דער גרינער יצר-טוב - גלאָסאַר - וועקער #18

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

דער גרינער יצר-טוב - גלאָסאַר - וועקער #18

שליחה דורך יואב »

[center]דער גרינער יצר-טוב[/center]
[center]גלאָסאַר - ערשטער קאַפּיטל[/center]



[center]וְאֶל הַיְּהוּדִים כִּכְתָבָם וְכִלְשׁוֹנָם [/center]
[center]"רבי הונא בשם בר קפרא אמר, בזכות ארבעה דברים נגאלו ישראל ממצרים: שלא שינו את שמם, ולא שינו את לשונם, וכו'" (שיר השירים רבה פ"ד וכן בויקרא רבה פרשה ל"ב).[/center]


אויס|דריבל|ען (-גע-ט) — fray, unravel

אויס|ריסעווע|ן (-גע-ט) — sketch, draw

אויפגעפּוישט — puffy

אויפ|שנורעווע|ן (-גע-ט) unlace, untie

איינקאַרב|ן (-גע-ט) — carve, notch

אַלמער — closet

אָנגעדרודלט — piqued, in a huff

אָנגעזאׇטענע — seeth|ed/ing (זידן בלשון-עבר = געזאָטן).

אַנומלט — recently

אַסקעטיש — ascetic

אָפּגעבליאַקעוועט — faded, tarnished, discolored

אָפּ|סקריפּע|ן (-גע-ט) squeak, grate, creak

אָקאָרשט — a moment ago, just now

אַרויס|פּירכע|ן (-גע-ט) — snort, pant, gasp

אַרומ|שמייע|ן (-גע-ט) — bustle around

באַדרענגעניש — anxiety

באַוול — cotton

באָמבל|ען (גע-ט) — dangle

בורטשע|ן (גע-ט) — grumble

בורשטין — amber

ביסטרע — swift, agile

ביצעפּס — biceps

בליאַסק — luster, glare, sparkle

ברומבלען (גע-ט) — murmur, hum

גאָלעבּראָדניק|עס — א איד א מְגוּלָּח/ פרייער איד

גומי — (rubber (elastic

גומע-רייף — rubber tire

געבריל — roar

געטאַפּ — (feel (of fabric

גרימפּל|ען (-גע-ט) — strum tunelessly

דלאָניע — palm of hand

דעמב-ן — oaken

דריבנע — minute, fine (פּיצינקע).

הוידע|ן (-גע-ט) — sway, swing

וויע — eyelash

טראַף — syllable

יאָדערדיג — (robust, vigorous (person

כיכעניש — giggling, chuckle

כראָמאַטיש — chromatic

מאַנקעט (מאַנזשעט) — cuff

מרוקע|ן (גע-ט) — grumble, purr

נאַוויגיר-סיסטעם — Navigation, GPS

נעווראָטיש — neurotic

נעפּל-לעמפּ — fog lights

סופיט — ceiling

סליאָטע — slush

פּאַטילניצע — nape of neck

פּוכיג — fluffy, downy

פּיאַטע|ס — heel of foot

פּריזמאַטיש — prismatic

פּריקרע — awkward, embarrassing, disagreeable

פּרישטשיק — pimple

פאַלדעווען (גע-ט) — fold, pleat

פאַסאָן — fashion

פאַרזשמורען (-ט) די אויגן — squint

פאַרכריפּעט — raspy, hoarse

פאַרסמאַרקעט — smeared with snot

פאַרשטאַרט — frozen stiff

פליטער|ן (-גע-ט) — scintillate, sparkle

פראָסטבלומען — fern front (ice flowers on window)

פרענדזעלעך — fringes

צישעדיג — sibilant

צעהאַווקע|ן זיך (-ט) — start barking

צעספּוזשע|ן זיך (-ט) — spook, frighten away, run off

קאָטער — (tomcat (male

קאַלוזשע — puddle

קאָרטשעט — (twist (as in wrinkle

קופּע|ס — pile, heap

קלימפּער|ן (-גע-ט) — jingle, clink

קנאָכיג — bony

ראַנד — rim

ראַפּטעם — abruptly

ריטשע|ן (-גע-ט) — bellow, roar

שאַבלאָן — cliché

שאָדנפרייד — schadenfreude

שלענדער|ן (זיך) — meander

שמאָך — condescending smile

שמאָרגלעכץ — snot

שמייע|ן (-גע-ט) — bustle

שנאָל|ן — buckle

שפּילקע — needle



[center]אַמעריקאַניזם: לשון נכרים הם — וּבְתוֹךְ עַם טְמֵא שְׂפָתַיִם אָנֹכִי יוֹשֵׁב[/center]


אינטש|עס — צאָל|ן — inch

אָל-וויל-דרייוו — דער אַלראָדיגער אָנטרייב — AWD — הָאוֹפַנִּים וּמַעֲשֵׂיהֶם… דְמוּת אֶחָד לְאַרְבַּעְתָּן (יחזקאל, א, טז)

