לגבי די מחלוקת מרפסין איגרא צווישן הני תרי צנתרי דדהבא רביה"ק און הקטן, רוב רובם פון היינטיגע חוקרים האלטן אז די תורה, על חמש חלקיה זענען מזמן בית ראשון, במילא אפילו אויב עס זאל זיך ארויסשטעלן צו זיין אויטענטיש, וועט איר עצם עקזיסטענץ נישט זיין קיין חידוש.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
דאס איז א גוטע הערה. מ׳קען דאס אולי אביסל אונטערלאַנען מיט וואס מ׳האט געשריבן דא, אז אין אלגעמיין ווען עס איז א ״שפיל״ צווישן איינער און א כנגדו חשבונ׳ט מען אריין צו א טיפערע לעוועל אין וואס דער אנדערער טראכט און דאדורך מאכט ער די באשלוסן. ס׳איז שטארק יתכן אז ער זאל האבן אזוי געפילט אזוי ווי א שפיל פון זיך קעגן די פארשער. אולי.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
יאהרן צוריק בין איך געוועהן אין פילידעלעפיע א חול המועד דאכצעך אין די Benjamin Franklin Museum האבן זיי דארט געהאט א גאנצע אפטיילונג פון די ים המלך-תורות אויסגעלייגט אין א גלאז. און איך האב פרובירט צו ליינען איין פרשה פאר מתן תורה. און איך האב מיך אנגעשטויסן אין עפעס מאדענע ווערטער ווי ויזרח משה. נישט קיין ווערטער נאר גאנצע פסוקים וואס שטייט נישט אין אונזערע תורה. און מיין עקס האט מיך געפרעגט וואס איז פשט דערפון? איך בין געוועהן פארלוירן פאר אפאר סעקונדעס, נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן. כ׳בין אליינס געוועהן שאקירט. האב איך איר געזאגט אז זעהט אויס אז סאיז שוין דעמאלטס געוועהן מחלוקות צווישן די רבנים איבער געוויסע שיטות פונקט ווי היינט מיט די עירוב. אבער נאכדעם האב איך געהערט אז מ׳האט פעסטגעשטעלט אז סאיז געוועהן אסאך פעלשערייען אין די ביזנעס. עד היום איז נישט קלאר וועלכע פון זיי זענען אויטענטיש און וועלכע נישט. אויך איז מעגליך אז געוויסע אידישע סעקטס האבן פארדרייט אדער צוגעלייגט צו די תורה. עכ״פ סאיז נישט געדרינגן פון דעם גארנישט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אבער עס הייסט ביי די חוקרים אז חוץ אפאר שנויים קלים איז די מגילות ים המלח דער זעלבער ווי אונז.
אין דער ארטיקעל ווערט דערמאנט, און אזוי קען מען דאס זעהן אין אנדערע פלעצער אז די מגילות ווייזען ראיות צו יאשקע, און די קריסטען טענה'ן אויך אזוי, עס איז דא אין דעם אריכות.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
פאר ווער ס׳וויל זעהן וואס פארא פעלעשערייען ס׳גייט פאר אין די Industry זאל דאס וואטשן. סאיז ווערט די צייט. Dead Sea Scroll Detectives New technologies unravel the Dead Sea Scrolls’ mysteries and uncover million-dollar fakes. https://www.pbs.org/wgbh/nova/video/dea ... etectives/
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius