עד לאן הגענו? - פארטיידיגן א טאטענ'ס רציחה פון זיין זון

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

עד לאן הגענו? - פארטיידיגן א טאטענ'ס רציחה פון זיין זון

שליחה דורך קטלא קניא »

הרב שמואל דוד גרוס, מראשי הדיינים פון גער, האט געשיקט א טרייסט בריוו צו דער משפחה פון דעם רוצח און דעם נרצח אינעם שוידערליכן מארד וואס א טאטע איז באגאנגען קעגן זיין אייגענעם 14 יעריגן זון. אונטן איז דער גאנצער בריוו איבערגעשריבן פון זיין כתב־יד אז קיינער זאל נישט זאגן אז איך האט אפגעריסן זיינע ווערטער פון זייער שייכות און קאנטעקסט.

דא רעדט זיך פון א טאטן וואס האט צום טויט געשטאכן זיין אייגן קינד. טאמער ווייסט רב גרוס נישט, איז לא תרצח פון די עשרת הדברות, מען איז דערויף חייב מיתה, ס'איז יהרג ואל יעבור און וואס יעדעס קינד ווייסט אז ס'איז פון די דריי הארבסטע עבירות. אויך איז עס די איינציגסטע עבירה וואס איז יהרג ואל יעבור נישט מכוח א דרש נאר פון קאמאן־סענס, מאי חזית דדמא דידך סומק טפי. אויסער אידישקייט, איז רציחה דער הארבסטער פארברעך אין כמעט יעדער קולטור און געזעלשאפט, ווייל אז מענטשן מעגן זיך הרג'נען, קען א ציוויליזאציע נישט האבן קיין קיום.

לכאורה איז דאס אלעס אזוי פשוט ביי יעדן איינעם אז מ'דארף עס גארנישט אויסרעדן. נאר זעט אויס אז נישט ווען ס'קומט צו א היימישן רוצח. איז אזא פאל קומט צו גיין א דיין, פון די הויפט דיינים אין גער און א ראש פון א בית דין וואס הייסט גאר "הישר והטוב", און שרייבט א בריוו צו דער משפחה וואס דארפן זיך נעבעך ספראווען אז ביידע זייטן זענען פון זייער אייגענע. עס איז טאקע א טרייסט בריוו און ס'איז נישט דער פלאץ צו פארדאמען רציחה, נאר ער גייט פיל ווייטער.

לאמיר לייגן אין א זייט דעם קנאפן לשון לימודים פון א הויפט דיין, זיינע זיסע תורה'לעך פון ליקוטי מוהר"ן און א מעשה'לע פונעם חפץ חיים, וואס אויב מ'גלייבט עס, האט א האלבע וועלט געדארפט שטארבן. לאמיר נאר קוקן וואס ער האט צו זאגן אויפן רוצח.

זאגט ער אזוי: עס איז נישט געווען בבחירה, ער איז געווען אן אונס, און ער פארגלייכט אים צו א מאמען וואס האט בטעות דערשטיקט איר קינד ווען זי איז איינגעשלאפן ביים געבן צו זייגן. ער שרייבט דער רוצח דארף נישט קיין תשובה. אויך פארגלייכט ער דעם רוצח צו אן אמורא פון דער אגדתא פליאה אז רבה האט געשאכטן ר' זירא וואס גאר אסאך מפרשים לערנען עס נישט אפ ווי פשוט פשט. ער שעלט דעם וואס פארדאמט דעם רוצח, ער זאגט קיינער איז נישט שולדיג, און ער לייגט צו אז טאמער האט מען נאר די ריכטיגע ברילן קען מען אלעס פארשטיין. אז דאס אלעס איז נישט גענוג, ענדיגט ער צו מיט אזא עיקר־שכחתי הוספה אז ס'איז נישט בלויז לחיזוק נאר להלכה.

אינעם לעצטן וועקער איז דא אן ארטיקל אויף די סיבות פונעם זלזול און קאראנא אין אונזערע קהילות, וואו ס'ווערט אויסגערעכנט ווי איינע פון עטליכע סיבות, "די געווענליכע דיעטע פון אותות ומופתים וואס כל־מיני ארגאניזאציעס פיטערן אונז דבר יום ביומו, נעמען אונז ארויס פון גלייכגעוויכט און מיר פארלירן אונזער אחיזה אין רעאליטעט." צום באדויערן, ווייזט אזא בריוו פון א הויפט־דיין אז מיר האלטן פיל ווייטער. מיר האבן אויך פארלוירן אונזער אחיזה אין אוניווערסאלע מאראלן און אין די פשוט'סטע ווירדן פון רעכט און אומרעכט.

