סטאק מארקעט טראסק

אלעס איבער האנדל וואנדל
באניצער אוואטאר
I don’t know
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 1:28 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך I don’t know »

I selling out for a profit! I’m not good with this roller coaster!!! I’m transferring all my money to the vanguard s&p 500 voo!!!
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

These are my best days in it.
U buy both sides as an hedge one against the other in the same nature.
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

אזא volatile מארקעט איז גוט פאר דעי טרעידערס אדער אפשענס.
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

Traders,
Some options as well. But really depends how close to the money and how of a close exp. date
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

IMG_7928.jpg

172 up after 400 down.
These are the markets i love
מהיכי תיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך מהיכי תיתי »

אויפן נידעריגסטען פונקט היינט, פינף מינוט נאכן אויפשפארען די מארקעט איז די דאו דזשאונס געווען 735 פוינטס נידעריגער פונעם נעכטיגן שליסונג.

ווידעראום, 2:20 נאכמיטאג איז עס געווען 260 פוינטס מער ווי די נעכטיגע שליסונג און קרוב צו טויזנט פוינטס העכער 9:35.

הדא הוא דכתיב, אן אומסטאבילער מארקעט. אבער אונזער אומסטאבילער פרעזידענט for some reason איז מצליח so far אז די מארקעט זאל נישט קראכן. וזה עיקר כוונתו.
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

מהיכי תיתי האט געשריבן:אויפן נידעריגסטען פונקט היינט, פינף מינוט נאכן אויפשפארען די מארקעט איז די דאו דזשאונס געווען 735 פוינטס נידעריגער פונעם נעכטיגן שליסונג.

ווידעראום, 2:20 נאכמיטאג איז עס געווען 260 פוינטס מער ווי די נעכטיגע שליסונג און קרוב צו טויזנט פוינטס העכער 9:35.

הדא הוא דכתיב, אן אומסטאבילער מארקעט. אבער אונזער אומסטאבילער פרעזידענט for some reason איז מצליח so far אז די מארקעט זאל נישט קראכן. וזה עיקר כוונתו.

ביני לביני קען מען מאכן א לעבן אויף די רייד.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

היינט איז געווען א פיינע טאג, ב"ה.

איך האב געהאט געקויפט פרייטאג טעסלא יולי 2, 975 קאללס.......
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

קעש שנעל ארויס ווייל דער גייט אזוי אראפגיין.
איך פלאן מארגן אריינצולייגן אפאר אלפים אין puts ביי טעסלא.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

אויף וואס בעיסטו דעס?
די סיבה וואס איך בין אריין איז ווייל אנהייב נעקסטע וואך דארפן זיי ארויסצוקומען מיט אן פרישע אנאנסירונג איבער געוויסע פרישע בעטערי טעכנאָלאָגיע.....
סתם אזוי איך האב נישט קיין פראבלעם אויב עס פאלט צוריק ווייל איך האב נאך מער ווי צוויי וואכן ביז עקספיירעישן. (דאס איז חוץ וואס איך בין ארויס פון האלב פון מיינע קאלס לויט מיין ריזיקע מענעדשמענט פלאן און די איבעריגע האלט איך פאר גרויסע רווחים מיט א ברייטע טרעילינג סטאפ לאסס)
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

@קל וחומר, סתם אלס נייגעריקייט, וועלכע ספעציפישע puts פלאנט איר צו קויפן?
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

פאליטיקאנט האט געשריבן:אויף וואס בעיסטו דעס?
די סיבה וואס איך בין אריין איז ווייל אנהייב נעקסטע וואך דארפן זיי ארויסצוקומען מיט אן פרישע אנאנסירונג איבער געוויסע פרישע בעטערי טעכנאָלאָגיע.....
סתם אזוי איך האב נישט קיין פראבלעם אויב עס פאלט צוריק ווייל איך האב נאך מער ווי צוויי וואכן ביז עקספיירעישן. (דאס איז חוץ וואס איך בין ארויס פון האלב פון מיינע קאלס לויט מיין ריזיקע מענעדשמענט פלאן און די איבעריגע האלט איך פאר גרויסע רווחים מיט א ברייטע טרעילינג סטאפ לאסס)

