תלמוד בבלי - קריטקעל טינקינג
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 271
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
- האט שוין געלייקט: 225 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל
תלמוד בבלי - קריטקעל טינקינג
עשרות הדברות וכל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש הכל קבל משה .
במשך הדורות איז תורתינו, דתינו, ויסודותיה נישט נשתנה געווארען נאר די ״טעקסט איז נסתוסף געווארען אין ווערט ארטיקעלירט על כמה וכמה אופנים וכהפטיש יפוצץ
תנ״ך , משניות , ברייתות וכו,
תלמוד בבלי איז געקומען אין איז משתטח די משנה אין ווארפט סברות מכאן ולכאן ביז די תלמוד איז מדחיק אדער מפשר בין התנאים ואמוראים.
דאס איז ריכטיג קריטקעל טינקינג גלייב נישט די בית שמאי אדער די בית הלל נאר פארשטיי זייער ״מיינונג״ אין די ״מיינונג פארשידענהייט״ פין ווי קומט הלל׳ס שכל אין דעם פסק הלכה אין פארוואס האט ער נישט געוואלט דעם שמאיס הילוך החיים אין דעם פרט.
ראשונים אין בפרט הרמבם ז״ל האבן געגעבן א סברה פאר יעדן עשה ולא תעשה אין קאטאגירט די מצוות. דאס איז Rational טינקינג.
מיר וועל שרייבען מער ווען די צייט ערלובט.

- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 1053 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל
הא תינח אויב מען לערענט טאקע קריטיקל, דהיינו, אפשר איז נישט בית שמאי און נישט בית הלל גערעכט און מען האט די רעכט אויפצוקומען מיט א דריטע שיטה אויב נויטיג. למעשה האט טאקע תלמוד בבלי געוויסע קאמפאונענטס פון קריטיקל טינקינג אבער איז בעיקר געשטעלט צו פארשטיין עקזיסטירענדע שיטות און מחלוקת, אפילו אויב איז שוין יא דא א פרישע מחלוקה צווישען אביי און רבא מוז דער בחור זיי פארשטיין אנע האבן די רעכט אפצופרעגן זיי ביידן. ווען דו לאזט מיך נישט אוועקמאכן ניסוך המים אדער דו פרעגסט תחיית המתים מן התורה מניין און דו לאזט מיך נישט צוריק ענטפערן אפשר טאקע נישט איז דאס קיין קריטיקל טינקינג, פארקערט גאר, דו לערענסט מיך אויס צו שווייגען אפילו ווען כ'האב עפעס זאכליך צוציגעבן.
כ'וויל חלילה נישט אוועקמאכן די דברי ראשונים כמלאכים אבער קיין קריטיקל טינקינג איז דאס נישט.

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 271
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
- האט שוין געלייקט: 225 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל
Re: תלמוד בבלי - קריטקעל טינקינג
די פאקט אז מקען שוקל זיין, דאס אליין ברעכט דעם מח אז ער מיז צילייגען אין פיצלען א מאמר, אן אבזערוואציע וכו, אין דעס אז ער קען נישט פרעגן אויף אלע ביידע איז נישט אמת. תוס, וראשונים, ואחרונים האבן דאס געטוען אין וועגן דעם פסקנט מען ווי א בתרא ווייל ער זעהט פילע ערליי סברות אין איז בוחר.מונטסורי האט געשריבן:הא תינח אויב מען לערענט טאקע קריטיקל, דהיינו, אפשר איז נישט בית שמאי און נישט בית הלל גערעכט און מען האט די רעכט אויפצוקומען מיט א דריטע שיטה אויב נויטיג. למעשה האט טאקע תלמוד בבלי געוויסע קאמפאונענטס פון קריטיקל טינקינג אבער איז בעיקר געשטעלט צו פארשטיין עקזיסטירענדע שיטות און מחלוקת, אפילו אויב איז שוין יא דא א פרישע מחלוקה צווישען אביי און רבא מוז דער בחור זיי פארשטיין אנע האבן די רעכט אפצופרעגן זיי ביידן. ווען דו לאזט מיך נישט אוועקמאכן ניסוך המים אדער דו פרעגסט תחיית המתים מן התורה מניין און דו לאזט מיך נישט צוריק ענטפערן אפשר טאקע נישט איז דאס קיין קריטיקל טינקינג, פארקערט גאר, דו לערענסט מיך אויס צו שווייגען אפילו ווען כ'האב עפעס זאכליך צוציגעבן.
