האט איר געהערט וועגן Clubhouse? וואס קלערט איר וועגן דעם?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 198
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
- האט שוין געלייקט: 460 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

א פריינט האט מיר איינגערעדט אויסצוטשעקן דעי נייע פּלאטפארם און איך האב צוערשט נישט געהאט קיין חשק צו פארשווענדן מיין טייערע צייט אויף דעי נייע ״גלאנציגע חפץ״. אבער איך האב הנאה אז איך האב עס געגעבן א טשענס ווייל ס׳איז גאנץ מערקווירדיג. ס׳האט א געוואלדיגע פאטענציעל.
צום ביישפיל מיין פריינט איז געווען גאר באאיינדרוקט פון די מעגליכקייט צו קענען זיין אינ׳ם זעלבן צומער ווי Ivy League - Harvard students שמועסן מיט עדיקטס און האבן אן אינטעלעקטועלע שמועס וואס צוברעכט אלע ערווארטונגען און דזאדשמענטס וואס מענטשן האבן.
אבער פאר מיר האט עפעס אנדערש מיר געמאכט מכיר טובה זיין דעי געלעגנהייט וואס clubhouse ערמעגליכט:
אויב דו האסט צוטריט צו אן ipad אדער iphone דאן קענסטו מאכן אן אקוינט אנאנים אזויווי אויף פייסבוק און דאן זיך שטיל אריינשלייכן אין סיי וועלכע צומער דו ווילסט און הערן אינטרעסאנטע שמועסן וואס קענען געוואלדיג ארויסהעלפן.
צום ביישפיל ס׳דא א צומער וואס הייסט Breakfast w/ Champions וואס איז אפן יעדן אינדערפרי פון 5 פארטאגס ביז 11 צופרי (ניו יארק זייגער EST) און אין איין שעה האב איך געהערט 1. הערליכע געדאנקען וועגן פירערשאפט (מיר זענען אלע לידערס אין לעבן פאר אונזער משפחה און צומאל העלפט מען אנדערע אויך) און זיי האבן געגעבן געוואלדיגע עצות וואס קען ברענגען בעסערע פירות... 2. א שמועס וועגן מוזיק וואס איז געווען זייער אינטרעסאנט און אינספּירירנד. 3. אן אינטרעסאנטע שמועס וועגן די תורה און נאך אסך
די אופן וויאזוי דאס ארבעט איז אז אין יעדע שטוב זענען דא רעדנערס (מען קען אויך אליין קריעיטן אן אייגענע קאווע שטיבל) און דער וואס מאכט דעם שטיבל קען באשליסן אויב זיי ווילן לאזן יעדן רעדן סיי ווען און האבן א נאטירליכע שמועס, אדער קען מען עס אויסשטעלן אין א וועג ווי א פאדקעסט ווי ס׳דא א הויפט רעדנער אדער צוויי יעדע שעה אבער מיט די ריוח פון האבן א q&a ווי מענטשן קענען מגיב זיין אדער פרעגן וואס סיי ווילן און ס׳איז גאר ערשטוינענד צו מיר ווי א שמועס קען זיך אזוי ווינדערלעך דעוועלעפּן ווען יעדער איז מנדב זיינע קענטעניסן.
די cool זאך איז אז ס׳איז דא א ריזיגע אויסוואל פון אלע סארט שטובלעך איבער יעדע נושא, אויב איינער האט ליב math & science קען ער טרעפן אלע סארט קרייזן (אידן אדער גויים) וועלכע האבן אינטרעסאנטע שמועסן וועגן דעם. דאס זעלבע אויב די האסט ליב שפראכן, art, poetry און דאס גלייכן קען מען זיך סיי לערנען אסך אין א קורצע צייט ווי אויך האבן געשמאקע שמועסן מיט אזעלכע וואס share the same interest (עס קוקט אביסל אויס ווי א לעבעדיגע וויקיפידיע)

מונטסורי האט געשריבן:נו, אפשר הייבסטו טאקע אן איינצולאדענען דעם עולם דא? לויט ווי איך פארשטיי קען איינער וואס איז שוין אינעווייניג שיקן אן אינווייט צו אנדערע וואס זענען נאך אויפן וועיטינג ליסט.
ליידער האב איך שוין אויסגעניצט מיינע צוויי invites
אבער איך וועל אייך לאזן וויסן אויב איך געפין אויס וועגן איינעם וואס האט עקסטערע אוועקצוגעבן
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 198
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
- האט שוין געלייקט: 460 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל
גרעפיקסער האט געשריבן:איך פארשטיי די מעלה דערפון איבער ׳טעקסט׳ סאשעל מידיע, אבער למעשה ווי איך פארשטיי איזעס נישט אזוי אנאנים ווייל ס׳בלייבט אלץ א מעגליכקייט אז בקאנטע וועלן דערקענען דעם קול
איך הער וואס איר זאגט, און ס׳איז דא מערערע options
1. איר קענט נאך אלס זיין אין א צומער און הערן אן אינטערעסאנטע שמועס און לערנען אסך.
2. איר קענט רעדן אין א צומער פון נישט היימישע
3. דערקענען א קול איז אייגנטליך א זאך וואס מענטשן קענען זיך אסך פארמישן. אסך חסידים האבן אן ענדליכע קול פשוט ווייל די אקצענט איז די זעלבע און מ׳קען זיך גאר גרינג טועה זיין. ממילא ווילאנג דו גיבסט נישט ארויס פערזענליכע אינפארמאציע ביזטו safe. אפילו ווען איינער קלערט אז ס׳איז אייך איז גארנישט זיכער אויב איר געבט נישט יענעם גערעכט. ווילאנג איר זענט נישט מודה זעה איך נישט ווי איינער קען זיך איינרעדן פאר זיכער אז ער ווייסט וואס ער רעדט. און אין אמת׳ן וואס איז דער פראבלעם? אז יענער איז דארטן איז ער דאך דער זעלבער אויף צרות לאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 1053 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל
בונה של טוב האט געשריבן:מונטסורי האט געשריבן:נו, אפשר הייבסטו טאקע אן איינצולאדענען דעם עולם דא? לויט ווי איך פארשטיי קען איינער וואס איז שוין אינעווייניג שיקן אן אינווייט צו אנדערע וואס זענען נאך אויפן וועיטינג ליסט.
ליידער האב איך שוין אויסגעניצט מיינע צוויי invites
אבער איך וועל אייך לאזן וויסן אויב איך געפין אויס וועגן איינעם וואס האט עקסטערע אוועקצוגעבן
אוי, פליז, איך בין אזא וואויסנאוט פערזאן און כ׳חלש דאס אויסצופרובירן.
אפשר איז דא איינער אין שטיבל וואס האט עס נאכנישט אויסגענוצט און קען מאכן אזא טשעין פון איינלאדענונגען פאר די חברים דא. אויב איך ווער איינגעלאדענט דורך איינעם דא נעם איך זיך אונטער צו איינלאדענען צוויי ק״ש מעמבערס.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 198
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
- האט שוין געלייקט: 460 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל
מונטסורי האט געשריבן:בונה של טוב האט געשריבן:מונטסורי האט געשריבן:נו, אפשר הייבסטו טאקע אן איינצולאדענען דעם עולם דא? לויט ווי איך פארשטיי קען איינער וואס איז שוין אינעווייניג שיקן אן אינווייט צו אנדערע וואס זענען נאך אויפן וועיטינג ליסט.
ליידער האב איך שוין אויסגעניצט מיינע צוויי invites
אבער איך וועל אייך לאזן וויסן אויב איך געפין אויס וועגן איינעם וואס האט עקסטערע אוועקצוגעבן
אוי, פליז, איך בין אזא וואויסנאוט פערזאן און כ׳חלש דאס אויסצופרובירן.
אפשר איז דא איינער אין שטיבל וואס האט עס נאכנישט אויסגענוצט און קען מאכן אזא טשעין פון איינלאדענונגען פאר די חברים דא. אויב איך ווער איינגעלאדענט דורך איינעם דא נעם איך זיך אונטער צו איינלאדענען צוויי ק״ש מעמבערס.
