וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
זיו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 3:06 am
האט שוין געלייקט: 575 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ

שליחה דורך זיו »

ביי די הגדה זאגט מען "וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ". דער אויבערשטער האט געזען די פיין וואס די מצרים מאכן פאר די אידן מיט'ן זיי נישט לאזן וואוינען געהעריג מיט זייערע ווייבער.

יאפ, וואוינען מיט א פרוי, איז א מענטשליכע געברויך אזוי ווי עסן און טרינקען. טאמער א מענטש האט דאס נישט ווערט זיין נפש צערידערט. דאס קען שאפן מורא'דיגע עגמת נפש פאר א מענטש, עס קען אים מאכן שפירן ווי ער איז אין א שטייג.

זאגענדיג די ווערטער פסח אויף דער נאכט, אנגעטון אין דעם ווייסן קיטל, האט עס מיר געגעבן א ציפ ביים הארץ. סיי מיין אייגן פיין פון פרישות דרך ארץ, און סיי וואס איך האב געהערט פון אנדערע.

קודם די בחור'שע יארן. ביי אונז אלע ווערט געבוירן א געברויך פאר 'דרך ארץ', ערגעץ צווישן די ניין יאר אלט און אכצן. ביי איינעם פריער, און ביי א צווייטן שפעטער. ווי אזוי עס זאל נאר נישט זיין, ווען עס קומט אן, האבן מיר נישט קיין פלאץ און וועג ווי אזוי צופרידן צו שטעלן דעם געברויך. עפעס א פייער ברענט אין קישקע, אבער רעדן דערפון? נא! עס פילט נישט ריכטיג. מען וועט מיך נאך באשייגעצן דערפאר. אזוי דרייט זיך דער בחור ארום, צו וועם צו רעדן האט ער נישט. פארקערט גאר, מען האלט אים אין איין אריינהאקן אין קאפ אריין, אז מען טאר נישט אנרירן דעם אות ברית קודש. מען טאר נישט טראכטן פון תאוות, עס איז גאר הארב. זיך אויסרייבןנאיז פון די ערגסטע עבירות, וואס אפילו תשובה העלפט נישט.

סך הכל, דער בחור איז געהעריג אין גלות מצרים. זיין גוף דארף דרך ארץ און מען לאזט אים ניטאמאל רעדן דערפון. ער מוז האלטן דאס גאנצע פיין, ווייטאג, און צומישעניש ביי זיך אין בויך, ביז ער האט חתונה בשעה טובה ומוצלחת.

ביי אסאך בחורים ענדיגט זיך דא די מעשה. זיין דרך ארץ מיטן אשת חיל ווערט צופרידן געשטעלט אויפ'ן בעסטן פארנעם. פאר אנדערע אבער, הייבט זיך דא אן א גאנצע ניי טוץ פון פראבלעמען.

דער יצר פאר'ן נייעם יונגערמאן פלאקערט אויף אלע באקן. ער ברויך אפצאלן פאר די בחור'שע יארן. אבער דאס נייע ווייבל שפילט נישט מיט. צו ווייל דער יונגערמאן ווייסט נישט ווי אזוי צו בעטן, צו, ער קען יא, נאר זי האלט פשוט נישט דערביי. דאס קען אויסקלאפן אויף ווי אפט צו וואוינען צוזאמען, ביז אלע מיני משוגעת'ן וואס מענטשן האבן צו בארייכערן און מאכן דאס וואױנען צוזאמען מער אינטערעסאנט און געשמאק. עס איז גארנישט אנדעש ווי ספייסעס צום עסן. מען קען לעבן אן דעם, אבער דאס עסן איז פיל מער געשמאק מיט ספייסעס, עס בארייכערט דאס לעבן.

ביי אנדערע איז דאס פראבלעמען פונקט קאפויער. דער ווייב ציט אים בכלל נישט. ער וויל אזוי האבן דרך ארץ מיר איר, אזוי ווי מיט א מויז אדער ראט. דער תאוה ברענט, אבער דעם אשת חיל גלייכט ער נישט. עס איז ווי האבן א דייעט פון די פאלגנדע מאכלים: פארשטוקענע פיש, פארדארבענע פלייש, און זויערע מילך. איינער אויף אזא דייעט וויל נישט עסן, ביז דער מאגן נאגט און דער מענטש האלט מער נישט אויס, איז ענדליך עסט ער. אבער דאס עסן איז פיינפול, און דער מענטש עקלט זיך. ער עסט נישט גענוג, ממילא בלייבט ער הונגעריג. און די עסן וואס ער האט שוין יא געגעסן, לאזט אים איבער מיט א שווערע פאראיבל.