אַסאָרטירט — פאַרשידן, געקליבן —assorted

באַדערן — bother — קאָנטעקסט: בּאַנג-טון

באָמפּער — שיצבלעך — bumper

ווענדינג-מאַשין — פאַרקויף-מאַשין — vending machine

מאָפלער — פאַרדומפּער — muffler

מייל-מאַרקער — mile marker



[center]נעאָלאָגיזם: לשון שבדו להם חכמים[/center]


דער טריפּל-זעראָ — א פּיצינקער שיעור האָר, 0.5 - 0.2 מילימעטער צום סקאַלפּ פון קאָפּ, נישט אריינרעכענענדיג די פּאוֹת. (געווענליך דערגרייכט ביים אָפּגאָלן זיך מיט די #000-#00000 שער-מעסערלעך). איז די עמבלעם פון אידיש-נחת פאַרהייליגט צווישן תּורה-טריי מאַמעס.

טריפּעווע|ן (-גע-ט) — אִתְעָרוּתָא דִּלְעֵלָּא. זיין הויך און גיין נאָך העכער. מלשון 'trippin בלע"ז.

דאָס צדיקוואַרג — רבישע עקסטראַוואַגאַנצן. ספּעציעל אַזוי לוקסוס מיט א קלאַסישן טעם, ווי כֵּלִים-מִכֵּלִים-שׁוֹנִים* און מלבושים פון גאָלד, זילבער, בריליאַנטן, און אפילו קריסטאָל; חיה-פעל, בהמה-הויט, פייגל-פעדערן, שפּּייעכץ פון שרצים, און סְנַפִּיר-וְקַשְׂקֶשֶׂת פון פיש, צווישן אַנדערע. דאָס צדיקוואַרג העלפט אַרויס דעם צדיק אין דער עבודת-הקודש זיינער, און איז אויך מבדיל בין קודש לחול מיטן אַראָפּשטעלן קלאָרע גרעניצן צווישן די סאָציאַלע ראַנגען אינערהאַלב דער געזעלשאַפט.

*כפּשוטו. נישט זיך טועה זיין מיט די געאסרטע טעלעפאָנען און מאַכערייקעס צווישן דעם המון-עם. תַּאֲוַת צַדִּיקִים אַךְ טוֹב תִּקְוַת רְשָׁעִים עֶבְרָה (משלי, יא, כג).
בייגעלייגטע פיילס
גלאָסאַר - ערשטער קאַפּיטל.pdf
נאַט אייך דעם גלאָסאַר אויף א פד"ף
(128.09 KiB) אראפגעלאדנט 90 מאל
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

:lol: :lol:
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך ווייס שוין נישט וואס איך פארשטיי נישט אידיש/יידיש צו ענגליש, צו אפשר גאר עפעס א אנדערע שפראך אינגאנצן?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב געליינט די גאנצע מעשה איין מאל כמו שהיא און אפילו איך האב נישט פארשטאנען געוויסע ווערטער האט עס נישט געשטערט. נאכדעם האב איך עס געליינט נאכמאל און נאכגעקוקט אסאך ווערטער.
יואב האט געשריבן:
גאָלעבּראָדניק|עס — א איד א מְגוּלָּח/ פרייער איד

דארף עס נישט זיין גאלעגבארדניק, ד.ה. א "געגאלטע" "בארד"?
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

חתם סופר האט געשריבן:

יואב האט געשריבן: גאָלעבּראָדניק|עס — א איד א מְגוּלָּח/ פרייער איד

דארף עס נישט זיין גאלעגבארדניק, ד.ה. א "געגאלטע" "בארד"?


דאַרף? וואָס ווייס איך! גאָלעבּראָדע/גאָלעבּראָדניק, דאָס איז אַלץ וואָס איך ווייס. ווי ס'איז די קעיס מיט פילע אַנדערע ווערטער האָט מען ליידער מיט מיר זיך נישט שואל עצה געווען ביים ברית.

אַז מ'וויל קען מען סטיקן מיטן "באָדערענעם" אויף יעדן ראַזירטן איד מיט א נעקטיי, אָדער קען מען אַריינעמען אויך דעם גאָלעבּראָדניק אינעם רינג. אַנדערש ווי געלט-גייער ביי היימישע חתונות זענען איבערצייגט, מוז דער יעניגער עלטער-פעטער לאו דווקא זיין א גביר. צי ער איז א באָדערענער, גאָלעבּראָדניק, אָדער האָט סתם אַזוי גרייזיג אָפּגעלערנט פּשט אינעם "שלא שינוי את לבושם."

