אין יו"ט'דיגן קיאסק
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
קאצקע ציקער האט געשריבן:אינגערמאנטשיק געהאט די זעלבע פראגע מהיכן ירק זה חי
אויף דעהם ארויף פירט זיך די בארימטע מגיד מישרים (און פלאגאזירער) האסידיק צו באדאנקען פאר יו"ט פאר די אויסגאבעס.
זיין טוויט פארגאנגענע וואך:
כלל ישראל דרוקט אויס א גרויסען דאנק פאר אלע היימישע מאגאזינען וואס געבן אויס שווערע הונדערטער טויזנטער דאלער ריין לשם שמים אז יודען זאלען האבען וואס צו ליינען, כאטשיג עס צאלט זיך זיי נישט אויס אפילו האלב נישט פארגעסן צו באצאלען די הלוואות, די פרינטינג קאמפאניס, די שרייבער ומגיהים
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:אינגערמאנטשיק געהאט די זעלבע פראגע מהיכן ירק זה חי
אויף דעהם ארויף פירט זיך די בארימטע מגיד מישרים (און פלאגאזירער) האסידיק צו באדאנקען פאר יו"ט פאר די אויסגאבעס.
זיין טוויט פארגאנגענע וואך:
כלל ישראל דרוקט אויס א גרויסען דאנק פאר אלע היימישע מאגאזינען וואס געבן אויס שווערע הונדערטער טויזנטער דאלער ריין לשם שמים אז יודען זאלען האבען וואס צו ליינען, כאטשיג עס צאלט זיך זיי נישט אויס אפילו האלב נישט פארגעסן צו באצאלען די הלוואות, די פרינטינג קאמפאניס, די שרייבער ומגיהים
איך גלייב אז שמעון שלמה און הרב גליק בעטן נישט ווייניגער פון פינעוו טויזענט דאלער אראפצופארן טשילן אין מצרים
קאצקע ציקער האט געשריבן:אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:אינגערמאנטשיק געהאט די זעלבע פראגע מהיכן ירק זה חי
אויף דעהם ארויף פירט זיך די בארימטע מגיד מישרים (און פלאגאזירער) האסידיק צו באדאנקען פאר יו"ט פאר די אויסגאבעס.
זיין טוויט פארגאנגענע וואך:
כלל ישראל דרוקט אויס א גרויסען דאנק פאר אלע היימישע מאגאזינען וואס געבן אויס שווערע הונדערטער טויזנטער דאלער ריין לשם שמים אז יודען זאלען האבען וואס צו ליינען, כאטשיג עס צאלט זיך זיי נישט אויס אפילו האלב נישט פארגעסן צו באצאלען די הלוואות, די פרינטינג קאמפאניס, די שרייבער ומגיהים
איך גלייב אז שמעון שלמה און הרב גליק בעטן נישט ווייניגער פון פינעוו טויזענט דאלער אראפצופארן טשילן אין מצרים
איך ווייס נישט וויפיל זיין בעטן און וויפיל זיין באקומען, איך מיין אז דאס עצם אהין פארן איז א שטיקל עקספיריענס וואס איז אן עדשוינמענט וואס מען קען טראכטן זיין וואלטן איינגעגאנגן פאר א קלענערע סכום, הגם הרב שש לייגט אריין כוחות אין די פארש ארבייט.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
עמעזאן האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:אינגערמאנטשיק געהאט די זעלבע פראגע מהיכן ירק זה חי
אויף דעהם ארויף פירט זיך די בארימטע מגיד מישרים (און פלאגאזירער) האסידיק צו באדאנקען פאר יו"ט פאר די אויסגאבעס.
