אישתישבי האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:רבותיי: איך בין נישט קיין פילאזאף אדער חקרן. אבער איך האב מיין פערספעקטיוו איבער די בריאת והנהגת העולם. דער אייבישטער/באשעפער/פיהרער פון די וועלט איז אייביג דא. (יא. הוגה און די אנדערע פסעוודא אינטעלעקטואלן/אפיקורסים.) ער האט פיזיש באשאפן די וועלט.(בהבל פיו.) ס'קען זיין אז ס'האט זיך אויספארמירט אין משך פון טויזנטער יארן לויט אונזער רעכענונג.און דער אייבישטער האט אריינגעלייגט חוקי הטבע. נאטורליכע געזעצן. און איינס פון די געזעצן איז ..."עוואלוציע"...אז די נאטור טוט זיך אליינס אדזשאסטן און צו פאסן אויף א שטאאטן לאנגזאמען וועג. נאר איין זאך איז זיכער. די זון וועט קיינמאל נישט אויפשיינען אויף מערב אדער אונטערגיין אויף מזרח.
די זעלבע איז ווען ס'קומט צו מעדיצין און ביאלאגיע. ס'זענען דא געוויסע חוקי הטבע וואס דער אייבישטער האט איינגעשטעלט. נאר צו מאל (לעת הצורך) מישט ער זיך אריין און איז משנה די טבע. אבער די הנהגה איז באהאלטן. כדי נישט אוועקצונעמען די בחירה פון א מענטש.
משל למה הדבר דומה. צו א מענטש וואס האט געבויעט א וואונדערליכע מאשין. און ער קאנטראלירט עס מיט רעמאוט קאנטראל. די טיפשים וועללן זאגן אז די מאשין פארט פון זיך אליינס. זיי זעהען אבער נישט. און וויללן נישט וויסן אז דער מייסטער וואס האט געבויעט די מאשין קאנטראלירט עס פון א באהאלטענעם פלאץ...!
זייער שיינע דברים של טעם.
אבער פין ווי ווייסטו טאקע אז עס איז דא איינער מיט א רימאט קאנטראל? דורך רופען איינער א טיפש ווערט עס נאך נישט אמת.
בכלל וואס די זאגסט אז די הנהגה איז באהאלטן כדי נישט אוועק צו נעמען די בחירה האט אפאר פראבלעמען.
א. די זאגסט אז דער וואס זאגט אז עס איז נישטא קיין הנהגה איז א טיפש. אויב איז עס באמת באהאלטן, פארוואס איז ער א טיפש?
ב. אויב איז עס באמת באהאלטן, פין ווי ווייסטו?
ג. אויב די ווייסט יא, האסטו דאך נישט קיין בחירה.
ד. ווער זאגט אז מענטשן האבן בחירה בכלל?
ווייל א נארמאלער מענטש ווען ער זעהט א וואונדערליכע מאשין וואס דרייטציך אויסגערעכנט און פראדוצירט וואונדערליכע זאכן פארשטייט ער אליינס אז די מאשין האטציך נישט געשאפן דורך אן עקספלאוזשן. נאר איינער א קלוגער מייסטער האט עס געבויעט. איי ס'דרייטציך און ער זעהט נישט ווער ס'דרייט עס. מוז זיין אז ס'איד דא א פיהרער...! אויף דעם האביך אן אינטרעסאנטע מעשה'לע. נאר איך בין נישט אין די מאאד )(Mood vs. Mode) עס איבערדערציילן...!