שנית מצדה לא תפול

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שנית מצדה לא תפול

שליחה דורך ונבנתה העיר »

(רובו ככולו האביך געשריבן פאר אן אויסגאבע וכו'.)

-----------

דער אפטעמיסט גייט צו צום עק פונעם דאך, און גרייט זיך צו שפרינגען. נישט סתם א דאך - ס'איז אזא צוועלף שטאק ארויף.

ער אטעמט אריין טיף, כאפט א בליק אויף דעם לאנגן ווייטן וועג אראפ, און רופט זיך אן:

"סאו פאר...

...סאו גוד..."

-----------

איך בין עפעס נישט געבענטשט מיט אזא כח האפטעמיזם, אזא בטחו בה' עדי עד – ביז אין דער ערד אריין. כ'מאך מיר א סך הכל פונעם גאנצן באשאף, און ס'זעט מיר נישט אויס צו גוט.

דזשאן קווינסי עדעמס, דער געוועזענער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, שרייבט אין זיין טאג-בוך צו זיין צוואנציגסט'ן געבורטסטאג, יולי דעם עלעפטן 1787:

"... אט איז, אז איין דריטל פון א לאנגן לעבן איז איינגעשפאנט אין זיך אנגרייטן צו שפילן א ראלע דורכאויס נאך א דריטל. און דער לעצטער, פארברענגט מען אין רוה און שטילקייט ווארטנדיג אויף דעם לעצטן קלאפ, וועלכע שטעלט אונז צוריק גענוי וואו מיר זענען געווען זיבעציג יאר בעפאר. הבל! הבל! הכל הבל ורעות רוח."

צוויי טויזנט האבן מיר אויף תוהו פארשווענדעט, צוויי טויזנט תורה איז שוין אויך פארגאנגען. איז וואס בלייבט? שני אלפים ימות המשיח.

נו, צוויי טויזנט איז פארט עפעס א מספר. עה, וואו וואס. אין ארום צוויי הונדערט יאר, זעמיר געענדיגט. עבר ובטל מן העולם.

איר פארשטייט וואס פאר א נישטיגע מספר דאס איז? די פאראייניגטע שטאטן איז שוין עלטער פון דעם.

אין אט די פאר מינוט וואס איז פארבליבען פונעם וועלט-באשאף, דארף דער מעסטער-אוו-צערעמאניעס ענדליך צוקומען צום ווארט. עס דארף נתגלה ווערן דער גרויסער 'פיניש' אויף וועלכע מיר האבן פארברענגט כמעט זעקס טויזנט יאר פארברענען בתי מקדשות, און פארגאזן מיליאנען.

די גאלאקסיעס שטייען געשפאנט. דאס באשאף האלט דעם אטעם.

------------

עס איז דא א שארף ווארט פון דעם קאצק'ער רבי'ן זי"ע. עס איז א בפירוש'ער גמ', זאגט דער רבי, אז א צדיק קען זיין א טיפש. אט הערט.

די גמ' זאגט אין מס' נדה דף ט"ז, אז דער אייבערשטער איז גוזר אויף יעדן קינד איידער ער ווערט געבוירן, צי ער זאל זיין א חכם אדער א טיפש. אבער צי ער זאל זיין א צדיק אדער א רשע, דאס איז מען נישט גוזר, אויף דעם האט יעדער אן אייגענע בחירה.

זאגט דער הייליגער קאצקער, שטעלט צוזאמען איינס מיט איינס. מען האט גוזר געווען אויף איינעם אז ער זאל זיין א טיפש ל"ע ול"ע, אבער ער האט נאך אלס די ברירה צו זיין א צדיק. אט האבן מיר א צדיק א טיפש.

האביך מיר געטראכט אזא עקספערימענט. אז איך שטעל זיך אויף במקהלות, און כ'דרש'ן ברבים אז אפי' א טיפש קען זיין א צדיק, וועלן אלע ווארעם מיטשאקלן און נתעורר ווערן. עס איז א מימרא וואס שפירט זיך ריכטיג צו זאגן.