סך הכל מיינע טייערע חברים דא אין שטיבל, איז מיין שאלה אזוי. איז די גזירת מצרים פון פרישות דרך ארץ אויך אויף אונז נגזר געווארן? מוזן מיר דאס אננעמען באהבה, און ח"ו נישט האבן קיין טענות אויפ'ן בורא? זאגט אויף דעם דער בורא, "גזירה הוא מלפני, ואין אתה רשאי להרהר אחריה"? אדער, ניין, עס איז דא עצות ווי אזוי ארויסצוגיין פון די גלות מצרים.

איך זאג אזוי, דער גרעסטער חלק פון דעם פראבלעם איז, אז מען רעדט נישט דערפון. עס איז אזא מין באגי מאנסטער, פון וואס מען שעמט זיך און מען האט מורא צו רעדן. אונז ווילן נישט אז דער פראבלעם זאל זיין, אבער אז מען רעדט נישט דערפון, שפירט זיך עס, און אונז רעד מיר זיך פיין איין, אז אלעס איז פיין און וואויל, ממש א מחיה! בעסער קען גארנישט זיין. אזוי ווי דער בת היענה וואס באגראבט איר קאפ אין זאמד אריין.

דער אמת איז אבער נישט אזוי, נאר דער ערשטער טריט און ריכטונג פון א לייזונג, איז צו רעדן פונעם פראבלעם, אים אנטקעגן צו קומען פנים אל פנים.

ממילא וועל איך ענדיגן מיט די פאלגענדע ברכה, "כל המרבה לספר ביציאת מצרים, הרי זה משובח". רבותי, קומט'ס אריין קלאר, סיי דער פראבלעם, און סיי ווי אזוי ארויסצוקריכן פון איר. אסאך אויגן לעכצן דערפאר. געגאנגען!!!
קוויטעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך קוויטעל »

וועגן דעם קען מען נישט אינגאנצן זאגן, אז יואלי ראטה איז ראנג, ווייל באמת זאגט שוין די גמרא אז ביי פערצן איז עס א פיינע שטעך פאר'ן שטן.

אלא מאי די מציאות איז נישט אייביג איינשטימיג מיט דעם. און ס'אלץ דא וועגן ארויס פון א דילעמע, סיי א גט, סיי סאציאלע הילף - היינט נאך מער ווי אמאל.

אבער טענות אויפ'ן בורא? פארוואס? ער לאזט דיך נישט העלפן זיך? מאך דיינע מוסקלען און פראביר וואס איז גוט פאר דיר.

פראקן פראקט מען נאר אזא איינער וואס איז עהם גוט מיט'ן ווייב און דאך שפריצט ער אין פרעמדע ערטער. אבער א בחור צו נצרך ווערט נישט אזוי נענש, ווייל גאט איז נישט קיין גזלן
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

פארציילט מיר איינער אז ווען ער איז געווען א בחור'ל און ער האט זיך געגאנגען אויסרעדן זיינע פראבלעמען פאר זיין משגיח א איש מורם מעם א פלאם פייער וואס קען אפילו די קליינע אותיות, און האט געפילט אז ער קען איהם געטרויען, האט איהם דער משגיח אנגעזאגט: "אז ווען דו קומסט צו צו א 'מכשול' זאלסטו עס מיר גלייך ריפארטען...
דער איד זאגט מיר אז ער האט געוואלט אויסשרייען אינמיטען היכל הישיבה אויף דעם משגיח חזיר מנוול..

די גאנצע זאך וואס מען דערשרעקט די עולם דערפון אז נאר צו טרעפן א וועג צו קענען רייטען אויפ'ן בחור און אויף זיינע געפילן ער זאל דארפן צוקומען צו דעם משגיח און מיט דעם קענען טוהן מיט איהם וואס ער וויל, און באלעבאטעווען אויף איהם
ווייל סוכ"ס כמעט יעדער בחור פאלט דאך דורך אין דעם נושא.
והיינו טעמא פון די אלדטיימער חתן מדריכים צו קענען רייטען אויף דעם אינגערמאן והמב"י.