כ'וויל חלילה נישט אוועקמאכן די דברי ראשונים כמלאכים אבער קיין קריטיקל טינקינג איז דאס נישט.
- זיו
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 3:06 am
- האט שוין געלייקט: 575 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
Re: תלמוד בבלי - קריטקעל טינקינג
@או אינו זאגט, אז גמרא לערנט אויס צו טראכטן קריטעקיל. איז אזוי, פאר מען קען אפשאצען צו דאס איז ריכטיג אדער נישט, דארף מען קודם אפלערנען, וואס איז דאס קריטעקעיל טראכטען, און וואס די גמרא טוט צו א מענטשענס קאפ.
קריטעקעיל טראכטען מיינט, גלייב נישט ווייל אנדערע זאגן, טראכט אליין. למשל, איז דא א באשעפער? טראכט אליין. מעג מען גנב'ענען, רצח'ענען? טראכט אליין.
נאך א חלק פון קריטעקיל טראכטען, איז וויסן וואס צו גלייבען. דער מענטש ווערט אפט באווארפען מיט גאנצעטע בארג סברות, פאקטען, און מיינוגען וואס זענען זיך סותר איינער דעם צווייטען. למשל, איז קראנא א מגיפה? ארבעט דער וואקסיען? איז דער וואקסיען שעדלעך? און דער מענטש דארף קענען מבחין זיין וואס צו גלייבען.
קריטעקעל טראכטען, איז ווי נעמען א באן וואס קען נאר פארן אויף שינעס, און אים מאכען פאר א קאר וואס קען פארן ווי אימער ער וויל.
יעצט, וואס איז גמרא, און וואס טוט עס צום מוח? די גמרא באשטייט פון א שקליא וטריא פון סברות אהין און צוריק, וואס ווערט זייער אפט היפש קאמפליצירט. א קשיא, א תירץ, א נייער מהלך, נאך א קשיא, און צוריק צום ערשטען מהלך. א מחלקה ווי די גמרא וויל פארשטיין ביידע זייטען און ברענגט קשיות וראיות לכאן ולכאן. בקיצור, מענטעל עקסערסייז אויפן העכסטן פארנעם. עס פארברייטירעט אויכעט דעם מוח, צו אנקוקען א נושא פון מערערע קוק ווינקלין. וואס א שארפענער טוט צו א פענסיל, טוט די גמרא צום מוח. ער שארפט אים אויס. נישט אומזיסט קען לערנען גמרא זיין א פארגעניגען, אן עונג רוחני.
למעשה אבער, קען מען נישט רירן די הנחות און סברות וואס זענען די יסוד אויף וואס די גמרא איז געבויט. זיי מוז מען אננעמען מיט אמונה פשוטה. צו ניצן אונזער משל מיטן באן פון אויבען, איז אזוי. די הנחות און סברות פון די גמרא זענען די שינעס, וואס נאר אויף זיי קען דער באן פארן. א גמרא קאפ, איז ווי אריינלייגען א ראקעט ענדשען אין די באן. און סקונדעס קען ער פליען פון איין ענק שינעס צום אנדערען. די שינעס אויף הויעכע בערג וואס א נארמאלער קאפ קען נישט צוקומען, קומט אונזער גמרא קאפ אן מיט א גרינגקייט. אבער אויף די שינעס דארף ער בלייבען.
צום שלוס, דער ערשטער חלק פון קריטקעל טראכטען, וואס איז טראכטען פאר זיך אליין, דאס טוט די גמרא נישט. דעם צווייטען טייל פון קריטעקעיל טראכטען, ווייסען וואס אנצינעמען און וואס נישט, איז שוין מער קאמפלעצירט. פון איין זייט איז אט דאס פונקליך וואס די גמרא טוט, גוט אפלערנען א משנה. און, אין א סוגיא ווי עס איז דא צוויי שיטות, פראבירט די גמרא צו דערגיין דעם אמת, וועלעכע שיטה איז ריכטיג. אט דאס האט דער פתוח האשכול @או אינו געמיינט ווען ער האט געזאגט אז תלמוד בבלי לערנעט אויס קריטעקעל טינקינג.