אבער אז כ'וועל נעמען א מייק און אויסשרייען אז א צדיק קען זיין א טיפש... נו נו. אויף דעם דארף מען שוין די פלייצעס פון א שארפן רבי'ן אינעם ניינצענטן יאר-הונדערט.

אבער מרי' דאברהם, איז דען דאס נישט איין און די זעלבע סטעיטמענט?

----------------

הערט רבותי.

ס'איז פארהאן א פחד'יג ווארט פון הייליגען חתם סופר זי"ע.

דער אייבערשטער זאגט צו אידן: ולמען תספר באזני בנך ובן בנך, את אשר התעללתי במצרים. התעללתי. דאס איז דאך עפעס א לשון פון ליצנות, חוזק געמאכט, שיחקתי – זאגט רש"י.

איר קענט מיר אפשר זאגן וואס דא איז פאני? מען האט אריינגעשמיסן אין די מצריים מכות רעות ונאמנות, עפעס ברענג אייך צום לאכן? וואספארא געלעכטער איז דאס?

זאגט דער חתם סופר אזוי. פאר איבער דריי הונדערט יאר איז געווען קלאר פאר די גאנצע וועלט אז די הימלישע וועזנס זענען אלע איינגעשפאנט לטובת מצרים, און זיי ארבעטן אווער-טיים אז זי זאל בלייבן די וועלט'ס סופער-פאוער.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט זיבן זאטע יארן, וואס קיינער אין די וועלט האט נישט געהאט נאר די מצריים. דערנאך איז געווארן א הונגער איבער די גאנצע וועלט, אזוי אז דאס גאנצע געלט פון איבעראל איז אריינגעפלאסן קיין מצרים, און זי איז געווארן די מושל בכיפה. יעקב מיט זיין גאנצע רבי'שע פאמיליע זענען אנגעקומען קיין מצרים, און גאנצע דורות פון אידן זענען געפייניגט און געהרג'עט געווארן, צושטעלנדיג דערווייל אן ארבעטס-קראפט פון צענדליגע טויזענטער אומזינסטיגע קנעכט.

הודו כולם ואמרו, די מצרישע געטער פירן די זאך.

מה עשה הקב"ה? נאך לאנגע, לאנגע דורות איז נתגלה געווארן, אז ער האט מיט זיי געשפילט דעם לאנגן-שפיל. הכל כאשר לכל איז געווען בכוונה תחילה אז ווען די אידן וועלן ארויסגיין פון מצרים וועט דאס גאנצע געלט און מאכט אריבערגיין אין זייערע הענט, ונתהפכה הקערה על פיה.

אט דאס איז די ליצנות, וואס דער אייבערשטער האט געשפעט אין די מצריים.

------------

ענליך זאגט דער אבודרהם אין די הגדה. שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו, והקב"ה מצילינו מידם. דער אייבערשטער שטעלט אויף אונז די אויבים לכתחילה, 'כדי' ער זאל אונז קענען ראטעווען און ווייזן ווי טייער מיר זענען ביי אים.

הנה זה עומד אחר כתלינו. עס שטייט איינער פון אונטער דעם פארהאנג, ער פירט דעם שפיל און מענעדזשד די לייטס אויפן סטעידזש. צומאל רופט דער שפיל פאר א באלאכטענע פלאטפארמע, אמאל דארפן די לעקטערס פארטונקלט ווערן. אבער גארנישט געשעט פון זיך אליין, דער פון אונטן שפילט מיט זיינע מענטשעלעך. כפאפעטס ביד הפאפעטיער, כן אתם בידי בית ישראל.

-------------

די וועלט מוטשעט זיך, וואס איז דער חילוק צווישן דער שאלת החכם און די פראגע פון דעם רשע.

דער חכם פרעגט מה העדות והחוקים והמשפטים אשר צוה ה' אלקינו אתכם, און מ'באווארפט אים מיט אלעס גוטס. דער רשע פרעגט מה העבודה הזאת לכם, און מ'ווארפט אים ביים קארג, כפר בעיקר, אילו הי' שם לא הי' נגאל.

אודאי, רבותי, קענען צוויי מענטשן זאגן דעם זעלבן סטעיטמענט, עס ווענדט זיך אבער וואו מען לייגט דעם טראפ, וועלכער טייל פון דעם פזמון ליגט אויפן געוויסן.