איך ווייס פון עטליכע וואס זייער גאנצע לעבן איז געווארן רואינירט צוליב די אלע הפחדות

יא! מען מעג זאגן פאר א בחור נישט צו לייגען די הענט דארט, אבער פון אפשרעקן א בחור פון א זאך וואס איז נאטורליך מאן דכר שמיה
מען קען איהם מסביר זיין מתוך אהבה בערך וואס דאס איז און אז דאס א סימן אז מען ווערט עלטער וכו' און אז מען דארף זיין אפגעהיטען

דער הייליגער חת"ס אלס בחור פלעגט ארויסנעמען בלוט פון זיך יעדע צוויי וואכען כדי זיין גוף זאל זיין שוואך פון כוחות לבוא לידי מכשול, איך מיין אז אונז פשוטע אידן האלטן נאך נישט דארט

http://judaism.walla.co.il/item/2809897
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

בנוגע דעם עצם "שרעקליכן" איסור פון הוצאת ז"ל.

ס'איז זייער אינטערסאנט... ווען ס'קומט צו עריות איז די תורה בכלל נישט שפאר'וועדיג, נאר די איסורים ווערן איבער דערמאנט איינמאל און נאכאמאל, סיי אין תורה און סיי אין נביאים, און ווי מאדנע ס'הערט זיך האט די תורה פשוט "פארגעסן" פון די שרעקליכע איסור פון הוצאת ז"ל... א טאט וואס ווערט געטוהן פיל עפטער ווי אשת רעך אדער כנף אביך.

די אינטערסאנסטע חלק איז, אז די צוויי מאל וואס די תורה דערמאנט יא ז"ל זעהט זיך עפעס בכלל נישט אויס אז די תורה האט א פראבלעם מיט די עצם פעולה.. (אין בראשית ביי ער ואונן האט ער א פראבלעם ווייל ער וויל נישט גיבן קינדער לזכר זיין ברודער, און אין ויקרא טו איז עס פשוט א חלק פון הלכות טומאה וטהרה)

במילא, לענ"ד איז זייער נישט ריכטיג פון די ישיבות וכו אזוי צו ארונטערצורייסן די פעולה, בפרט ווען די פעולה -ווען מען טוט דאס פריוואט- קען ראטעווען פון פיל ערגערע מעשים.
איי וואס טוט מען מיט די שארפע גמרא?.. מ'עט זיך באגיין דערמיט גענוי ווי די "כל הדר בחו"ל כאילו עובד ע"ז" מימרא, אדער ווי די "כל המלמד את בתו מלמדה תיפלות", אדער "מי שאינו מלמד אומנות מלמדו ליסטות" וכו וכו
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

[tag]זיו[/tag] ברענגט גוט ארויס דער פראבלעם אבער איך מוז חולק זיין אויף זיין טאון.

אנטשולדיגט מיר, א ווייב איז נישט א מאשינקע להחליש כוח התאווה און איר ראלע איז נישט פאר א בית קיבול פאר מענערישע געברויכן און נישט צו פארווינציגן "מכשולות" פון הז"ל. זי איז דארט פאר אן עזר כנגדו און א חלק פון די אלע שותפות'ן פון דעם פארהייראטן לעבן, וואס איינס פון זיי איז אויך אן אינטימער חלק. אין דעם זעטיגט זי און אויך שטילט א מענטשליכער געברויך ווי אויך זי געניסט פאר אירע געברויכן. ס'איז דא ביי וועם וואס ס'איז נישט גענוג אדער אז זיי זענען גאר שלעכט געפארט וואס ס'ניצט בכלל נישט, נאר בדרך כלל איז אזוי.

איצט צו דיין ענין, די מענערישע געברויכן הייבן זיך אן ארום די פערצן אדער פיפצן יאר אלט ווען רוב זענען נאכנישט גרייט פאר א פולקומער שותפות פון מאן און פרוי און ווער רעדט נאך פון אויפציען קינדער. חז"ל זאגן אויך בן שמונה עשרה לחופה. דאס ביסטו אבער גערעכט איבער וויפיל אונז מאכן קאליע. ווען מען זאל גארנישט רעדן דערפון וואלט געווען א האלבע צרה, און יעדער וואלט געטון וואס ער האט צו טון לויט זיין מזג. מאכט מען אבער קאליע מיט "גילט" און פחד פון שז"ל, און סטראשונגען און אפט מיט מכות. אז דאס איז אלץ בחור, האבן מיר א שידוך סיסטעם געבויט אויף יחוס און מדות און געלט און נישט אויף פערזענלעכער אטראקציע און מיטשטימונג פון כאראקטארן. ממילא בלייבט מען קרח מכאן ומכאן. אלץ בחור האט מען נישט מיט וועם, און אלץ יונגערמאן איז אפט מיט דער נישט ריכטיגער.

