מי אני האט געשריבן:מ׳קען אולי אביסל צולייגן צו וואס ר׳ יצחק זאגט דא אז דאס געדאנק פון דאס וואס די פלישתים האבן סותר געווען וכו׳ בארותיו של אברהם איז דאס געדאנק אז אויף וואס אברהם האט געוואלט מפיץ זיין וכו׳ אזוי ווי א באר חוצה לו אויף דעם זענען זיי געקומען מיט ליצנות ושחוק כדוגמת מאבימלך נתעברה שרה. והיינו, די שב שמעתתא זאגט אין זיין הקדמה (אות ב׳) אז די געדאנק און עבודה פון א מענטש איז צו ווערן פון א בור, וואס איז נאר מקבל אין זיך, צו א באר, וואס איז נובע חוצה לו צו אנדערע ע״ש. והיינו, מ׳דארף מאכן א חילוק פון אן אות ו׳ לאות א׳. מיט דעם קען מען סתם אזוי זאגן אז וועגן דעם האט מען מוסיף געווען אן אות ה׳ לשמו של אברהם, ווייל דאס איז דאך געווען זיין עבודה צו מפיץ זיין אמונה וכו׳ און ער האט געמאכט דעם חילוק צווישן דעם אות ו׳ און אות א׳ וואס די חילוק צווישן זיי איז מספר ה׳.
ענליך קען מען זאגן לגבי דעם וואס ר׳ יצחק דערמאנט דא בנוגע דאס אז ביי יוסף האט מען אים צוויי מאל אריינגעווארפן אין א בור, ואפילו מים אין בו. והיינו, אז דעריבער האט מען צוגעלייגט אן אות ה׳ צו זיין נאמען אויך, יהוסף, כדאיתא בסוטה לו:, וואס דאס איז די חילוק צווישן מספר ״בור״ ו״באר״ וכנ״ל.