דער חכם פרעגט מלמעלה למטה, ער וויל וויסן וואס איז דעם 'אייבערשטענ'ס' פלאן אין דעם גאנצן שפיל, וואס איז זיין זעקס טויזנט יעריגע מעסטער-פלען וואס וועט קומען צו איר קלימאקס מיט אונזער עבודה אין זיינע עדות חוקים און משפטים.

דער רשע דערמאנט אבער נישט דעם אייבערשטן, ער וויל וויסן מלמטה למעלה, מה העבודה הזאת לכם. וואס האט 'עטץ' דערפון, וואו זעט 'עטץ' דעם באלדיגען בענעפיט אינעם שווייס און בלוט, שוין יעצט אין 2021 – אכול ושתה כי מחר נמות.

אה... אויב אזוי, איז ער כופר בעיקר, ווי דער לשון הרמב"ם איז - העיקר הגדול שהכל תלוי בו. דער רשע פארשטייט נישט צום איין און איינציגע נקודה אין וואס אלעס איז אנגעהאנגען, אז די טריליאנען לכאורה-אומאפהענגיקע געשעענישן דורכאויס די גאנצע זעקס טויזנט יאר, איז איין לאנגע שנירל, א קלייד וועלכע שפינט זיך אין די הענט פונעם מייסטער, אנצוקומען צו איר גלארייכע ענדע, ווען מיר וועלן זיך באקליידן מיט כתנות אור, וראו (בלשון עתיד) כל בשר יחדיו, כי פי ה' דיבר (בלשון עבר), יענעם טאג וועלן מיר זען למפרע ווי אלעס איז געווען אויפן באפעל פונעם דירעקטאר, אז דער שפיל זאל זיך צוזאמענקומען מיט א שלימות.

אז עס פעלט אים אט די צענטראלע נקודה, איז אילו הי' שם לא הי' נגאל, ער האט פארפאסט די גאנצע נקודת הגאולה פון מצרים, ווי זי לייזט אויס דעם גאנצן גלות למפרע.

-----------------

און כ'וועל אייך מגלה סוד זיין, מ'דארף נישט קיינע גרויסע מעשיות, אלעס איז תלוי אינעם 'וויסן' אליין.

עס קענען שטיין צוויי אידן אין תשפ"א, איינער 'ווייסט' דעם סוד, און איז אן אויסגעלייזטער, דער צווייטער ווייסט נישט און מוטשעט זיך.

לעושה השמים בתבונה. מיט וואס דען מאכט מען א הימל, בייזערט זיך דער קאצקער, מיט א נאדל?

ואני אומר, היינט אז מ'ווייסט אז ס'איז נישט דא מוגדר'דיגע חפצא וואס איז 'הימל', איז אין מקרא יוצא מידי פשוטו. לעושה השמים בתבונה, דער הימל געפונט זיך ביי יעדן אין קאפ.

און איז עס דען מגרע עפעס פון זיין מציאות? איז די שקיעה ווייניגער שיין? כאפט מיר דען א קלענערע יראת שמים ביים עס באטראכטן?

א פייג.

אין אט דעם אויסגעלייזטן מיינדסעט דארף מען זיך אריינלייגן דורכאויס די פיר כוסות, אזוי אז דער פיפטער כוס פון והבאתי אתכם אל הארץ, גיסט זיך שוין אליין אן.

ווי זאגט דער רמב"ם, ויש לו למזוג כוס חמישי. א מין לשון דאס, ויש לו למזוג.

און אויף דעם פיפטן כוס, זאגט דער רמב"ם, זאגט מען הלל הגדול. הלל הגדול הייבט זיך אן פון פאר די בריאה, און גייט אלעס אדורך ביז נאך ביאת הארץ. די אפס ענד דאונס, אלעס מיט'ן זעלבן אייביגן חסד. כי לעולם חסדו.