איז ווי קומט דער קאץ איבער דער וואסער ומה יעשה הבן שלא יחטא?

קיין גאנצער לעזונג אין א רעליגעזער קאנטעקסט איז לכאורה נישטא. פונקט ווי דער וואס האט א תאווה צו מאכלות אסורות מוז זיך ספראווען מיט דעם כל ימי חייו איז ביי דעם אויך. טאקע ס'איז אנדערע סארט תאוות אבער אט סאם פוינט איז עד כאן און ווייטער נישט. מיר קענען דעבאטירן וואס איז על פי תורה, חז"ל אדער געזעלשאפטלעך אבער פרי פאר אלל וועט קיינמאל נישט זיין. פארשטייט זיך אז ס'איז דא ביי אונז אסאך צו פאררעכטן און רעדן דערפון און אנערקענען די חרבונות ס'מאכט אן וואלט געווען גאר א גוטע התחלה, נאר געוויסע באגרעניצונגען וועלן שטענדיג זיין און פארפאלן, אזוי איז.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

צפור בודד האט געשריבן:[tag]זיו[/tag]

קיין גאנצער לעזונג אין א רעליגעזער קאנטעקסט איז לכאורה נישטא. פונקט ווי דער וואס האט א תאווה צו מאכלות אסורות מוז זיך ספראווען מיט דעם כל ימי חייו איז ביי דעם אויך. טאקע ס'איז אנדערע סארט תאוות אבער אט סאם פוינט איז עד כאן און ווייטער נישט. מיר קענען דעבאטירן וואס איז על פי תורה, חז"ל אדער געזעלשאפטלעך אבער פרי פאר אלל וועט קיינמאל נישט זיין. פארשטייט זיך אז ס'איז דא ביי אונז אסאך צו פאררעכטן און רעדן דערפון און אנערקענען די חרבונות ס'מאכט אן וואלט געווען גאר א גוטע התחלה, נאר געוויסע באגרעניצונגען וועלן שטענדיג זיין און פארפאלן, אזוי איז.


ס'איז זייער נישט ארענטליך צו זאגען אז ס'איז נישטא קיין רעגליעזע לייזונג.

די תורה וועג איז קלאר, אפאר ווייבער פון יוגענט אן. לייג נאך צו א פלגש אדער צוויי.

ס'איז נישטא קיין היימישע לייזונג. שוין.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

יאסל ראקאווער האט געשריבן:ס'איז זייער נישט ארענטליך צו זאגען אז ס'איז נישטא קיין רעגליעזע לייזונג.

די תורה וועג איז קלאר, אפאר ווייבער פון יוגענט אן. לייג נאך צו א פלגש אדער צוויי.

ס'איז נישטא קיין היימישע לייזונג. שוין.

אויב אין 2021 האלטסטו אז א פלגש וכדומה זענען "לעזונגען" איז אונזער מרחק צו ווייט צו קענען דעבאטירן. און אויב האלטסטו אז א פלגש איז בעסער ווי מאסטובירונג שטייען מיר נאך ווייטער.

און טאמער וועסטו מיר זאגן אז מאדערנע ווערדן זענען נישט מחייב, קענסטו צולייגן נעמען צוויי ווייבער, ווייל חדר"ג איז אויך א מאדערנע השפעה לויט יענע צייטן.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

צפור בודד האט געשריבן:אנטשולדיגט מיר, א ווייב איז נישט א מאשינקע להחליש כוח התאווה און איר ראלע איז נישט פאר א בית קיבול פאר מענערישע געברויכן און נישט צו פארווינציגן "מכשולות" פון הז"ל. זי איז דארט פאר אן עזר כנגדו און א חלק פון די אלע שותפות'ן פון דעם פארהייראטן לעבן, וואס איינס פון זיי איז אויך אן אינטימער חלק. אין דעם זעטיגט זי און אויך שטילט א מענטשליכער געברויך ווי אויך זי געניסט פאר אירע געברויכן. ס'איז דא ביי וועם וואס ס'איז נישט גענוג אדער אז זיי זענען גאר שלעכט געפארט וואס ס'ניצט בכלל נישט, נאר בדרך כלל איז אזוי.