דאס ווייסן מיר שוין פון לאנג, אז טאמער איז מען היימיש, קען מען גנב'נען, שלאגן, געוואלדיגן און לעסטערן קינדער און ערוואקסענע און מען וועט פארטיידיגן מיט כל מיני סברות שונות ומשונות. מ'וועט צאמשטעלן געלט, דאווענען פארן רודף און שעלטן דעם אמת'ן קרבן. מיר ווייסן אויך אז פאר דער קריוודע פונעם רבי'ן מעג מען אונטערצינדן א קימפעטארין־היים, נישט באגרארבן מתים און דירעקט אונטערצינדן אפילו א לעבעדיגן מענטש פאר דער עבירה אז ער וויל דאווענען אין א באזונדערן מנין.

וואס איז רעכט און אומרעכט ביי דער וועלט גייט ביי אונז נישט אן. ביי אונז אז מען געהערט, מען איז היימיש, משלנו, מ'גייט די שמונה בגדים, מ'האלט פונעם רבי'ן, וועגט עס אלעס איבער. כמעט יעדע באוועגונג ביי אונז לעבט אויף כל מיני גניבות און ליידער פיל יחידים אויך. ס'איז מעשים בכל יום וואס מען צייגט אן אויף דעם און יענעם בי"ד ווי לוקחי שוחד. ליגן זאגן איז ביי אונז אזוי מצוי און שכיח, נישט א ווייסער ליגן, נאר גראבע פעטע שקרים, אז ס'איז א ליצנות מוחה צו זיין, "כאילו דו ביסט אן איש אמת," אדער, "גיי אויפן עולם האמת," און אונזערע אנדערע צינישע אויסשפרעכן און אוועקמאכערייען.

און איצט שטעלט זיך דאס נישט אפ אפילו ביי רציחה ממש. נישט געפרואווט, געוואלט, כמעט, נאר א מארד פשוטו כמשמעו. נישט פון עפעס א מאפיא "קוואטער" אדער א סלאָם לאַנדלאָרד, נאר פון א יונג קינד ביי דער האנט פון זיין אייגן פאטער, א מארד וואס שרייט צום הימל און שוידערט אויף יעדן וואס האט א טראפ מענטשליכקייט און געפיל, נישט קיין חילוק צי איד אדער גוי, פריי אדער פרום, רעכט אדער לינק, און דאך, לפי אונזער דיין, "אין כאן אשמה על אף אדם." איר ליינט גוט? "קיינער איז נישט שולדיג." דאס בחור'ל האט זיך אליין געהרג'עט, אליין געשטאכן, א מלאך איז געקומען, דער מלאך המות זעלבסט, וועמען איר ווילט, נאר נישט דער וואס האט געהויבן דעם מעסער און אריינגעשטאכן.

דאס איז ממש ווי די מעשה פון שמעון בן שטח (עיין תוספתא סנהדרין ח, ב). דא ליגט א קערפער פון א יונג קינד, דא ליגט א פארבלוטיגטער מעסער און דא שטייט דער וואס האט אריינגעטריבן דעם מעסער. דארט האט שמעון בן שטח גערופן דעם רוצח, "רשע", און "לא זז משם עד שנשכו נחש ומת". דא אבער איז קיינער נישט שולדיג, מען דארף ניטאמאל קיין תשובה, און די קללה פון א שלאנג איז פאר דער וואס רעדט אויפן רוצח. אז דאס איז נישט סדום זאגט מיר בחרם וואס יא.

אזוי איז עס אבער ווען א געזעלשאפט ווערט קוים ערצויגן, רעדט זיך איין אז זיי זענען די בעסטע און קענען נישט הערן אפילו א האלב ווארט קריטיק אויף זיך (אויסער איבער טעלעפאנען און שייטלען און רעדן ביי חזרת הש"ץ וכדומה). פארדארבענע מנהיגים וואס די ערגסטע געוועלטיגן דורך כוח און געוואלד און די "בעסטע" האבן גע'ירש'נט זייער שטעלע און זענען מיט שוואכע פעאיגקייטן, א געזעלשאפט וואס ווייסט נישט פון קיין דין וחשבון צו זאגן אין קיין שום פעלד, אפילו נישט ווען עטליכע מענשט זענען צעדריקט געווארן צום טויט ביי א לוויה געהאלטן שפעט ביי נאכט. א וועלט וואס האלט זיך אין איין טוישן אויף ערגער אונטער א סלאגאן פון חדש אסור מן התורה וואס פארמיידט פון פארבעסערן, און א געזעלשאפט וואס טיילט איין פאר יעדן זייערע מדרגה אין אידישקייט, נאר פארבאט זיך אליין קוקן אין שפיגל.

לאמיך קלאר מאכן: איך האב נישט קיין אינסיידער אינפארמעישן און איך ווייס נישט מער ווי אנדערע, און לכאורה ווייניגער. דאך האב איך נישט געזען קיין באריכט אז דער חשוד איז א סקיצאפרעניק וכדומה, נאר פארקערט, מען האט באריכטעט אז ער איז א מוחזק פאר געוואלד. איך בין אבער א מענטש, א פאטער, א איד, און איך געהער צו א חסיד'ישער געזעלשאפט און איך בין בארירט ווי יעדער נארמאלער מענטש. איך געדענק ווי ערשטוינט און שאקירט מען איז געווען, און בצדק, ווען לייבי קלעצקי איז דערמארדעט געווארן און אנדערע גרויזאמע פארברעכן ביי אונז, און אויך וויאזוי מיר רעאגירן ווען מען קומט אויף מיט מענטאלע תירוצים פאר די וואס באגיין אזוינע פארברעכן קעגן אונז. איז ווי גרויס איז דער גרויל און הימל־געשריי אז א דיין זאל קענען אזוי שרייבן אויף א חשוד אין א קאלט־בלוטיגן מארד פון זיין זון.

ווען דער דיין זאל טרייסטן די פאמיליע און שווייגן איבער דעם רוצח, וואלט מען אים געקענט פארשטיין. ווען ער זאל אויסווארטן ביז נאכן געריכט, וואלט ער זיכער געווען בארעכטיגט. ווען ער זאל זאגן אפאר ווערטער אז דער ראש המשפחה געפינט זיך נישט דארט און מרמז זיין איבער דער משפחה'ס קלעם, וואלט דאס אויך געווען א גלייכע זאך. נאר ער זאגט דאס אלעס נישט, לא מיניה ולא מקצתיה.

איבער דער טראגעדיע האט ער תורה'לעך נאר איבער דעם רוצח רעדט ער קלאר און גראב. קיין האלב ווארט זאגט ער נישט איבער דעם כאראקטער פונעם בחור, דעם נרצח, נאר ער ווייסט אז דער רוצח דארף ניטאמאל תשובה טון. דער וואס האט געהויבן דעם מעסער און עס אריינגעשטאכן ביי זיין זון פון פערצן יאר אלט איז ווי די אומגליקליכע מאמע וואס האט שלאפנדיגערהייט דערווארגן איר קינד. נישט מיינע ווערטער נאר פון א דיין, רבונו של עולם. פון א בי"ד וואס הייסט "הישר והטוב". פון דעם פסוק ועשית הישר והטוב לערנט מען ארויס לפנים משורת הדין, נאר דער דיין איז נישט גורס והרשיעו את הרשע - בתנאי אז ער איז משלנו.

עד לאן הגענו?

הרב שמואל דוד גרוס
ראש כולל אוהבי תורתך
אב"ד ביה"ד הישר והטוב
רב חסידי גור - אשדוד

ב"ה כ"ג ניסן תשפ"א

לכב' משפ' שיליץ הדגולים והיקרים. האב החשוב וכל בני המשפחה

בימים קשים אלו אנסה לומר מה שנראה לי על ההסתכלות במה שקרה פה שודאי לא הי' במקרה או לדבר שתלוי בבחירה, אלא מהדברים שעליהם נאמר בחז"ל בהדי כבשי דרחמנא למה לך. ועל ר"ע שסרקו בשרו במסרקות ברזל ומשה רבינו שאל ומלאכי השרת שאלו את הקב"ה זו תורה וזו שכרה. וענה לו שתוק כך עלה במחשבה לפני ומסבירים זאת שהמדרש אומר שבתחילה רצה הקב"ה לברא את עולמו במדת הדין. וזה הכוונה כך עלתה במחשבה לפני.

