הרב יואל ראטה מיט א ווארענונג צו די רבנים!

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

yesiknow האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:
yesiknow האט געשריבן:Did you remove my responses I need to reach till 50 u does the person who opens the ashkol has the ability to remove my responses?

אנקומען צו 50 וועט דיר גארנישט העלפן, איך האלט שוין ביי 190 און אין קול ואין עונה.

כנראה שכל המדובר שמאחוריי זה פייק ניוז אין דבר כזה.
צריכים לפתוח אשכול על זה

ביסט זיס!
וואס דו זעסט נישט איז נישטא!
באניצער אוואטאר
גיב א שמייכעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 8:45 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

שליחה דורך גיב א שמייכעל »

אהן אריינגיין אין ווי די שמועס האלט יעצט, ווינדער איך מיך סתם אזוי אויף ר' יואל, מיט וועלכע רעכט האקט ער אויף יעדע רב/רבי שבעולם אז זיי טוהן נישט גוט, און זיי וועלן ברענען און גיהינום וכו' וכו', אבער דערנאך וועט ער האלטען גאנצעטע שיעורים אויף אמונת צדיקים און ווי מ'דארף זיך אינטערוואפן אינטער א רבי, אין ווי מ'דארף פאלגן פינקטליך וואס די מוהרא"ש האט געהאלטען...
(איך האב א קליינע פראבלעם מיט וואס ער זאגט, אבער שרייען אויף יענעם, און דערנאך פארלאנגען די זעלבע ביי זיך, איז אין מיינע אויגן היפאקריטיע.)
איין מינוט! זיך בויען דורכן אינטערדריקען און אראפרייסען יענעם, איז נישט דיקטאטוריש?? איז עס נישט די סימנים פון א קולט ל"ע??

איך קען איהם נישט פערזענליך און ס'גייט מיר גאנץ ווייניג אהן די אלע לשון הרע'ס וואס מ'דערציילט אויף איהם, אבער אלס א טיילמאליגע ציהערער פון זיינע שיעורים נודזשעט מיר די קאשי' שוין אין קאפ א שיינע שטיק צייט...

נאכאמאל איך מיין איהם נישט דא אראפצורייסען! און איך גלייב ביי מיר אז ער האט א תירוץ אויף דעם...
גיב מיר א ליי"ק אדער נישט, א שמייכעל גיב זיכער!
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

moneyminded האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:
די סקילמאן שכינים קענען גראדע נישט דערליידן די ליידיגייער סיטואציע, אז דו ברענגסט עס יא ארויף.

איך מיזט דיר זאגן האסט מיר יעצט גענטפערט, איך קען שיקן זייער אנשי שלומינו ליסטע אין אישי , זיי האבן מסלתה ומשמנה וואס כלל ישראל פארמאגט, עניוועי די טענעריי איז גוט וועגן אים פאר 15 יאר צוריק , עס זעט אויס ווי די האסט נחשט קיין השגה וואס פליט און די וויליאמסבורגע גאס ,אויסער נערישע זאכן וואס די ליינסט אויף די אינטערנעט

גראדע איז מיין אינפערמאציע ערשטהאנטיג און נישט פון די אינטערנעט.
ווילאנג די שרייבסט נישט קיין פרטים פון וואס די רעדטסט פון א פעסיפיק מעשה ,קענסטו איינרעגן מענטשן וואס די ווילסט,אויפן גאס פארמאגט ער הונדערטע ערליכע משפחות, אין ליבערטי וואינען איבער 40 געסטעלטע קינדער געבענטשטע משפחות ,אדרבה גיי און קוק

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

גראדע האב איך יעצט שבת געהערט פון א באקאנטן וואס האט אים גענומען צו court צוליב אזעלכע שטיק לעצטנס.
איך ווייס נישט פונקטלעך וואס די גאנצע מעשה איז, אבער איך ווייס אז אויף מיר און דיר האט מען נישט אזעלכע מעשיות.
.I got voices in my head.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס שמעקט אז היכל הקודש דברסלב איז אויפן וועג פון פארוואנדלט ווערן אין א געהעריגע קולט, א רעפארמירטער לב טהור. מען אפפערט דארטן סיפוק און פרייליכקייט אזוי ווי אין לב טהור, אויפן זעלבן וועג וויאזוי עס האט געארבעט אין אלע אידישע קולטן די לעצטע פאר יאר. ביי רומפלער און אין לב טהור האט מען אויך פראקלאמירט אז דאס איז די איינציגסטע וועג אין עבודת השם און אז אין אלע אנדערע פלעצער איז מען נישט קיין געהעריגע אידן. אויך האט מען דארטן אנגעהויבן חתונה מאכן פאר די צייט, און אויך האבן די פירער פון די קולטן באשטימט ווער עס זאל חתונה האבן מיט וועמען און ווער עס זאל זיך אפטיילן פון וועמען.