-------------

אט דאס בעט זיך דער אייבערשטער ביי אונז, האט אביסל געדולד, אביסעלע אמונה, פאר א סיבה האביך נאכנישט פארמאכט דאס געשעפט און דעקלערט באנקראט*. למען תספר באזני בנך ובן בנך, זאגט אריין פאר די פאר'חלש'טע אין די אויערן, פארציילט עס פאר די קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות – את אשר התעללתי במצרים, וואס פאר א ליצנות דאס אלעס האט זיך ארויסגעשטעלט למפרע. ווארט נאר א מינוט, אנטלויפט נישט פאר שולחן עורך.

אודך ה' כי אנפת בי, זאגט די גמ' אז לעתיד וועט מען דאנקען דעם אייבערשטן אויף וואס ער האט זיך אויף אונז געבייזערט, ישוב אפך ותנחמני. אין די פאר מינוט וואס איז געבליבן פאר די וועלט וועט אונז אלעס איבערגעדרייעט ווערן למפרע, שמחנו כימות עיניתנו שנות ראינו רעה.

מיר וועלן זיך ארומדרייען אין א חלום, היינו כחולמים. מ'וועט זיך ציפן די בארד און שלעפן די נאז, זיך צעקושן מיט קארונא און זיך האלז'ן מיט א האלאקאוסט. דער אייבערשטער וועט זיך ווישן די טרערן, אליין נישט גלייבנדיג אז ס'איז אים געלונגען – כה אמר ה' צבאות, כי יפלא בעיני שארית העם הזה בימים ההם, גם בעיני יפלא נאום ה' צבאות.

און אט האבן מיט א נייעם באדייט אין דעם אייביגען וואונטש, כימי צאתנו מארץ מצרים, אראנו נפלאו'ת, בב"א.






------------
*כ'דערמאן זיך אין א הייליג ווארט פון ניטשע: The thought of suicide is a powerful comfort: it helps one through many a dreadful night

ס'לוינט זיך צו לעבן און שטארבן זיבעציג יאר, פאר אזא געשמאק ווארט. א היכי תמצא, דער 'מציאות' און ברירה פון סועסייד, גיבט דעם כח אויף סערווייוועל.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

דאס איז א מייסטערהאפטיגע שנירל פערל. יעדע פערל באזונדער פאר זיך איז צוזאמצוקישן, אבער דאס פארשטיין דאס שנירל, איז עטוואס העכער מיין באצאלן ראטע.
(אבל אחכה עד שיום אחד אני יבין את זאת! ובטרם מותי!)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

בדרך צחות קען מען אפשר זאגן אז די צוויי געדאנקען גייען טאקע צוזאמען. והיינו, אז די געדאנק פון א ״צדיק״ איז דאס מעלה צו וואס מ׳דארף צוקומען פון אונטן, וממילא באטראכט מען דאס ווי א כעין ״טיפש״ ← ״צדיק״ (ווי די ״←״ באדייט דא ״קען זיין/ווערן״ און ממילא ״איז א״) - והיינו מ׳ווערט ממטה פון א ״נישט צדיק [רשע]״ צו א ״צדיק״ למעלה. משא״כ דאס צו באטראכטן דערנאך ווי ״צדיק״ ← ״טיפש״, וואס גייט שוין כעין מלמעלה למטה, איז דאס דאך ווי אזוי דער ״חכם״ פרעגט, וממילא איז ווי אזוי שייך צו קלעבן דערצו דעם טיטל ״טיפש״... :D
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

זייער שיין!

ווייסטאך אז מיין קאפ פארט שנעלער ווי די ספיד אוו לייט, אינמיטן ליינען די שטיקל פונעם חת״ס איבער׳ן התעללתי במצרים האב איך פאר א רגע געטראכט אז די אויספיר גייט מן הסתם זיין אז פונעם יציאת מצרים און אידישע סופרעמיסי איז אויך צום סוף געווארן א לצנות וד״ל און די געדאנק וועט זיין אז מה שהיה הוא שיהיה והבל הבלים הכל הבל און איך האב מיך געוואונדערט אז ס׳נישט ונבנתה׳ס שטייגער צו שרייבן אזעלכע געדאנקען, א רגע דערנאך האב איך מיר געכאפט אז ס׳דאך א שטיקל פון חת״ס קען דאך זיכער נישט זיין אז ער וויל דאס ארויסברענגען... :roll: :twisted:

און אז מ׳רעדט פונעם חילוק צווישן דעם חכם אונעם רשע (וואס אגב לויט׳ן גירסא אינעם ירושלמי און מכילתא פאנגט זיך די קשיא נישט אן) האב איך מיר געטראכט ביים סדר אז מ׳ווייסט מיר דאך אז ״מה״ איז מרמז אויף מידת הענווה, ווי משה רבינו דער ענו מכל האדם האט געזאגט ״ונחנו מה״, אויף דעם זאגט דער חכם ״מה העדות והמשפטים אשר ציוה השם אלוקינו אותנו״, די גאנצע תכלית פון תורה ומצוות איז צוצוקומען צו ענווה און גוטע מידות, און וואס וויל ער ארויסברענגען? אז מ׳זאל טאקע נוצן די מצוות צו ווערן א בעסערע מענטש. דער רשע ווידער קוקט אבער אן די גאנצע זאך (על דרך מעגען פעלפס) פונקט קאפויער ״מה העבודה הזאת לכם!״, שרייט ער אויס, תורה ומצוות האט נאר א פשט ווען ס׳מאכט דיר פאר אן ענו און בעסערע מענטש, איך זעה נישט אז רעליגיעזע מענטשן זאלן זיי עפעס בעסער ווי חילונים וואס פעלט אויס די גאנצע געים...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

פיר אויס... איינער וואס זאגט אזוי... אילו היה שם לא היה נגאל....
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יא יא, איינער האט דען א ספק דערין?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

זקני תלמידי חכמים שמזקינים דעתן מתיישבות.

ונבנתהס מאמרים ווערן מער פארשטענדליך און פשוטער.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

דער אפטעמיסט גייט צו צום עק פונעם דאך, און גרייט זיך צו שפרינגען. נישט סתם א דאך - ס'איז אזא צוועלף שטאק ארויף.

ער אטעמט אריין טיף, כאפט א בליק אויף דעם לאנגן ווייטן וועג אראפ, און רופט זיך אן:

"סאו פאר...

...סאו גוד..."



א יונגל הייבט די האנט, און ער פרעגט, ער האט געוואלט שפרינגען צוועלף שטאק ארויף, אדער צוועלף שטאק אראפ?

למאי נפק"מ?

אויב איז ער א צדיק א טיפש, אדער סתם א נאר.

איך גלייב אז דיין תשובה איז, אז ער וועט אויסגעפינען ווען ער לאנדעט אז אלעס איז געוועהן לטובה, ארויף צו אראפ.

נאך א שאלה...

וואס האט דאס מיט דעם קעפל שנית מצדה לא תפול?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אישתישבי: וואס איז געשעהן? מ'האט שוין לאנג נישט געהערט פון דיר!
עניוועי: דאס דערמאנט מיך א מעשה. ס'איז אמאל אריינגעקומען צו א רב אין זיין ספרים שטוב אויפ'ן 2'טן שטאק, א איד וואס איז ל"ע געווען א ביסל . צודרייט. א משוגע'נער. און ער זאגט צום רב. דער רבי איז דאך א צדיק. אמת..? איך ווילל אז די רבי זאלל באווייזן א מופת אז ער קען אראפשפרינגען צו די גאס. דער רב האטציך גענומען איינטענה'ן און בעטן אז ער זאלל איהם אפלאזן. דער צודרייטער זאגט. ניין רבי. איך לאז אייך נישט ארויסגיין ביז איהר שפרינגט אראפ אויפ'ן גאס...! דער רב האט געזעהן אז ס'וועט איהם נישט העלפן טענה'ן. איז איהם בייגעפאללן א קלוגער געדאנק. ער רופטציך אן צו דעם משוגע'נעם...הער מיך אויס...אראפשפרינגען קען א יעדער. דאס איז נישט קיין קונץ. לאז מיך ארויס. איך וועל אראפגיין אויף די גאס. און איך וועלל ארויפפליען דא...! דער משוגע'נער האטציך געלאזט איבעררעדן. און ער האט ארויסגעלאזט דעם רב...!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שנית מצדה לא תיפול!