כתוב בתהילים צדקתך כהררי קל משפטיך תהום רבה. חסד ה' גדול כהר, אך המשפטים נעלמים מאתנו כמו תהום.

בפ' השבוע מצינו מיתת בני אהרן. ומשה רבינו אמר לאהרן הוא אשר דבר ה' בקרובי אקדש ועל פני כל העם אקדש [אכבד]. בחז"ל אומר ומביא רש"י שמשה רבינו אמר חשבתי שבי או בך עכשיו אני רואה שהם גדולים ממני וממך. והדברים לכאורה תמוהים שהרי בני אהרן חטאו שהכניסו אש זרה. אלא שיש דברים נשגבים מבינתינו גזירה מלפני שיתקדש השם בגדולים ואז נוטלים מהאדם את הבחירה. ובתו"כ שם איתא שכיון שבא מעשה לידו א[מר] משה אהרן אחי לא מתו בניך אלא על קדושת שמו של הקב"ה שנא' ונועדתי שמה לבנ"י ונקדש בכבודי, כיון שידע אהרן שבניו ידועי המקום שתק וקבל שכר על שתיקתו. מכאן אמרו כל המקבל עליו ושותק סימן יפה לו עיי"ש בהמשך. זה ברור שבניכם נשמה טהורה שבאה לעולם וסיימה את תפקידה ורצון השי"ת שנשגב מאתנו הי' שכך יקרה. הגמ' במגילה ד' ז' מספרת רבה ור"ז עבדו סעודת פורים בהדי הדדי קם רבה שחטיה לר"ז וכו' והדברים מבהילים רבה האמורא הקדוש בשעה שקיים מצות היום ולא הי' בדעתא שחט את חברו ר"ז הקדוש. ורואים שדבר זה קורה אצל אמוראים ג"כ וודאי שאין על זה עונש. ובשו"ת חת"ס חו"מ סי קפ"ג דן באשה שהמיתה את בנה כשלקחתו להניק ונרדמה עם הילד ובקומה משנתה מצאתו ל"ע מת. ופוסק שלא צריכה תשובה היות והיה באונס וחז"ל פטרו מגלות כשהמיתו באונס. ובשו"ת מהר"ם מלובלין בסי' פ"ב, פ"ג, פ"ד, פ"ה ([עמוד] 2) דן שם על מקרים של חטאים דומים באונס וגם כותב בתוך הדברים שאין עליו דין רוצח ומי שיזלזל בכבודו ויבי[י]שו עונשו יהי' מאד קשה וינשכהו נחש בלחישה ואשר יהי' מהפך בזכותו ולעזרתו חושה יזכה לראות בנחמת ירושלים עיר הקדושה.

והנה ודאי שהאב וכל המשפחה צריכים לדעת שזו היא מן השמים לקחת את הנשמה ואין כאן אשמה על אף אדם. ובליקוטי מוהר"ן מזקינכם בתורה קי"ג כותב וז"ל ונפרעין מן האדם מדעתו ושלא מדעתו כי שמעתי בשם הבעש"ט כי קודם גזר דין שבעולם ח"ו מאספין כל העולם אם מסכימים לדין לההוא ואף את האדם בעצמו שנגזר עליו הדין ח"ו שואלין אותו אם הוא מסכים אזי נגמר הדין ח"ו והענין עמוק מאד איך שואלין כל אדם, עכ"ל. יש להאריך בזה עוד איך שראייתינו קצרה וכמו שאדם מבוגר צריך משקפיים אחרות לקריאה ואחרות לראי' מרחוק כי אנחנו מרחוק רואים אחרת את הדברים אבל אם היינו רואים מקרוב שם בשמים הכל אחרת לטובה ובודאי נשמתו של בנכם הצדיק היתה קרבן ציבור לכלל ישראל. ומספרים על הח"ח כשנפטר עליו חתנו בצעירותו בכתה מאד הרבנית. ואמר לה הח"ח אם חתנינו לא הי' נפטר הי' צריך חצי עולם למות ל"ע והוא כיפר במיתתו עליהם. בעל הנחמות ינחם אתכם משברכם בתוך שאר אבלי ישראל ותזכו יחד עם כל כלל ישראל לראות במהרה בנחמת ציון וירושלים. ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די. ויקיצו וירננו כל שוכני עפר.