אמת, ס'מאַכט סענס אַז דאָס וואָרט איז א סאָרט portmanteau פון גאָלן + באָרד, און אפילו אַזוי איז ווייטער העכסט נאָרמאַל אַז דער מחבר(ים) האָט דווקא פּרעפערירט גאָלעבּראָדניק. ס'קען אויך זיין אַז דאָס אידישע וואָרט "גאָלע" (sheer, pure) פאַרמאָגט א רעפערענץ דאָ (גאָלע נאַראָנים, גאָלע גאָרנישט, גאָלע לעכער אא"וו). זייער מעגליך אז ס'פאַרמאָגט א רעפערענץ צו דער שטאָט בראָד וועלכע פאַרמאָגט בלי ספק טיפע וואָרצלען אין פילע אַספּעקטן פונעם אידישן לעבן אין אייראָפּע. (אַזוי אויך זענען פאַראַן פילע אידאָמען אויף אידיש אַרום בראָד. א סוד פאַר גאַנץ בראָד, ווייט ווי ביז בראָד, כ'וועל שיקן נאָך דיר דעם בראָדער שמש, בראָדער זינגער, בראָדער סוחר, בראָדער ["באַקסעדיגע/יום-טוב"] לאָקשן וכו').

ס'קען אויך זיין אַז אינגאַנצן נישט, אַביסל נישט, אַביסל יאָ, אַביסל ביידע, און אַביסל אַלע. קען זיין אַז א פּורים רב בימים ההם האָט זיך באַשעפטיגט מיט עפּעס אַנדערש אויסער יום-הששי. כ'זאָג נאָר אַז כ'ווייס נישט די פּינקטליכע עטימאָלאָגיע פון דאָזיגן טערמין. וואָס איז זיכער איז אַז מ'רעדט נישט דאָ פון קיין גאָר ערנסטער טערמין, נאָר א הומאָריסטישער אויסדריק וועמענס קאָנסטרוקציע גענוי איז לכאורה — משום איזו סיבה — געזען געוואָרן דווקא פּאַסיג פאַרן מענטש, פּלאַץ, און צייט פונעם באַשאַף.

לגופו של גאָלעבּראָדניק! ביסטו מיט יאָסל'ן אַז דער דאָזיגער טערמין קריגט לפּחות א נומער ניין אויף דער חן-וואָג פון אידישע ווערטער? ווער ס'איז דאָ איינשטימיג מיט יאָסל'ן, דער גייט אַריין אינעם גרויסן איינמאָליגן גורל צו געווינען א קוואָדער געבענטשט באַזונדער דורך דריי פון די לעצט-פאַרבליבענע צדיקי הדור. דער קוואָדער קומט פאַרמאַכט אין א גאָר הערליכן פּיצי זיפּלאַק.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

יואב האט געשריבן:ווער ס'איז דאָ איינשטימיג מיט יאָסל'ן, דער גייט אַריין אינעם גרויסן איינמאָליגן גורל צו געווינען א קוואָדער געבענטשט באַזונדער דורך דריי פון די לעצט-פאַרבליבענע צדיקי הדור. דער קוואָדער קומט פאַרמאַכט אין א גאָר הערליכן פּיצי זיפּלאַק.

האב׳יך א חקירה. גייט דער קוואָדער אריין אין כלל פון ״צדיקוואַרג״ וויבאלד דאס איז דאך פונעם צדיק און ווי נישט מבדיל בין קודש לחול אין די סאציאלע ראנגען, אדער נישט וויבאלד דאס איז דאך למעשה נישט קיין עקסטראוואגאנץ פאר אים/זיי גופא?... :D
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

מי אני האט געשריבן:
יואב האט געשריבן:ווער ס'איז דאָ איינשטימיג מיט יאָסל'ן, דער גייט אַריין אינעם גרויסן איינמאָליגן גורל צו געווינען א קוואָדער געבענטשט באַזונדער דורך דריי פון די לעצט-פאַרבליבענע צדיקי הדור. דער קוואָדער קומט פאַרמאַכט אין א גאָר הערליכן פּיצי זיפּלאַק.

האב׳יך א חקירה. גייט דער קוואָדער אריין אין כלל פון ״צדיקוואַרג״ וויבאלד דאס איז דאך פונעם צדיק און ווי נישט מבדיל בין קודש לחול אין די סאציאלע ראנגען, אדער נישט וויבאלד דאס איז דאך למעשה נישט קיין עקסטראוואגאנץ פאר אים/זיי גופא?... :D

דער קוואָדער גלייב איך איז נישט קיין עקסטראַוואַגאַנץ. דאָס געבענטשעכץ אָבער איז שוין לכאורה יאָ. וואו איך בין אָגנאַסטיק איז בנוגע דעם פּיצי זיפּלאַק. דערווייל קוקט אויס ווי כ'וועל מוזן שלעפּן א תיקו דאָ. אדרבה, אויב ווייסטו אַן ענטפער, דאַן טייל מיט ביטע.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

נו, אויב בלייבט מען מיט א ״תיקו״ פסק׳נט מען דאך לחומרא. און ווארפן חומרות אויפ׳ן עולם איז שוין זיכער אן עקסטראַוואַגאַנץ פונעם צדיק... :lol:
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט