הלל צייטלין - 70סטע יארצייט
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
הלל צייטלין - 70סטע יארצייט
איך לייג אריין מיין קאפ אין א זאך וואס יאנקל אדער יידל קענען בעסער (כאף כאב נישט אויסגעלאזט אנדערע וואס קענען אויך) און איך בעהט זיי זאלען טאקע צולייגען וואס זיי ווייסען, ווייל איך ווייס נאר אז היינט איז די יאהרצייט פון איינער וואס איז געווען פון די גרויסע שרייבערס פאר די מלחמה און איז דארט נעבעך אומגעקומען.
הלל צייטלין
http://he.wikipedia.org/wiki/הלל_צייטלין
די פארווערטס שרייבט דא נאך וועגען איהם
http://m.forward.com/blogs/the-arty-sem ... nah-martyr
הלל צייטלין
http://he.wikipedia.org/wiki/הלל_צייטלין
די פארווערטס שרייבט דא נאך וועגען איהם
http://m.forward.com/blogs/the-arty-sem ... nah-martyr
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
פארוואס קומט די עברית וויקי נישט גוט ארויף?
דא איז די ענגלישע
http://en.wikipedia.org/wiki/Hillel_Zeitlin
דא איז די ענגלישע
http://en.wikipedia.org/wiki/Hillel_Zeitlin
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
צייטלין איז געווען אַ גײַסטיקער סאָציאַליסט, מיט אַ קלאָרער נטיה צום מיסטישן אַנאַרכיזם פֿון אַזעלכע רוסישע פּאָעטן און שרײַבער, ווי לעוו שעסטאָוו און דמיטרי מערעזשקאָווסקי. ער האָט געגלייבט, אַז די גײַסטיקע אַנטוויקלונג פֿון די מענטשן, צוזאַמען מיטן אַקטיוון קאַמף פֿאַר יושר און גלײַכקייט, וועט סוף־כּל־סוף ברענגען צו אַ משיחישער וועלט, וווּ עס וועלן מער נישט זײַן קיין קלאַסן און עס וועט נישט זײַן נייטיק צו פֿאָלגן קיין פֿיקסירטע געזעצן.
וועלעכע סחורה האט ער גערייכערט?
וועלעכע סחורה האט ער גערייכערט?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- Starbucks
- ידיד השטיבל
- הודעות: 261
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
- האט שוין געלייקט: 190 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל
ידען האט געשריבן:צייטלין איז געווען אַ גײַסטיקער סאָציאַליסט, מיט אַ קלאָרער נטיה צום מיסטישן אַנאַרכיזם פֿון אַזעלכע רוסישע פּאָעטן און שרײַבער, ווי לעוו שעסטאָוו און דמיטרי מערעזשקאָווסקי. ער האָט געגלייבט, אַז די גײַסטיקע אַנטוויקלונג פֿון די מענטשן, צוזאַמען מיטן אַקטיוון קאַמף פֿאַר יושר און גלײַכקייט, וועט סוף־כּל־סוף ברענגען צו אַ משיחישער וועלט, וווּ עס וועלן מער נישט זײַן קיין קלאַסן און עס וועט נישט זײַן נייטיק צו פֿאָלגן קיין פֿיקסירטע געזעצן.
וועלעכע סחורה האט ער גערייכערט?
איך וואלט שטארק געוואלט רייכערן וואס ער האט גערייכערט.
- Starbucks
- ידיד השטיבל
- הודעות: 261
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
- האט שוין געלייקט: 190 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל
כ'האב פונקט געטראפן אין א בוך פון מנשה אונגער "דער גייסטיקער ווידערשטאנד פון יידן אין געטאס און לאגערן" דער פאלגענדער תפילה וואס הלל צייטלין האט געשריבן אין דער ווארשעווער געטא.
שמע ישראל! שריי, ייד! שריי צו דיין גאט, שריי צו דער וועלט, - צו גאט וואס איז דיר נאענט, און איז דיינער, און צו דער וועלט, וואס איז ווייט און פרעמד.
גאט! קליין בין איך, און זינדיק בין איך, און נישט ראוי צו טאן תפילה פאר דיין היילג פאלק ישראל. אבער איך קען מער נישט דערטראגן זיין פיין.
זעסטו נישט, ווי דער טרעגער פון דיין תורה, די אנזאגער פון דיין דין - פייניקן זיך אין איבערמענטשלעכע ווייטיקן?
זעסטו נישט, ווי אפן עס איז פאר אונז דער אפגרונט פון פארטיליקונג - פארטיליקונג פון אלץ, פון אלע פאראויסזאגונגען און האפענונגען?
מיר קענען מער נישט ווארטן!
אויב נישט איצט - ווען'זשע דען?!...
אוינ נישט איצט, היינט, שוין - ווען וועלטן קארטשען זיך אין ווייען, ווען דיין פאלק שטייט וואקעלדיג ביים ראנד פון יאוש - ווען'זשע דען?
זענען נאך ווייניק גאנצע קהילות פארטיליקטע, אויסגעריסענע ביזן ווארצל?
וועט צו דיר נישט דערגרייכן דאס געשריי פון קינד, ווי א פארווונדערט פייגעלע ארויסגעווארפן פון דער ווארעמער נעסט, פון ווילדע הינט געיאגט?
שריי, ייד! שריי, ישראל!
שטייט אויף, הייליקע אבות אין חברון! רייסט אלע הימלען, שטורעמט די טויערן פון רחמים! פאלט פארן כסא הכבוד!
ממעמקים, פון טיפענישן, נידעריקער ווי דער שאול תחתיות, פון די טיפסטע אפגרונטן, דערהייבט זיך די שטים פון דער אומגעבראכטן הייליקן פאלק:
רחמים! רחמים!
שריי, ייד! הער, וועלט!
הער, דו וועלט!
נישט רוען וועט דאס בלוט פון דעם קליינעם עופה'לע, לעבעדיקערהייט אין פייער געווארפן! נישט פארגעבן וועט ווערן די זינד פון צוקוקן און שווייגן.
הער, דו וועלט:
פארראטן האסטו דאס פאלק ישראל, רואיק עס איבערגעענטפערט צום פארטיליקן.
וועט די זינד דיינע ברענען אין אינגעווייד פון פעלקער-פאררעטער.
"מחמס אחיך יעקב תכסך בושה" צוליב דעם רויב פון דיין ברודער יעקב, וועסטו מיט שאנד באדעקט זיין, מיט אייביגע שאנד.
הער, וועלט.

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 184
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 16, 2013 9:50 am
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
ב"ה
מאמר של הרב צייטלין זצ"ל הי"ד על שיחתו עם הרב קוק ושיחתו הרב זוננפלד:
http://musaf-shabbat.com/2011/09/01/%D7 ... %95%D7%AA/

שלושה מכתבים מר' הלל צייטלין שלא התפרסמו עד היום: http://musaf-shabbat.com/2012/09/14/%d7 ... %99%d7%9f/
שלושה מכתבים מר' הלל צייטלין שלא התפרסמו עד היום: http://musaf-shabbat.com/2012/09/14/%d7 ... %99%d7%9f/