שמואל דוד הכהן גרוס

מה שכתבתי זה לא רק לחיזוק אלא לפסק הלכה

(הערת המעתיק: שטארקער טעקסט (באָלד) איז מיינס. ביטע לאזט מיר וויסן אז איר באמערקט א טעות און איך וועל פאררעכטן.)
ger1.jpg

Ger2.jpg
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

לוי אראנ'ס פראבלעם איז נישט אז ער האט גע'הרג'עט אן אומשולדיג קינד, נאר ווייל ער גייט מיט קורצע ערמל און א פיר סלייס קאפל און אפשר איז ער נאך א ספרדישער אויך.
וואלט ער געווען א היימישער וואלט מען אים שוין לאנג געמאכט פאר א קדוש, משה מארגערעטן וואלט אויפגעטריבן מיליאנען אויף טשערידי פאר אים, לייביש ליש וואלט גענומען תלמוד תורה קינדערלעך פאר א ברכה ביי דעם געשעצטן ראול מאדעל און מסתמא וואלט ער שוין געהאט א גליון אויך ווי ער וואלט געגעבן חיזוק אין אמונה און בטחון און מוחה געווען אויף שמאלע געפאסטע קליידער.

הרב גראס האט אייגנטליך געטון א טובה פאר'ן דור מיט'ן שענקען די קלארסטע עקסרעי אין אונזער געדאנקענגאנג ווי אלעס איז תורה'לעך און מעשה'לעך און חשדות און סופערסטישענס און פארדאמונג און מחאות, טפשות מיט סברות דוחקות מיט פאראנאויע און באבע תירוצים זענען משמשים בערבוביא, קם רבה ושחטיה לר' זירא שטייט אויפ'ן זעלבן ריכטערס וואג ווי ווען א טאטע מערדוועט זיין אייגן בלוט און פלייש וואס איז מסתמא די סאמע גרעסטע הומאנישע פארברעך וואס א מענטשליכע מח קען זיך מצייר זיין, א רב וואס זאגט אז אפשר זאל מען נעמען דעם וואקסין איז שוין א שטיקל משכיל ווייל וואס הייסט ר' דוד שמידל און ר' יעקב מאיר זאגן מ'זאל נישט נעמען און זיי זענען דאך קעגן גראבן די קברים און אז דו נעמסט די וואקסין ביזטו אזא שייגעץ ווי אברהם סלונים וכת דיליה און אפשר ביזטו שוין אנגעשטעקט אין קאממאן קאור אויך ווייל מ'קען דאך זען פון זייערע ביכער אז קאמאן קאר איז געצילט אריינצוברענגען לאגיק און קאמאן סענס אין קינדער און דאס איז דאך אסור במשהו ווייל אפשר וועט דאס קינד אנהויבן כאפן אז דרייוון א שייגעץ בייק איז נישט ביהרג ועל יעבור און פון דארט וועט ער זיך דערקייקלען צו חלילה קלערן אז אפילו מצאלט נישט קיין מעמבערשיפ פאר די קהלה קען מען אויך באקומען ערב פסח מצות און שאצער מצה בעקעריי פארקויפט גערן פאר יעדן, און פון דארט, ביז מער נישט קויפן התאחדות גראבע זאלץ נאר די זאלץ פון וואלאווע איז דאך שוין ממש א קאצן שפרינג ואחרותו מי ישגה.
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

שליחה דורך קטלא קניא »

רימון האט געשריבן:הרב גראס האט אייגנטליך געטון א טובה פאר'ן דור מיט'ן שענקען די קלארסטע עקסרעי אין אונזער געדאנקענגאנג ווי אלעס איז תורה'לעך און מעשה'לעך און חשדות און סופערסטישענס און פארדאמונג און מחאות, טפשות מיט סברות דוחקות מיט פאראנאויע און באבע תירוצים זענען משמשים בערבוביא, קם רבה ושחטיה לר' זירא שטייט אויפ'ן זעלבן ריכטערס וואג ווי ווען א טאטע מערדוועט זיין אייגן בלוט און פלייש וואס איז מסתמא די סאמע גרעסטע הומאנישע פארברעך וואס א מענטשליכע מח קען זיך מצייר זיין, א רב וואס זאגט אז אפשר זאל מען נעמען דעם וואקסין איז שוין א שטיקל משכיל ווייל וואס הייסט ר' דוד שמידל און ר' יעקב מאיר זאגן מ'זאל נישט נעמען און זיי זענען דאך קעגן גראבן די קברים און אז דו נעמסט די וואקסין ביזטו אזא שייגעץ ווי אברהם סלונים וכת דיליה און אפשר ביזטו שוין אנגעשטעקט אין קאממאן קאור אויך ווייל מ'קען דאך זען פון זייערע ביכער אז קאמאן קאר איז געצילט אריינצוברענגען לאגיק און קאמאן סענס אין קינדער און דאס איז דאך אסור במשהו ווייל אפשר וועט דאס קינד אנהויבן כאפן אז דרייוון א שייגעץ בייק איז נישט ביהרג ועל יעבור און פון דארט וועט ער זיך דערקייקלען צו חלילה קלערן אז אפילו מצאלט נישט קיין מעמבערשיפ פאר די קהלה קען מען אויך באקומען ערב פסח מצות און שאצער מצה בעקעריי פארקויפט גערן פאר יעדן, און פון דארט, ביז מער נישט קויפן התאחדות גראבע זאלץ נאר די זאלץ פון וואלאווע איז דאך שוין ממש א קאצן שפרינג ואחרותו מי ישגה.