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ערגץ-וואו אין צווישן חורבן בית המקדש אין די רעוואלט פון בר כוכבא, האבן זיך א באנדע העלדישע אידישע אויפשטענדלער, אויסבאהאלטן אין א פעסטונג וואס האט זיך געפונען אויף א הויכער פעלזן שטיין אין די וויסטענישן פון מדבר יהודה, מיטן נאמען מצדה! און ווען דער רוימישער קאמאנדיר פון דער צענטער לעגיאָן - פלאַוויוס סילוואַ, אינאיינעם מיט זיינע ארמייען האבן געשטורמט דאס פעסטונג, און מצדה איז טראגיש געפאלן, האבן זיי געטראפן יעדעם איינעם אינעם פעסטונג ליגן טויט אויף דער ערד! די אויפשטענדלער האבן זיך אלע זעלבסט-גענומען דאס לעבן, ווי איידער אריינצופאלן לעבעדיגערהייט אין רוימישע געפענגעניש, און ווערן געצווינגן זיך צו שלאגן נאקעט - מיט לייבן און בערן פאר די אויגן פון די צויושטע רוימער אינעם קאָלאָסיעם אין רוים!

יארן שפעטער ווען דער ארכיאלאג סוקניק (שפעטער גענעראל יגאל ידין) האט אנטדעקט די איבערבלייבענישן פונעם פעסטונג, האט ער דאס פארוואנדלט פאר א נאציאליסטישען סימבאל פון העאאריזם און אומבויגזאמקייט! די זעלנער פון צה''ל ווערן אין אלגעמיין איינגעשוואוירען דארט אין מצדה. און אינעם מיליטערישע שבועה אין וועלכע זיי שווערן געטריישאפט צו מדינת ישראל, זאגן זיי צווישן די אנדערע די דאזיגע ווערטער "שנית מצדה לא תיפול".

דער נביא זאגט אין ישעיהו:
כי מי נח זאת לי אשר נשבעתי מעבר מי נח עוד על הארץ כן נשבעתי מקצף עליך ומגער בך, כי ההרים ימושו והגבעות תמוטנה וחסדי מאתך לא ימוש וברית שלומי לא תמוט אמר מרחמך השם!
ווען אידן וועלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה, וועט זייער הארץ נאך אלס צאפלען, ווער ווייסט דען געמאלט אויב ס'וועט נישט חלילה זיין נאך א גלות? זענען מיר שוין ענדליך פארטיג? גייט נאך עטוואס שפעטער קומען נאך א צוויי טויזענטער יעריגער שווארצע גלות? נאך אן אינקוויזיציע? נאך א קרייצצוגער? נאך א אויסשוויטץ? נאך א קראנא? פארזיכערט אונז דער נביא אינעם נאמען פון ג-ט: אז ניין! די דאזיגע גאולה איז שוין ענדגילטיג! דאס איז שוין ווירקליך די לעצטע סטאנציע! שנית מצדה לא תיפול!
אזוי ווי איך האב געשוואוירן נאכן מבול, אז ס'גייט קיינמאל קיין מבול מער נישט זיין, ווייל כ'האב געשוינט די וועלט, אזוי שווער איך אצינד, אז די דאזיגע גאולה איז שוין דאס ענדגילטיגער! די גאולה שלימה! ווייל ענק זענען מיר חשוב מער פון די גאנצע וועלט! כ'גיי מער נישט צערענען אויף אייך, איך גיי אייך מער נישט באזודלען! אפילו די בערג און די פעלזן וועלן זיך צוגיין, וועל איך מיין גענאדע פון ענק נישט אפטוהן, און מיין בונד פון פרידן וועט זיך נישט רוקן - זאגט דיר וואס האט אויף אייך רחמנות - דער באשעפער![/justify]
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאך לעפל: איך ווייס נישט אויב דו ווייסט אז דער ארכעאלאג און גענעראל יגאל סוקעניק/ידין האט אויך געטראפן אין מצדה, אויף ביידע עקן פון די פעסטונג א מקוה. האט ער אריינגערופן א רב און דער רב האט פעסטגעשטעלט אז דאס זענען געווען כשר'ע מקוואות אין וואס די אידישע קעמפער האבן זיך געטובל'ט...!
פארשפארט