פון די אנדערע זייט אבער, איז דא אן ערנסטער פראבלעם. נישט נאר וואס די הנחות אויף וואס די גמרא איז געבויט דארף מען אננעמען מיט אמונה פשוטה, נאר דא סברות אליינס וואס די גמרא ניצט אנצוקומען צום אמת, זענען אפט בכלל נישט מכרח. זיי זענען אפט היפש ווייט דערפון. נאכדערצו, אסאך מאל לערענט די גמרא אפ פשט אין פוסקים אדער משניות אנדערש ווי עס שטייט. די איינצעקסטע סיבה פארוואס מיר נעמען דאס אן איז, ווייל מיר זענען נישט קריטעקיל, נאר מיר נעמען דאס אן באמונה פשוטה. אמונת חכמים.
עטליכע גוטע משלים וואלט נישט שלעכט געווען, נאר איך וויל עס אדורכרעדען פארן שרייבען. ווער עס וויל עס אדורכרעדן מיט מיר אין אישי, איז מער ווי וועלקאם.
איך וויל נאר פרעגען, וואס פאר א גאלדענע גליקען איז דאס קריטיקיל טינקינג, אז עס ווערט א גאנצע יחוס אז דער תלמיד בבלי לערענט אים יא, אדער נישט אויס?

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מונטסורי האט געשריבן:הא תינח אויב מען לערענט טאקע קריטיקל, דהיינו, אפשר איז נישט בית שמאי און נישט בית הלל גערעכט און מען האט די רעכט אויפצוקומען מיט א דריטע שיטה אויב נויטיג. למעשה האט טאקע תלמוד בבלי געוויסע קאמפאונענטס פון קריטיקל טינקינג אבער איז בעיקר געשטעלט צו פארשטיין עקזיסטירענדע שיטות און מחלוקת, אפילו אויב איז שוין יא דא א פרישע מחלוקה צווישען אביי און רבא מוז דער בחור זיי פארשטיין אנע האבן די רעכט אפצופרעגן זיי ביידן. ווען דו לאזט מיך נישט אוועקמאכן ניסוך המים אדער דו פרעגסט תחיית המתים מן התורה מניין און דו לאזט מיך נישט צוריק ענטפערן אפשר טאקע נישט איז דאס קיין קריטיקל טינקינג, פארקערט גאר, דו לערענסט מיך אויס צו שווייגען אפילו ווען כ'האב עפעס זאכליך צוציגעבן.
כ'וויל חלילה נישט אוועקמאכן די דברי ראשונים כמלאכים אבער קיין קריטיקל טינקינג איז דאס נישט.
מונטסורי: איך האלט אז דו ביסט נישט גערעכט. ווייל וואס ס'פארלאנגט זיך פון אונז איז מכריע צו זיין ווער פוון די 2 תנאים (שמאי און הילל) איז גערעכט. און אזוי איז טאקע דער מציאות. אז די הלכה בלייבט אין די מערסטע פלעצער אזוי ווי הילל.
נאר איך האלט אז דאס האט צו טון מיט זייער ביידנ'ס פערזענליכן כאראקטער. הילל איז אייביג געווען א רואיגער, איבערגעטראכטער מענטש. און שמאי איז געווען אן אומגעדולדיגער, שטרענגער מענטש וואס מ'האט איהם נישט געקענט פארדרייען א קאפ מיט שטותים און נארישקייטן. ער איז אויך געווען א בילדינג קאנטראקטאר און א ריעל עסטעיט אפרעיזער. אזוי ווי דער נאמען ווייזט. און אויך געפיהרט א ישיבה. אזוי ווי די מעשה וואס די גמ' ברענגט איבער דעם גוי וואס איז געקומען אז ער זאלל איהם מגייר זיין אויפ'ן תנאי אז ער ווילל לערנען די גאנצע תורה ווילאנג ער שטייט אויף איין פוס. האט איהם שמאי אוועקגעשטופט מיט זיין ..."אמת הבנין"... דעם יארד סטיק...! משא"כ הילל האט איהם יא אנגענומען און ר'האט איהם אויסגעלערנט מענטשליכקייט. הילל האט אויך געוואוסט אז ער איז נישט אזא תמים ווי ער מאכט זיך. נאר ער זוכט פראוואקאציעס. האט ער איהם צוריקגעצאלט מיט די זעלבע מטבע. און ר'האט איהם געזאגט..."מה דעלך סנאי, לחברך לא תעביד"...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ביבער: אויב דו מיינסט נישט קיין ליצנות, מוז איך דיר זאגן..."ווער מיר נישט קיין פרומער"...ווייל איך קען דיך נישט אלס אזא איינעם...!
ווען מ'לערנט גמ' דארף מען נוצן קריטיקל טינקינג. אנישט פארשטייט מען נישט. דא העלפט נישט אמונה פשוטה. די גמרא איז נישט קיין חסידיש ספר. און ווען איך זאג אז ס'איז מסתבר אז די הלכה איז ווי הילל מיינט נישט (ח"ו) אז שמאי איז אן עם הארץ. אזוי ווי די גמ' ברענגט אז שמאי האט אלע יארן געגעסן לכבוד שבת. ווען ר'האט געטראפן א גוט שיקל פלייש האט ער עס אוועקגעלייגט פאר שבת. אויב האט ער געטראפן א בעסער שטיקל האט ער די ערשטע אויפגעגעסן. או9ן די צווייטע אוועקגעלייגט פאר שבת. זאגט די גמ'...אבל הילל דרך אחרת היה לו. ער האט געזאגט..."ברוך ה' יום יום. ער האט געהאט ביטחון אז דער אייבישטער וועט איהם שוין צו שיקן א גוט שטיקל פלייש פאר שבת. אבער דאס מיינט נישט אז שמאי'ס דרך איז נישט געווען קיין גוטער. ביידע זענען געווען צדיקים...!
ווען מ'לערנט גמ' דארף מען נוצן קריטיקל טינקינג. אנישט פארשטייט מען נישט. דא העלפט נישט אמונה פשוטה. די גמרא איז נישט קיין חסידיש ספר. און ווען איך זאג אז ס'איז מסתבר אז די הלכה איז ווי הילל מיינט נישט (ח"ו) אז שמאי איז אן עם הארץ. אזוי ווי די גמ' ברענגט אז שמאי האט אלע יארן געגעסן לכבוד שבת. ווען ר'האט געטראפן א גוט שיקל פלייש האט ער עס אוועקגעלייגט פאר שבת. אויב האט ער געטראפן א בעסער שטיקל האט ער די ערשטע אויפגעגעסן. או9ן די צווייטע אוועקגעלייגט פאר שבת. זאגט די גמ'...אבל הילל דרך אחרת היה לו. ער האט געזאגט..."ברוך ה' יום יום. ער האט געהאט ביטחון אז דער אייבישטער וועט איהם שוין צו שיקן א גוט שטיקל פלייש פאר שבת. אבער דאס מיינט נישט אז שמאי'ס דרך איז נישט געווען קיין גוטער. ביידע זענען געווען צדיקים...!
- זיו
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 3:06 am
- האט שוין געלייקט: 575 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
Re: תלמוד בבלי - קריטקעל טינקינג
טייערער ר' בערל בעל עגלה. טראכטן, אוואדע! מען דארף א קאפ צו קענען לערנען. קריטעקעל, חס ושלום!
למשל, צו קענען מיט האלטן די גאנצע שקליא וטריא פון די גמרא אז פרי עץ הדר מיינט אן אתרוג, דארף מען א קאפ. אבער חס ושלום אז איינער זאל זאגן, איך טראכט פאר מיר, איך טראכט קריטיקעל, צו מיר מיינט פרי עץ הדר, נאך אלע ראיות, פשוט טייטש. א שיינער פרוכט פון א בוים, וועלכע פרוכט דיר געפעלט. אזוי איינעם וועט מען ארויס קאפענען פון בית מדרש בשן ועין.
