החוקר האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:דאס איז דער טיפיקעל היימישער רעספאנס, כאילו דער קינד אדער דער טאטע זענען עפעס שולדיג דא.
ווי ליינסטו א באשולדיגונג קעגן סיי וועמען? סך הכל פרעגט ער וויאזוי עס פאסירט.
אישתישבי האט געשריבן:שולדיג איז אונזער סיסטעם וואס לאזט נישט פראסעסען אלע פעלער וואס געשעהט מיט די אינסטאנצן, ווען יא, איז זיכער אז דער מעשה וואלט נישט געשעהן.
אזוי? ביסט זיכער מיט וואס דו זאגסט? פוק חזי, ביי די גוים פאסירט טאקע קיינמאל גארנישט, ווייל די אינסטאנצן נעמען קעיר.
דאונט געט מי ראנג, ווען/אויב די סיסטעם לאזט נישט באריכטן מעשי נבלה דארף מען מוחה זיין און זיך נישט לאזן. אבער ב"ה דא איז דאס נישט דער פאל. אע"כ סתם קריטיק לשם קריטיק איז צוועקלאז.
אישתישבי האט געשריבן:און דער שפערבער, אויב דער טאטע דא וועט נישט גיין מיט אים עס הסוף איז זיכער אז עס וועלען זיין נאך קרבנות
ווייס איך נישט ווי זיין טאטע קומט דא אריין. לויט ווי איך פארשטיי רעדט מען פון אן ערוואקסענער בחור. אע"כ סתם קריטיק לשם קריטיק איז צוועקלאז.
אישתישבי האט געשריבן:און כאילו אונז דארפען וואוינען אין א האסטעל ענווייראמענט, מיט חשדות אויף יעדעם איינעם, נאר ווייל אפאר שטריק רבנים לאזן נישט גיין צו אינסטאנצן און גיין עד הסוף מיט מנובלים.
ניין, מיר דארפן נישט וואוינען אין א 'האסטייל ענווייראמענט', אבער כבדהו וחשדהו גייט נאך אן אין 2021. עס האט גארנישט מיט די רבנים.
אייגענטליך, עס האט יא. אפילו ביי זיי גייט אויך כבדהו וחשדהו.
וכדברי קורקלאנד:
קורקלאנד האט געשריבן:ס'איז נאריש צו טראכטן אז מ'וואלט געקענט טוהן סיי וואס אז ס'זאלן אזעלכע זאכן 'קיינמאל' נישט פאסירן. ווען מ'וואלט מער אפט געגאנגען צו פאליציי וואלט עס לכאורה נישט געהאלפן צופיל מער.
עס איז פונקט אזוי ווי גניבות, אפשר זאגט מען מענטשען צו האלטען בעסערע שלעסער און גראטעס אויף די פענסטערס, און מער זאל קיינער נישט רופען איינגעבען די פאליציי ווען זיי האבען א גניבה, ווייל עס מאכט ממילא נישט קיין גרויסע חילוק צו מען גיבט איין אדער נישט, און שולדיג איז דער וואס האט די גניבה ווייל ער האט נישט געלייגט קיין שלעסער. און יעדער זאל אכטונג געבען פאר גנבים, ווייל יעדער איינער איז בחזקת גנב עד שיוודע לך במה נכשר, און מען זאל נישט אריין לאזען קיינער אין שטוב לעבען טייערע חפצים.
פארשטייסט אליין אז דאס איז נישט קיין מהלך, און איך דארף נישט מאריך זיין אין דער שטות דערפין, עפעס דערמאנט עס פין די געזעצען פין סדום פין וואס דער רבי האט חוזק געמאכט אין חדר.
און דער זעלבער פנים האט דיין טענה בנוגע מאלעסטערס, אז דער טאטע איז שולדיג ווייל ער האט נישט אכטונג געגעבען, ווייל וויאזוי קען געשעהן אזא מעשה, מען ווייסט דאך אז א קינד מוז זיין אונטער דער אויפזיכט פין זיין טאטע אגאנצע צייט ווייל עס איז דאך דא אסאך מאלעסטערס, און יעדער איז בחזקת מאלעסטער, און ווי אויך מאכט נישט קיין סענס צו גיין צו די פאליציי ווייל עס העלפט נישט ממילא.
און אזוי אויך זאל דער טאטע פין דער קינד נישט ממשיך זיין צו פרעסען טשארדזעס קעגען דער אלטער בחור, ווייל וואס איז א חילוק, מער גייט עס נישט געשעהן ווייל פין היינט און ווייטער וועלען אלע טאטעס אכטונג געבען אויף די קינדער.
די אלע דברי שטות זענען דער תוצאה פין דעם וואס ביי אונז וויל מען נישט גיין צו דער פאליציי ווייל מען האט רחמנות אויף די מאלעסטערס און די רבנים האבען נישט קיין רוקען ביין מודה צו זיין אז זיי האבען נישט קיין שום כח, און מען דארף צוקומען צו די געזעץ.