דיינו שמצילות אותנו מן החטא ומגדלות בננו לתלמוד תורה איז געזאגט געווארן אויף די מינימאל וואס א פרוי שטעלט צו פארן מאן.

אויב א פרוי האט רעכט צו זיין א בא בטענה ווען איר מאן פאשעט אין פרעמדע פעלדער דאן זאל זי פארשטיין אז ער האט אויך א רעכט פאר זיינע געברויכן. טאמער איז זי פון נאטור אויס נישט אינטערעסירט אינעם עניין קען זי גיין צו א ספעציעליסט זיך העלפן.
א פרוי איז אודאי נישט קיין אביעקט פארן מאנ'ס געברויכן, אבער פונקט אזוי איז א מאן נישט קיין געלט מאשין אדער מתנות געבער.
דער חלק פונעם פארהייראטן לעבן איז וואס האלט דעם פארפאלק צוזאמען און ס'איז די אחריות פון ביידע זיך צוצושטעלן אז ס'זאל זיין אויף אן אופן וואס ביידע זייטן ווערן געדעקט וכל ערום יעשה בדעת ואין דורשין בעריות.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

צפור בודד האט געשריבן:
יאסל ראקאווער האט געשריבן:ס'איז זייער נישט ארענטליך צו זאגען אז ס'איז נישטא קיין רעגליעזע לייזונג.

די תורה וועג איז קלאר, אפאר ווייבער פון יוגענט אן. לייג נאך צו א פלגש אדער צוויי.

ס'איז נישטא קיין היימישע לייזונג. שוין.

אויב אין 2021 האלטסטו אז א פלגש וכדומה זענען "לעזונגען" איז אונזער מרחק צו ווייט צו קענען דעבאטירן. און אויב האלטסטו אז א פלגש איז בעסער ווי מאסטובירונג שטייען מיר נאך ווייטער.

און טאמער וועסטו מיר זאגן אז מאדערנע ווערדן זענען נישט מחייב, קענסטו צולייגן נעמען צוויי ווייבער, ווייל חדר"ג איז אויך א מאדערנע השפעה לויט יענע צייטן.


בקיצור, ס'איז א נייע פראבלעם. א היינטיגע אידישע פראבלעם. נישט א רעגליעזע פראבלעם. די תורה האט נישט גענומען אינבטראכט אונזערע ווערדען. דערמאנט די דייעלאג. זעע בילד.
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_20210401-123458_WhatsApp.jpg
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

על פי קבלה איז דאך זייער הארב די גאנצע עניין פון הוז’’ל, דו קענסט האבן אלע גוטע תירוצים, אז דיין ווייב שטעלט דיך נישט צו, אז דו ביזט א בחור, וכדומה,
אבער דו מאכסט דאך חרוב עולמות, אז די וועלטן ווערן חרוב ווערט דאך עס חרוב, אז די ביזט א רוצח אויף יעדע טיפה, האסטעך געהרגעט, וואס האסטו פון תירוצים אז די ביזט נישט שולדיג?
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

צפור בודד האט געשריבן:
יאסל ראקאווער האט געשריבן:ס'איז זייער נישט ארענטליך צו זאגען אז ס'איז נישטא קיין רעגליעזע לייזונג.

די תורה וועג איז קלאר, אפאר ווייבער פון יוגענט אן. לייג נאך צו א פלגש אדער צוויי.

ס'איז נישטא קיין היימישע לייזונג. שוין.

אויב אין 2021 האלטסטו אז א פלגש וכדומה זענען "לעזונגען" איז אונזער מרחק צו ווייט צו קענען דעבאטירן. און אויב האלטסטו אז א פלגש איז בעסער ווי מאסטובירונג שטייען מיר נאך ווייטער.

און טאמער וועסטו מיר זאגן אז מאדערנע ווערדן זענען נישט מחייב, קענסטו צולייגן נעמען צוויי ווייבער, ווייל חדר"ג איז אויך א מאדערנע השפעה לויט יענע צייטן.


טענו ב.. והודו ב...
דאס וואס דו ברענגסט ארויס האט מיט "רעליגיע" גארנישט. אונזער פראבלעם איז צוזאמגעשטעלט פון "היינטיגע ווירדן" (פרויען רעכטן, יארגענג וכו), "אמאליגע אבערגלויבענישן" (ז"ל), און די וועג וויאזוי געוויסע שטעלן צאם בחורים און מיידלעך..

נעם אוועק איינס פון די פראבלעמען און דו האסט א האלבע לייזונג..
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס'הערשט א גרויסע צומישעניש דא צווישן תורה און היינטיגע אידישקייט. היינטיגע אידישקייט איז נישט באזירט אויף די תורה (אויסער די קראים אפשר, וצעג"מ). איז אזוי, לויט די תורה פאנגט זיך די גאנצע פראבלעם נישט אן, הוז"ל איז מותר (לפרקים זיכער [רבי אליעזר, תוספות]), מעשי יהודה ותמר איז מותר, רב נחמן'ס מאן הויא ליומא (aka one night stands) איז מותר, פילגשים (aka girlfriends) איז מותר, דעיטינג איז מותר, בנות ישראל יוצאות וחולות בכרמים איז מותר, מערערע ווייבער איז מותר ווייל חדר"ג איז שוין אויסגעלאפן (רמ"א? די זכרון דינט מיר שוין נישט אזוי), וקשיא מעיקרא ליתא. אידישקייט ווידער ווענדט זיך אין די רבנים, זיי קענען דרש'נען און דרייען מיט די תורה לויט זייער פארשטאנד און זענען נישט געבינדן צו די תורה, דארף מען זיי פרעגן, און אז דו ביזט אומצופרידן מיט דיין רב'ס מיינונג קען איך דיר פארשאפן נאמבערס פון אנדערע רבנים.

[tag]ליב צו וויסן[/tag]'ס אבזערוואציע איז זייער אינטערעסאנט, אין אנדערע ווערטער, א געזונטע קולטור עוואלווט אויף אן אופן וואס ס'זאמלען זיך נישט קיין באגס אין די סיסטעם. אין ביבלישע צייטן פלעגט מען טאקע אפשר חתונה האבן פאר'ן עידש אוו קאנסענט האט מען אבער אלץ געקענט שפעטער נעמען א פילגש אדער נאך א ווייב, אן ענליכע דוגמא איז יעקב אבינו וואס מ'האט איהם אריינגענארט מיט לאה האט ער געקענט צונעמען רחל פאר א צווייטע ווייב, היינטיגע צייטן וואלט ער זיך געקענט גיין הענגען (אדער הענגען לאה). ביי די אייראפעיאישע עליטע אינעם רענעסאנס וואו שידוכים זענען געווען זייער שטרענג כעין די רעבישע שידוכים ביי אונז האט אויך די פרוי געקענט ארומשלאפן איינמאל זי האט שוין פראדוצירט א יורש פאר איר מאן. היינטיגע צייטן איז איז טאקע טשיטינג פון די הארבסטע עבירות אבער קיינער צווינגט דיר נישט ווען און מיט וועם צו חתונה האבן. בקיצור, ס'איז אלץ דא עצות. עפעס ביי די ארטאדאקסישע אידן איז דא עפעס א באג אינעם סיסטעם וואס האלט אין איין פראדוצירן נאך און נאך באגס אן קיין אויפהער, און ביז מ'באקראצט זיך שוין יא צו פאררעכטן א געוויסע באג האט עס שוין באשאפן נאך צעהן באגס ואין לדבר סוף.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך נאך א מיינונג »

עס הערשט דא א ריזיגע צומישעניש אין די באדייט פון די ווארט 'תורה'.

תורה האט אין זיך תורה שבכתב און תורה שבעל פה. געוויסע זאכן זענען נאר ברמיזה אין תורה שבכתב, און באריכות אין תורה שבעל פה. הוצאת זרע לבטלה איז איינער פון זיי. די גמרא דרשנט עס פון די פסוק 'לא תנאף' און דאס גייט אריין אין די תורה שבעל פה אונזערע.

אנדערע משלים זענען סתם אזוי נישט צום זאך. מאן הויא ליומא רעדט בחופה וקידושין, נישט סתם פאר איין נאכט (עי' תוס'). פילגשים איז מותר עפ"י תורה, אבל תקנת רבינו גרשום מסתמא אסערט. דעיטינג איז מותר, וכן נוהגים רבים וכן שלמים. אבער רירן רירט מען נישט אן, כמבואר בתורה. חרם דרבינו גרשם איז אויסגעלאפן, לויט איין שיטה אין רמ"א, אבער קבלו עליהם אויף ווייטער.

