א טשילד יוד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
חכם עתיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 25, 2014 12:21 pm
האט שוין געלייקט: 210 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

א טשילד יוד

שליחה דורך חכם עתיק »

נייע מגיד שיעור הרב מרדכי ניימאן, א לייסענסד טערעפיסט פון מאנסי, אויך פון די אנפירער פון קאמס"ר – א סערטש ענד רעסקיו ארגענעזעישאן



א טשילד יוד



https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=142789





ווי ער קלערט אויף אז פון די טשילד יודן, וואס לויט זיין הגדרה קענען רוב פון אונז אריינגיין אין די סעקטע, וועט נאך עטליכע דורות נישט בלייבן קיין יודן.



הערט אויס און זאגט אייער מיינונג.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דאס דערמאנט מיר סיי פונעם ארטיקל ״העלפן דעם אויבערשטן מיט קיצוניות״ אין וועקער 16 און סיי [לגבי דאס וואס ער דערמאנט ביי בערך און ארום 9:34] פון די תגובה פון [tag]יאיר[/tag], טאקע בנוגע ״ירידת הדורות״ אויף וואס זיין גאנצע שיעור און טעזע איז בּעיסיקעלי געבויט אויף.

עלען דערשאוויץ אין די הקדמה פון זיין בוך דערמאנט אויך אביסל ענליך צו זיין גאנצע שמועס.

לגבי דאס וואס ער זאגט בנוגע בעלי תשובה איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו א שטודיע אויף בעלי תשובה וואס ווייזט (p. 12) אז רוב פון זיי זענען חוזר מכח מער אינטעלעקטואלע סארט סיבות, ולכאורה אפגעזעהן פון וואס זייערע זיידעס ואפילו העריטעדזש זענען געווען.

לגבי אינטערמערידזש און פערטיליטי ראטעס איז אינטרעסאנט צו זעהן די שטודיע פון פּוּ [p. 37 & 40]. (די גאנצע שטודיע איז אינטרעסאנט.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אוי זאגט ער גיט!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

זייער שיין, אין דעם אשכול האט מען שוין ברייט אויסגעשמועסט ארום דעם נקודה, וואס בלייבט למעשה איז אז אויב איינער מאכט אפ צו ווערן א טשילד איד זאל ער זיך ציען קיין ארץ ישראל.

ומכאן הכרוז יוצאת צו אלע אידן וואס ווילן זיך אנכאפן אין די תורה מיט מסירות נפש אבער ווילן דאך נישט זיין ווי זייער טאטע און זוכן זיך אן אנדערע דרך אין עבודת השם, מיר זענען גרייט אייך אויפנעמען מיט ברייטע ארעמעס אין אונזער חבורה וואו מ׳איז מ׳האלט זיך שטארק נישט משנה צו זיין קיין זיז כלשהו, און מ׳איז טשילד (א היכי תמצא).
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך והאיש משה »

וועלכע וועלט לעבן מיר דא??
ירידות הדורות...

6000 יאר...

חת"ס...

די בעסטע פון אלעס די confusion צווישן חתם סופר און חפץ חיים... (כ'רעד שוין נישט פון לעק און עברי...)

לענ"ד די בעסטע איז, אז יעדער זאל בלייבן און זיין ליין, אויב איז ער א לייסענסד טערעפיסט זאל ער בעסער בלייבן ביי דעם.

כ'זאג נאר מיין מיינונג, כבקשת ידידנו פותח האשכול שליטא האט געבעטן.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

כ'האב געהערט ביז פינף מינוט אריין און איך אגרי נישט מיט אים. נארוואדען, יעדער מענטש קען טרעפן עפעס עמיצער צוריק אין די דורות וואס איז געווען א חשובער מענטש רעלאטיוו צו אים. איך קען מיך פארשטעלן באניע רעבעס אור אור אייניקל וועט רעדן מיט גרויס ערפורכט פון אים..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

סאיז א שיינע שיעור, שיין צינומען און כהאב הנאה אז ער שטעלט זיך פאר אלץ סייענטיסט

אבער די געדאנק פון זיין אונטערשטע שורה איז אז מזאל ארומדרייען די גאנצע לעבן ארום די אייניקלעך און לעבן מיטן פחד פון וויאזוי די אייניקלעך וועלן אויסקוקן, אקעי, א שיינעם דאנק אייך
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויב ליינט ער דא וואלט איך געוואלט וויסן צו זיין טאטע און זיידע זענען געגאנגען אזא בארד ווי אים און אזא שיינע גרעי סוועטער.

נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט. איך מיין ארויסצוברענגען א פוינט אז יעדער רופט עפעס אנדערש טשילד און קיינער, אים אינקלאדעט, ווייסט נישט וואס די cutoff ליין איז.

מיין זיידע אינדערהיים איז געגאנגען א פענסי סוט וואס וואלט אים היינט געמאכט הייסן א באם.
זיין זון, מיין זיידע איז געווען פון די פרומסטע אידן וואס איך האב געקענט.
מיין טאטע איז נישט סתם א פרומער נאר א משל פון א 'פאר'פרומטע מענטש.
לויט זיין סימפליסטיק אנעלעדזי, וואלט מיין טאטע געדארפט זיין עט די ווערי ליעסט א טשילד גיי.

רעב איד, איט עינט ווארק דיס וועי.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ער דיפיינד "טשילד" נישט האבן קיין "מסירות נפש" (דאס איז אויך נישט א קלארע דיפענישען)
סוועטער קאלער קימט נישט דא אריין
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

דער ערשטע טשילער איז געווען יהושע בן נון, ער האט ארויס גענומען די אידן פון די sheltered ענני הכבוד צו ארץ ישראל
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

אינטערסאנט צו באמערקן, די קילערע זענען איבערצייגט אז די סיסטעם איז אזוי שווער צו צוברעכען, אז עס וועט שוין אזוי אנגיין ביז משיח'ס טאג, ווידער די פרומערע זענען איבערצייגט פארקערט, אז געב עס אפאר דורות און עס איז נישטא קיין מנין יידן, א באנדע פעסעמיסטן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דער עולם דא פארקריכט אביסל פונעם נקודה און מ׳פארלייגט זיך אויף זייטיגע נישטיקייטן דערפאר פארשטייט מען נישט וואס ער זאגט. אין מיין מיינונג איז ער 100% גערעכט, אז דו גייסט מיט א שיטה אז מ׳מעג טוהן וואס מ׳וויל און גארנישט מיינט נישט גארנישט וועט עס צום ענדע פארוואסערט ווערן, אז דו גייסט אבער מיט א שיטה פון ״מ׳מוז״ און ״מ׳טאר נישט״ - מאכט נישט אויס אויף וואס - וועט עס האבן פיל א לענגערע קיום. צ.ב. אז דו וועסט קומען מיט א נייע דרך אין אידישקייט אז ״מ׳מעג״ לערנען צעהן שעה א טאג וועט עס צו לאנג נישט אנהאלטן, אויב אבער וועסטו קומען מיט א נייע סארט אידישקייט אז ״מ׳מוז״ למשל עסן חזיר, אויב וועסטו האבן א הסבר דערצו און דו וועסט קענען איבעררעדן מענטשן וועט דיין נייע חסידות אנהאלטן גאר א לאנגע צייט.

לאמיר זעהן וואס אונז קענען זיך לערנען פון היסטאריע. אין די לעצטע פאר הונדערט יאר זענען סיי ביי די אידן און סיי ביי די קריסטן געווען מענטשן וואס האבן פרובירט צו רעפארמירן די רעליגיע, ביי די קריסטן איז עס געפירט געווארן דורך מארטין לותר (נישט פארמישן מיט MLK וואס האט געהייסן נאך איהם) און דשאן קאלווין, ביי די אידן איז עס געווען אברהם גייגער און אהרן חורין בעיקר, ס׳שטעלט זיך אבער ארויס אן אינטערעסאנטע זאך, בשעת וואס ביי די קריסטן האבן די רעפארמער הערליך מצליח געווען איז עס ביי די אידן געווען א גרויסע דורכפאל. מארטין לותר האט באוויזן צוציען צו זיך מסלתה ומשמנה, די שענסטע און די בעסטע וואס קריסטנטום פארמאגט, היינט אין אמעריקע זענען די מערסט פאנאטישע/מסירות נפש/רעליגיעזע קריסטן די evangelicals וואס זענען תלמידי תלמידים פון מארטין לותר (גראדע די אמיש זענען אויך פון זיינע תלמידים). נישט נאר דאס, צום סוף האט די קירכע זיך געמוזט בייגן און איינזעהן אז לותר איז גערעכט געווען מיט א טייל פון זיינע טענות, אויף אזוי ווייט אז זיי האבן געמוזט שאפן א נייע באוועגונג, די counter reformation, אנצוהאלטן דעם עולם, ד.ה. אז מארטין לותר ארויס א זיגער פון ביידע פראנטן. אברהם גייגער ווידער, נישט נאר וואס ער איז געבליבן מיט א באנדע פוחזים וריקים וואס האלטן נישט ביי גארנישט און ס׳האלט אין איין פאלן שטיקער פון זיי רעכטס און לינקס, ער האט נישט געהאט קיין שום השפעה לרעה אויף די אלטע געווארדיע, אויב עפעס איז די אלטע געווארדיע ארויס נאך שטערקער ווי פריער.