זייער א גוטער סטראטעגיע. אבער זיי אזוי גוט קאווער puts אדער העדזש די בעט, אז טאמער גייט ער טאקע אנטקעגן דיר זאלסטו נישט דארפן נעמען די גאנצע היט נאר אפי קענען נעמען עטוואס רווחים (טאקע נישט ווי געפלאנט אבער עכ"פ מינימייז די ריסק אביסעל בעסער) ספעציעל אז טעסלא זעהט מיר אויס עטוואס אווערבאוטה overbought און עס גייט בקרוב מאכען אן עדזשאסטמענט.
די געז פרייזן זענען גאנץ נידעריג און די נידיריגער שטאפעל זעהט אויס אנצוהאלטן פאר א וויילע וואס איז נישט די בעסטע טובה פאר א טעסלא ראלי.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

מיין סטראטעגיע איז אז איך גיי אלץ אריין מיט אפאר אפשענס אויפאמאל, און נאך א געוויסע [פון פאראויס באשטימטע] פראצענט רווח (געווענליך 50-80%) קעש איך ארויס מינימום האלב און איך לאז די איבעריגע לויפן מיט א בערל 20% טרעילינג סטאפ לאסס.

דאס האב איך פערזענליך דעוועלאפט נאך אפאר יאר, און עס ארבעט די בעסטע פאר מיר (איך האב עס אנגעהויבן טוהן נאכן זען אז אסאך מאל האט די אפשען ארויף פיל-פאכיג נאכן ארויסגיין פונעם טרעיד)

נ.ב. דאס איז נאר ווען איך שפיל מיך מיט נאנטע עקספיירעישן דעיטס און ווען עס איז אין די מאני.
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

דאס מאכט פערפעקטלי סענס.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

די לעצטע צוויי וואכן האט אסאך פאסירט אין די סטאק / באָנד מארקעט.
פחד פון אינפלאציע האט ארויפגעשטיפט באנד ראטעס און דאס צוזאמען מיט די ערעפענונג פונעם עקאנאמיע האט אנגעמאכט א שטארקע פארריכטונג (correction) און Growth stocks בעיקר טעכנאלאגישע (Tech).

ביז יעצט היות עס איז נישט געווען קיין באָנד מארקעט איז די איינציגסטע פלאץ צו אינוועסטירן געלט געווען די סטאק מארקעט און דאס האט אביסל בארעכטיגט העכערע Valuations יעצט אבער אז באנדס זענען ארויף איז שוין דא א פארזיכערטע פלאץ צו אינוועסטירן און מאכן עפעס געלט (עכ"פ גענוג אויף נישט צו פארלירן פון אינפלאציע) און דערצו עפענט זיך די עקאנאמיע אויף וואס בענעפיטירן מער די פשוט'ע "וועליו" סטאקס, ממילא קומט פאר א "ראטאציע" און געלט פליסט ארויס פון Growth אוו אריין אין Value.
דאס איז איינס פון די שכל'דיגע סיבות.

לדעתי איז דא אסאך Growth stocks וואס זענען געפאלן צי שטארק און עס איז א גוטע צייט צו אינוועסטירן דערין. אויך די SPACs מארקעט האט שטארק געטראסקעט און עס זענען דא מערערע גוטע מענעדשמענט ספעקס, אדער ספעקס וועלכע האבן שוין אנאנסירט א קאמבינאציע מיט (גוטע) קאמפאניס וועלכע טרעידן יעצט אונטער זייער Asset Valueַ דאס מיינט אז איר קענט אינוועסטירן אין א סטאק אן קיין שום ריזיקע אויף אראפ און אומבאגרעניצטע פאטענציאל אויף ארויף!!!!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אזויווי מ'האט מיט זעקס וואכן צוריק דאס געקענט פאראויס זעהן, פונקט אזוי קען מען אצינד פאראויס זעהן וואס ס'גייט פאסירן אין די נעקסטע זעקס וואכן.

ס'איז צייט אויפצושטיין און אנערקענען אז מ'ווייסט נישט וואס ס'גייט פאסירן און טוהן וואס איז בעסט אין פעלער וואס מ'ווייסט נישט.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

הונדערט פראצענט, איך רעד נישט פון אריינלייגן צו מאכן רווחים שנעל, איך רעד פון אינוועסטירן אין גוטע ביזנעסער וואס איבער די צייט האט עס גאר גרויסע אויסזיכטן צו שטייגן.

יעצט איז עס פשוט געפאלן שטארק איז עס זיכער מער אטראקטיוו ווי אפאר וואכן צוריק. עס קען פאַלן נאך מער? אוואדי! גייט עס פאלן? קיינער ווייסט נישט. לוינט זיך אריינצולייגן? לדעתי יא, אבער אויב וואלט איר געקענט ביישטיין אריינצולייגן אין א סטאק אפאר וואכן צוריק, איז יעצט זיכער די צייט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פאליטיקאנט האט געשריבן:איר קענט אינוועסטירן אין א סטאק אן קיין שום ריזיקע אויף אראפ און אומבאגרעניצטע פאטענציאל אויף ארויף!!!!

מער ספעציפיש?
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

שליחה דורך החוקר »

וואס זאגן אונזערע מבינים אויף EV סטאקס? וועלכע זענען לכאורה די שטערקסטע און/אדער מערסטע פאטענציאל?
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

אין קורצן:
עס זענען דא עטליכע וועגן וויאזוי א ביזנעס קען גיין 'פאבליק'. די מערסט באקאנט איז IPO - Initial public offering וואס ארבעט געווענליך אז א באנק דארף אונטערנעמען אחריות און די ביזנעס טוט 'רעיזן' פרישע קאפיטאל דורכ'ן ארויסגעבן סטאק.
נאך א וועג איז Direct offering וואס איז פשוט אז די ביזנעס אייגענטומער פארקויפן זייער אייגענע שעירס אן אויפטרייבן פרישע געלטער (די ביזנעס שפארט זיך די גרויסע קאסטן פון די באנק).

לעצטנס איז שטארק פאפולער געווארן SPACs - Special purpose acquisition company אין פריערדיגע יארן מער באקאנט אלס Blank check קאמפאניס. די מהלך איז אזוי, א טיעם פון ביזנעסלייט ליסטן אויפ'ן סטאק מארקעט א רענדאם ticker לאמיר זאגן ABCD און טרייבן אויף לאמיר זאגן 20 מיליאן שעירס פאר $10 א שעיר (געווענליך איז עס $10) = 200 מיליאן דאלער, זיי נעמען די געלט און לייגן עס אריין אין א באנק קאנטע וואס פארדינט אביסל אינטערעסט אויף ביזדערווייל, יעצט האבן זיי צוויי יאר זיך ארויסצולאזן זוכן א ביזנעס 'אפצוקויפן' / צונויפשמעלצן, זענען זיי געריבענער ביזנעסלייט גייט דורך אפאר חדשים און זיי טרעפן א ביזנעס וואס איז מסכים צו ווערן אפגעקויפט (עכ"פ א חלק דערפון), אין אונזער פאל א אינשורענס קאמפאני גערופן Insure now, דאן אנאנסירן זיי עס פאר די פאבליק און מ'באשטימט א דאטום ווען די שעירהאלדערס קענען וואוטן אויב זיי ווילן דורכגיין מיטן אפקויף צו נישט (די אווערעדש איז 3½ חדשים), אויב גייט עס דורך טוישט זיך די ticker פון ABCD צו די נייע קאמפאני אין אונזער פאל INOW און היידא די ביזנעס איז אויפן מארקעט.

יעצט דא קומט די עיקר; נישט קיין חילוק וואס דו וואוטסט און וויאזוי די וואוטן גייט דורך האסטו די רעכט ארויסצוקעשן דיינע שעירס צו די אריגינאלע $10 + די ביסל אינטערעסט וואס עס האט פארדינט אינצווישן פאר די Merger! נמצא אויב די קויפסט א SPAC אינטער די $10 + אינטערעסט (רוב ספעקס פון אעביר א יער איז אין די געגנט פון $10.11) דאן אינוועסטירסטו אן קיין שום ריזיקע ביז די דאטום פון די שעירהאלדער וואוט!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נישט קוקענדיג אויף די אינטרעסט פאר א רגע, הייסט עס דו לייגסט אריין $10 און עס איז פארזיכערט ביז וועלכע פוינט? ווען קען עס פאלן?
ווען קען עס ארויף גיין?
ווער בעקד א ספעק צו פארזיכערען עס איז נישט א גרופע פון גנבים?

און פארוואס זאגן זיי די געים איז אווער? https://www.bloomberg.com/opinion/artic ... ale-say-so
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

Spacs are currently the most shorted funds from any group of funds.

בקיצור די גרויסע לייט האלטן אז עס א באבל וואס איז עלול יעדע רגע צו פלאצן, ווילסט נאכאלץ אננעמען פאליטיקאנט'ס עדווייס?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

עמינדב האט געשריבן:נישט קוקענדיג אויף די אינטרעסט פאר א רגע, הייסט עס דו לייגסט אריין $10 און עס איז פארזיכערט ביז וועלכע פוינט? ווען קען עס פאלן?
ווען קען עס ארויף גיין?
ווער בעקד א ספעק צו פארזיכערען עס איז נישט א גרופע פון גנבים?

און פארוואס זאגן זיי די געים איז אווער? https://www.bloomberg.com/opinion/artic ... ale-say-so


-עס קען טעכניש פאלן נידריגער פון $10 אבער ביז די merger date איז עס פארזיכערט אין קעש און די קענסט עס רידימען (עס זענען אפי' דא פאנדס וואס טוען 'ארביטראזש' מיט'ן קויפן ספעקס אונטער זייער ווערט און ווארטן אויס ביזן merger vote עס צו איינקעשן, אדער ביז עס גייט צו העכער פון די קעש וועליו)

-די SEC עס איז א געהעריגע רעגולירטע זאך.

די לעצטע פאר חדשים איז געווען אורות אין די ספעק מארקעט, יעדע צווייטע ספעק האט זיך געדאפלט ווען די אנאונסמענט איז ארויסגעקומען, און רוב ספעקס האבן געטרעיד 20-50% העכער די Asset Value נאך פאר אנאנסירן! ווייל שפעקולירער האבן ארויפגעשטיפט די פרייז הויעך מיטן האפן אז די מענעדשמענט טיעם גייט אריינכאפן א גוטן פישל און די ספעק גייט ארויפשיסן (למשל DKNG און SKLZ זענען ביידע געווען ספעקס פאר $10 און זענען יעצט 300-500 פראצענט העכער, דאס ברענגט אז ווען די ספעק טיעם געבט ארויס נאך א ספעק טרעיד עס גלייך אסאך העכער).
אויך האבן פרישע ספעקס ארויפגעקומען יעדן טאג און אויפגעטרעטן אסטראנאמישע סכומים אזוי ווייט אז געוויסע האבן געזאגט אז די טראדיציאנאלע IPO פראצעס איז אויפן וועג ארויס.... אויף דעם ארויף זאגט בלומבערג אז די 'פארטי איז אווער'.

איך אויך האט געשריבן:Spacs are currently the most shorted funds from any group of funds.

בקיצור די גרויסע לייט האלטן אז עס א באבל וואס איז עלול יעדע רגע צו פלאצן, ווילסט נאכאלץ אננעמען פאליטיקאנט'ס עדווייס?


קודם כל די גרויסע לייט זענען נישט קובע עיין ערך טעסלא, צווייטנס והוא העיקר, די פאנדס שאָרטן ספעקס וואס טרעידן הויעך (אויף א פרעמיום) בלויז אויף שפעקולאציע אדער סתם, קיינער שאָרט נישט קיין ספעקס פון $10.
פארשפארט