איך ווייס נישט אויב איר וואלט געקומען צו די זעלבע קאנקלאזשן ווען נישט די סטרעס פון ערב פסח. ווייל ס'איז פונקט ווי ווען איר קויפט אן אלטע פארקראכטע קאר מיט די איינרעדעניש אז איר שפּארט זיך געלט אבער באמת איז דא יעדע צווייטע וואך עפעס וואס צוברעכט זיך און צום סוף דארף מען צאלן א טייערע פרייז פאר די "מציאה" (ביליג איז טייער) אזוי אויך דא: צו פארשפארן די טיפע רושם און long term effects וואס די אלע סטרעס לאזט אויף די גייסטישע און פיזישע געזונט פון זיך, און די קינדער און די בני בית; ווער רעדט נאך ווען ס'לייגט צו שוועבל חרוב צו מאכן מער די שלום בית, לוינט זיך אמאל די אינוועסטמענט.
ס'איז א טעות וואס אסאך מענטשן מאכן ווען מ'איז אין א שווערן מצב אז אויב מ'טוט גארנישט און מ'ווארט נאר ס'זאל בעסער ווערן וועט עס העלפן. דער אמת איז אז גארנישט ווערט נישט בעסער פון זיך אליין, און מיטן זיין פּאסיוו טוט מען זיך אליין אן עוולה. שלום בית (ווי אויך יעדע אנדערע רילעישאנשיפ) קען מען אין א געוויסן זין פארגלייכן צו א פריזשידער. אפשר זענען דא דערין זאכן וואס מ'קען צאמקלאפן עפעס גוטע מטעמים אבער מ'דארף רייניגן די פרידזש פון די שמוץ און שיריים וואס קלייבט זיך אָן, אויב נישט וואקסט די שימל.
איך האף איר וועט טרעפן א וועג צו פארגרינגערן אייער מצב.