איך קען פרובירן בעטן איינעם וואס איך ווייס אז יענער האט אן אינוויטעישן: אפשר וועלן זיי מסכים זיין עס אוועקצוגעבן. די שאלה איז נאר וויאזוי מען מאכט דאס (געווענטליך געט מען אינווייטס פאר איינעם וואס מען קען זיי) און קלאבהאוס פארלאנגט מען זאל זיי געבן די טעלעפאן נומער פונ׳ם ״פריינט״ וואס מען וויל איינלאדענען - איידער זיי געבן ארויס די לינק. ממילא אויב זענט איר אקעי צו שיקן אן אישי מיט אייער טעלעפאן נומער דאן קען איך עס ערלעדיגן. (אויב עס ארבעט זיך נישט אויס מיט דעם מענטש וועל איך טרעפן א צווייטן. איך קען אסך מענטשן מיט אייפוינס, ממילא קען מען עפעס אויסארבעטן.) the choice is yours
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 1053 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל
לויט ווי איך פארשטיי זענען זיי געווען אפען פאר יעדן ביז די פרישע פלייץ פון טרעפיק איז געווארן צופיל פאר זיי, דעריבער האבן זיי געמאכט די אינווייט סיסטעם צו פארשטאטערן די וואוקס ביז זיי בויען ״קעפּעסיטי״. עס לאזט זיך גלייבען אז בקרוב וועלן זיי עפענען פאר יעדן אבער דערווייל איז די עקסקלוסיוויטעט פונם עפפ טשיקאווע, און ס׳האט אנאנדערע טעם אנצוקומען אינעווייניג פאר יעדן
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל
Time to create a Heimisha room, I have 2 invites ready to give for anyone here who is willing to commit to keep the invite chain only Kave writers ,
please DM me with ur cell number, and i’ll send u and invite

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 198
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
- האט שוין געלייקט: 460 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל
Re: האט איר געהערט וועגן Clubhouse? וואס קלערט איר וועגן דעם
זיי האבן אן עפפ?
איינער קען שיקן די לינק
איינער קען שיקן די לינק
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 1053 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל
דוכט זיך די עפפ איז עוועילעבל בלויז פאר עפל
https://apps.apple.com/us/app/clubhouse ... 1503133294
ב״ה איינער פון די חברים דא האט מיר איינגעלאדענט אבער ליידער גיבן זיי מיר נאכנישט די אפציע איינצוליידענען אנדערע, נאר הערשט נאכן זיין אקטיוו פאר א וויילע. אי״ה ווי נאר איך האב די מעגליכקייט וועל איך ווייטער פירן די קייט.

- הודעות: 271
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
- האט שוין געלייקט: 225 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל
Re: האט איר געהערט וועגן Clubhouse? וואס קלערט איר וועגן דעם
איך קאן איי ליידענען 150 מענטשן. די אינדעטעיט איז א פראבלעם
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: האט איר געהערט וועגן Clubhouse? וואס קלערט איר וועגן דעם
קלאבהאוז האט זיך אנגעהויבן בערך א יאר צוריק און גענומען די וועג וואס אסאך אינגע סטארט אפס נעמען מיטן בלויז אננעמען נייע באנוצער דורך אינווייטס, במשך די זוממער חדשים [בעיקר ביי די סומאטאכע מיט טיקטאק] האט די עפפ אנגעהויבן באקומען אויפמערקזאמקייט פון די סאציאלע ריזן און געוויסע האבן שוין דאן גערעדט פון עס נאכמאכן, אפאר חדשים צוריק האט די פאפולאריטעט פונעם עפפ גענומען וואקסן גאר שנעל נאך וואס 'עלאן מאָסק' און 'מארק זוקערבערג' האבן זיך ארויפגעשריבן און גערעדט אין צימערן, מאָסק האט במשך עטליכע וואכן שטארק ארומגעפאמפט דערפון אויף טוויטער.
היות די עפפ איז נאר אוועיליבל אויף אייפון און נאר דורך אינווייטס, האבן ענדרויד באנוצער אנגעהויבן זוכן אלטערנאטיוון און ביזדערווייל האבן שוין עטליכע גרויסע סאציאלע מידיע פירמעס גענומען ארבעטן און ארויסגעבן א נאכגעמאכטע ווערסיע.
טוויטער - האט יעצט אנגעהויבן טעסטן Spaces אין די טוויטער עפפ, דאס ארבעט פונקט ווי קלאבהאוז.
טעלעגראם - האט ארויסגעגבן Voice chat אין גרופעס, הגם עס איז נישט אויף די מהלך פון קלאבהאוז, האט עס געוויסע מעלות ווי דאס אז עס איז געבויעט אויף עקזיסטירנדע גרופעס וואס האבן שוין טעמעס (און דאס איז אויך די חיסרון)
פעיסבוק - ארבעט נאך דערווייל אויף א קאמפעטישן, אבער ליעקס און שמועות טייטלען אויף א נייע פיטשער אין Facebook messenger וואס וועט צולייגן אודיאו טשעטס.
לינקדאין (אונטער מיקראסאפט) - האט לעצטע וואך באשטעטיגט אז זיי ארבעטן אויך אויף אן ענליכע עפפ.
לדעתי האט טוויטער די מערסטע שאנסן, ווייל זייער עקזיסטירנדע באנוצער זענען די סארט וואס נוצן קלאבהאוז, איז אויב קענען זיי עס גרינג אינטעגרירן אין די טוויטער עפפ, וועלן זיי פארכאפן די מארקעט.
[יעצט אויפ'ן מינוט האב איך נישט קיין אינווייטס, כ'וועל לאזן וויסן ווען כ'האב באקומען]
היות די עפפ איז נאר אוועיליבל אויף אייפון און נאר דורך אינווייטס, האבן ענדרויד באנוצער אנגעהויבן זוכן אלטערנאטיוון און ביזדערווייל האבן שוין עטליכע גרויסע סאציאלע מידיע פירמעס גענומען ארבעטן און ארויסגעבן א נאכגעמאכטע ווערסיע.
טוויטער - האט יעצט אנגעהויבן טעסטן Spaces אין די טוויטער עפפ, דאס ארבעט פונקט ווי קלאבהאוז.
טעלעגראם - האט ארויסגעגבן Voice chat אין גרופעס, הגם עס איז נישט אויף די מהלך פון קלאבהאוז, האט עס געוויסע מעלות ווי דאס אז עס איז געבויעט אויף עקזיסטירנדע גרופעס וואס האבן שוין טעמעס (און דאס איז אויך די חיסרון)
פעיסבוק - ארבעט נאך דערווייל אויף א קאמפעטישן, אבער ליעקס און שמועות טייטלען אויף א נייע פיטשער אין Facebook messenger וואס וועט צולייגן אודיאו טשעטס.
לינקדאין (אונטער מיקראסאפט) - האט לעצטע וואך באשטעטיגט אז זיי ארבעטן אויך אויף אן ענליכע עפפ.
לדעתי האט טוויטער די מערסטע שאנסן, ווייל זייער עקזיסטירנדע באנוצער זענען די סארט וואס נוצן קלאבהאוז, איז אויב קענען זיי עס גרינג אינטעגרירן אין די טוויטער עפפ, וועלן זיי פארכאפן די מארקעט.
[יעצט אויפ'ן מינוט האב איך נישט קיין אינווייטס, כ'וועל לאזן וויסן ווען כ'האב באקומען]
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 1053 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל
[tag]פאליטיקאנט[/tag] איך קען דיר אינווייטען דורך איינלאדענען צו א קלאב וואס איך בין א טייל (יידיש/YIDDISH קלאב). צו דיין פארגלייך מיט טעלעגראם, לענ"ד איז דאס גאנץ אנדערש, אפשר ענליכער צו זום ווייל יעדער קען רעדן אויף איינמאל, ס'ווערט נישט רעקארדירט און עס פילט זיך פיל היימליכער. די דאונסייד איז (און אפשר איז דאס גאר די מעלה) אז מען מוז זיין אינם שמועס, מען קען נישט אריינלאזן א וואויס נאוט אין ווייטער סקראלן באזפיד, ס'איז א עכטע הין-און-צוריק, אויב מען וויל גיין, קומט אריין אן אנטשולדיגונג אז מען ברויך שוין גיין, אויסער פארשטייט זיך אויב ס'איז א גרויסע צימער קען מען זיך שטילערהייט ארויסשלייכן.
