שטריימל סעיל אדווערטייזמענטס - טפשות אדער געניאל?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
יודישע שרייבער האט געשריבן:[tag]תורה ומדע[/tag] פארוואס האסטו צוגעלייגט 2 אינטשעס צום ארגינעלען שטריימל???תורה ומדע האט געשריבן:דאס איז דאך דער בראך. מען האט גענומען א לבוש און מ'האט איהם אינגאנצען איבערגעדרייט. א שטריימעל ארגינעל קומט נישט מער ווי 4 אינטשעס הויך,
הייסט ער טוט עס בשיטה? אזא צדיק איז ער? אדער ער האט זיך פשוט ליב און ער גלייכט מער די אלטע סטייל פון די היינטיגע!תורה ומדע האט געשריבן:עס איז כדאי צו דערמאנען און צו באדאנקען דער באבאווער רבי רב"ץ שליטא פאר דעם וואס ער לאזט זיך נישט, און טראגט נאך אן ארגינעלער שטריימעל.
איך האב נישט געזען ביי די בעקיטשעס וכו' וכו' וכו' זאל ער בלייבן צוריק געשטאנען אדער שפארעדיג...
---
[tag]קורקלענד[/tag] האקט.
ווי ס׳קומט איהם קרעדיט קומט איהם קרעדיט. אז ער פארט נישט מיט מיט וויליאמסבורג סטייל שטריימלעך ווייל ער וויל די חסידים זיינע זאלען ווייניגער ליגן אין סטייל תינופת. קומט איהם קרעדיט. מיש דאס נישט מיט אנדערע פראבלעמן וואס ער פארמאגט.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
אישתישבי האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:וואס די באבובער קרובים זאגן האב׳ך שוין געהערט, און וואס זאגן די גערער מחותנים???
שבת אחים
מיט דער פילסטע כבוד, ביסט א טראל
האלטס כבין ערגער ווי עפעס א ניק אישתישבי וואס שרייבט בלבולים און אויפגעמאכטע מעשיות אויף זיינע בר-פלגתא׳ס????
(עיין ערך זונות פרייטיגס צונאכטס-אטאקע-וואס ער האט ארויסגזויגט פון זיין טאכעס...)

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
הערט שוין אויף!!!!
דער אשכול דערמאנט מיר ווידעראמאל פון פליקער'ס ביבער ארטיקל, לייענט און האט הנאה:
viewtopic.php?f=4&t=8443
דער אשכול דערמאנט מיר ווידעראמאל פון פליקער'ס ביבער ארטיקל, לייענט און האט הנאה:
viewtopic.php?f=4&t=8443
וירח ה' את ריח הניחוח
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
מאכטס ענק נישט נעריש, אמאליגע שטריימלעך - היינטיגע שטריימלעך. ס'איז אלץ אזוי געווען, די שטריימל סייז האט זיך געהאלטן אין איין טוישן. מיין נייע שטריימל איז העכער פון מיין חתן שטריימל און מיין חתן שטריימל איז געווען העכער פון רב"ץ'ס שטריימל און רב"ץ'ס שטריימל איז העכער פון זיין טאטע'ס שטריימל און זיינס איז געווען העכער פון צאנז'ער רב'ס שטריימל און צאנז'ער רב'ס שטריימל איז געווען העכער פון בעל שם טוב'ס שטריימל. אלזא, וואס ווילסטי, זאל מען נאכפארשן וויזוי די ערשטע שטריימל האט אויסגעקוקט און דאס נאכמאכן גענוי אויף די האר?