דאס דארף מען ליינען בנשימה אחת און ווען מ'ענדיגט זאגט זיך פון זיך אליין, "עשרת..."
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

וואס unorthodox האט איבערגעלאזט האט גרוס ערלעדיגט, זאל איהם זיין צו מצוה.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

וויפיל איך פארשטיי האלט מען אז דער טאטע האט געהאט א פסיקאטישע עפיזאד אדער עפעס אזוי און דאס מיינט דער רב בלשון נקיה וועגן ניטלה הבחירה וכו'. זיינע צושטעלעכצער זענען באמת אביסל מאדנע ער קען פשוט שרייבן השתגע אחזו קורדייקוס וכו'. אפשר וויל ער היטען אויפן כבוד פון איינעם מיט דעם. יש אומרים אז דאס האט געהאט צוטוהן מיטן נעמען נישט ריכטיגע פילן אדער דראגס און לכאורה דאס מיינט ער מיט די קם רבה וכו'.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעיקוואד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

און אפשר האט דער טאטע געהאלטן ביים זיך נעמען דאס לעבן נאכן קומען צו זיך, און ער האט דאס געשריבן אים צו בארואיגן?

למאי נפקא מינא הלכה למעשה די גאנצע בריוו? יא, ער איז א רוצח, פיין. וואס ווייטער? מ'דארף אים יעצט הרגנ'ען?

צונעמען די אנדערע קינדער דארף מען זיכער, אבער אויף דעם גייט דער בריוו גארנישט אויפטון.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

וואס איז דער נקודות הדיון דא?

אויב איז אמת דער טאטע איז משוגע געווארען צו דער פאונט אז ער ווייסט נישט בין טוב לרע און איז נישט אין קאנטראל פין זיינע מעשים, איז דער בריוו יא אין פלאץ אדער נישט?

איך פארשטיי אז דער אמת'ער וויכוח דא איז צו דער מעשה איז טאקע ווי מען לייגט אראפ. דער טאטע איז נארמאל, נאר א כעסן וואס האט זיך צולאזט. און אין זיין רוגזה געשטאכן.

אויב אזוי שפילן די גערער יא גוט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

לעיקוואד האט געשריבן:וויפיל איך פארשטיי האלט מען אז דער טאטע האט געהאט א פסיקאטישע עפיזאד אדער עפעס אזוי און דאס מיינט דער רב בלשון נקיה וועגן ניטלה הבחירה וכו'. זיינע צושטעלעכצער זענען באמת אביסל מאדנע ער קען פשוט שרייבן השתגע אחזו קורדייקוס וכו'. אפשר וויל ער היטען אויפן כבוד פון איינעם מיט דעם. יש אומרים אז דאס האט געהאט צוטוהן מיטן נעמען נישט ריכטיגע פילן אדער דראגס און לכאורה דאס מיינט ער מיט די קם רבה וכו'.


ס'איז די טרענד פון נעבעך א רוצח, נעבעך א מאלעסטער, נעבעך א גנב, נעבעך נעבעך נעבעך וואס קען מען טון. ער פאשלט קינדער אין מקוה, ער איז א "רחמנות", מ'דארף אים העלפן, מ'דארף שנארן פאר אים אין קאנטינענטל, מ'דארף אים געבן שישי ווייל ער איז נעבעך א רחמנות.

