שמעקעדיג האט געשריבן:און פארוואס א עקסטערע אשכול ווען ס'שטייט שוין ביי "יהא זכרו ברוך"?
(שוין געבעטן די מנהלים צו צוזאמענשמעלצן.)
צאמגעשטעלט.
קלאר האט געשריבן:ידען האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:און פארוואס א עקסטערע אשכול ווען ס'שטייט שוין ביי "יהא זכרו ברוך"?
(שוין געבעטן די מנהלים צו צוזאמענשמעלצן.)
צאמגעשטעלט.
פארוואס טאקע פארדינט נישט אזא יוד א באזונדערע אשכול?
העכסטנס לייגן א לינק דא
ראשעקאל האט געשריבן:א ביטערע טראגעידיע איז געוועהן די שבת ווען עס איז ל"ע נפטר געווארן מרת חיה שרה מרים סעגעדין ע"ה אשת הר"ר מאיר יוסף סעגעדין פון די הארדוועיר סטאר אין וויליאמסבורג. זי איז געוועהן בלויז 43 יאר. פאריאר בערך פורים צייט האט זי באקומען די דאיעגנאוז אז זי ליידט אויף די ביטערע מחלה ר"ל. די וואך איז זי שוין געווארן בעסער א דאנק די טריטמענט'ס, אבער ליידער האט זי באקומען א אינפעקשאן און זי איז נפטר געווארן איבערלאזענדיג א שטוב פון 11 קינדער אינדערהיים, די יונגסטע פון זיי בלויז איין יאר אלט ה"י. זי האט אויך איבערגעלאזט א קינד פון איר שוועסטער ע"ה, וואס נאכדעם וואס איר שוועסטער איז נפטר געווארן האט זי אריינגענומען ווי אן אייגן קינד.
_____
נ.ב. איך האב ערשט געהערט די נייעס אויף קול מבשר, ווי ער האט עס געמאלדען מיט א טריקענע שטימע און טריקענע ווערטער אן קיין שום געפילן, אזוי ווי ער וואלט געמאלדען אז לי עוועניא פאטא האט א סעיל. אז ער וויל זיין א טריקענע נייעס רעפארטער וועל איך נישט האבן קיין טענות, אבער אז א אלטע פארקאלעכטע 90 יעריגע רעבעצען ווערט נפטר זאגט אייביג קול מבשר אז ס'איז געקומען די "ביטערע בשורה" אז די רעבעצען איז נפטר געווארן. אויב יענץ איז א ביטערע בשורה, וואסערע מין בשורה איז דאס ווען א 43 יעריגע מאמע פון 11 קינדער ווערט אוועקגעריסען???!!!