איך האב אויך נישט ליב צו הויכע שטריימלעך אבער ווען איך בין לעצטענס געגאנגען קויפן א שטריימל האב איך נישט געמאכט קיין גרויס עסק דערפון. די סוחר האט מיר געזאגט אז אלע שטריימלעך קומען היינט הויך, האב איך שלום געמאכט מיט'ן מצב און פערטיג. גלייב מיר אז רב"ץ ברענגט אן מער צייט ווי מיר מיט'ן מעסטן פינקטליך וויפול אינטשעס די הייעך איז און טאמער די קאפעל שטעקט זיך גענוג ארויס. די זעלבע איז מיט שלמה שמש מיט זיין טיעפע טשולענט טאפ, אנשטאטס נעמען א היט פונקט ווי יעדן מאכט ער זיך משוגע דערמיט אלץ ווייל ער וויל אויסקוקן פארצייטיש. ס'קומט מיר פאר ווי דער גור'ער וואס איז ארום געלאפן די גאנצע שטאט זוכן א שיך-בענדל גארטל אלץ ווייל ביי זיי מאכט מען נישט קיין עסק פון קיין גארטל.
איך האב אויך נישט ליב צו הויכע שטריימלעך אבער ווען איך בין לעצטענס געגאנגען קויפן א שטריימל האב איך נישט געמאכט קיין גרויס עסק דערפון. די סוחר האט מיר געזאגט אז אלע שטריימלעך קומען היינט הויך, האב איך שלום געמאכט מיט'ן מצב און פערטיג. גלייב מיר אז רב"ץ ברענגט אן מער צייט ווי מיר מיט'ן מעסטן פינקטליך וויפול אינטשעס די הייעך איז און טאמער די קאפעל שטעקט זיך גענוג ארויס. די זעלבע איז מיט שלמה שמש מיט זיין טיעפע טשולענט טאפ, אנשטאטס נעמען א היט פונקט ווי יעדן מאכט ער זיך משוגע דערמיט אלץ ווייל ער וויל אויסקוקן פארצייטיש. ס'קומט מיר פאר ווי דער גור'ער וואס איז ארום געלאפן די גאנצע שטאט זוכן א שיך-בענדל גארטל אלץ ווייל ביי זיי מאכט מען נישט קיין עסק פון קיין גארטל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
די נייע שטריימליך זענען ארטיפישעל און א "פיעס אוו גארבעדזש" אין פארגלייך צו רב"צ 'ס שטריימיל, למבינים. משל למה"ד צו א גרענד פיענאו פון סטיינוועי ענד סאנס וואס קאסט און די שווערע הונדערטע טויזענטער דאללארען אין פארגלייך צו אן עלאקטראנישע אינסטראמענט- קיבאארד וואס האט פארשידענע מאדערנע פיטשיווקעס. פאר א לעימאן איז דאס עלאקאראנישע אסאך בעסער מיט מער פיטשערס וכדו', דער מבין ווידער וועט דיר זאגען אז דער קלאנג פונעם טייערער פיאנאו איז ווערט א יעדער פיאסטער, און דער עלקטראנישער איז האט א טעם פון קעננא טונע פיש, והמבין יבין.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: שטריימל סעיל אדווערטייזמענטס - טפשות אדער געניאל?
אויב מען האט אריינגעביסן אין באבוב דא, קענט איר זיכער זיין אז די אשכול וועט זיך נאך ציען פאר קווייט א ווייל...
סאיז להפליא ווי די באבובע ווערן אזוי אבסעסט ווען עס קומט צי "זייער" רבי און "זייער" צד
סאיז להפליא ווי די באבובע ווערן אזוי אבסעסט ווען עס קומט צי "זייער" רבי און "זייער" צד
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
תורה ומדע האט געשריבן:די נייע שטריימליך זענען ארטיפישעל און א "פיעס אוו גארבעדזש" אין פארגלייך צו רב"צ 'ס שטריימיל, למבינים. משל למה"ד צו א גרענד פיענאו פון סטיינוועי ענד סאנס וואס קאסט און די שווערע הונדערטע טויזענטער דאללארען אין פארגלייך צו אן עלאקטראנישע אינסטראמענט- קיבאארד וואס האט פארשידענע מאדערנע פיטשיווקעס. פאר א לעימאן איז דאס עלאקאראנישע אסאך בעסער מיט מער פיטשערס וכדו', דער מבין ווידער וועט דיר זאגען אז דער קלאנג פונעם טייערער פיאנאו איז ווערט א יעדער פיאסטער, און דער עלקטראנישער איז האט א טעם פון קעננא טונע פיש, והמבין יבין.
