תרמב האט געשריבן:איינער לייקנט אז פאנעט איז מו’’ל די הונדערט אויסגאבע? דאס אז ער וויל נישט אז מ’זאל פארקויפן יענע אויסגאבע איז לכאורה ווייל ער וויל ארויסגעבן די קינדליין, און ער האלט אז ס’איז נישט דא קיין פלאץ פאר צוויי פון די זעלבע סארט מאגאזין.
ממש נישט.
ער וויל היידזשעקן מענדל הערש אדער אמווייניגסטענס זיינע שרייבערס, אז זיי זאלן מוזן ארויסגעבן די קינדליין - וואס אויף דעם האט ער יא א חלק פונעם בעלות.
ריינער ווייסט אליינס ווי ווייניג ער איז ווערד אן מענדל הערש פאנעט לצידו, און די פאקט אז אלע שרייבער און סטעף זענען מיטגעגאנגען מיט פאנעט קיין הונדערט, ווייזט פאר אים און פאר די גאס וויפיל קינדליין איז ווערד אן פאנעט און וויפיל קינדליין איז ווערד מיט ריינער.
אגב, קינדערליך קומט נאכאלס ארויס, און מ'זעט אז ס'איז יא דא פלאץ פאר צוויי פון די זעלבע סארט מאגאזין. נאר וואס דען? קינדערליך איז אן אדורכגעפאלענע מאגאזין, וויבאלד דער וואס געט עס ארויס איז נישט אזוי געלונגען ווי פאנעט. דאס איז די סיבה פארוואס ריינער וויל האלטן פאנעט ביים קארג, ווייל אן פאנעט איז קינדליין גארנישט ווערד.
נאך איין נקודה:
די פאקט אז ריינער'ס מהלך באשטייט פון טעראריזירן די אויסגאבע הונדערט, סטראשענען די גראסעריס, רופן די שרייבערס פון הונדערט צו דין תורה, און ברענגען בריוון פון אזעלכע טשיקאווע בתי דינים ווי נאווארדעק אז קיינער טאר נישט האבן קיין שייכות מיט הונדערט,
אנשטאט טון ווי נארמאלע מענטשן טוען, אז מ'טעראריזירט "נאר" דער מענטש זעלבסט [פאנעט], און מ'פאקוסירט אויף ארויסגעבן א "שענערע, בעסערע און גרעסערע" קינדליין אנשטאט באשמוצן דעם צד שכנגד טאג און נאכט (און יוצא זיין מיטן שרייבן צעטלעך אז מערצעשעם פסח קומט א קנאקעדיגע קינדליין),
דאס צייגט מער פון אלעס וואס דא גייט פאר.
ריינער האט נישט קיין אייגענע מהלך, חוץ פון פרובירן צו האלטן פאנעט און זיין סטעף ביים האלז. ער האט קיינמאל נישט געהאט שייכות מיט סיי וועלכע חלק פונעם מאגאזין, חוץ פון געבן און נעמען געלט. ער ווייסט אויך אז פאר זיך אליינס איז ער גארנישט ווערד.