זיין טוויט פארגאנגענע וואך:
כלל ישראל דרוקט אויס א גרויסען דאנק פאר אלע היימישע מאגאזינען וואס געבן אויס שווערע הונדערטער טויזנטער דאלער ריין לשם שמים אז יודען זאלען האבען וואס צו ליינען, כאטשיג עס צאלט זיך זיי נישט אויס אפילו האלב נישט פארגעסן צו באצאלען די הלוואות, די פרינטינג קאמפאניס, די שרייבער ומגיהים
איך גלייב אז שמעון שלמה און הרב גליק בעטן נישט ווייניגער פון פינעוו טויזענט דאלער אראפצופארן טשילן אין מצרים
איך ווייס נישט וויפיל זיין בעטן און וויפיל זיין באקומען, איך מיין אז דאס עצם אהין פארן איז א שטיקל עקספיריענס וואס איז אן עדשוינמענט וואס מען קען טראכטן זיין וואלטן איינגעגאנגן פאר א קלענערע סכום, הגם הרב שש לייגט אריין כוחות אין די פארש ארבייט.
איך ווייס אויך נישט וויסאך זיי באקומען באצאלט. אבער עפ"י חשבון זענען זיי צוערשט געפארן קיין אר"י און געוויילט דארט אויף שבת (זיי זענען געפארן פין אר"י קיין מצרים אום זונטאג, לכאורה מיינט דאס אז זיי זענען געווען אין אר"י אויף שבת. ועוד אז גליק האט געהאט דאס שטריימל אין רענצל). דאס קומען און גיין אליינס, און די accommodations אווערסיעס קאסט אסאך געלט יעדן ריר.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
מאך זיכער האט געשריבן:די ארטיקל אויף ר' שאול אלתר איז געווען זייער ארעם געשריבן, אין א נייע מקום איז פארהאן פיל מער צו אבזערווירן און נישט נאר זיין פארנומען מיט וויפיל מענטשן זענען דארטן און וויפיל געלט עס איז דא דארט, איך האב געוואלט ליינען מער ביאגראפיע אויף ר' שאול און הערן פערזענליך פון אים וואס ער האט צו פארקויפן, אבער אנשטאט דעם גיבט דער שרייבער א מורמל אפ צום סוף אז ר' שאול האט אים אויפגענומען מיט א פארקערטע ציצית און ער זאגט ניטאמאל נאך קיין ווארט פון ר' שאול, א זייער אונגערישע באשרייבונג אויף א פוילישע קהילה.
הוא אשר דברנו אז ס'איז א פעי"ד עדוועטאריע"ל, די מטרה פינעם ארטיקל איז אך ורק להגדיל הפי.אר. עס אנטהאלט נישט קיין שום פארש ארבייט אדער חידושי תורה והשקפה במשנתו של ר שאול.
מ'קען עס אויך זעהן פינעם אופן וואס ער שרייבט אז ער איז כאילו געקומען פין אמעריקא באשרייבן די קהילה. ביים מחניים ארטיקל האבן זיי געקענט נעמען טאמבור פין ירושלים צו שרייבן, אבער פאר אזא פצצה מתקתקת ווי רבי שאול דארפן זיי אימפארטירען פין אמעריקא איינעם וואס זאל צוקומען צו סטאנציע גאר ביי איינעם פריוואט אינדערהיים?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
- האט שוין געלייקט: 125 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
די בארימטע קינדערליך אויסגאבע איז אריינגעקומען מיט א שטארקע ראש השנה נומער "פארגרעסערטע אויסגאבע לכבוד יו"ט" וואס האט אנטהאלטן גאנצע 54 זייטן אנשטאט די געווענליכע 48 זייטן, דארונטער 5 עדס אנשטאט די געווענליכע 1-2 עדס. אט לכבוד דעם פארגרעסערטן נומער איז דער פרייז ארויף פון 5.50 צו 6.99 לקיים מה שנאמר אז אונאה איז יתר על שתות.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
- האט שוין געלייקט: 125 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: אין יו"ט'דיגן קיאסק
מאך זיכער האט געשריבן:וואלט איינער געקענט זיין אזוי גוט און באשרייבן נאך בעפאר יו"ט וועלכע אידישע מאגאזין עס לוינט זיך צו קויפן און וועלכע מען זאל חלילה נישט צורירן?