למשל, צו קענען מיט האלטן די גאנצע שקליא וטריא פון די גמרא אז פרי עץ הדר מיינט אן אתרוג, דארף מען א קאפ. אבער חס ושלום אז איינער זאל זאגן, איך טראכט פאר מיר, איך טראכט קריטיקעל, צו מיר מיינט פרי עץ הדר, נאך אלע ראיות, פשוט טייטש. א שיינער פרוכט פון א בוים, וועלכע פרוכט דיר געפעלט. אזוי איינעם וועט מען ארויס קאפענען פון בית מדרש בשן ועין.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ווער רעדט נאך ווען איינער וועט אויסזאגן דעם סוד אז ס׳קען נישט זיין אז די תורה מיינט אן אתרוג ווייל די אתרוג קומט אריגינעל פון כינע און איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל הערשט אין די צייט פון די צווייטע בית המקדש... הגם לויט שפינוזה עפ״ל קען מען עס פארענטפערן, אבער שוין...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 1053 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:מונטסורי האט געשריבן:מונטסורי: איך האלט אז דו ביסט נישט גערעכט. ווייל וואס ס'פארלאנגט זיך פון אונז איז מכריע צו זיין ווער פוון די 2 תנאים (שמאי און הילל) איז גערעכט. און אזוי איז טאקע דער מציאות. אז די הלכה בלייבט אין די מערסטע פלעצער אזוי ווי הילל
לענ״ד האט שוין [tag]זיו[/tag] הערליך ארויסגעברענגט דעם פונקט, אפגעזען וואס עס פארלאנגט זיך פון אונז און וויאזוי עס “ריכטיג” אפצולערנען שמאי און הילל; איז דאס נישט קיין קריטישע טראכטען צו דארפען מכריע זיין צווישען צוויי שיטות אָן קענען אליין אפמאכן אז די גאנצע מחלוקה איז לכתחילה גרונדלאז. אפשר קען מען זאגן אז מיר באגעניגען זיך מיט קריטישע טראכטען בלויז אין געוויסע ערלויבטע ראמען און אינדרויסען פון די דאזיגע ראמען איז דאס קריטישע טראכטען קיין גרויסע יחוס אין אידישקייט, אבער דאן זאלסטע נישט האבן טענות אז איינער ווארפט גלאזערנע באטלעך אין שריפת חמץ, האמער, זיין קריטישע טראכטען איז דאך מוגבל...
————
דרך אגב [tag]berlbalaguleh[/tag] שלום עליכם, מיר האבן זיך געבענקט נאך אייך
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 271
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
- האט שוין געלייקט: 225 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל
Re: תלמוד בבלי - קריטקעל טינקינג
@זיו
דיין הגדרה אויף קריטקעל טינקינג איז א פאלשע!
מטראכט נישט גארנישט אליין די ״מזג פינעם מענטשן״ איז שוין געפארעמט געווארען ביים קאנסיווינג. ממילא ווען ער טראכט פארט ער שוין אויף שינעס.
אין ווען דער יומען טיט ארטיקעלעזירן יש מנהיג לבירה? איז דאס א שאלה (טרעין) וואס גייט ארויף ביז אברהם אבינו אין ביז אדם הראשון’ס הכרה אין דעם ענין.
צי קראנע איז א מגיפה? מגיפה מיינט - שנעלע אויסשפרייטונג צווישען מענטשן. דאס קען נאר זיין אדער יד ה ממית ( פסוקים ווי איר זעהט די ווארט מגיפה) אדער א ווירוס. ממילא דא איז א פשוטער פאקט אז קאוויד 19 איז מגיפה. וואקסין צי עס היילט אין
דיינע אנדערע משלים ברויך נישט קיין הבחנה נאר איז איז א פאקט וואס מקאן זין אויס לערנען ווי אזוי מחשבונט דאס.