ער איז א רוצח, נעבעך נעבעך, ער איז נישט אומשולדיג, קיינער איז נישט שולדיג, ס'איז העכערע זאכן, קם רבה ושחטי' לרבי זירא (בניגון הידוע), ווער עס טראכט אפילו אז אפשר האט דער פארברעכער, אדער די קאמיוניטי אדער זאל נישט אויסגערעדט זיין, אדער די פאמיליע וואס האט אפשר זיך נישט געאיילט צו נעמען שריט צוליב אזעלכע אויסריידן פון מסירה און מבשרך אל תתעלם, ווער עס דערוואגט זיך צו האבן א צל של הווה אמינא אפילו בלויז באישון לילה אז ס'איז דא איינער א יחיד אדער א רבים וואס דארף נעמען ריספאנסבילטי, אזא איינער איז פארווארפן בזה ובבא און וועט נידון ווערן מיט צואה רותחת מעתה ועד עולם.

אויף יעדן האבן אונז זאפטיגע תירוצים און מיר זענען eager צו פארטיידיגן און אינקלאדן נישט קיין חילוק אפילו פון א פארברעכן וואס תסמור שארות אנוש, זולת דער וואס וויל א טראפקעלע מאכן אייגענע באשלוסן אין לעבן און פירן א ווערטשאפט צו זיין אייגענע גיסטע, דארט איז נישטא קיין נעבעך, קיין "שוין וואס קען מען טון", קיין "מ'דארף אים העלפן", קיין "דו ווייסט נישט וואס טוט זיך ביי יענעם, אזא איינעם דארף מען רודפ'ן ביז צום דם התמצית.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך פארשטיי נישט צו דעם נושא דאקטויריש אדער לעגאל אדער מאראליש אדער פאליטיש אדער סאציאלאגיש אדער וואס, אבער בפועל ביזדערווייל זעהט אויס אז דער טאטע איז פארשפארט אין משוגעים הויז און נישט אין תפיסה.

https://www.israelhayom.co.il/article/864635

https://www.ynet.co.il/news/article/HJvWJ7iBu
I have a dream
Martin Luther King ~
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

סא דער שאלה איז נישט דא צו דער טאטע דארף ארויס פריי, דער שאלה איז צו דער גערער דיין איז גערעכט פאר זאגען אז דער טאטע האט נישט געוואוסט וואס ער טוט. למאי נפק"מ? צו אידן זענען רוצחים אדער נישט?

https://listverse.com/2019/10/01/father ... -families/

מען קען זעהן אסאך מעשיות פין גוים וואס ווערען משוגע און הארגענען די משפחה.

לויט דער גערער זענען זיי אלע אומשולדיג אויף רציחה.
אבער וואס איז דער פאונט?
לאמיר זאגן ער איז פטור, מען גייט אים ממילא נישט הרג'נען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ער זאגט דאך פונקט וואס ער וויל, מחזק זיין די משפחה.
אוודאי כדאי דער חיזוק זאל ארבעטן דארף ער שרייבען אז ער זאגט דאס נישט לשם חיזוק נאר ממש א פסק הלכה..
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

בקיצור, פאר די סעיק אוו חיזוק מעג מען זאגן וואס מ׳וויל ווילאנג מ׳רעדט נישט קעגן דעם סיסטעם, דויטשלאנד איבער אלעס.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אבטולמוס האט געשריבן:דער בריוו צו פארטיידיגן דעם רוצח לאזט מיך אן לשון.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

בעצם ווייסט דער רב אז זיי תשובה האט נישט קיין האפט קיין תורה קיין אנושיות קיין הארץ. אבער בהדי כבשי דרחמנא למה לך סאיז דא זאכען וואס א מענטש האט נישט קיין בחירה, ער האט געשריבן באונס, סאיז געווען השבעת הקולמוס און סהאט געשריבן, סאיז לכאורה גווען א גזירה, מטרעפט עס שוין ביי די פריערדיגע אויכעט אז משרייבט נישט צו די זאך.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

עס דערמאנט ליידער פון די גמרא אין יומא כג: אז קשה עליהם טהרת כלים יותר משפיכות דמים. ווי אויך פון [tag]קטלא קניא[/tag]’ס אנאליז אין זיין ארטיקל ״ומשפטים בל ידעום״ אין שבת בלעטל 11 ווי עס פעהלט אין אונזער געזעלשאפט דאס מושג פון אקאַוּנטעבּיליטי. :cry:
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יאפ, קשה עליהם אמונות הכרחיות והחזקת הסיסטעם יותר משפיכות דמים...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