די ניו יארקער
די וואל סטריט דזשורנאל
פינאנציעלע צייטן
נייעסוואך
גאראנטירט וועסט טרעפן עפעס אינטערעסאנט.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1010
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
- האט שוין געלייקט: 641 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל
תרמב האט געשריבן:בקהילה און משפחה אנטוישן מיר נישט געווענטליך.
פארגלייך נישט די צוויי ביטע. בקהילה איז רוב מאל אינטערעסאנטער פארן אמעריקאנער חסידישער איד.
משפחה לעבט אין א באבעל און באשרייבט נאר וואס איז אינטערעסאנט פארן בני ברק'ער ליטוואק. בקהילה איז אסאך ברייטער, מער חסידישע שרייבערס, און ווער רעדט נאך פון ריבלין'ס פאליטישער ביילאגע יעדן יו"ט.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
הפוך גוטה הפוך.
משפחה האט ערשט-קלאסיגע דזשורנאליסטן מיט ווייטגרייכענדע קשרים. זייער חשיפות זענען שוין מערערע מאל אנגעקומען צום נאצינאלען מידיע. אריינגערעכענט די יעצטיגע ערב סוכות אינטערוויו מיט אביחי מנדלבליט וואס האט געברענגט א גרויסן שטורעם.
נאך א לעצטיגע משל, די באשרייבונג/אינטערוויו מיט יוסי כהן.
בקהילה נישט אזוי שטארק.
אבער דאס איז כו"ע מודי, אז ריבלין'ס פאליטישע מוסף איז עפעס וואס קיינער קען קאמפיטן. איך קויף בקהילה פאר דעהם אליינס.

- אמת וצדק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל
אין יו"ט'דיגן קיאסק
איך האב געקויפט דעם ״בקהילה״ פאר איבער צען דאלער, בעיקר צו ליינען די ארטיקל איבער די חילוק פון די צוויי סאטמארע רבי׳ס און זייער חסידות.. אינעם ארטיקל רעדט די שרייבער ארום אז ״רב המאחד על המפריד״ ביידע סאטמארע רבי׳ס זענען אייניג ממשיך די וועג פונעם דברי יואל מיטן התנגדות צו ציונות און אלעס ארום דעם ווי שיקן געלט צו מוסדות וואס לערנען על ״טהרת הקודש״ נאר רבי אהרן קען נישט ליידען ווען די קנאות גייט איבערן מאס, ״מיר זענען נישט קיין בני גרים״ זאגט ער, און מיר האבן א קבלה ווי אזוי קנאות דארף אויסצוקוקען, מצד שני פירט רבי אהרן יא איין געוויסע שינויים בעיקר לחומרה ווי מקפיד זיין אויף אריזאנע ווייץ וכו׳ אזוי אויך נייע מנהגים לצורך הדור ווי א גרויסע ל״ג בעומר פייער, משא״כ רבי זלמן לייב איז באוואוסט צו זיין דער ״שומר הפיקדון״ און זוכט נישט צו ארויסווייזן שטארקע מנהיגות און ווען יא איז דאס בהסכמת ״בית דינו״..