ווי ס'שטייט אין ספרים טאקע איז ביי חסידים אייביג געווען א ספעציעלע ענין צו טוהן וואס מער צו שאפן א פארצייטישע שטריימל. אפי' צומאל דארף מען זיך פאר'חובות'ן מיט שווערע געלטער איז עס אויך ווערט ווייל ס'קומט שפעטער צוריק דאפעלט. און די שכר אויף יענע וועלט איז אויך אין לשער. ווען איינער גייט א פארצייטישע שטריימל קען מען זעהן אויפן פנים זיינער אז ס'איז א עכטע תוכן כברו און מ'קען אין איין סעקונדע זעהן אויף איהם אז ער איז אן אמת'ע חסידישע איד אויפן זעלבן קו פונעם בעל שם ותלמידיו. און אז ער פארשטייט די אמת און טיעפקייט פון לעבן אויפן היינטיגן וועלט בתורת חסידות האמיתי.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 225
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 305
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
- האט שוין געלייקט: 475 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:טמיר: ייש"כ. ווייל כ'האב פונקט געוואלט רעדן צו די אנפיהרערס פון תומכי שבת אז מ'זאלל זעהן צו ערלעדיגן עפעס א לייטישן ארדער פון פסח פראדוקטן פאר די שטריימל מאכערס. נאך וואס כ'האב געהערט אז זיי מוטשענען זיך זייער שטארק מיט שטייגענדע פרייזן פאר רוי מאטעריאל און שטארקע קאמפעטישן. כמעט אזוי ווי די גראסעריס אין אונזער היימישע געגנט...!
נ.ב.: ווארטס נאר ביז בינגא וועט זיך נעמען פארקויפן שטריימלעך. געמאכט פון עכט פאליעסטער...!
חכם עדיף מנביא..
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
תורה ומדע האט געשריבן:פרייז איז נישט די נקודה דא. די שאלה איז זענען מיר, און וועלען מיר זיין, אוטענטיש אדער נאכגעמאכט. פיריעד.
א לייכטער, האט איהר געזילבערט אדער פון זילבר?
כ'אב קיינמאל נישט געהערט פון אזא מצוה פון זיין אוטענטיש, וואס איז דאס? אן עשה אדער לא תעשה? דאורייתא אדער דרבנן? אין וועלכע חלק שו"ע שטייט עס? גייט דא אויך אן די הלכה אז מדארף נישט אוועקגעבן מער פון א פיפטל פון די געלט פאר א מצוה?
אז מ'רעדט שוין פון לייכטערס .איך האב נישט איינס, ביי אונז צינדט מען מיט טרעוועל לעכט. דאס איז די מערסטע אויטענטיש וואס נאר שייך, אזויווי אלע אויטענטישע מענטשן וואס געבן נישט אויס זייער געלט אויף נארישקייטן.
בד"ו, דיין בעקישע איז פון זיידן אדער פאליעסטער? דאכצעך מיר אז דער בעש"ט האט נישט געוואוסט פון קיין פאליעסטער צו זאגן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- נקודת-אמת
- היימישער באניצער
- הודעות: 489
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
- האט שוין געלייקט: 373 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל
דער דאס האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:טמיר: ייש"כ. ווייל כ'האב פונקט געוואלט רעדן צו די אנפיהרערס פון תומכי שבת אז מ'זאלל זעהן צו ערלעדיגן עפעס א לייטישן ארדער פון פסח פראדוקטן פאר די שטריימל מאכערס. נאך וואס כ'האב געהערט אז זיי מוטשענען זיך זייער שטארק מיט שטייגענדע פרייזן פאר רוי מאטעריאל און שטארקע קאמפעטישן. כמעט אזוי ווי די גראסעריס אין אונזער היימישע געגנט...!
נ.ב.: ווארטס נאר ביז בינגא וועט זיך נעמען פארקויפן שטריימלעך. געמאכט פון עכט פאליעסטער...!
חכם עדיף מנביא..
איך האב מורא אז אונזער מנהיג ר' בערל האט פראצענטן אין די שטריימל סעיל.
(אדער אז דער מענעדזשער פון בינגא איז א מעמבער דא אין שטיבל, ודוחק לומר כן.)
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: שטריימל סעיל אדווערטייזמענטס - טפשות אדער געניאל?
צו צונעמען דעם ענין אביסל מער און טיפער (לאור וואס כ׳האב געשריבן דא) קען מען אפשר זאגן אז בעצם וואלטן די שטריימל פירמעס געדארפט דאס מארקעטן אלס א לוקסוס אייטעם, ענליך צו טייערע דעזיינער קליידער וכנ״ל. אין אנדערע ווערטער, די טייערע קוואליטעט שטריימלעך וואטן געדארפט זיין וועבלען גודס, וואס הגם די פרייז גייט ארויף גייט פארט די דימענד אויך ארויף, אנדערש ווי די אלגעמיינע געזעץ פון דימענד [וואס לויטעט אז ווען די פרייז גייט ארויף גייט די דימענד אראפ]. דאס איז ווייל בעצם איז א (טייערערע) שטריימל א נארמאל גוד, וואס ווען מ׳האט מער אינקאם קויפט מען מער דערפון, וממילא ביי אזא סארט גוד וואס איז א שטאטוס סימבאל איז ווי מער די פרייז גייט ארויף (וממילא די שטאטוס דערפון), איז פאר די מיט טאקע העכערע אינקאמס גייט אויך ארויף די דימענד דערפאר.שמעון וואלף האט געשריבן:[tag]העניך[/tag] די ביסט דאך אליין מסביר די חילוק. ביי א טייערע זייגער דארף דער סוחר קאנווינסען די פאטענציאלע קאסטומער צו קויפן די זייגער אנשטאטס א טייערע קאר אדער א לוקזיריעסע וועקעישאן. טאמער איז דא איינער וואס האט געמאכט א גוטע דיעל און ארויס מיט א שיינע אפוטיקע און יעצט וויל ער זיך רעווארדן, דארף ער זיין קאנווינסט אז די זייגער איז די בעסטע טשויס. אדער וויל די סוחר מארקעטן זיינע זייגערס פאר עשירים, מוזן זיינע עדס זיין קלאסיש.
אנדערש איז אבער ביי א שטריימל ווי די קונה וויל עס סייווי קויפן און ארימע פונקט ווי רייכע קויפן זיך שיינע שטריימלעך ובפרט ווען די עד איז פאר א סעיל, וואס דעמאלטס אפעלירט ער נאכמער צו די שוואכערע פארדינער, ממילא איז עס בכלל נישט קיין צושטעל צו א טייערע זייגער כאטשיג א שטריימל איז אויך טייער.
אבער, אפילו די סארט שטריימלעך זענען למעשה פאר אונזער סאסייעטי געווארן אן עסענטשעל/סטעיפל און עס האט נישט קיין סאבסיטוט דערפאר (דאס איז די מציאות); עס איז נישט (מער) קיין לוקסוס אייטעם. קומט אויס אז מ׳קען אפשר טענה׳ן אז די שטריימל איז (געווארן) א גיפפען גוד - א זאך וואס די דימענד גייט אויך ארויף ווען די פרייז גייט ארויף, אבער מכח׳ן זיין גאר א שטארקע אינפעריאר גוד וואס אין אלגעמיין וואלט די דימענד דערפאר געדארפט אראפגיין ווען די אינקאם גייט ארויף. מ׳קען דאס זאגן וויבאלד עס איז שוין (אויך) עפעס וואס (אסאך) וואלטן זיך געוואונטשן דאס דייקא בכלל נישט צו קויפן, און דעריבער קען מען עס (אויך) אנקוקען ווי א שטארקע אינפעריאר גוד. פון דארט ווערט דאס א גיפפען גוד ווייל מ׳״מוז״ דאס קויפן און מ׳האט נישט קיין סאבסיטוט דערפאר, און עס נעמט אויף א חלק ניכר פונ׳ם בודזשעט פונ׳ם מענטש (כידוע

יעצט, אם כנים אנחנו בזה איז דא א מקצה לקצה׳דיגן equally valid פערספעקטיוו פארוואס די שטריימל זאל מיט׳ן שטייגן פונ׳ם פרייז דאך די דימענד ארויפגיין - פאר די עשירים מכח׳ן זיין א וועבלען גוד און פאר די נישט-פארמעגליכע מכח׳ן זיין א גיפפען גוד ככל הנ״ל. יעצט, ביידע די דעמאגראפיקס קויפן די שטריימל אין די (מער-ווייניגער) זעלבע פרייז רעינדזש.
ווי באקאנט איז אדווערטייזינג מער אפעקטיוו ווען עס רעדט צום סאבקאנשעס ווי איידער צום ראציאנאלן קאנשעסנעס. און לכאורה איז די הנחה פשוטה פון מארקעטינג אז מ׳זאל אדווערטייזן לרוחם פון די מערהייט פון די קאנסומער דעמאגראפיק, וואס איז כולל סיי די עניים און סיי די עשירים וואס זענען ביי דעם אין די זעלבע פרייז רעינדזש; זה מכח ווייל דאס איז פאר אים א וועבלען גוד וזה מכח ווייל דאס איז פאר אים א גיפפען גוד וככל הנ״ל. איז דעריבער וויבאלד דאס מערהייט פון די דעמאגראפיק פון קונים [די טארגעט] זענען די נישט-פארמעגליכע זוכן די פירמעס (עכ״פ סאבקאנשעסלי) דאס צו אדווערטייזן לרוחם [דהיינו צו וואס די סאבקאנשעס פונ׳ם מערהייט קאנסומערס ווייסט]. דהיינו, דאס אפצושפיגלען ווי א מער נחוצ׳דיגע אינפעריאר (אולי תרתי משמע) אייטעם. אפשר.
דאס איז נוגע צו די אדווערטייזמענטס דערפאר בכלל, ולכאורה כ״ש ביי א סעיל וואס דעמאלטס זענען די נישט-פארמעגליכע לגמרי די טארגעט.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
שטיי איך און איך ליין דאס און צו מיין אנטריסונג/האַראַר אנערקען איך אז איך בין פון די וואס פארשטייען נישט!
עד שהקב״ה האיר עיני אז דער מאדעל וואס האט אָן אויף זיך דעם שטריימל אינעם בילד שטייט מיט א (בערך) 180° ענגעל צום בּאַאָבּאַכטער. אין רעידיענס [דעם יחס פונעם קוּרוו צום ליין וואס שאפט די קוּרוו] איז דאס π רעידיענס. יעצט, דעם שטריימל איז דאך אן עיגול [פון אויבן-אראפ אין 2D] וואס ביי דעם איז דאך ידוע אז יחס היקיפו לרחבו איז אויך π. יעצט, די ״ווער עס פארשטייט, פארשטייט״ איז דאך א סארט לאגישע טאָטאַלאַדזשי וואס קען באטראכט ווערן ווי ווייטער ״סירקולער״.
אָםם... דער וואס פארשטייט, פארשטייט...

נעכטן [3/14] איז גראדע געווען פּיי דעי.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
איך האב אייביג פארשטאנען אז די עדס אנהויב זענען טאקע געלאפן אויף די 'עלעגאנט' סטייל נאר מ'איז שוין אויסגעלאפן פון איידיעס און ס'איז שוין געקראכן פון די נאז מאכט מען היינט פארקערט. איך וואלט געזאגט אז דאס עצם שטריימל עדווערטעסמענט קריכן שוין אויף די אייער - א שטריימל איז א שטריימל, ס'האט זיך גארנישט געטוישט. ס'איז אן אנפארטשענעיט צורך. מ'העט עס מילא מוזן קויפן איז דיה לצרה בשעתה. מאך נישט קיין רעש ביי יעדע געלעגנהייט. ס'איז ווי א עומד על גבו. ס'שטייט אויפ'ן קאפ און ס'ווייזט אויף קטנות.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.