מערערע מאל האט מען פראבירט אפצוווישן די איסור הוצאת זרע, דא אין שטיבל און אנדערע פלעצער, ולא עלתה בידם. די הלכה איז שטארק באזירט, פאר דער וואס לערנט.

אחוץ די איסור, זענען פארהאנן מערערע בענעפיטן פון זיך האלטן ריין לויט ווי א מענטש קען. טאמער איינער האט געטון וואס ער דארף זיך צו היטן דערפון, עי' ברמב"ם סוף הל' ביאות אסורות, און ער איז נאכאלס נכשל געווארן, וועט זיין עונש אויך זיין לייכטער. און דאס איינרעדן די מענטשהייט אז תשובה העלפט נישט פאר דעם, איז א פארברעך און קעגן די תוה"ק.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

[tag]נאך א מיינונג[/tag]: קוק אין שאילת יעבץ חלק ב' סימן ט"ו און רוב פון דיינע קשיות וועלן פארענטפערט ווערן, אפשר ווען איך וועל האבן צייט וועל איך אויפזוכן די שיטת התוספות און שיטת רבי אליעזר וואס זענען מתיר הוז"ל לפרקים, די איבעריגע הערות (תוספות וואס פארדרייט פשט אין גמרא, מאדנע שיטות פון "קיבלו עליהם" וכו') זענען שוין נכלל אינעם ענין פון 'היינטיגע אידישקייט' אז רבנים קענען דרייען מיט די תורה הקדושה לויט זייער אייגענעם פארשטאנד.

נאכאמאל, איך זוך נישט מתיר צו זיין גארנישט, און איך האב אינגאנצן נישט געמיינט אריינצוגיין אין א סעמענטיקס שמועס איבער'ן באדייט פונעם ווארט 'תורה', סך הכל האב איך געזאגט אז ממה נפשך זעה איך נישט פארוואס מ'דארף בלייבן סטאק אויף די זאכן. אויב פאלגסטו סטריקטלי וואס שטייט אין די תורה פאנגט זיך די גאנצע פראבלעם נישט אן, ווידער אויב האלטסטו אז מ'קען דרש'נען און צולייגן זאכן וואס שטייען נישט קען איך דיר פארשאפן א שורה פון רבנים וואס דרייען און דרש'נען אנדערש. און אויב ווילסטו דווקא בלייבן שטעקן מיט א ספעציפישע וואריאציע פון אידישקייט וואס ארבעט נישט פאר דיר איז עס דיין פערזענליכע פראבלעם, נישט די רבנים וואס פראפאגאנדירן עס. that's all.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
קוויטעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך קוויטעל »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:[tag]נאך א מיינונג[/tag]: קוק אין שאילת יעבץ חלק ב׳ סימן ט״ו און רוב פון דיינע קשיות וועלן פארענטפערט ווערן, אפשר ווען איך וועל האבן צייט וועל איך אויפזוכן די שיטת התוספות און שיטת רבי אליעזר וואס זענען מתיר הוז״ל לפרקים, די איבעריגע הערות (תוספות וואס פארדרייט פשט אין גמרא, מאדנע שיטות פון ״קיבלו עליהם״ וכו׳) זענען שוין נכלל אינעם ענין פון ׳אידישקייט׳ אז רבנים קענען דרייען מיט די תורה הקדושה לויט זייער אייגענעם פארשטאנד.

נאכגעקוקט, און נישט פארשטאנען וואס דאס האט אהער. ביטע ציטירן בקיצור וואס איר פראבירט ארויסצוהייבן. ווייל כ'בין היבש נייגעריג...
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך נאך א מיינונג »

עס פעלט דא אין הבנת הנקרא.

דער שאילת יעב"ץ קען איך גוט, אבער טאמער דו ביסט טאקע אזא אויבערחכם, מעגסטו וויסן ווי לעכערליך זיין טענה איז.

תוספות פארדרייט גארנישט, ער האט א קשיא וואס איז מכריח זיין פשט. דו נעמסט איין גמרא, מאכסט זיך נישט וויסענדיג פון אן אנדערן, און דעריבער פארשטייסט דו נישט די תוספות

די תורה איז תורה שבעל פה און תורה שבכתב. און די תורה אונזערע אסערט קלאר הוצאת זרע לבטלה. וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין דא?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יא, די שאלה איז נאר וויאזוי מ׳דעפינירט ׳תורה שבעל פה׳. אפשר גייט דער יעב״ץ אויך אריין אין תורה שבעל פה? תוספות וואס איז מתיר הוז״ל לפרקים און רבי אליעזר וואס איז מתיר כל עשרים וארבעה חודש איז נישט תורה שבעל פה? וואו שטעלסטו די ליניע? און פארוואס איז דיין ליניע מער מוכרח ווי א צווייטנ׳ס ליניע?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
עוקר הרים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ

שליחה דורך עוקר הרים »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא, די שאלה איז נאר וויאזוי מ׳דעפינירט ׳תורה שבעל פה׳. אפשר גייט דער יעב״ץ אויך אריין אין תורה שבעל פה? תוספות וואס איז מתיר הוז״ל לפרקים און רבי אליעזר וואס איז מתיר כל עשרים וארבעה חודש איז נישט תורה שבעל פה? וואו שטעלסטו די ליניע? און פארוואס איז דיין ליניע מער מוכרח ווי א צווייטנ׳ס ליניע?
ביטע צייג אן פינטליך וועלכע תוספות און וועלכע ר' אליעזר די רעדסט וועגען, ויראה הקהל וישפוט...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

עוקר הרים: האסט געבעהטן אזוי שיין, און איך ווייס אז ווען דו פרעגסט איז עס ווייל דו ווילסט טאקע פארשטיין און דו זוכסט נישט סתם צו פארדרייען א קאפ, האב איך געמוזט נעמען די מיה און אויפזוכן. תוספות בויט זיך טאקע טיילווייז אויף רבי אליעזר, ווייס איך נישט צו מ׳קען עס מחלק זיין צו צוויי שיטות, וז״ל: ״עוד אמר ר"י דלא חשוב כמעשה ער ואונן אלא כשמתכוין להשחית זרע ורגיל לעשות כן תמיד אבל באקראי בעלמא ומתאוה לבא על אשתו שלא כדרכה שרי כדאמרי' בנדרים (דף כ:) כל מה שאדם רוצה לעשות באשתו יעשה.״ (יבמות לד: פארקערט ווי דער רמב״ם וואס ציטירט אויך די גמרא אין נדרים און לייגט אבער צו ״ובלבד שלא יוז״ל״).

די שיטה פון כל עשרים וארבעה חודש דש מבפנים וזורה מבחוץ ברענגט די גמרא דארט אין נאמען פון רבי אליעזר, אין תוספתא נידה פרק ב הלכה ד שטייט עס אין נאמען פון רבי מאיר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
עובדיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 12:52 am
האט שוין געלייקט: 157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך עובדיה »

תוספות איז נאר מתיר דרך ביאה, די דרישה אה"ע ס' כה איז מוסיף אפ' דרך איברים, אבער סתם הוז"ל איז קיינער נישט מתיר.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

וואס זאל זיין די חילוק? די שדים וואס כאפן צו די זרע צו וואס האבן נישט ליעב זרע וואס קומט ארויס דורך אזא מין אופן? די פוינט איז אז מ'קען טרעפן היתרים, און אז ס'דיר זייער וויכטיג קען איך דיר טרעפן א רב וואס איז מתיר. כ'מיין, אז דו ווילסט נישט איז נישט, איך קען קיינעם נישט צווינגען אפילו ווען איך וויל, קום אבער נישט מיט קיין טענות אז מ'קען נישט ווייל ס׳דא א וועג.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
עוקר הרים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך עוקר הרים »

און פארוואס די שדים כאפען עס בכלל צו פארשטייסטו יא?...... אונז פארשטיי מיר בכלל נישט די איסור.. איז אויב ווילסטו מבטל זיין דיין דעת און זיי פאלגן, יוא גאטע דא איט אלל דע וועי... און אויב ווילסטו נאר טוהן וואס דו פארשטייסט, ענדזשוי יארסעלף טא די מעקס......
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום עוקר הרים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

עוקר הרים האט געשריבן:און פארוואס די שדים כאפען עס בכלל צו פארשטייסטו יא?

גראדע יא.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט