פייפן מיט די מויל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
פייפן מיט די מויל
''די מאכסט גרעסער די פייער פון גיהנום'', אלס קליין קינד ווען איך פלעג ארויס לאזן דאס דינע אבער הויכע גערודער, הנקרא פייף, פון מיין מויל פלעג איך באַקומען די אויבערדערמאנטע שטרענגע ווארענונג, ווען מ'איז עלטער געווארן האט זיך די נוסח געטוישט, ''מ'טאר נישט'' פארוואס? ''ס'א גוי'שע זאך'' אפגע'פסק'נט.
וויל איך דא פרעגן די חברים און ידידים קען מיר איינער זאגן, טאר מען טאקע נישט פייפן מיטן מויל?, װי איז די מקור? און ספר שמירת שבת כהלכתה לגבי השמעות קול , פסק'נט ער אז מען מעג יא פייפן מיט די מויל שבת און עס הייסט נישט השמעות קול, פון דעם וואלט מען געקענט ארויסדרינגען אז אין וואכן טעג מעג מען זיכער פייפן, אויב די עולם קען אריינקומען מיט מער מקורות און הלכות העמיר זייער דאנקבאר זיין. תודה רבה

You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 26
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 07, 2020 2:27 pm
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 232
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:08 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל
גם אני אענה חלקי
איך פיר מיך צו פייפן אין יעדע געלעגנהייט, און צומאל דווקא אין פארענט פון פרומע... אויסער ווען איך באנעם א בושה, 'האלט איך מיך פשוט איין'...
פארוואס איינהאלטן, ווייל ס'איז א גוטע הרגשה פאר די נערווען און הארץ צו פייפן - ווי א שטייגער א 'פלייט' -פלוט לאזט זיך הערן.
[אויב מ'לאזט מיך לייגן דא א לינק פון א אישה וואס שפיעלט עפעס געוואלדיג מיט א פלוט, אזא געפיל שפיר איך https://www.youtube.com/watch?v=is68rlOzEio ]
הכלל, אמאל האט מיר א טאהשער יוד אנגעשריגן, שייגעץ ווי האסטו געזען דאס פייפן? ביים רב? ביים רבי'ן?...
האב איך עהם אפגעענטפערט; יא! דער רב - קארליבאך האט געפיפן, דער רבי פון חב''ד האט געפיפן...
הכלל, ס'דא אין די מסכתות קטנות - כ'געדענק נישט וועלכע - ווי ס'שטייט עטליכע זאכן וואס מ'טוט נישט אין מרחץ, ווי א שטייגער נישט סטרעטשען, נישט איבונגען, און נאך זאכן. און למעשה שטייט אז דאס איז געווען בימיהם אזוי, און ס'ניט ממש א איסור, נאר א הנהגה טובה. [די טעמים דארף מען נאכקוקן]
אבער פייפן איז אויך צווישן יענע הנהגות וואס ס'שטייט דארט, און אויך ווי קניען, און שפייען און צוזאמלייגן ביידע הענט פינגערס געפלאכטן, און דאס גלייכן, וואס האט געהאט א ענליכקייט צו דרך נכרים.
אבער זאגן גיהנום און מלאכי חבלה וקבלה... אויף עפעס וואס איז נישט קיין דירעקטע איסור, איז וועי טא מאטש!

- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
אלע צוזאמען האט געשריבן: און ספר שמירת שבת כהלכתה לגבי השמעות קול , פסק'נט ער אז מען מעג יא פייפן מיט די מויל שבת און עס הייסט נישט השמעות קול, פון דעם וואלט מען געקענט ארויסדרינגען אז אין וואכן טעג מעג מען זיכער פייפן
לאו דווקא. דער גיהנום איז דאָך אָפּגעשפּאַרט דורכאויס שבת, און לכאורה איז נישט שייך הייס אָדער קאַלט צו מאַכן. משא"כ בימי החול.
אַן עצה טובה אָבער צו פייפן רואיג דורכאויס דער וואָך: לייען קריאת-שמע פּאַוואָליע. דאָס פייפן וועט הייצן, און דאָס ק"ש וועט אָפּקילן, און די טעפּעראַטור פון גיהנום וועט זיך שטעלן אין equilibrium אויפן זעלבן גראַד פון פריער.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מיט דעם קען מען זאגן אז דאס איז וואס די גמרא איז מרמז בברכות ה. אז די פסוק (איוב ה ז) ובני רשף יגביהו עוף גייט ארויף אויף שדים, און ק״ש ראטעוועט טאקע פון זיי ע״ש. יעצט, מאקסוועל׳ס ״שד״ גייט דאך ״קעגן״ דאס צווייטע געזעץ אין טערמאדינאמיקס וואס איז פארוואס טערמאלע ענערגיע קומט צו צו אַן עקוויליבּריִאוּם. וממילא אז מ׳איז מצפצף כציפור/״כעוף״, וואס דאדורך מאכט מען הייסער דעם גיהנם, פעהלט אויס ק״ש ודיקדוק באותיותיה וואס איז דאס מצנן לעקלוויליבּריִאוּם. און איי די ״שד״ פון מאקסוועל, וואס איז אן ״עוף״, גייט דאך קעגן דעם געדאנק פון עקוויליבּריִאוּם? נו, וועגן דעם ראטעוועט ק״ש פון דעם אויך...

- הודעות: 155
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
- האט שוין געלייקט: 526 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל
Re: פייפן מיט די מויל
ס’נישט קיין חידוש אז מ׳טאר נישט פייפן. וואס מעג מען יא? די וואונדער איז נישט אויף וואס מ׳טאר נישט - נאר אויף וואס מ׳מעג יא.
אזויווי דער מונקאטשער האט געזאגט פאר ר׳ מאיר שפירא: וואס איז די חילוק צווישן אונז (די אונגארישע) און ענק (די פוילישע?) ביי אייך איז אלעס מותר, ביז מ׳טרעפט אן איסור אויף דעם. ביי אונז איז אלעס פארבאטן- אלעס איז אסור, ביז מ׳טרעפט אויף עפעס אז ס׳איז מותר…

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
דורש אמת האט געשריבן:ס’נישט קיין חידוש אז מ׳טאר נישט פייפן. וואס מעג מען יא? די וואונדער איז נישט אויף וואס מ׳טאר נישט - נאר אויף וואס מ׳מעג יא.
viewtopic.php?p=441668#p441668
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
- האט שוין געלייקט: 95 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
ס׳איז אַן אָבערגלויבעניש באַ די רוסן און מעגליך אויכעט באַ אַנדערע פעלקער. די אידן האָבן צוגענומען אַ פולע אָבערגלויבענישן פון די אַרומיקע פעלקער (ווי למשל אַז ווער עס זיצט בײם עק פון טיש דער וועט ניט חתונה האָבן זיבן יאָר).
זעט דאָ.
אלע צוזאמען האט געשריבן:וואולקאן עראפציע האט געשריבן:
וואס פרעגסטו דא? "דער רעבי האט דאך געהעיסן פייפן!"
פארשטיי איך נישט, קענסטו ביטע בעסער מסביר זיין?
זעט דאָ.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 232
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:08 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל
אישתישבי האט געשריבן:חסידים פייפען מיט די הענט, מען טוט וואס מען וויל, מען גייט נישט קיין מאסקעס, מען האלט נישט קיין דיסטאנץ, און מען מאכט חתונה, אנדערע, וואס קענען נעבעך נישט פייפן למעשה, זענען יוצא דורך פייפן מיט דער מויל.
אגב, מיט א מאסק איז שווער צו פייפן... עכ''פ איך קען ניט מיט קיין מאסק פייפן גוט