יהא זכרו ברוך
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
שבת אחים האט געשריבן:הרה״ח ר׳ יעקב דוד ניימאן ז״ל אייגענטומער פון ניימאן׳ס פיש אין מאנסי.
די נפטר ר׳ יעקב דוד איז א זוהן פון די באוואוסטע פייערדיגע וויזניצער חסיד ר׳ שלמה ניימאן.
ווען די אמרי חיים מיטן טשימפער רב האבן געפלאנט ארויף צוברענגען די ארון פון די אהבת ישראל פון רומעניע וואס איז דאן געוועהן אינטער א קאמוניסטישע רעזשים. האט די אמרי חיים נאר געטראסט אז ר׳ שלמה ניימאן זאל אראפפארן און ברענגן דעם ארון.
וכך הוה.
ר׳ שלמה איז געוועהן די זוהן פון די באוואוסטע וויזניצער חסיד ר׳ ברוך. כ׳האב אמאל געהערט די מעשה פון הרבני הנגיד הישיש ר׳ פנחס ניימאן (ראה״ק וויזניץ ווילימסבורג)
די פעטער ר׳ ברוך האט אימיגרירט קיין אמעריקע נאך אזוי פרי ווי אין 1905. ער פלעגט אפשפארן געלט יעדע וואך און פאר א יום טוב פלעגט ער שיקן קיין רומעניע פארן אהבת ישראל די געלט אז ער זאל האבן פון וואו צו טיילן פאר די ארימעלייט. איינמאל האט ער געשיקט פארן אהבת ישראל די סומע פון $500 וואס איז דאן געוועהן א אסטראנאמישע סומע. ווער האט געהאט $500 אין רומעניע?
די אהבת ישראל האט אים צוריקגעשיקט א ווארימער בריוו ווי ער באדאנקט זיך זייער פאר אים און ער איז אים מבטיח ״עולם הבא״ גאר!
ר׳ ברוך האט געשריבן אין זיין צוואה אז מ׳זאל אים באגראבן מיט די בריוו. און ער האט עס באהאלטן אין א סעיף.
ווען ער איז נפטר געווארן. האט מען געפענט די סעיף און מהאט נישט געטראפן די בריוו. מ׳האט עס געזוכט פאר אפאר שעה און מ׳האט עס בשום אופן נישט געטראפן. קיינער ווייסט נישט וואו עס איז פארלוירן געווארן עד היום הזה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
מנחם ציון האט געשריבן:סא למעשה האט ער עולם הבא?
דאס ווייס איך דאך נישט. עכ״פ ווילאנג ער האט געלעבט האט ער געגעלייבט אז ער גייט אנקומען סוכ״ס צו א גוטע פלאץ.
דאס איז נישט שלעכט!
איך קען אסאך אידן וואס האבן מורא צו שטארבן ווייל זיי האבן מורא פון די גיהונים.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
הגה״צ הישיש ר׳ מנחם מענדל שנעבאלג זצ״ל. -גאב״ד מאנטשעסטער במשך יובל שנים. ער איז געוועהן 100 יאהר אלט.
בן הגה״צ ר׳ דוד צבי שנעבאלג זצ״ל- דומ״ץ וויזניץ.
פון די גרעסטע תלמידים פון די הייליגער “דמשק אליעזר” פון וויזניץ. ער האט ארויסגעגעבן די ספר “דמשק אליעזר”.
און פון די גרעסטע חסידים פון די הייליגער “אמרי חיים” מ’וויזניץ.
זיינע קינדער
הגה״צ ר׳ משה- וויליאמסבורג- אדמו״ר מטשערנאוויץ
הגה״צ ר׳ חיים פייבל- מאנסי- אב”ד חרדים
הגה״צ ר׳ ישראל- ב״פ- אב״ד באלחוב
הגה״צ ר׳ פנחס- לאנדאן- ר״מ בישיבת וויזניץ
הגה״צ ר׳ אייזיק- וויליאמסבורג- אב״ד בעלזא מאכניווקא.
און צוויי איידעמער.
ער האט געשטאמט פון די גזע פון זידיטשוב און פון די באר מים חיים פון טשערנאוויץ.
