קוויטעל האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:עס ארבעט מיט איין תנאי.
אויב מען עסט דער העלפט פין וואס מען האט פריער געגעסן....
לאמיר צונעמען דער זאך!!
ווי לאנג האט דיר גענומען צו פארלירן די צען פונט?
איך האב אנגעהויבן א וואך פאר פסח, און ערב פסח האב איך שוין געהאלטן צען פונט ווייניגער, און מוצאי פסח האב איך געזען איך האב צוגענומען איין פונט, און נעכטן האב איך ווידער פארלוירן צוויי פונט.
איז לאמיך דיר מסביר זיין עפעס, מען קען נישט פארלירען אמת'ע וואג אזוי שנעל, דער מערסטע איינער קען פארלירען איז צוויי פונט א וואך.
מען פארלירט צען פונט איבער צוויי חדשים מאכט עס סענס, און מען דארף זיך וועגען יעדס טאג אויף דער סקעיל דער זעלבער צייט און אפשרייבען דער וואג. דער וואג פין א מענטש פארען אשר יצר און דערנאך קען זיין א חילוק פין צוויי דריי פונט, און מוצאי שבת און פרייטאג קען זיין א חילוק פין פינף ביז זיבען פונט, און דאס מיינט אלץ גארנישט. נאך א חודש פין אפשרייבען די וואג יעדעס טאג, קען מען זעהן אויב מען איז טאקע אראפ אדער נישט.
דורך זיך אפהאלטען פין עסען און טרונקען פאר א וואך קען מען פארלירען צען פונט און עס מיינט אבסאלוט גארנישט.
איך גאראנטיר דיר, אז לאמיר זאגען דיין וואג איז געוועהן ביים אנהייב 150 און ביסט אראפ צו 140 אין א וואך, ביסטו אבער נישט אראפ צו 130 און נאך א וואך. פארוואס? ווייל מען רעדט פין וואסער וואג. דאס איז אלץ דברים פשוטים וידועים.
און ביסט מן הסתם שוין צוריק צו 145, ווייל ווי נישט ווי עסטו דאך דורך פסח.