אזוי אויך האט מיך געצויגען דעם ארטיקל איבער הגאון רבי יצחק שלמה זילברמן זצ״ל מיט זיין קהילה אין אלט שטאט ירושלים וואס זענען באוואוסט מיט דעם וואס זיי זענען מקיים די משנה אין אבות ״בן חמש למקרא בן עשר למשנה ובן חמשה עשר לתלמוד״, די קהילה איז שטארק געבויט אויף מנהגי הגר״א ווי למשל גיין אנגעטוהן מיט תפילין דורכען טאג, אזוי אויך איז הרב זילברמן געווען שטארק דבוק אין תורת הרמח״ל און דאס צאמגעפלאכטען מיט תורת הגר״א, אזוי אויך זענען די זילברמאנים באוואוסט מיט זייער שטארקע ליבשאפט צו ישוב א״י און זיי זעען אין דעם א פעולה אויף צו מקרב זיין די גאולה ווי שיטה פונעם גר״א ותלמידיו, בעיקר זעען זיי א גרויס חשיבות צו וואונען אין אלט שטאט ירושלים. אפי׳ די זילברמאנים זענען אנדערש פון די קלאסישע ליטווישע וועלט, האט זייער מנהיג הגרי״ש אלץ זיכער געמאכט אז זיין קהילה בלייבט אין די ראמען פון די חרדישע וועלט, און ווען הרב שך האט אויפגעשטעלט די דגל התורה פארטיי האט ער אנגעזאגט זיינע תלמידים צו שטימען דגל התורה, אויך האט ער געזאגט אז ווען הרב שך וואלט אים געזאגט צו פארמאכן זיין קהילה און ישיבה, וואלט ער אים גלייך געפאלגט..
הרב זילברמן האט אמאל געזאגט א טרעפליכע משל איבער די חילוק פון זיין מהלך און די סאטמארע און מזרחי׳סטישע מהלכים, אז דאס איז דומה צו דריי בחורים וואס זענען ארויף אויף א באן וואס זאל זיי טראגען אין ישיבה, אבער פארענדיג זעען זיי ווי די דרייווער איז א אוכל טריפות, רופט זיך אן איין בחור איך קען נישט פארן מיט אזא רשע אין ישיבה, און איז אראפ פונעם באן, די צווייטע איז צוגעגאנגען צום דרייווער און אים ארומגעהאלזט און געזאגט ווי א גרויסע צדיק ער איז פארן טראגען בחורים אין ישיבה, די דריטע בחור האט זיך געהאלטען רואיג און געזאגט די דרייווער איז טאקע א רשע אבער מיט זיין באן וועל איך אנקומען אין ישיבה לערנען די הייליגע תורה, והנמשל מובן..
הרב זילברמן האט איבערגעלאזט א שטוב פון אכצען קינדער! און זיין זוהן הרב אלי׳ שליט״א איז היינט די מנהיג הקהילה.
אויך האבן זיי א שיינע שמועס מיט הגאון רבי יצחק שיינער ר״י קמניץ וואס איז שוין כמעט א בן מאה בלי עין הרע.
אויך האבן זיי א שמועס מיט הרב בערל וויין וואס איז באוואוסט צו זיין א גאר גוטע בעל דרשן און א גרויסע בקי אין די אידישע און וועלטליכע היסטאריע, סוף פונעם שמועס געט ער א זאג אז אידן האבן נישט קיין עתיד אין אמעריקה וואס ווערט אלץ מער אנגעפילט מיט לינקע ראדיקאלע עלעמענטן, נאר ענדערש זאל מען ארויפקומען קיין א״י און צוביסלעך איבערנעמען די לייצעס פונעם לאנד.. הרב וויין האט יארן לאנג געוואוינט אין מאנסי, און שפעטער זיך אריבערגעצויגן קיין א״י ווי ער וואונט היינט.
אויך איז דא אן ארטיקל איבער ״עילויים״ ווי אויך א שמועס מיט יואל הערש פוקס מיט לייבי ווידער איבערן אונטערן שפיל! אבער די צוויי ארטיקל האבעך נאך נישט געליינט.

די גאנצע קריטיק זשאנער איז מיר אביסל נישט ניחא לעצטנס, איך זע אויף אייוועלט ווי דער עולם גיסט צאם קיתון של שופכין מיט טענות און מענות סתם געזויגן פון פינגער, וואס רובא דמינכרא זענען סתם צר עין און זוכן יענעמס חסרונות און וואס צו קריטיקירן מיט לעכט, און איך וויל נישט אריינפאלן אין דעם לאך און זיין ווי זיי, ווייל אין א געוויסן זין, איז נישט אינטערעסאנט צו קריטיקירן. פינטל.
