערן ווייל קוק זיך צו ווי רוב קווינס באקעס האבן חתונה צו אידיאלי וואילע מיידליך
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

עמעזאן האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:ווען איך-מיט מיין באקאנטע ווייטע בליק- האב דאס געשריגן פון די ערשטע מינוט האט נישט יעדער מיר פארשטאנען. דער איז א מסוכן'דיגער מנוול א תלמיד פון א ארכי מנוול.

געוויסע פון זיינע ערשטע תלמידים פון וויען שרייען אויך אזוי.

זיי זיך מסביר די ערשטע תלמידים זענען נאך דארט? זענען אמאל דארט געווען? אדער קיינמאל?

תלמידים וואס געדענקן אים אלס מנהל/מלמד אין וויען האבן צו דערציילן מעשיות.

מיין חבר וועם איך קען איז שוין א אינגערמאן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לייענענדיג אסאך פון זיינע בריוון האב איך באמערקט א אינטערעסאנטע זאך, ביי 80% בריוון ענפערט ער נישט דירעקט אויף די שאלה, ער געבט נאר חיזוק בכלליות אויף די נושא, דו"ק ותשכח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מפיל קינד האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:ווען איך-מיט מיין באקאנטע ווייטע בליק- האב דאס געשריגן פון די ערשטע מינוט האט נישט יעדער מיר פארשטאנען. דער איז א מסוכן'דיגער מנוול א תלמיד פון א ארכי מנוול.

געוויסע פון זיינע ערשטע תלמידים פון וויען שרייען אויך אזוי.

זיי זיך מסביר די ערשטע תלמידים זענען נאך דארט? זענען אמאל דארט געווען? אדער קיינמאל?

תלמידים וואס געדענקן אים אלס מנהל/מלמד אין וויען האבן צו דערציילן מעשיות.

מיין חבר וועם איך קען איז שוין א אינגערמאן.

"מעשיות" אפשר זאגסטו וועלכע מעשיות דו רעדסט פון, שידוכים האט ער נישט עוסק געווען דעמאלטס, סוי וואס יא??
מעשיות.....
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עמקות המחשבה האט געשריבן:לייענענדיג אסאך פון זיינע בריוון האב איך באמערקט א אינטערעסאנטע זאך, ביי 80% בריוון ענפערט ער נישט דירעקט אויף די שאלה, ער געבט נאר חיזוק בכלליות אויף די נושא, דו"ק ותשכח

נישט אמת! על פי רוב אויס איז עס א שאלה וואס צו טון וואט ער ענטפערן, צומאל וועט ער זאגן אז עס איז נישט שייך צו גיבן א תשובה, אבער רוב מאל איז עס א קלארע יא צו ניין
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

עמעזאן האט געשריבן:מען רעדט אזעלעכע שטותים דא כאילו ביי די 18 איז מען יא גענוג ערוואקסן, פרעה עני נארמאלע מענטש חוץ א היימישע איד.
דארט ביי די 16 איז מען מער ערוואקסן ווי ביי אונז ביי די 18, זיי ווייסען וואס מיינט חתונה האבן.

נארמאל גייט צו א שידוך נארמאל פונקט ווי ביי אונז, צומאל איז דא פעלער וואס די בחור און מיידל וואינען שוין צוזאמען... אדער די עלטערן האלטן נישט ביים טון א שידוך סתם אזוי און די בחור/מיידל וויל חתונה האבן.

דאס אז ביקעס/שטריקעס האבן חתונה צו וואילע מיידליך וויל איך ניטאמאל ענטפערן ווייל קוק זיך צו ווי רוב קווינס באקעס האבן חתונה צו אידיאלי וואילע מיידליך

איך פארשטיי אז די ווילסט זאגען אז די מיידלעך וואס יואלי ראטה מאכט חתונה צו זיינע בחורים קעגען דער רצון פין זייערע עלטערען איז ווייל די מיידלעך זענען ראוי פאר די בחורים אדער זיי קענען שוין דער בחור, און ר' יואלי טוט פשוט א טובה פאר דער מיידל.

ביי איין פאל ווייס איך בבירור גמור, אז דער מיידל האט גענומען א דזשאב ביי זיין אין אפיס און זיי האבען איר דארט מסביר געוועהן ווי גוט עס וועט זיין אויב זי וועט חתונה האבען מיט א בחור פין דארט, און כך הוה, און דער טאטע האט איר חתונה געמאכט, אבער מיט א שטארקע שברון לב.

דער צווייטע פאל איז דער מיידל טאקע געווארען זיינס א חסידות'טה, ביי די זעכצען און ער האט איר חתונה געמאכט מיט א בחור, אין דער פאל האט דער טאטע נעבעך נישט געוואלט וויסען גארנישט און איז אפשר געקומען צו די חתונה אבער נישט געוואלט האבען א שייכות מער.

דער יואלי ראטה צוברעכט אידישע שטובער ווייל ער וויל בויען זיין פלאץ, זיינע דרשות זענען אפשר אינטרעסאנט, אבער ער זוכט נישט לטובת קיינעם נאר צו בויען זיין חסידות, און ער האט נישט קיין פראבלעם אוועק צו נעמען קינדער פין זייערע עלטערען פאר זיין טובה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נאכאמאל, דו רעדסט נאר פון די שברי לב פון די עלטערן, וואס טוט זיך מיט די מיידל/ווייבל? איז זי צופרידן העפי אדער נישט???

צוברעכן אידישע שטובער מיינט גורם זיין קריגערייען צווישען מאן און ווייב אדער אפטיילן קינדער אין שטוב פון די עלטערן.

שוין יארן וואס מען האקט דא אין שטיבל אויף דאס חתונה חתונה מאכן די קינדער מיט אומפאסיגע שידוכים.
קומט איינער און טוט צום זאך, האט מען טענות אויף עם??
פארשפארט