יהא זכרו ברוך

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך a1b2 »

די טרערן הערן זיך נישט אויף גיסן
עס איז אבער גאר א קליינע צרה אקעגן וואס ס'ווארט אפ אויף איר מאן פון די ביטערע מינוט און צו די קינדער, ה' ירחם.
די שאק איז מער ווי דער עולם מיינט דא, זי איז שוין געווען מער ווייניגער אקעי
זי האט געהאט א פעסישער שבת און פון א טעות פון דעם דאקטער איז זי אומגערישט נישט אויפגשטאנען.

למה ה' תעמוד ברחוק תעלים לעתות בצרה,
ה' הקיצה אל תזנח לנצח, למה פניך תסתיר,
זאל שוין די גלעזלע פון טרערן זיך איבערגיסן
שערי דמעות לא ננעלו
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך זעה אין נייעס אז א יונג קינד פון 14 חדשים פון מאנסי האט זיך דערטראנקען ראש השנה אין א טוילעט אין בארא פארק? איינער אלטמאן? ה' ישמר! תחל שנה וברכותיה?
עני דיטעילס, איינער?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
חכם מחוכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך חכם מחוכם »

הבה"ח בנימין זאב ברוין ע"ה, ב"ר שמשון, געוואוינט אין וויליאמסבורג, געלערענט אין סאטמאר-קווינס, אוועקגעריסן געווארן אין אינגן עלטער פון 19 יאהר, נאכן ווערן דיאגנאזירט א וואך צוריק מיט יענע מעשה, אוי באשעפער, ווי זעמיר, די טייכן זענען פול מיט טרערן, מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די
באניצער אוואטאר
אוי טאטי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 530
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך אוי טאטי »

הוי! באשעפער וואס וועט דא זיין?!

א גאנצע נאכט פרובירט איינצושלאפן, אבער עס גייט נישט, די אלץ פרייליכע פנים פון בנימין זאב ע"ה וויל נישט אוועק גיין,
איך ווייס נישט וויפיל דא האבן אים געקענט, אבער פרעגטס ענק נאך ביי זיינע חברים, א בחור ווי ער איז געווען טרעפט מען נישט קיין סאך.
אלץ געהאט א שמייכל אויף זיין פנים, אלץ געהאט א גוט ווארט צו זאגן, א טובה פאר א צווייטן איז ביי איהם געווען פון דאס וויכטיגסטע.

פון נעכטן נאכט נאכן זמן ווען די שרעקליכע בשורה איז אנגעקומען, האבן חברים איבעראל גלייך אנגעהויבן איינרייסן, אין וויליאמסבורג איז געווען עטליכע מנינים תהלים, אין קרית יואל ביים ציון איז געווען א מנין, אבער פון אויבן איז געווען אנדערש באשערט!
זאל דער אויבערשטער העלפן ער זאל זיין א גוטע מליץ יושר פאר אונז אלע, און זאל שוין דאס גאנצע איבריגע יאר זיין א פרייליך יאר, מיט נאר גוטע און פרייליכע בשורות, און א שנת גאולה וישועה!
!..If you go black, you'll never go back
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך a1b2 »

בד"ה מרים קאהן, אשת רבני המדד בערש, 63
וואס איז געווען מיט איר?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

חכם מחוכם האט געשריבן:הבה"ח בנימין זאב ברוין ע"ה, ב"ר שמשון, געוואוינט אין וויליאמסבורג, געלערענט אין סאטמאר-קווינס, אוועקגעריסן געווארן אין אינגן עלטער פון 19 יאהר, נאכן ווערן דיאגנאזירט א וואך צוריק מיט יענע מעשה, אוי באשעפער, ווי זעמיר, די טייכן זענען פול מיט טרערן, מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די

ער איז געווען געזונט און שטארק, ערשט די ערב ר''ה נאך א שטארקע קאפ ווייטאג איז ער אויפ'ן ראט פון די היגע דאקטער אריינגעפלויגן אין שפיטאל וואו ער איז נעבעך דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה, און נאכ'ן נעמען קימא האט ער געכאפט אן הארץ אטאקע, פון וואס ער האט ליידער אויסגעהויכט די נשמה.

דאס איז שוין גאר טראגיש
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ביי די לוי' פון הבחור בנימין זאב ברוין ז"ל אין פראנט פון סאטמאר ביהמ"ד הגדול ראדני
בילד
(קרעדיט דארפסמאן פון אייוועלט)
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

אייגענארטיג, לייג צו צו די ליסטע,

אז איר שוועסטער האט יארן לאנג געווארט אויף א קינד, און ענדליך האט איר דער אויבערשטער געהאלפן און זי האט געהאט א קינד, האט זי עס נעבעך איבערגעלאזן אזוי אינגערהייט אן קיין מאמע, און די שוועסטער האט אריינגענומען דאס קליין קינד ווי א אייגנס, און יעצט האט דאס קינד פארלוירן די מאמע צום צווייטן מאל. יא, ליידער הערט מען נישט אזוינס אזוי אפט (ב"ה) אזויפיל צרות זיך צאמשטעלן אין איין ביטערע טראגעדיע.

ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

ר' שמואל ברוך פרידמאן

שליחה דורך קאווע טרינקער »

באקומען אין אישי פון א חבר דא וואס היט אויף זיין גילוי
אין בין עס מצטט אזוי ווי שטייט און גייט


ר' שמואל ברוך פרידמאן

שמואל ברוך.... שמואל ברוך.... ס'איז יעצט דאס ערשטע מאהל וואס כ'דראף רופען דיין נאמען צוויי מאהל... ס'האט נאך קיינמאל נישט פארסירט; ביסט אלץ געווען א בחינה פון "טרם יקראו ואני אענה"... אז דו ענטפערסט נישט מיין רוף, בהכרח אז דו ביסט מער נישט דא. אוי וויי, ס'קען נישט זיין!!! אוממעגליך, 8 קינדער זיכען זייער טאטע... ואין עונה...
שמואל ברוך, ס'איז שווער דיך צו באשריייבן.
אז כ'וועל זאגן ביסט געווען א "עסקן" וועלן מענטשען מיינען: ביסט געווען אויף'ן טעלעפאון און "ערלעדיגט" ענינים מיט די הויכע פענסטערס.
אז כ'וועל זאגן אז דו האסט נישט געקענט צוקוקען ווי איינער רעדט ביים דאווענען וועלן מענטשען מיינען: האסט געהאט שונאים, האסט געהאט רשעות אין-זיך.
אז כ'וועל זאגן ביסט געווען אן "עכטע גוטע מענטש", וועלן מענטשען מיינען: ביסט געווען אזא נער'עלע, מ'האט דיך געקענט אויסנוצען.
אז כ'וועל זאגן ביסט אלץ געווען גרייט פאר יענעם, וועלן מענטשען מיינען: האסט געהאט אסאך צייט און געלט, און נישט געהאט וואס צו טוהן מיטן טאג.

סאו, וואס קען מען זאגן?
שמואל ברוך, ביסט געווען א "בעל מידות" א "ירא שמים" א "בר-דעת".
וועלעכע מעלה איז נישט בכלל דעם?
שמואל ברוך, ביסטו געווען דבוק אין צדיקים, און איך מיין די אמאליגע סארט דביקות, א דביקות וואס מ'זוכט נישט צו פארציילען פאר קיינעם, נאר בינו לבין רבו.

שמואל ברוך, ביסט געווען "א גארנישט" אין דיינע אויגן.
יעצט אז דו ביסט מער נישט דא וועלען מיר אלע זעהן ביסט געווען "אלעס".

אוי שמואל ברוך, ווער וועט מיך פארשטיין???? ווי טרעף איך דו ריכטיגע ווערטער?
שמואל ברוך, כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז איינע פון דיינע קינדער אינדערהיים זענען אדאפטירט! און נישט קיין משפחה-מיטגעליד, נאר פשוט האט געזעהן אן "עד" אין די צייטונג אז מ'זוכט א ווארימע היים פאר א אידיש קינד! יא, אזויווי איר הערט.
שמואל ברוך, פון וואו האסטו געוואוסט אז ס'איז טאקע נישטא אזא ווארימע טאטע ווי דו אליינס!?

שמואל ברוך: ביסט געווען א "עניו" א צדיק, א חסיד, אן ערליכע יוד.
א באטעמ'טע איד, יעדער האט מיט דיר געקענט רעדן. אבער נישט אלעס... מ'האט געוואוסט אז מיט שמואל ברוך קען מען נישט רעדן לשון הרע, אדער א שמץ פון ליצנות.

שמואל ברוך דו מאכסט מיך וויינען
Under influence
טראכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך טראכט »

ווער איז געווען "שמואל ברוך"? ווען איז ער אוועק?
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך a1b2 »

בדה רבני הנגיד יוסף אשכנזי פין מאנסי 58
יענע מעשה
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

שמואל ברוך פריעדמאן, א אינגערמאן ארום 40 קוים חתונה געמאכט די ערשטע פון 8 קינדערלאך

א זון פון BH בעיטער העילט פריעדמאן

געהאט א עניורוזים און אןועק פלוצלינג
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

געוואלד געשריגן! בד"א. וואו האט ער געוואוינט?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

זר זהב האט געשריבן:געוואלד געשריגן! בד"א. וואו האט ער געוואוינט?

In boro park I think he was a Bobover
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

gehlungen האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:געוואלד געשריגן! בד"א. וואו האט ער געוואוינט?

In boro park I think he was a Bobover

נישט קיין באבובער
גע'הערט קיין אמונת ישראל / טשערנאביל
Under influence
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אייגענטומער פון לערנער שטריימלעך איז אוועק, געווען נישט געזונט.
67 יאר.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

בד״ה
החסיד הישיש ר׳ אברהם צבי נייגער ז״ל. מגדולי חסידי באבוב 45
(98 יאר אלט)
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

אברהמי ראענבערגער, 9 יעריג יונגעל אוועק פון יענע מחלה
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אוי געוואלד. וועמענס זון? וואו וואוינען זיי? ווען גייט זיין די לויה? גיב פרטים.
ומחה השם דמעה מעל כל פנים אמן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

זיי וואוינען אין ווילימסבורג. טאטע איז א חסיד בעלזא-מחנובקא. די לויה איז געווען ערב שבת 9 אזייגער אינדערפרי.
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך דעינעש »

הוי..
BDH: Levaya of Mrs. Leah Indig (42) B"R Naftula Nuta(Rottenberg), Eishes HuAsken R' Naftula Moshe Indig shlit"a, will be on 1:00pm at Bhm"d Hg' WB (Hooper St.) to KY Bh"ch.

ושנשמע ונתבשר בשורות טובות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אוי וויי!! וואס איז געשעהן מיט איר?!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יענע מחלה.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פארשפארט