למעשה דער לומד בבלי וואס נאך א תיקי אדער א קשיא פין תוספות, אדער א צריך עיון פין ר עקיבא איגר ביז לייפערס הגהות וציונים וואס קען צימאל אויסמעקן גאנצע ווערטער וויל עס שטימט נישט,
וועט ער נאך אלץ לעבן א דרך התורה ווייל דאס איז די קריטקעל טינקינג וואס חכמינו ז״ל האבען אין געלערנט אז אפילו ווען עס שטימט דיר נישט איז אבער יש מקום במקומו של עולם וואס פארענפערט ווי די שטעלסט זיך אפ,
אדער תיקי יש זמן שהכל יבא בשלום.
נישט ווייל דער איש חכם פאפט זיך אז ער איז א טיפוש.

די תלמוד האט יא געפונען פאר וויכטיג צי ספענדן א גאנצע עמוד אז וואס די מיינסט- מיינט נישט.זיו האט געשריבן:טייערער ר' בערל בעל עגלה. טראכטן, אוואדע! מען דארף א קאפ צו קענען לערנען. קריטעקעל, חס ושלום!
למשל, צו קענען מיט האלטן די גאנצע שקליא וטריא פון די גמרא אז פרי עץ הדר מיינט אן אתרוג, דארף מען א קאפ. אבער חס ושלום אז איינער זאל זאגן, איך טראכט פאר מיר, איך טראכט קריטיקעל, צו מיר מיינט פרי עץ הדר, נאך אלע ראיות, פשוט טייטש. א שיינער פרוכט פון א בוים, וועלכע פרוכט דיר געפעלט. אזוי איינעם וועט מען ארויס קאפענען פון בית מדרש בשן ועין.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מונטסורי האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:מונטסורי האט געשריבן:מונטסורי: איך האלט אז דו ביסט נישט גערעכט. ווייל וואס ס'פארלאנגט זיך פון אונז איז מכריע צו זיין ווער פוון די 2 תנאים (שמאי און הילל) איז גערעכט. און אזוי איז טאקע דער מציאות. אז די הלכה בלייבט אין די מערסטע פלעצער אזוי ווי הילל
לענ״ד האט שוין [tag]זיו[/tag] הערליך ארויסגעברענגט דעם פונקט, אפגעזען וואס עס פארלאנגט זיך פון אונז און וויאזוי עס “ריכטיג” אפצולערנען שמאי און הילל; איז דאס נישט קיין קריטישע טראכטען צו דארפען מכריע זיין צווישען צוויי שיטות אָן קענען אליין אפמאכן אז די גאנצע מחלוקה איז לכתחילה גרונדלאז. אפשר קען מען זאגן אז מיר באגעניגען זיך מיט קריטישע טראכטען בלויז אין געוויסע ערלויבטע ראמען און אינדרויסען פון די דאזיגע ראמען איז דאס קריטישע טראכטען קיין גרויסע יחוס אין אידישקייט, אבער דאן זאלסטע נישט האבן טענות אז איינער ווארפט גלאזערנע באטלעך אין שריפת חמץ, האמער, זיין קריטישע טראכטען איז דאך מוגבל...
————
דרך אגב [tag]berlbalaguleh[/tag] שלום עליכם, מיר האבן זיך געבענקט נאך אייך
מונטסורי און רביה"ק זי"ע: ייש"כ פאר טראכטן פון מיר. איך בין, ליידער די ערשטע 3 טעג פון יו"ט געווען אין (מט. סיני) שפיטאל. כ'בין ב"ה ארויסגעקומען דעם 2'טן טאג חוה"מ. איך וועלל , בלי"נ שרייבן אן עקסטער מאמר וועגן מיינע איבערלעבענישן. און וויאזוי ס'פיהלט צו זיין שבת און יו"ט אין א האספיטאל...!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- זיו
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 3:06 am
- האט שוין געלייקט: 575 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
Re: תלמוד בבלי - קריטקעל טינקינג
או אינו האט געשריבן:@זיו
דיין הגדרה אויף קריטקעל טינקינג איז א פאלשע!
מטראכט נישט גארנישט אליין די ״מזג פינעם מענטשן״ איז שוין געפארעמט געווארען ביים קאנסיווינג. ממילא ווען ער טראכט פארט ער שוין אויף שינעס.