בן הגה״צ ר׳ דוד צבי שנעבאלג זצ״ל- דומ״ץ וויזניץ.
פון די גרעסטע תלמידים פון די הייליגער “דמשק אליעזר” פון וויזניץ. ער האט ארויסגעגעבן די ספר “דמשק אליעזר”.
און פון די גרעסטע חסידים פון די הייליגער “אמרי חיים” מ’וויזניץ.
זיינע קינדער
הגה״צ ר׳ משה- וויליאמסבורג- אדמו״ר מטשערנאוויץ
הגה״צ ר׳ חיים פייבל- מאנסי- אב”ד חרדים
הגה״צ ר׳ ישראל- ב״פ- אב״ד באלחוב
הגה״צ ר׳ פנחס- לאנדאן- ר״מ בישיבת וויזניץ
הגה״צ ר׳ אייזיק- וויליאמסבורג- אב״ד בעלזא מאכניווקא.
און צוויי איידעמער.
ער האט געשטאמט פון די גזע פון זידיטשוב און פון די באר מים חיים פון טשערנאוויץ.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שבת אחים: ייש"כ. מיין טאטע ע"ה האט מיר פארציילט א מעשה מיט'ן אמרי חיים. אונז האמיר דאמאלס געוואוינט אין צפת. דער הייליגער אמרי חיים פלעגט א יעדעס יאר אום זומער פארן קיין צפת אויף אפרוה. ר'איז דארט געווען א פאר וואכן.
איין טאג איז מיין טאטע און מיין מאמע געשטאנען ביים באס סטאפ און געווארט צו נעמען מיין יונגערן ברודער צום דאקטער ווייל ר'איז שטארק נישט געזונט געווען. (פון נעמען א טעקסי אדער קאר סערוויס האט מען ניטאמאל געחלומ'ט.) דער אמרי חיים איז פונקט דאמאלס דארט אדורכגעגאנגען. האט ער זיך אפגעשטעלט און נאכגעפרעגט אויב מ'גייט מיט דעם קינד צו א דאקטער. און ר'האט אנגעווינטשן א רפואה שלימה. ווען מיין טאטע האטציך געוואונדערט פון וואו די רבי האט געוואוסט האט ער געענטפערט מיט א פשטות. ער זעהט ווי א קאפל שטייען מיט זייער בעיבי און ווארטן פאר'ן באס האט ער פארשטאנען אז מ'פארט צום דאקטער...!
איין טאג איז מיין טאטע און מיין מאמע געשטאנען ביים באס סטאפ און געווארט צו נעמען מיין יונגערן ברודער צום דאקטער ווייל ר'איז שטארק נישט געזונט געווען. (פון נעמען א טעקסי אדער קאר סערוויס האט מען ניטאמאל געחלומ'ט.) דער אמרי חיים איז פונקט דאמאלס דארט אדורכגעגאנגען. האט ער זיך אפגעשטעלט און נאכגעפרעגט אויב מ'גייט מיט דעם קינד צו א דאקטער. און ר'האט אנגעווינטשן א רפואה שלימה. ווען מיין טאטע האטציך געוואונדערט פון וואו די רבי האט געוואוסט האט ער געענטפערט מיט א פשטות. ער זעהט ווי א קאפל שטייען מיט זייער בעיבי און ווארטן פאר'ן באס האט ער פארשטאנען אז מ'פארט צום דאקטער...!
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
הנגיד ר׳ אפרים פישל (פישי) בן ר׳ יעקב דוד ניימאן פון מאנסי. מחסידי וויזניץ. בעה״ב פון upstate produce.
א יונגע מענטש אוועק ליידער אינמיטן די יאהר פון זיין חשובען טאטען. געליטן פון יענע מעשה ל”ע.
קוים א וואך נאך זיין יוגענט פריינד ר׳ אנטשיל בן ר׳ יחזקאל בער לאקס פון הצלה ב”פ, מחסידי וויזניץ. איז אוועק פון יענע מעשה ביי 55 יאהר אלט.
איך קען נישט גלייבן אז פישי לעבט שוין נישט! אזא איידעלע נאבעלע מענטש. אלץ מיט א שמייכל. ווער האט אים געקענט?
זיינע קינדער:
בנו ר' ברוך הי"ו
בנו ר' שלמה הי"ו
בנו ר' ישראל הי"ו
בנו הב' יצחק אייזיק נ"י
חתנו ר' חנני' פערל הי"ו
חתנו ר' יהושע פיש הי"ו
חתנו ר' דוד מרדכי לוריא הי"ו
ועוד
זיינע ברידער:
ר' ישראל ניימאן הי"ו
ר' יצחק ניימאן הי"ו
שוואגער'ס:
יעקב אהרן ווערצבערגער
אהרן נחמן איזרילאוויטש
מרדכי יודא אבערלענדער
יחזקא' פארקאש
חיים מאיר ציג
ישעי' לאקס
יעקב יוסף באב"ד
יצחק גאלאנדויער
אהרן צבי לעבאוויטש
א יונגע מענטש אוועק ליידער אינמיטן די יאהר פון זיין חשובען טאטען. געליטן פון יענע מעשה ל”ע.
קוים א וואך נאך זיין יוגענט פריינד ר׳ אנטשיל בן ר׳ יחזקאל בער לאקס פון הצלה ב”פ, מחסידי וויזניץ. איז אוועק פון יענע מעשה ביי 55 יאהר אלט.
איך קען נישט גלייבן אז פישי לעבט שוין נישט! אזא איידעלע נאבעלע מענטש. אלץ מיט א שמייכל. ווער האט אים געקענט?
זיינע קינדער:
בנו ר' ברוך הי"ו
בנו ר' שלמה הי"ו
בנו ר' ישראל הי"ו
בנו הב' יצחק אייזיק נ"י
חתנו ר' חנני' פערל הי"ו
חתנו ר' יהושע פיש הי"ו
חתנו ר' דוד מרדכי לוריא הי"ו
ועוד
זיינע ברידער:
ר' ישראל ניימאן הי"ו
ר' יצחק ניימאן הי"ו
שוואגער'ס:
יעקב אהרן ווערצבערגער
אהרן נחמן איזרילאוויטש
מרדכי יודא אבערלענדער
יחזקא' פארקאש
חיים מאיר ציג
ישעי' לאקס
יעקב יוסף באב"ד
יצחק גאלאנדויער
אהרן צבי לעבאוויטש
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
תרמב האט געשריבן:שבת אחים דו האלטסט אין איין מעלדן וויזניצע נפטרים, פון די לעצטע פאר בלעטער קען זיך דאכטן אז נאר אין וויזניץ שטארבט מען.
איך מעלדט ניטאמאל קיין דריטל פון די וויזניצער נפטרים. ליידער.
איך מעלדט נפטרים פון מענטשען וואס איך קען. דו קענסט מעלדן נפטרים פון דיין קהילה. נאר אויב דו ביסט אין די זעלבע ביזנעס ווי מיר פון נישט האבן וואס צו טוהן מיט די צייט. שטייצעך
נישט אז וויזניץ שטארבן אסאך מענטשען. נאר פארקערט וויזניץ האט אסאך מענטשען ממילא פון אסאך מענטשען מאכט זיך אז אפאר שטארבן.
וויזניץ (אלע דינאמאנציעס צוזאמען) זאגט וויקיפידע איז היינטיגע צייטן די דריטע גרעסטע חסידות אויף די וועלט נאך סאטמאר און חב”ד. (איך בין נישט זיכער, סאיז לכאורה אמת, אבער עכ”פ אזוי שרייבן זיי)
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
תרמב האט געשריבן:די בעלזא חברה רייסן זיך ביי די קעפ מיט וויזניץ ווער ס’איז גרעסער און לכבוד דעם ווער ס’זאל זיין פריער אויף די ליסטע פון אגודת ישראל, אבער ווען מ’רעדט פון וויזניץ רעכנסטו לכאורה סערעט אויך, און אפשר אפילו תולדות אברהם יצחק און טשערנאוויץ.
וויקיפידיע רעכנט אלע וויזניצער חסידות צוזאמען. אלע טייטלבוים׳ס רביס רעכענען זיי פאר סאטמאר און אלע האגער׳ס פאר וויזניץ. תולדות אברהם יצחק איז נישט קיין האגער. סערט יא.
לויט זייער חשבון איז דאס די ערשטע צעהן חסידות.
1)סאטמאר (מוהר”א, מהרז”ל, בני יואל)
2)חב”ד
3)וויזניץ (ב”ב, מאנסי, מרכז, סערט)
4)גור
5)ברסלב
6)בעלזא
7)באבוב (באבוב, באבוב 45)
8)צאנז קלויזנבורג (ארה”ק, ארה”ב)
9)סקווירא
10)תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק
אויך די מחלוקה צווישן בעלזא און וויזניץ איז נאר וויפל מענשטען זיי האבן אין ארץ ישראל. דאס רעכענט אויף די גאנצע וועלט.
אזוי האבן זיי געשריבן בערך א יאהר צוריק. קען זיין יעצט האט שוין סקווירא איבער געוואקסן וויזניץ....
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:ער איז געווען אן אמעריקאנער יענקי וואס איז געפארן לערנען אויף ויזניץ ביי ר' גדליה נאדל. פון אנהויב האט ער נישט געהאלטן ביים לערנען און ס'האט שוין געהאלטן דערביי אז מ'האט אים געוואלט ווארפן פון וויזניץ. ער איז עפעס געוואויר געווארן דערפון און ער האט זיך גענומען צום לערנען ועלה ונתעלה און ער איז געווארן א מתמיד עצום און ביז א קורצע צייט פאררעכנט געווארן פון די אריות שבחבורה. ווי באוויסט זענען טאקע אט די אריות שבחבורה געווען די וואס האבן אנגעפירט מיט די מרידה. ר' אליעזר דוד איז אויך געווען פון די מורדים/נדחים. (עס איז אינטערעסאנט אמצוצייכענען אז די אלע וואס זענען געווען פון די מורדים האבן געהאט שפעטער צרות, איינער מער איינער ווייניגער, ס'האט אבער אויף קיינעם פון זיי נישט איבערגעהיפט. אבער ווער ס'האט געקענט ר' אליעזר דוד ווייסט אז ער האט די אלע צרות מקבלגעווען באהבה.)
שפעטער איז ר' אליעזר דוד אנגעקומען קיין מאנטריאל ווי ער האט זיך באהאפטען צו טאהשער רבי שליט"א. ר' אליעזר דוד איז געווארן א מגיד שיעור אין ישיבת טאהש. אין די שפעטערע יארן ווער ר' אילעזר דוד איז געווארן א מתנגד, האט ער געשריבן מיט ווייטאג אז ס'איז א טעות פון מענטשן צו ווערן מרביצי תורה אין חסידישע ישיבות ווייל די תכלית פון די ישיבה איז נישט הרבצת תורה נאר להגדיל הפארטיי.
ר' אליעזר דוד'ס ספר אויף משניות כלים "חשב האפוד" איז איינע פון די שטערקסטע ישיבישע ספרים אויף כלים. זיין ספר אויף די מ"ח קניני תורה איז ווי ער האט געשריבן די אלע קאנטריווערסיאלע זאכן. איך האב אים אמאלגעטראפן ביי א שמחה האב איך אים געפרעגט צו איך קען קויפן "חשב האפוד" אויף די מ"ח קנינים, האט ער מיר געזאגט בענוות חן "פאר די האסט נישט דורכגעלערנט "חשב האפוד" אויף כלים זאלסטו נישט לערנען "חשב האפוד" אויף די מ"ח קנינים..." יהא זכרו ברוך.
דברי הספד פון הרב מוואדריזש
https://www.kolhalashon.com/new/Media/P ... ame=307586
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נחום הסופר: דו מעגסט שרייבן אויף ר' אליעזר דוד פאל זיינע זיסע ווערטלעך. און וואספארא גרויסער גאון און בעל ענווה ר'איז. דער פאקט בלייבט אז ר'איז אויך געווען א גרויסער בעל מחלוקת. דו זעהסט דאך ער האטציך נישט געקענט האלטן אפילו אין טאהש. וואס דער טאהשער רבי זצוק"ל האט איהם נאר אריינגענומען ווייל ר'איז געווען א גרויסער צדיק. כאטש דער שכל האט דיקטירט פארקערט. אזוי ווי דער אלטער סקווערער רבי, זצ"ל. וועלכער האט איהם נישט געוואלט לאזן איבערנעכטיגן אפילו איין נאכט. ווייל ר'איז געווען אזא געפערליכער מענטש. אזוי ווי איינער וואס האט אן אנשטעקיגע מחלה, רח"ל...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
ס'איז מיר אויסגעקומען עטליכע מאל צו שמועסן באריכה מיט ר' יואל'ן. ער איז געווען אן אייזערנעם קאפ, לית מאן דפליג, ווי אויך א ווארעמע חסידי'שע נשמה. מאידך גיסא, טרייבט מען אסאך איבער ארום אים. ער האט געהאט אסאך תמימות אין זיך, אויסער חב"ד האט ער גארנישט געקענט. ער האט נישט פארשטאנען צו די דרויסנדיגע וועלט און אויך נישט צו די תורה'דיגע דרויסנדיגע און חסידי'שע וועלט. רוב פון די מעשיות וואס מען דערציילט אויף אים איז פאבריצירט. דער ליובאוויטשער רבי האט אים זייער ליב געהאט, ווייל ער האט געמאכט א מענטש פון זיינע תורות. ער איז געווען דער פאסיגער מענטש אויף יענעם ארט, און דאס האט מען געדארפט דארט. אין אנדערע פלעצער וואלט ער נישט געווען קיין גרויסע רבותא. קיין מנהיג איז ער זיכער נישט געווען, און אין די צייט וואס חב"ד האט געדארפט האבן איינער וואס זאל נעמען די לייצעס אין די הענט און צוזאמענהאלטן דאס בינטעלע, האט ער דאס נישט געקענט באווייזן און ער האט מסתמא אפילו נישט פראבירט. אבער פארט... א גרויסן קאפ און א חסידי'שער איד.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מורינו ורבנו: דיינע שבחים אויף ר' יואל כהן איז ווי די גמ' דרוקט זיך אויס..."אלי' וקוץ בה"...!
ס'וואלט שוין בעסער געווען ווען דו געסט אינגאנצן נישט קיין שבחים...!
ר' יואל כהן זצ"ל איז געווען אויף זיין באשטימטע פאזיציע (צי אליינס וואלונטירט אדער געווארן ממונה דורך הרמ"מ נ"ע. דארט האט ער געטויגט גאר שטארק. דאס ביסטו אויך מודה. פארוואס ארויסהייבן די נעגאטיווע זייט.
מ'קען אפשר זאגן דעם מאמר פון די גמ'..."מתוך שבחו בא לידי גנותו"...!
ס'וואלט שוין בעסער געווען ווען דו געסט אינגאנצן נישט קיין שבחים...!
ר' יואל כהן זצ"ל איז געווען אויף זיין באשטימטע פאזיציע (צי אליינס וואלונטירט אדער געווארן ממונה דורך הרמ"מ נ"ע. דארט האט ער געטויגט גאר שטארק. דאס ביסטו אויך מודה. פארוואס ארויסהייבן די נעגאטיווע זייט.
מ'קען אפשר זאגן דעם מאמר פון די גמ'..."מתוך שבחו בא לידי גנותו"...!
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
די באקאנטער קאמעדיען רבי יעקב משה מזא”ה ז”ל באוואוסט אלץ “דזשעקי מעיסאן”
בן הרה”ג הרבני רבי אלי' מרדכי הכהן מזא”ה ז"ל.
געקומען פון א פרומע שטוב, א רבנישע שטוב. ער אליינס איז געוועהן א רב פאר א קורצע צייט. און איז דערנאך געווארן פון די גרעסטער קאמאדיענס אין די וועלט.
זיין אייגענארטיגע קאמעדיע סטייל און סאציאל-קריטיסיזם האט אפגעשפיגלט די אמעריקאנע איד און די אידישע קולטור אין אמעריקע.
לכאורה פון די ערשטע אט”ד’ס אין די חרדישע וועלט נאכן קריג.