ביזדערווייל האט מען נאכנישט געהערט פון קיין גיטין אין היכל הקודש, אבער דאס קען זיין וויבאלד דער ראש ישיבה האט נארוואס אנגעהויבן פארפיגן אין די קידושין אפטיילונג, עס קען זיין אז ער וועט דאס נעמען א שטאפל ווייטער און עס וועט שוין זיין צו שפעט. לאמיר נישט פארגעסן אבער אז לויט וויאזוי זיינע געטרייע תלמידים טענה'ן איז ער פשוט אן עסקן און א געטרייע מענטש וואס וויל נאר דאס גוטס פון זיינע תלמידים, אבער פונדרויסן זעט היכל הקודש אויס ווי זייער א שטרענגע פלאץ וואו מען פאנגט מענטשן. עס איז שווער צו גלייבן אז א בחור'ל פון זיבעצן יאר זאל שוין ווילן חתונה האבן, און עס איז אויך שווער צו גלייבן אז מיידלעך פון זעכצן יאר זאלן ווילן הייראטן באמעס וואס לערנען אויף סקילמען.

די שיעורים פון ר' יואל ראטה אויף שלום בית ווערן געזאגט זייער שטרענג, אבער למעשה טוט ער בארירן נקודות וואס זענען וויכטיג פאר יעדן איינעם צו וויסן, און ער דערוואגט זיך אפילו צו רעדן זייער ברייט איבער ענינים וואס חתן רבי'ס וואלטן אויסגעמיטן... עס קען אבער גאר זיין אז דאס איז אויך א טאקטיק וואס ער האט גענומען כדי מענטשן זאלן צו אים נמשך ווערן. לענ"ד איז ער אבער נישט קיין בייזוויליגער מענטש, ער מאכט געוויסע טעותים וואס קענען אים אריינפירן אין ווערן א קולט פירער וואס קען ביים סוף ווערן גאר מסוכן, ער וועט זיך מוזן דורכרעדן מיט קלוגע אידן וויאזוי איבערצוקומען דעם פראבלעם, ווייל אויב וועט ער זיך טרעפן מיט א שטעטל פון נאר זיינע חסידים קען ער ארויסגיין פון די גלייזן, און זייענדיג אומערפארן און אימפולסיוו קען עס זיין א גרויסער פראבלעם פארן צוקונפט פון זיין קהילה.
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

איך וויל נישט זאגן זאכן וואס איך ווייס נישט, און מעגליך אז עס איז נישט אמת. איך נעם א דיסקלעימער, און איך ברענג עס דא ארויף מיטן איינעם ציל, אז אויב ס'איז יש דברים בגו, אויב איינער קען דאס באשטעטיגן אדער לייקענען (ועם כל זה הנני מסופק צי איך טוה ריכטיג):

זיינע תלמידים פון וויען זאגן אז ער פלעגט טון מאדנע זאכן (ווארשיינליך זאכן וואס ער וואלט היינט נישט געטון). ער פלעגט נעמען זיינע תלמידים צו א וואסער, זיך צו טובל'ען, און דארט פלעגט ער פירן קומזיצן מיט זיי. זיי דערציילן אז איינמאל שבת נאכמיטאג האט ער גענומען זיינע תלמידים, און ער האט מיטגענומען א פידל בעצם יום השבת, גייענדיג מער פון א תחום-שבת מיט זיי, אז גראד מוצאי שבת זאל מען קענען שפילן און זינגען מיט זיי. דעם קומענדיגן זונטאג איז ער שוין נישט געווען אין די מוסדות.

איך ווייס נישט צי ס'איז אמת. איך האב עס בשעת מעשה נישט געגלויבט, ווייל איך האלט נישט אז ער איז א מחלל שבת. איינער האט מיר אזוי געזאגט, און איך בין נייגעריג וויפיל אמת עס ליגט דערין.
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: הרב יואל ראטה מיט א ווארענונג צו די רבנים!

שליחה דורך moneyminded »

מאך זיכער האט געשריבן:עס שמעקט אז היכל הקודש דברסלב איז אויפן וועג פון פארוואנדלט ווערן אין א געהעריגע קולט, א רעפארמירטער לב טהור. מען אפפערט דארטן סיפוק און פרייליכקייט אזוי ווי אין לב טהור, אויפן זעלבן וועג וויאזוי עס האט געארבעט אין אלע אידישע קולטן די לעצטע פאר יאר. ביי רומפלער און אין לב טהור האט מען אויך פראקלאמירט אז דאס איז די איינציגסטע וועג אין עבודת השם און אז אין אלע אנדערע פלעצער איז מען נישט קיין געהעריגע אידן. אויך האט מען דארטן אנגעהויבן חתונה מאכן פאר די צייט, און אויך האבן די פירער פון די קולטן באשטימט ווער עס זאל חתונה האבן מיט וועמען און ווער עס זאל זיך אפטיילן פון וועמען.

ביזדערווייל האט מען נאכנישט געהערט פון קיין גיטין אין היכל הקודש, אבער דאס קען זיין וויבאלד דער ראש ישיבה האט נארוואס אנגעהויבן פארפיגן אין די קידושין אפטיילונג, עס קען זיין אז ער וועט דאס נעמען א שטאפל ווייטער און עס וועט שוין זיין צו שפעט. לאמיר נישט פארגעסן אבער אז לויט וויאזוי זיינע געטרייע תלמידים טענה'ן איז ער פשוט אן עסקן און א געטרייע מענטש וואס וויל נאר דאס גוטס פון זיינע תלמידים, אבער פונדרויסן זעט היכל הקודש אויס ווי זייער א שטרענגע פלאץ וואו מען פאנגט מענטשן. עס איז שווער צו גלייבן אז א בחור'ל פון זיבעצן יאר זאל שוין ווילן חתונה האבן, און עס איז אויך שווער צו גלייבן אז מיידלעך פון זעכצן יאר זאלן ווילן הייראטן באמעס וואס לערנען אויף סקילמען.

די שיעורים פון ר' יואל ראטה אויף שלום בית ווערן געזאגט זייער שטרענג, אבער למעשה טוט ער בארירן נקודות וואס זענען וויכטיג פאר יעדן איינעם צו וויסן, און ער דערוואגט זיך אפילו צו רעדן זייער ברייט איבער ענינים וואס חתן רבי'ס וואלטן אויסגעמיטן... עס קען אבער גאר זיין אז דאס איז אויך א טאקטיק וואס ער האט גענומען כדי מענטשן זאלן צו אים נמשך ווערן. לענ"ד איז ער אבער נישט קיין בייזוויליגער מענטש, ער מאכט געוויסע טעותים וואס קענען אים אריינפירן אין ווערן א קולט פירער וואס קען ביים סוף ווערן גאר מסוכן, ער וועט זיך מוזן דורכרעדן מיט קלוגע אידן וויאזוי איבערצוקומען דעם פראבלעם, ווייל אויב וועט ער זיך טרעפן מיט א שטעטל פון נאר זיינע חסידים קען ער ארויסגיין פון די גלייזן, און זייענדיג אומערפארן און אימפולסיוו קען עס זיין א גרויסער פראבלעם פארן צוקונפט פון זיין קהילה.
ער איז שוין כמעט 15 יאר אין ביזנעס ,עס פעלט אים נישט גארנישט , חברה עטס זאלטס נאר קענען וועלכע אינגעלייט ער האט אלטס,וואלט עטס נישט אזוי גערעדט, פוק חזי מיט ענגערע פליישיגע אויגן פון דערנאנט וועט עטס זען ער איז א חסידות פונקט ווי עני אנדערע חסידות'ן,

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: הרב יואל ראטה מיט א ווארענונג צו די רבנים!

שליחה דורך moneyminded »

אבשלום בן מעכה האט געשריבן:איך וויל נישט זאגן זאכן וואס איך ווייס נישט, און מעגליך אז עס איז נישט אמת. איך נעם א דיסקלעימער, און איך ברענג עס דא ארויף מיטן איינעם ציל, אז אויב ס'איז יש דברים בגו, אויב איינער קען דאס באשטעטיגן אדער לייקענען (ועם כל זה הנני מסופק צי איך טוה ריכטיג):

זיינע תלמידים פון וויען זאגן אז ער פלעגט טון מאדנע זאכן (ווארשיינליך זאכן וואס ער וואלט היינט נישט געטון). ער פלעגט נעמען זיינע תלמידים צו א וואסער, זיך צו טובל'ען, און דארט פלעגט ער פירן קומזיצן מיט זיי. זיי דערציילן אז איינמאל שבת נאכמיטאג האט ער גענומען זיינע תלמידים, און ער האט מיטגענומען א פידל בעצם יום השבת, גייענדיג מער פון א תחום-שבת מיט זיי, אז גראד מוצאי שבת זאל מען קענען שפילן און זינגען מיט זיי. דעם קומענדיגן זונטאג איז ער שוין נישט געווען אין די מוסדות.

איך ווייס נישט צי ס'איז אמת. איך האב עס בשעת מעשה נישט געגלויבט, ווייל איך האלט נישט אז ער איז א מחלל שבת. איינער האט מיר אזוי געזאגט, און איך בין נייגעריג וויפיל אמת עס ליגט דערין.
Lol
שוואך , האסט עפעס בעסער ?
ער האט גענדיגט זיין פאוסטען א ענדע יאר

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איין שמחה ברענגט א צווייטן,

דאס איז פין שידוך שליסען נישט די בר מצוה
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:https://chat.whatsapp.com/BulwnCm6kFSBTAKmCx8myE

וואס איז דאס?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די בילד פון טשאדעלע באדעלע. נאר פון א אנדערע פערספעקטיוו
די 15 יעריגער חתן הייבט אויף זיין פוס בדי אז ער זאל אויסזעהן העכער אויפן בילד :D
דרך אגב שמעתי אז די כלה איז 17
unnamed (4).png
באניצער אוואטאר
מאן דאמר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
האט שוין געלייקט: 335 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

שליחה דורך מאן דאמר »

בחדרי שרייבט אז די אוטאריטעטן האבן געעפענט אן אויספארשונג

http://https://www.bhol.co.il/news/1202391
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

דער ארטיקל איז נישט צום געפונען, קוקט אויס ווי איינער האט שנעל באצאלט די בילל (בחדרי איז אלע יארן געווען באקאנט אלס שטארק קאראפטירט).
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)

פארשפארט