דער דור הפלגה איז חי וקיים. איך רעדט פון הודעל און @או אינו ענטפערט פון בודעל. איך שרייב אז קריטקעל טינקינג מיינט טראכטן אליין, נישט אז יענער זאל דיר זאגן וואס צו טראכטן, און @או אינו קומט און ווענט מיך אפ מיט א פירכא שאין עליו תשובה, אז אלעס וואס א מענטש טראכט במשך זיין לעבען איז שוין געפארעמט געווארען ביים קאנסיווינג!
@או אינו, איך בין נישט זיכער אז די כאפסט וואס די זאגסט. פון דיינע ווערטער קומט אויס אז א מענטש האט נישט קיין בחירה אויף וואס ער טראכט. אלעס וואס ער גייט טראכטן און האלטן, איז שוין באשטימט נאך פארן געבוירן ווערן. הייסט איינער וואס הערט אויף גלייבען אין באשעפער, איז עס נישט זיין בחירה נאר נגזר געווארן אויף אים פון אויבען נאך פארן געבוירן!
- זיו
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 3:06 am
- האט שוין געלייקט: 575 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
Re: תלמוד בבלי - קריטקעל טינקינג
איך זע שוין וואס דא גייט פאר. אונז קריג מיר זיך נישט צו דער תלמיד לערענט אויס צו טראכטען קריטקעל. אונזער מחלקה איז וואס קריטעקיל טינקינג מיינט. אויף דעם איז באמת א שאד די צייט זיך צו טענה'ן.או אינו האט געשריבן:די תלמוד האט יא געפונען פאר וויכטיג צי ספענדן א גאנצע עמוד אז וואס די מיינסט- מיינט נישט.זיו האט געשריבן:טייערער ר' בערל בעל עגלה. טראכטן, אוואדע! מען דארף א קאפ צו קענען לערנען. קריטעקעל, חס ושלום!
למשל, צו קענען מיט האלטן די גאנצע שקליא וטריא פון די גמרא אז פרי עץ הדר מיינט אן אתרוג, דארף מען א קאפ. אבער חס ושלום אז איינער זאל זאגן, איך טראכט פאר מיר, איך טראכט קריטיקעל, צו מיר מיינט פרי עץ הדר, נאך אלע ראיות, פשוט טייטש. א שיינער פרוכט פון א בוים, וועלכע פרוכט דיר געפעלט. אזוי איינעם וועט מען ארויס קאפענען פון בית מדרש בשן ועין.
איך וויל דיר נאר פרעגען, פשוט דיר צו קענען פארשטיין, וואס האט דיך געמאכט שרייבען דעם ארטיקעל?
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
מ'מאכט דא א טשולענט פון דריי באזונדערע זאכן, או אינו איז אזוי שיין מסביר וואס analytical thinking איז און וויאזוי דאס האט א שייכות מיט לערנען גמרא, איך ווייס נאר נישט פארוואס ער רופט עס critical thinking, זעהט אויס אז וויבאלד ער ווייסט נישט וואס די ביידע זאכן זענען מיינט ער אז ס'איז איין זאך. למעשה מיין איך אז גמרא איז נישט analytical thinking און אויך נישט critical thinking נאר creative thinking, דאס יא, די ליטווישע דרך הלימוד פרובירט זייער שטארק צו מאכן דערפון analytical thinking.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- זיו
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 3:06 am
- האט שוין געלייקט: 575 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
Re: תלמוד בבלי - קריטקעל טינקינג
איך וויל דא אפטייטשען וואס לערנען גמרא לערענט אויס א מענטש, אויף מיין וועג, מיט צווי ציטאטען אין ענגליש, און נאכדעם אין מיין אייגען שפראך.
די ערשטע ציטאט האב איך באקומען פון @מי אני. בדרך אגב, וויל אים דא גאר שטארק באדאנקען פארן מיך העלפן שרייבען. שכח @מי אני!
א "לעיקוואָדער בחור האט געזאגט ווען מען האט אים געפרעגט וואס ער׳ט זיך אויסגעלערענט אין במ״ג:
Tell me any sevara and I’ll shlug it up!
"
די צווייטע ציטאט איז פון, MICHAEL SHERMER
“Smart people believe weird things because they are skilled at defending beliefs they arrived at for non-smart reasons.’
