מ'שלאגט נאך היינט?

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
פלוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2018 6:20 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

מ'שלאגט נאך היינט?

שליחה דורך פלוני »

וויבאלד ס'נישטא א אפטיילונג פאר חינוך, האב איך עס געלייגט דא.
דא טרעף איך א ארטיקל - אינגאנצן געציילטע יארן צוריק - ווי אינעם קאטוילישער חינוך שלאגט מען נאך אין גרויסן
https://www.revealnews.org/article/whip ... day-cares/

כ'וויל הערן 1] אייער מיינונג, 2] אייער עקספיריענס, ביטע
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: מ'שלאגט נאך היינט?

שליחה דורך א איד »

מילא מיין מיינונג, אקעי קען איך הערן.
אבער מיין עקספיריענס? מיט וואס? מיר זענען עפעס קריסטן?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
פלוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2018 6:20 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך פלוני »

א איד האט געשריבן:מילא מיין מיינונג, אקעי קען איך הערן.
אבער מיין עקספיריענס? מיט וואס? מיר זענען עפעס קריסטן?

האסטו געהאט א מעשה רצח וכפיה וואס איינע פון דיינע מחנכים האבן אויף דיר געמאכט, שלא ביושר לפי חינוך של היום?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מ'שלאגט נאך היינט?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לדעתי, א מלמד וואס שלאגט מיט כעס און שלעכטס, וועט נישט העלפען אז מ׳וועט מאכען א געזעץ אז ער טאר נישט שלאגען. יענער וועט פארשעמען און בארעדען און זיך שלעכט פיהרען און שעדיגען א קינד מיט זיין מויל. אז דער מלמד מוז זיין מענטשליך, שטערט נישט די פעטש וואס צומאל גיבט מען לצורך הענין.

מיין עקספיריענס? איך האב באקומען פעטש, און איך האב צוריק געגעבען פעטש פאר איין מלמד. אפשר זאל יענער מלמד דא ארויף קומען. אבער זיין אידיש איז געווען א דיזעסטער, און זיין ענגליש איז נישט געווען בעסער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האב שוין כמה פעמים פארציילט די מעשה. ווען איך בין געווען א יונגל פון בערך 9 יאר, האביך געהאט א סאבסטיטוט רבי וואס האט געהאט שפיציגע שיך. (פרעגט תוס' א קשיא. פארוואס האט די ת"ת אויפגענימען א מאדערנעם מיט שפיציגע שיך פאר א רבי...?). און ער פלעגט צו גיין צו א יונגל'ס דעסק/פלאץ און איהם שטויסן מיט זיינע שיך, ווען מ'האטציך פארדינט...איינמאל, ווען מיין מאמע האט באמערקט די אלע בלעק ענד בלו מארקס אויף מיינע טהייס/פוס, האט זי געפרעגט ווער ס'האט עס געמאכט פאר מיר האביך געזאגט אז מיין רבי. האט מיין מאמע געזאגט...,דו האסט עס זיכער פארדינט... און זי איז נישט געגאנגען אין אפיס און געסטראשעט מיט פאליס אדער טשיילד אביוז...! אזוי ווי די היינטיגע טאטעס און מאמעס. ווען די רבי קוקט נאר קרום אויף זייער קינד סטראשען זיי באלד מיט דעם ארגסטן. מיט ארעסטס און באשמוצונגען און ארויסווארפן און פייערן...!

ומעשה שהיה. אין א געוויסע תלמוד תורה האט דער באס רבי געגעבן א (פארדינטן) פאטש פאר א יונגל. ווען דער יונגל איז אהיימגעגאנגען און פארציילט אז די רבי האט איהם געגעבן א פאטש. האט דער טאטע אפגעווארט דעם באס. (שוין. ס'איז געשעהן אין א געוויסע אידישע געגנט אין ברוקלין וואס גייט אזוי ווי א סוירקל. אז מ'קומט אן צו די זעלבע פלאץ וואו מ'איז אריינגעגאנגען.) און ער איז ארויפגעגאנגען אויפ'ן באס. און ר'האט געפרעגט דעם באס רבי..."דו האסט געגעבן א פאטש פאר מיין יונגל"...יא...! נאך פאר דער רבי האט געהאט א טשענס מסביר צו זיין פאר'ן טאטע פארוואס ער האט איהם געגעבן א פאטש, האט ער געכאפט א זעץ פונ'ם טאטן גראד אין זיין אויגן אריין. ווען די רבי איז געגאנגען צו די עמערדזשענסי רום, האבן זיי געוואלט וויסן ווער ס'האט איהם געגעבן דעם פאנטש. די רבי איז געווען א צדיק, און ר'האט נישט געזאגט. ער האט געזאגט אז ער איז געפאללן. אבער זיי האבן זיך גע'עקשנ'ט אז ער זאגט ליגנט. ווייל ווען מ'פאלט כאפט מען נישט אזא שטארקן קלאפ. אבער זיי האבן זיך ווייטער געטענה'ט אז ער מוז אויסזאגן ווייל מ'מוז יענעם ארעסטירן. די רבי האט בשום אין אופן נישט געוואלט אויסזאגן. און יענער רשע האטציך ארויסגעדרייט פון גערעכטיגקייט. ווייל---האט דער מנהל פון די ת"ת געזאגט---, אז ער שטאמט פון א חשוב'ע משפחה. און מ'קען איהם נישט פארשעהמען. און די באס רבי איז געבליבן לעקיש...!

נ.ב.: די געשיכטע איז נישט געשעהן אויף מיין באס. ווייל איך וואלט נישט ארויסגעלאזט דעם טאטן דעם שלעגער, ביז די פאליס ארעסטירט איהם...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
פלוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2018 6:20 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך פלוני »

עוורי דאג העס היס דעי.. דאס איז מיין נחמה
זרחי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 5:01 am
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך זרחי »

אז מען שלאגט אויף דע פלאך פון די האנט אדער אויפן זיצפלייש איז אינגאנצן נישט געפערליך, די עיקר איז מען זאל שלאגן נאר זעלטן און נאר מיט יישוב הדעת, דאס איז די ריכטיגע אלטע אויסגעטרעטענע וועג, א קינד וואס כאפט קיינמאל נישט קיין פעטש פעלט איהם א געוויסע וויכטיגע וואקסי"ן פארן לעבן
פארשפארט