די סיבה פארוואס פאר מארטין לותר איז עס געלונגען און פאר אברהם גייגער נישט איז טאקע אט דעם נקודה, אברהם גייגער איז געקומען מיט א מהלך אז ״מ׳מעג״ און ״מ׳מוז נישט״ האט ער געצויגן צו זיך די מענטשן וואס זוכן זיך א גרינגע וועג ארויס, די פרומע האבן זיך אפגעשאקלט פון איהם, און די ליידיגייערס וואס האבן געקויפט זיינע תורות האבן נאך אפאר דורות איינגעזעהן אז מ׳קען זיך נאך מער פטר׳ן און אינגאנצן ווערן גוים, וואס האט ער אויפגעטוהן? מארטין לותר ווידער איז געקומען מיט א פרומע מהלך אז ״׳מ׳טאר נישט״. ער איז געווען געפערליך פאנאטיש, נישט סתם א קל וואס האט געזוכט א גרינגע וועג ארויס, ער האט אפילו גערופן צו פארברענען שולן און הארגענען אידן ווייל זיי ווילן נישט אננעמען יאשקע, אפילו די קירכע איז נישט געווען אזוי עקסטרעם, ער איז געווען ״פויפסטליכער פונעם פויפסט״ און בוכשטעבליכן זיך פון ווארט. און זעלבסטפארשטענדליך אז ווען מ׳פארקויפט אזעלכע תורות און מ׳מיינט עס ערנסט ציעט מען צו זיך מענטשן וואס מיינען עס מיט אן ערנסטקייט און ס׳האט א קיום פאר לאנגע יארן, און אז א מענטש מיינט עס מיט א תמימות און פרובירט נישט סתם זיין אן אויבערחכם וועלן עס זיינע קעגנער צום סוף איינזעהן און זיך בייגן צו איהם, ווי ס׳שטייט אין פסוק ברצות איש דרכי השם גם אויביו ישלימו איתו...