יעצט אין מיינע אייגענע ווערטער. די גמרא איז די טאלאנט פון באצירן זאכן, אז זיי זאלן אויסקוקען שכל'דיג, אדער חרוב מאכן די באצירטע סברות, אז זיי זאלן אויסקוקען אומ'שכל'דיג.
די ערשטע ציטאט האב איך באקומען פון @מי אני. בדרך אגב, וויל אים דא גאר שטארק באדאנקען פארן מיך העלפן שרייבען. שכח @מי אני!
א "לעיקוואָדער בחור האט געזאגט ווען מען האט אים געפרעגט וואס ער׳ט זיך אויסגעלערענט אין במ״ג:
Tell me any sevara and I’ll shlug it up!
"
די צווייטע ציטאט איז פון, MICHAEL SHERMER
“Smart people believe weird things because they are skilled at defending beliefs they arrived at for non-smart reasons.’
יעצט אין מיינע אייגענע ווערטער. די גמרא איז די טאלאנט פון באצירן זאכן, אז זיי זאלן אויסקוקען שכל'דיג, אדער חרוב מאכן די באצירטע סברות, אז זיי זאלן אויסקוקען אומ'שכל'דיג.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מ'מאכט דא א טשולענט פון דריי באזונדערע זאכן, או אינו איז אזוי שיין מסביר וואס analytical thinking איז און וויאזוי דאס האט א שייכות מיט לערנען גמרא, איך ווייס נאר נישט פארוואס ער רופט עס critical thinking, זעהט אויס אז וויבאלד ער ווייסט נישט וואס די ביידע זאכן זענען מיינט ער אז ס'איז איין זאך. למעשה מיין איך אז גמרא איז נישט analytical thinking און אויך נישט critical thinking נאר creative thinking, דאס יא, די ליטווישע דרך הלימוד פרובירט זייער שטארק צו מאכן דערפון analytical thinking.
רביה"ק זי"ע: מ'רעדט דא אייגנטליך פון 3 באזונדערע זאכן (אזוי ווי דו האסט געזאגט). נאר די הויפט נפקא מינה איז צווישן ..."ענעליטיקל טהינקינג"... און ..."קריטיקל טהינקינג"... די ערשטע מיינט אז איך גיי צו צו אן ענין נייטראל. די צווייטע מיינט אז איך גיי צוו צו דעם ענין לכתחילה מיט סקעפטיציזם...!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 271
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
- האט שוין געלייקט: 225 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל
Re: תלמוד בבלי - קריטקעל טינקינג
Analytics - is evaluating facts and sum it up.
Critical - play at the roots of an argument/judgment or and idea. And formulate those facts.
Critical - play at the roots of an argument/judgment or and idea. And formulate those facts.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 271
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
- האט שוין געלייקט: 225 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל
Re: תלמוד בבלי - קריטקעל טינקינג
זיו האט געשריבן:איך וויל דא אפטייטשען וואס לערנען גמרא לערענט אויס א מענטש, אויף מיין וועג, מיט צווי ציטאטען אין ענגליש, און נאכדעם אין מיין אייגען שפראך.
די ערשטע ציטאט האב איך באקומען פון @מי אני. בדרך אגב, וויל אים דא גאר שטארק באדאנקען פארן מיך העלפן שרייבען. שכח @מי אני!
א "לעיקוואָדער בחור האט געזאגט ווען מען האט אים געפרעגט וואס ער׳ט זיך אויסגעלערענט אין במ״ג:
Tell me any sevara and I’ll shlug it up!
"
די צווייטע ציטאט איז פון, MICHAEL SHERMER
“Smart people believe weird things because they are skilled at defending beliefs they arrived at for non-smart reasons.’
יעצט אין מיינע אייגענע ווערטער. די גמרא איז די טאלאנט פון באצירן זאכן, אז זיי זאלן אויסקוקען שכל'דיג, אדער חרוב מאכן די באצירטע סברות, אז זיי זאלן אויסקוקען אומ'שכל'דיג.
My instinct is @זיו ארבייט פאר ופרשו את השמלה גרופע@