אז דו האלטסט דו קענסט בעסער, אדרבה, שארץ דיך ארויף די ארבל און ווייז וואס דו קענסט.
פון דער אנדערער זייט פאדערט זיך איבערזיכט אויף טאלאנט און קונסט און ליטערארישע ווערק מוזן איבערגעקוקט ווערן מיט א קריטישן אויג, בפרט ווען מ'זעט מאגאזינען וואס באגייען קלאסישע טעותים און טוען טפשות'ער וואס איז ממש א ווייטאג, איז עס נישט ריכטיג צו איגנארירן. דערפאר בין איך סקעפטיש, אהער און אהין, יא שרייבן נישט שרייבן. פסח האב איך טאקע כמעט נישט געשריבן מהאי טעמא. כ'זוך נישט סתם אראפצורייסן מאגאזינען און כ'ווייס נישט צי מ'נעמט מיך ערנסט אדער מ'קומט מיך אן ווי איך קוק אן די קריטיקירער אויף אייוועלט.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
- האט שוין געלייקט: 167 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל
קאווע קריטיק האט געשריבן:די גאנצע קריטיק זשאנער איז מיר אביסל נישט ניחא לעצטנס, איך זע אויף אייוועלט ווי דער עולם גיסט צאם קיתון של שופכין מיט טענות און מענות סתם געזויגן פון פינגער, וואס רובא דמינכרא זענען סתם צר עין און זוכן יענעמס חסרונות און וואס צו קריטיקירן מיט לעכט, און איך וויל נישט אריינפאלן אין דעם לאך און זיין ווי זיי, ווייל אין א געוויסן זין, איז נישט אינטערעסאנט צו קריטיקירן. פינטל.
אז דו האלטסט דו קענסט בעסער, אדרבה, שארץ דיך ארויף די ארבל און ווייז וואס דו קענסט.
פון דער אנדערער זייט פאדערט זיך איבערזיכט אויף טאלאנט און קונסט און ליטערארישע ווערק מוזן איבערגעקוקט ווערן מיט א קריטישן אויג, בפרט ווען מ'זעט מאגאזינען וואס באגייען קלאסישע טעותים און טוען טפשות'ער וואס איז ממש א ווייטאג, איז עס נישט ריכטיג צו איגנארירן. דערפאר בין איך סקעפטיש, אהער און אהין, יא שרייבן נישט שרייבן. פסח האב איך טאקע כמעט נישט געשריבן מהאי טעמא. כ'זוך נישט סתם אראפצורייסן מאגאזינען און כ'ווייס נישט צי מ'נעמט מיך ערנסט אדער מ'קומט מיך אן ווי איך קוק אן די קריטיקירער אויף אייוועלט.
איך רעספעקטיר אייער ספיקות, נישט אפשר וויי צו טון אנדערע. מען קען נישט שרייבן אן קיין קריטיק? איר קענט שרייבן וואס איר האט הנאה געהאט, און מכלל הן אתה שומע לאו...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
האמת אגיד, די אינטערוויו אין מאמענט מיט הרב ח"צ טייטלבוים, בן הגה"צ דער וויליאמסבורגער רב וועגן זיין קהילת ראצפערט אין בארא פארק, איז זייער שיין און קלאר באשריבן.
אבער עפעס עפעס אין דעם ארטיקל מאכט מיר קלערן אז דאס איז באצאלט. עס איז מיר שווער צו אנצייגן פונקטליך. אולי די בריוו פון זיינע קינדער. אפשר די בילדער פון אלע עסקני הקהילה.
איז דא נאך איינער מיט ענליכע געפילן?