וואס וויל איך ארויסברענגען למעשה? מרדכי ניימאן איז הייליג גערעכט! אז דו ווילסט נעמען ב״ק זאג נישט ״מ׳מעג״ און איך טוה מיך וואס איך וויל, זאג ״מ׳מוז״ נעמען ב״ק, אדער כאטש ס׳איז א חשוב׳ע חומרא צו נעמען ב״ק. פארוואס מ׳זאל מוזן איז נישט קיין פראבלעם, יגעת ומצאת תאמין, אז זיי קענען אויפקומען מיט הסברים פאר זייערע איסורים חדשים לבקרים קענען מיר אויך, אז עטץ ווילטס זייער שטארק וועל איך ענק ממציא זיין א חיוב אויף ב״ק. תנא דבי אליהו, כל הממציא הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא, נישט דא קיין אנדערע וועג. פארוואס זאלן מיר צולאזן אז די יושבי חושך זאלן האלטן א מאנאפאל אויף פרומקייט און נוצן פרומקייט פאר זייערע אגענדעס? קענן מיר דען נישט אויפקומען מיט פרומע הסברים פאר אונזערע אגענדעס? זיי מיר נישט קיין קאלטע איד וואס זוכט זיך סתם גרינגער צו מאכן דאס לעבן מיט היתרים, זיי א מסירות נפש איד!!! מסירות נפש אויף ב״ק! מסירות נפש אויף לימודי חול! מסירות נפש קעגן די היימישע שידוכים סיסטעם! מסירות נפש צו לאזן יעדן אויסדרוקן זיין מיינונג! מסירות נפש נישט צו לאזן די ____ זיך משתלט צו זיין אויף אונזערע לעכטיגע קינדערלעך! מסירות נפש פאר׳ן גרויען סוועדער! [מסירות] נפש תחת [מסירות] נפש!!!
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס וויל איך ארויסברענגען למעשה? מרדכי ניימאן איז הייליג גערעכט! אז דו ווילסט נעמען ב״ק זאג נישט ״מ׳מעג״ און איך טוה מיך וואס איך וויל, זאג ״מ׳מוז״ נעמען ב״ק, אדער כאטש ס׳איז א חשוב׳ע חומרא צו נעמען ב״ק. פארוואס מ׳זאל מוזן איז נישט קיין פראבלעם, יגעת ומצאת תאמין, אז זיי קענען אויפקומען מיט הסברים פאר זייערע איסורים חדשים לבקרים קענען מיר אויך, אז עטץ ווילטס זייער שטארק וועל איך ענק ממציא זיין א חיוב אויף ב״ק. תנא דבי אליהו, כל הממציא הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא, נישט דא קיין אנדערע וועג. פארוואס זאלן מיר צולאזן אז די יושבי חושך זאלן האלטן א מאנאפאל אויף פרומקייט און נוצן פרומקייט פאר זייערע אגענדעס? קענן מיר דען נישט אויפקומען מיט פרומע הסברים פאר אונזערע אגענדעס? זיי מיר נישט קיין קאלטע איד וואס זוכט זיך סתם גרינגער צו מאכן דאס לעבן מיט היתרים, זיי א מסירות נפש איד!!! מסירות נפש אויף ב״ק! מסירות נפש אויף לימודי חול! מסירות נפש קעגן די היימישע שידוכים סיסטעם! מסירות נפש צו לאזן יעדן אויסדרוקן זיין מיינונג! מסירות נפש נישט צו לאזן די ____ זיך משתלט צו זיין אויף אונזערע לעכטיגע קינדערלעך! מסירות נפש פאר׳ן גרויען סוועדער! [מסירות] נפש תחת [מסירות] נפש!!!

זייט מיר מוחל, וואס איז דאס "ב"ק"?
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: א טשילד יוד

שליחה דורך פאליטיקאנט »

Birth control
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער עולם דא פארקריכט אביסל פונעם נקודה און מ׳פארלייגט זיך אויף זייטיגע נישטיקייטן דערפאר פארשטייט מען נישט וואס ער זאגט. אין מיין מיינונג איז ער 100% גערעכט, אז דו גייסט מיט א שיטה אז מ׳מעג טוהן וואס מ׳וויל און גארנישט מיינט נישט גארנישט וועט עס צום ענדע פארוואסערט ווערן, אז דו גייסט אבער מיט א שיטה פון ״מ׳מוז״ און ״מ׳טאר נישט״ - מאכט נישט אויס אויף וואס - וועט עס האבן פיל א לענגערע קיום. צ.ב. אז דו וועסט קומען מיט א נייע דרך אין אידישקייט אז ״מ׳מעג״ לערנען צעהן שעה א טאג וועט עס צו לאנג נישט אנהאלטן, אויב אבער וועסטו קומען מיט א נייע סארט אידישקייט אז ״מ׳מוז״ למשל עסן חזיר, אויב וועסטו האבן א הסבר דערצו און דו וועסט קענען איבעררעדן מענטשן וועט דיין נייע חסידות אנהאלטן גאר א לאנגע צייט.

לאמיר זעהן וואס אונז קענען זיך לערנען פון היסטאריע. אין די לעצטע פאר הונדערט יאר זענען סיי ביי די אידן און סיי ביי די קריסטן געווען מענטשן וואס האבן פרובירט צו רעפארמירן די רעליגיע, ביי די קריסטן איז עס געפירט געווארן דורך מארטין לותר (נישט פארמישן מיט MLK וואס האט געהייסן נאך איהם) און דשאן קאלווין, ביי די אידן איז עס געווען אברהם גייגער און אהרן חורין בעיקר, ס׳שטעלט זיך אבער ארויס אן אינטערעסאנטע זאך, בשעת וואס ביי די קריסטן האבן די רעפארמער הערליך מצליח געווען איז עס ביי די אידן געווען א גרויסע דורכפאל. מארטין לותר האט באוויזן צוציען צו זיך מסלתה ומשמנה, די שענסטע און די בעסטע וואס קריסטנטום פארמאגט, היינט אין אמעריקע זענען די מערסט פאנאטישע/מסירות נפש/רעליגיעזע קריסטן די evangelicals וואס זענען תלמידי תלמידים פון מארטין לותר (גראדע די אמיש זענען אויך פון זיינע תלמידים). נישט נאר דאס, צום סוף האט די קירכע זיך געמוזט בייגן און איינזעהן אז לותר איז גערעכט געווען מיט א טייל פון זיינע טענות, אויף אזוי ווייט אז זיי האבן געמוזט שאפן א נייע באוועגונג, די counter reformation, אנצוהאלטן דעם עולם, ד.ה. אז מארטין לותר ארויס א זיגער פון ביידע פראנטן. אברהם גייגער ווידער, נישט נאר וואס ער איז געבליבן מיט א באנדע פוחזים וריקים וואס האלטן נישט ביי גארנישט און ס׳האלט אין איין פאלן שטיקער פון זיי רעכטס און לינקס, ער האט נישט געהאט קיין שום השפעה לרעה אויף די אלטע געווארדיע, אויב עפעס איז די אלטע געווארדיע ארויס נאך שטערקער ווי פריער.

די סיבה פארוואס פאר מארטין לותר איז עס געלונגען און פאר אברהם גייגער נישט איז טאקע אט דעם נקודה, אברהם גייגער איז געקומען מיט א מהלך אז ״מ׳מעג״ און ״מ׳מוז נישט״ האט ער געצויגן צו זיך די מענטשן וואס זוכן זיך א גרינגע וועג ארויס, די פרומע האבן זיך אפגעשאקלט פון איהם, און די ליידיגייערס וואס האבן געקויפט זיינע תורות האבן נאך אפאר דורות איינגעזעהן אז מ׳קען זיך נאך מער פטר׳ן און אינגאנצן ווערן גוים, וואס האט ער אויפגעטוהן? מארטין לותר ווידער איז געקומען מיט א פרומע מהלך אז ״׳מ׳טאר נישט״. ער איז געווען געפערליך פאנאטיש, נישט סתם א קל וואס האט געזוכט א גרינגע וועג ארויס, ער האט אפילו גערופן צו פארברענען שולן און הארגענען אידן ווייל זיי ווילן נישט אננעמען יאשקע, אפילו די קירכע איז נישט געווען אזוי עקסטרעם, ער איז געווען ״פויפסטליכער פונעם פויפסט״ און בוכשטעבליכן זיך פון ווארט. און זעלבסטפארשטענדליך אז ווען מ׳פארקויפט אזעלכע תורות און מ׳מיינט עס ערנסט ציעט מען צו זיך מענטשן וואס מיינען עס מיט אן ערנסטקייט און ס׳האט א קיום פאר לאנגע יארן, און אז א מענטש מיינט עס מיט א תמימות און פרובירט נישט סתם זיין אן אויבערחכם וועלן עס זיינע קעגנער צום סוף איינזעהן און זיך בייגן צו איהם, ווי ס׳שטייט אין פסוק ברצות איש דרכי השם גם אויביו ישלימו איתו...

וואס וויל איך ארויסברענגען למעשה? מרדכי ניימאן איז הייליג גערעכט! אז דו ווילסט נעמען ב״ק זאג נישט ״מ׳מעג״ און איך טוה מיך וואס איך וויל, זאג ״מ׳מוז״ נעמען ב״ק, אדער כאטש ס׳איז א חשוב׳ע חומרא צו נעמען ב״ק. פארוואס מ׳זאל מוזן איז נישט קיין פראבלעם, יגעת ומצאת תאמין, אז זיי קענען אויפקומען מיט הסברים פאר זייערע איסורים חדשים לבקרים קענען מיר אויך, אז עטץ ווילטס זייער שטארק וועל איך ענק ממציא זיין א חיוב אויף ב״ק. תנא דבי אליהו, כל הממציא הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא, נישט דא קיין אנדערע וועג. פארוואס זאלן מיר צולאזן אז די יושבי חושך זאלן האלטן א מאנאפאל אויף פרומקייט און נוצן פרומקייט פאר זייערע אגענדעס? קענן מיר דען נישט אויפקומען מיט פרומע הסברים פאר אונזערע אגענדעס? זיי מיר נישט קיין קאלטע איד וואס זוכט זיך סתם גרינגער צו מאכן דאס לעבן מיט היתרים, זיי א מסירות נפש איד!!! מסירות נפש אויף ב״ק! מסירות נפש אויף לימודי חול! מסירות נפש קעגן די היימישע שידוכים סיסטעם! מסירות נפש צו לאזן יעדן אויסדרוקן זיין מיינונג! מסירות נפש נישט צו לאזן די ____ זיך משתלט צו זיין אויף אונזערע לעכטיגע קינדערלעך! מסירות נפש פאר׳ן גרויען סוועדער! [מסירות] נפש תחת [מסירות] נפש!!!


רבינו הקדוש היה דורש פרשה זו כחומר! שאלו כנסת ישראל, מה נשתנו גייער וחרינער, ממארטין לותר וקאלווין? אמרו מלאכי השרת הללו אומרים הכל רשות, והללו אומרים הכל חובה, אמר להם הקדוש ברוך "כי לי בני ישראל עבדים " כל זמן שישראל מרגישים עצמם כעבדים והכל חובה, יתקיימו המשכת דורותיהם, ואם לאו לא יתקיימו מהם שריד ופליט.
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

א בחור איז אמאל געקומען רעדן מיט'ן חזון איש אין לערנען, אינמיטן האט דער בחור געפרעגט אויב דער חזו"א האט א שיטה מקובצת אין שטוב, האט דער חזו"א געענפערט: אין יעדע אידישע שטוב איז דא א שיטה מקובצת, עכ"ל.
לענייננו, רבי ר' [tag]שיטה מקובצת[/tag], האסט עס גענאגלט!!
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
לאמיר זעהן וואס אונז קענען זיך לערנען פון היסטאריע. אין די לעצטע פאר הונדערט יאר זענען סיי ביי די אידן און סיי ביי די קריסטן געווען מענטשן וואס האבן פרובירט צו רעפארמירן די רעליגיע, ביי די קריסטן איז עס געפירט געווארן דורך מארטין לותר (נישט פארמישן מיט MLK וואס האט געהייסן נאך איהם) און דשאן קאלווין, ביי די אידן איז עס געווען אברהם גייגער און אהרן חורין בעיקר, ס׳שטעלט זיך אבער ארויס אן אינטערעסאנטע זאך, בשעת וואס ביי די קריסטן האבן די רעפארמער הערליך מצליח געווען איז עס ביי די אידן געווען א גרויסע דורכפאל. מארטין לותר האט באוויזן צוציען צו זיך מסלתה ומשמנה, די שענסטע און די בעסטע וואס קריסטנטום פארמאגט, היינט אין אמעריקע זענען די מערסט פאנאטישע/מסירות נפש/רעליגיעזע קריסטן די evangelicals וואס זענען תלמידי תלמידים פון מארטין לותר (גראדע די אמיש זענען אויך פון זיינע תלמידים). נישט נאר דאס, צום סוף האט די קירכע זיך געמוזט בייגן און איינזעהן אז לותר איז גערעכט געווען מיט א טייל פון זיינע טענות, אויף אזוי ווייט אז זיי האבן געמוזט שאפן א נייע באוועגונג, די counter reformation, אנצוהאלטן דעם עולם, ד.ה. אז מארטין לותר ארויס א זיגער פון ביידע פראנטן. אברהם גייגער ווידער, נישט נאר וואס ער איז געבליבן מיט א באנדע פוחזים וריקים וואס האלטן נישט ביי גארנישט און ס׳האלט אין איין פאלן שטיקער פון זיי רעכטס און לינקס, ער האט נישט געהאט קיין שום השפעה לרעה אויף די אלטע געווארדיע, אויב עפעס איז די אלטע געווארדיע ארויס נאך שטערקער ווי פריער.