למעשה האבן מיר נעכטען פארברענגט מיט צוויי פרויען וואס לערנען זיך אידיש און מיר האבן צוזאמען געליינט די מעשה פונם קעניג'ס פארלוירענע טאכטער. ס'געווען א געשמאקע עקספיריענס לכבוד חול המועד.
למעשה האבן מיר נעכטען פארברענגט מיט צוויי פרויען וואס לערנען זיך אידיש און מיר האבן צוזאמען געליינט די מעשה פונם קעניג'ס פארלוירענע טאכטער. ס'געווען א געשמאקע עקספיריענס לכבוד חול המועד.
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: האט איר געהערט וועגן Clubhouse? וואס קלערט איר וועגן דעם
@מונטסורי איך בין שוין אויפגעסיינט א שטיק צייט, איך האב פשוט מער נישט קיין אינווייטס פאר אנדערע.
מיך ציט עס נישט, איך גלייך מער ליינען און סקראלן אדער כאטש זען ווי הערן.

- כלבאשבוע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1028
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
- קאנטאקט:
זאריף ניצט עס
https://www.bbc.com/persian/iran-56598552
שטייטציך אז מהאט נישט אריינגעלאזט זשורנאליסטן פרעגן קשיות

לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: האט איר געהערט וועגן Clubhouse? וואס קלערט איר וועגן דעם
'דיסקאורד' (אן עפפ געבויעט אויף די מהלך פון 'סלעק', וועלכע האט לכתחילה געווען פאר געימערס אבער איז געווארן שטארק פאפולער אין די לעצטע יאר פאר אלע סארטן 'קאמיוניטיס' בפרט ביי די יוגנט) און 'ספאטיפיי' האבן ביידע אנאנסירט פרישע פיטשערס פאר אודיאו טשעט, זיך ארויפכאפענדיג אויפ'ן 'טרענד' פון קלאבהאוז.
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: האט איר געהערט וועגן Clubhouse? וואס קלערט איר וועגן דעם
זיי האבן יעצט ריליעסד זייער עפפ פאר ענדרויד.
https://www.joinclubhouse.com/android_app
פון די אנדערע זייט האט טוויטער לעצטע וואך געעפנט זייער 'ספעיסעס' פיטשער פאר יעדע אקאונט מיט העכער 500 נאכפאלגער.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: האט איר געהערט וועגן Clubhouse? וואס קלערט איר וועגן דעם
קלאבהויז איז א געוואלדיגע עפפ. איך וואלט אראפגעלייגט אין איין ווארט, עס איז ווי א מקוה. יעדער איינער, מחוטב עציך עד שואב מימיך איז מער ווייניגער גלייך מיטן מערסט אנגעזעהנעם נגיד און קען פארפירן א שמועס. איך לדוגמא, בין נעכטן אריין אין א שיעור צימער צו שמועסן מיט דעם געוועזענעם CEO פון T-Mobile.
נאכדעם איז דא מער היציגע שמועסן, ווי געוויסע קענען זיך נישט באהערשן און די שמועס גייט ארויס פון די גלייזן. בקיצור, די גוים גייען קומען צום טעם פון א פיינע מקוה. די הויכפונקט גייט זיי אבער פעלן, די "אהה" וואס מען לאזט ארויס ביים אראפ שפאצירן די טרעפ צום וואסער האט מען נישט דארט.

- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
איך האב דאונלאודעד די עפפ און גענומען א יוזערנעים אבער איך דארף א אינווייט צי באקומען עקסעס
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924