רביה''ק זי''ע האט געשריבן:עוקר הרים האט געשריבן:און פארוואס די שדים כאפען עס בכלל צו פארשטייסטו יא?
גראדע יא.
אקעי ביסט מכובד מיט שאלישידות תורה.....
וואס זאל זיין די חילוק, די מלאכי חבלה דרייען זיך ארום פרויען אויך. קען זיין אז דו פארשטייסט בפשטות אז ס׳איז באשתו דווקא, איך פארשטיי אבער אז ס׳איז לאו דווקא, די פוינט איז אז ס'איז באקראי בעלמא און נישט קיין טעגליכע געוואוינהייט.קל וחומר האט געשריבן:רביה"ק, תוס' ציטירט דאך דעם כל מה שאדם רוצה לעשות באשתו, בפשטות באשתו דייקא.
דאס קען מען יוצא זיין מיט׳ן פאלגן א רב וואס איז מתיר.קל וחומר האט געשריבן:ועשית ככל אשר יוריך איז א פסוק אין די תורה כפי ידיעתי.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אה, דער עולם קומט אריין שטארק, דאס האב איך געמיינט. האמיר שוין א בית דין פון דריי תלמידי חכמים און לאמיר צוזאמען אויסרופן הכל יהיו שרויים לכם הכל יהיו מותרים לכם, און האטס אלע א פרייליכע יום טוב.
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:פארציילט מיר איינער אז ווען ער איז געווען א בחור'ל און ער האט זיך געגאנגען אויסרעדן זיינע פראבלעמען פאר זיין משגיח א איש מורם מעם א פלאם פייער וואס קען אפילו די קליינע אותיות, און האט געפילט אז ער קען איהם געטרויען, האט איהם דער משגיח אנגעזאגט: "אז ווען דו קומסט צו צו א 'מכשול' זאלסטו עס מיר גלייך ריפארטען...
דער איד זאגט מיר אז ער האט געוואלט אויסשרייען אינמיטען היכל הישיבה אויף דעם משגיח חזיר מנוול..
די גאנצע זאך וואס מען דערשרעקט די עולם דערפון אז נאר צו טרעפן א וועג צו קענען רייטען אויפ'ן בחור און אויף זיינע געפילן ער זאל דארפן צוקומען צו דעם משגיח און מיט דעם קענען טוהן מיט איהם וואס ער וויל, און באלעבאטעווען אויף איהם
ווייל סוכ"ס כמעט יעדער בחור פאלט דאך דורך אין דעם נושא.
והיינו טעמא פון די אלדטיימער חתן מדריכים צו קענען רייטען אויף דעם אינגערמאן והמב"י.
איך ווייס פון עטליכע וואס זייער גאנצע לעבן איז געווארן רואינירט צוליב די אלע הפחדות
יא! מען מעג זאגן פאר א בחור נישט צו לייגען די הענט דארט, אבער פון אפשרעקן א בחור פון א זאך וואס איז נאטורליך מאן דכר שמיה
מען קען איהם מסביר זיין מתוך אהבה בערך וואס דאס איז און אז דאס א סימן אז מען ווערט עלטער וכו' און אז מען דארף זיין אפגעהיטען
דער הייליגער חת"ס אלס בחור פלעגט ארויסנעמען בלוט פון זיך יעדע צוויי וואכען כדי זיין גוף זאל זיין שוואך פון כוחות לבוא לידי מכשול, איך מיין אז אונז פשוטע אידן האלטן נאך נישט דארט
http://judaism.walla.co.il/item/2809897
שמעון וואלף האט געשריבן:יא כמעט יעדער פאלט דורך (חוץ די משפחה וואס איז שוין 10 דורות נוטר ברית) אבער דאס טאר בשום אופן נישט ווערן קיין היתר. מ'דארף זיך שטענדיג מחזק זיין אין די ענין, יעדער לויט ווי ס'ארבעט ביי אים.
שמעון וואלף האט געשריבן:ווען מ'רעדט פון ירידת הדורות דארף מען נישט זיין קיין מאמין. ס'גענוג צו בלויז קוקן תגובות אין די אשכול און פארגלייכן צו אשכולות פון עטליכע יאר צוריק.
די ענין פון ז"ל איז שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט געווארן דא אבער מ'איז נישט צוגעגאנגן דערצו מיט אזא קלות.
גרעפיקסער האט געשריבן:איך וויל נאר אויך באמערקן א געוואלדיגע פאזעטיוועטי, אז אפילו אין אזא שפל המצב דערקענט זיך דעם ניצוץ הקדושה, דעם פינק וואס טוליעט אין א אידיש הארץ... דהיינו, אז כאטש מ׳איז געפאלן למקום שהוא שם, שפירט מען כסדר א גילטי פילינג, דעריבער קען מען נישט פלעין איגנארירן דעם גאנצן ענין און גיין ווייטער נאר מ׳פראבירט מצדיק צו זיין דעם ענין בכל מיני טענות ומענות שונות ומשונות...
דעריבער, צו די וואס שפירן דעם נושא פאר וויכטיג, אפילו די נגיעות פארדרייען דעם מוח אויסצוטרעפן התירים הפורחות באוויר: איר האט נאך ערנסט האפענונג! ואין שום יאוש בעולם כלל!!