עס איז א טעות צו פארגלייכן די אידישע רעפארם באוועגונג מיט די קריסטליכע, די אידישע רעפארם איז אין גרויסטייל געווען א רעאקציע פאר די מאסן אידן בפרט אינטעלעקטואלן וואס האבן זיך געטויפט צו נצרות, אדער איבערגעלאזט אידישקייט, א טייל צוליב אקעדעמישע קאריערעס וואס אלס איד איז שווער געווען צו דערגרייכן, אבער בעיקר צוליב וואס זיי האבן געשפירט ווי אידישקייט ווערט וואס א דור ווייטער, מער ראדעקאלזירט, די פארמאכקייט און די התנגדות פון רבנים צו סיי וואספארא שינוים (מערסטנס אלס א קאנטער-רעאקציע צו די ווינטען פון אייראפעאישע אינלייטמענט) האבן אין זייערע אויגן געברענגט א דעמאגראפישע חורבן פארן אידישע פאלק און רעפארמיסטען אויף די גאנצע ספעקטרום האבן געהאפט אז מיט ערנסטע שינוים וועט מען קענן אפשטעלן די סעקולארעזאציע און התבוללות.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

געהערט די שיעור, וכמדומה אז זיין טעאריע איז גרונדלאז. ער ברענגט ראיות פון מענטשן וואס האבן אפגעלאזט רעליגיע צו מענטשן וואס מאכן א קאנשענס דיסיזשען צו זיין קיל, מיט א תורה שלמה אז יעדע דור מוז בהכרח אראפפאלן א פראצענט ביז מען קומט אן צו זירא. די טעאריע איז מלא לעכער, און אפשר גאר קען מען מאכן א פארקערטע ארגומענט, עס איז דא גאר אסאך משפחות וואס דער טאטע איז א טשילד איד, און טייל פון זייערע קינדער זענען גאר פרומער דורך די השפעה פון די סביבה, מוסדות, משפיעים אדער די מאמע.

די עיקר לאך זיינער לענ"ד איז אז ער פארזעט די כח פון אונזער אינטעררילעטעד סיסטעם, די השפעה וואס די ברייטערע פאמיליע ,חרדישע ענווייראמענט און מוסדות האבן אויף אונזערע קינדער. עס איז ביטער שווער און וועט לכאורה אייביג זיין ביטער שווער צו מאכן די לעצטע דיס-קאנעקט צו רעליגיע און אונזער ענווייראמענט. איך האב שוין לאמג געשריבן אז אונזער סיסטעם האט א משונהדיג גאונות'דיגע סעלף דיפענס מעקאניזים.

נאך א טעות וואס ער מאכט איז אז א אפילו נניח אז עס איז אמת אז יעדע דור פאלט א געוויסע פראצענט איז דא א קאט אפ פוינט פון אפלאזען אינגאנצען רעליגיע ,מען קען נישט זאגן אז וויבאלד די לעצטע דורות זענען געווארן שוואכער וועט עס אואומאטיש גיין ביז א גענצליכע דימאליעשן עס נעמט אריין אנדערע כוחות און פאקטארן אריבעצוגיין די ליניע.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ווי אויך דארף מען סתם אזוי באטאנען אז אפילו לפי שיטתו איז עס נישט א ״קאנסטענט״ דיקליין פון (צב״ש) 1%; עס איז ריקוּרסיוו - עס גייט אראפ 1% פון וואס עס איז פריער פון איר (וכעין התוס׳ בתענית י: ד״ה אל). און איה״נ אז ביי דעם וועט עס אויך עווענטועל (לשיטתיה אז עס איז אלעס נאר א חילוק אין דעגרי) קאנווערדזשען צו 0, נעמט דאס אבער היבש לענגער; עכ״פ לכאורה נישט פאר׳ן סוף פון ״6,000״ יאר. ;) (איך פארשטיי אז ער זאגט אז מ׳מוז גיין מיט מסי״נ וכו׳ אויף כדי טאקע אנצוהאלטן דאס מינימאלע נידערונג און נישט מער, אבער די ליארמע לשיטתיה אין זיין הנחה איז דאך ווייניגער.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

