פינף בריוון צו הבדלה

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
אמירה רכה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

פינף בריוון צו הבדלה

שליחה דורך אמירה רכה »

אין לעצטן וועקער איז פארעפנטליכט געווארן מיינע פינף בריוו צו הבדלה וואס בארירט מיין אלץ וואקסנדער עקל צו סאשעל מידיע, ווי דער פראבלעם ווערט מייסטנס איגנארירט אין אונזער היימישער געזעלשאפט נאך וואס סיי וועלכע קריטיק אין ריכטונג פון טעכנאלאגיע ווערט אנגעקוקט ווי עקסטרעמיזם, און פארשידענע עצות און תכסיסי מלחמה וואס מ'קען טון צו דערוועקן דעם דעת הקהל וועלכער זינקט אלץ טיפער און טיפער אין סאשעל מידיע אדיקשאן אן דעם וואס ביי איינעם זאל זיך אנצינדן סיי וועלכן רויטן ליכט.
כ'פיל אביסל איינזאם מיט דעם גאנצן שמועס און כ'ווייס נישט וויפיל אידענטיפיצירן זיך מיט מיינע מחשבות.
אויב איינער האט עפעס צוצולייגן צו דער דיסקוסיע וועל איך מיך פרייען צו הערן און דערפאר עפן איך דעם אשכול.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איינער האט מיר איבערגעזאגט א אינטערסאנטע באמערקונג וואס ער האט געענטפערט פאר איינעם וואס האט גע’טענה’ט צו אים אז נאך אפאר יאר וועלן אלע חרדים אפלאזן אידישקייט וועגן די אינטערנעט, האט ער אים צוריקגעטענה’ט אז ס’קען גאר זיין אז די אינטערנעט ראטעוועט גאר אידישקייט, אמאליגע צייטן זענען בחורים פארכאפט געווארן פון ביכער אין ישיבה, היינטיגע צייטן איז אנדערע צייטן מ’איז אזוי ביזי אויף סאושעל מידיא כאפן לייקס, און קוקן נארישע ווידיאוס, פון כל מיני שטותים אז מ’האט נישט קיין צייט צו ווערן אויפגעקלערט מיט קשיות אויף אמונה, וכדומה, ווער האט צייט צו גוגלען וועגן אוועלושען ווען מ’דארף ענדיגן די טוויטער פיד פון היינט?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

תרמב האט געשריבן:איינער האט מיר איבערגעזאגט א אינטערסאנטע באמערקונג וואס ער האט געענטפערט פאר איינעם וואס האט גע’טענה’ט צו אים אז נאך אפאר יאר וועלן אלע חרדים אפלאזן אידישקייט וועגן די אינטערנעט, האט ער אים צוריקגעטענה’ט אז ס’קען גאר זיין אז די אינטערנעט ראטעוועט גאר אידישקייט.

viewtopic.php?p=422225#p422225
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

א פרישע קאמפיין פון הבדלה וואס צילט די בחורים מיט זייערע פליפ פאונס (באמת צילט עס די עלטערן).
IMG_20210401_190937_596.jpg


א צינישע קאנטער קאמפיין פון "קידוש" (בחורים).
IMG_20210401_190941_895.jpg

IMG_20210401_190943_707.jpg
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

הבדלה בליצן טבת תשפ"ב

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

שוין, די הבדלה מאכערס האבן ארומגעשיקט נאך א אויסגאבע דעם חודש אלס הוספות צום פריעדיגען אויסגאבע,
דאס ערשטע בלעטל איז א בריוו פון א אשת חיל וואס איז געווארן אויפגעשוידערט פון די פאקטען וואס א סמארטפאון ברענגט צו און וואס עס האט אין זיך. און היות איר מאן האט א סמארטפאון זוכט זי א וועס וויאזוי מעורר זיין דער מאן דערוועגן.
אינצווישן די ווערטער פון זייער תשובה [איך האב בכלל א ספק צו א פרוי האט בכלל געפרעגט דעם שאלה אבער לאמיר אנ-נעמען אז יא...] בזה"ל: [קעפל: ער איז א ערליכער אפגעהיטענער אינגערמאן] "דו שייגעץ וואס דו ביזט, דו מיינסט איך ווייס נישט וועלכע בילדער דו קוקטסט אויף דיין סמארטפאון ?! "
דאס איז ניטאמאל די לעצטע זאך וואס איז איר זאלט זאגן פאר אייער מאן, ווייל מיט דעם האט איר אריינגעשטאכען א מעסער אין ריקן....
בקיצור זיי ברענגען ארויס אז מען ווייטער טרעפן עפעס א גוטע מעלה אינעם מאן וכו’

עד כאן קיצור לשונם

אקעי ועל דא קא בכינא- ס’קומט אויס אז די גאנצע ציהל פון די הבדלה קאמפיין צו מאכן זיכער אז יעדער זאל וויסן אז ווער עס האט א סמארטפאון איז א איש טמא שייגעץ מנוול - נאר זאג עס נישט פאר דיין מאן...
קוק אראפ אויף איהם נאר זאג איהם נישט אז דו קוקסט אראפ....
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

בריוו פאר הבדלה

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

פאלגענד איז דער בריוו וואס איך האב געשריבען צו הבדלה.


לכבוד בעלי הבדלה שיחיו


איך וועל גיין גלייך צום פוינט, איך פארשטיי אז איר האט א מטרה ארויסצוברענגן דעם חומרת הדבר איך פארשטיי אבער ווי עס קוקט אויס האט איר איין מטרה ארויסצוברענגען לעיני כל אז איינער וואס האט א סמארטפאון איז א שייגעץ מנוול רשע וכו’
און אויב אייער מאן האט אזא כלי זאלט איר וויסען אז אייער מאן איז א שייגעץ נאר זאגטסט עס נישט אפען....

איך האלט אז איר ברענגט מער שאדן ווי תועלת, ווייל די מענער זענען נישט קיין נארנים און זיי פילן גאנץ גוט וואס די ווייב האלט פון זיי.
און פארקערט ווילאנג די קשר צווישען מאן און ווייב איז גוט וועט דער מאן נישט ארומוואנדערן אזוי שנעל צו פארצווייפעלהאפטיגע מקומות, במחשבה דיבור ומעשה. די רגע אז ער פילט אז זיין פרוי טוהט א גאנצע טובה צו בלייבען מיט איהם אפילו ער איז א שייגעץ - פארלירט ער די גאנצע געשמאק צו זיין עקסלוסיוו אפגעהיטען פאר איר.
נאכאמאל ס’טאקע דא אינגערלייט וואס שפאצירן אינעם אינטערנעט שלא כהוגן, אבער פון דארט ביז מאכן "יעדעם" פאר א שייגעץ איז גאנץ א ווילדער מהלך.

ואם אין דעת הבדלה מניין ???
פארשפארט