מי אני האט געשריבן:ווי אויך דארף מען סתם אזוי באטאנען אז אפילו לפי שיטתו איז עס נישט א ״קאנסטענט״ דיקליין פון (צב״ש) 1%; עס איז ריקוּרסיוו - עס גייט אראפ 1% פון וואס עס איז פריער פון איר

אינטערעסאנט טאקע אז אין אנפאנג האב איך געמיינט אז ער גייט זאגן אז אפילו פרומקייט/פאנאטישקייט ווערט שוואכער יעדע דור מיט א פראצענט צו וואס וועט אלץ איבערבלייבן עפעס א משהו ווייל די פראצענטן ווערן קלענער און קלענער מיט יעדעס דור און ער גייט ארויסברענגען אז נצח ישראל לא ישקר און די פינטעלע איד וועט אלץ בלייבן און מ׳קען זיך נישט אינגאנצן אפרייסן פונעם באשעפער וכו׳ וכו׳, זעהט אויס אז מיין השקפה איז שוין ליידער אזוי פארקרומט פון די אלע גרויע סוועדערס וואס איך האב געטראגן אין לויף פון מיין לעבן אז אין יעדע זאך זעה איך דאס פארקערטע פון דעת תורת(נ)ו הקדושה, האב איך נאך האפענונג?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

עס איז א גמרא אין נדרים און נאך פלעצער.
נדרים דף ל''ט ע''ב אמר רבי אחא בר חנינא כל המבקר חולה נוטל אחד מששים בצערו אמרי ליה אם כן ליעלון שיתין ולוקמוה אמר ליה כעישורייתא דבי רבי ובבן גילוַ
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

ממה נפשך אויב ביזטו א גלויביגער איד און דיין זארג איז וויפל פארשווארצטע גאסן וועלן זיין, ווען די לעצטע הייפעלע מסירת נפש אידן וועלן מקבל זיין פני משיח צדקינו, האסטו דאך דו הבטחה ''קָרַע ה' אֶת-מַמְלְכוּת יִשְׂרָאֵל מֵעָלֶיךָ, הַיּוֹם; וּנְתָנָהּ, לְרֵעֲךָ הַטּוֹב מִמֶּךָּ. וְגַם נֵצַח יִשְׂרָאֵל, לֹא יְשַׁקֵּר וְלֹא יִנָּחֵם''.

פאר מיר איז די אידישע דעמאגראפיע וויכטיג ווייל אידען אין די מאדערענע תקופה האבן בייגעשטייערט אומפראפארציענאל אויף אלע פראנטן פון מענטשליכע פארשריט צב''ש איינשטיין, פרויד, הערצל, אויפענהיימער, קאפקא, מארקס און ויטגענשטיין און די איבער צוויי הינדערט נאבעל פרייז לאורעאנטען דאס רוב פון זיי אסימעלירטע אידען.

אז איך האב די אפציע צו וועלן א צוקונפט פאר דאס אידישע פאלק צווישען פיזיקער, פילעזאפען אדער ''יעדע ל''ג בעומר און מירון'', ''ר'שעיהברמשה'' אידן, וועל איך גרייט זיין צו צאלן די פרייז און איך וועל קלייבן קוואליטעט איבער קוואנטיטעט.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

במדבר האט געשריבן:פאר מיר איז די אידישע דעמאגראפיע וויכטיג ווייל אידען אין די מאדערענע תקופה האבן בייגעשטייערט אומפראפארציענאל אויף אלע פראנטן פון מענטשליכע פארשריט צב''ש איינשטיין, פרויד, הערצל, אויפענהיימער, קאפקא, מארקס און ויטגענשטיין און די איבער צוויי הינדערט נאבעל פרייז לאורעאנטען דאס רוב פון זיי אסימעלירטע אידען.

וואס איז טאקע דער פשט?

אויב זאל דאס זיין ווייל, למשל, זייער זיידעס האבן געלערנט גמרא (איך האלט נישט אזוי) איז דיר יא וויכטיג וואו מער גמרא לערנערס ס'דא
אלף בני אדם נכנסים למקרא, יוצאים מהם מאה למשנה.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
פארשפארט