רבותי, איך, גלייך ווי אבטולמוס און זיכער נאך, האב נישט געקענט נאכגיין די נייעס און באריכטן, אבער קאם אן, א טאטע הרג'עט זיין אייגן קינד, איז ער נארמאל???
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: עד לאן הגענו? - פארטיידיגן א טאטענ'ס רציחה פון זיין זון

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

הוי דן את כל האדם לכף זכות גייט לכאורה ארויף נאר אויף אידן שומתומ"צ, ניין?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

שליחה דורך קטלא קניא »

לאמיר איבערשרייבן דער ספר תורה בהסכמת גדולי הדור שליט"א מיט א נייע פרשה פון עגלה ערופה ווען מען ווייסט יא ווער ס'האט גע'הרג'ט.

כִּי יִמָּצֵא חָלָל בָּאֲדָמָה אֲשֶׁר ה' אֱלֹקיךָ נֹתֵן לְךָ לְרִשְׁתָּהּ נֹפֵל בַּשָּׂדֶה וְנוֹדַע מִי הִכָּהוּ. ויצאו הזקנים והדיינים והמו"צים אשר לא עבדו ולא משכו בעול ומדדו פאותיו וזקנו של הרוצח. ונגשו האדמורי"ם כי הם בחרו בהעם לשרתם ואשר על פיהם יהיה כל ריב וכל נגע. ורחצו ידיהם על הבחור ההרוג וענו ואמרו ידי הרוצח לא שפכו הדם הזה הגם שעינינו ראו. אל תכפר לו הדם כי אינו צריך בתשובה ותתן דם נקי בישראל. ואתה תבער הצדק מקרבך כי תעשה "הטוב והישר" בעיני ה'.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קטלא קניא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

א געניט רבי וואלט כאטש איינגעקעשט פון אזא טראגעדיע א חול המועד מעמד עגלה ערופה מיט קאווער בילדער אין אלע רבישע מאגאזינען.

ס'איז א שאד צו פארפאסן אזא גאלדענע געלענהייט לחינוך און כשר ענטערטעינמאנט, חוץ אויב ס'איז אן הלכה'דיגע שאלה אויב מ'קען דא זאגן 'ידינו לא שפכו את הדם הזה' בשם ומלכות (אין ליכט פון דעם רוצח'ס רעקארד מיט דאמעסטיק וויילאנס) און ס'וואלט אויסקוקט ווי ווען דער רבי ציילט ספירה פארן עמוד אן א ברכה.
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

יעדער וואס טוט רציחה זנות און יעדע עבירה איז פסיכיש משוגא
דעס זאגט די גמרא אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות
און עם כל זה איז דא ד' מיתות בי"ד, און מנעמט נישט אן דעם ארגומענט

כגלייב דער רב האט עס געשריבן צו אביסל אראפנעמען די שרעקליכע ווייען און בושות פון די איבריגע קינדער זיינע
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

קטלא קניא האט געשריבן:לאמיר איבערשרייבן דער ספר תורה בהסכמת גדולי הדור שליט"א מיט א נייע פרשה פון עגלה ערופה ווען מען ווייסט יא ווער ס'האט גע'הרג'ט.

כִּי יִמָּצֵא חָלָל בָּאֲדָמָה אֲשֶׁר ה' אֱלֹקיךָ נֹתֵן לְךָ לְרִשְׁתָּהּ נֹפֵל בַּשָּׂדֶה וְנוֹדַע מִי הִכָּהוּ. ויצאו הזקנים והדיינים והמו"צים אשר לא עבדו ולא משכו בעול. ונגשו האדמורי"ם כי הם בחרו בהעם לשרתם ואשר על פיהם יהיה כל ריב וכל נגע. ורחצו ידיהם על הבחור ההרוג וענו ואמרו ידי הרוצח לא שפכו הדם הזה הגם שעינינו ראו. אל תכפר לו הדם כי אינו צריך בתשובה ותתן דם נקי בישראל. ואתה תבער הצדק מקרבך כי תעשה "הטוב והישר" בעיני ה'.


כ'האב געשריבן מיינס איידער כ'האב דאס געזעהן. יעצט האמיר שוין א תחינה פארן מעמד.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

קרעקער האט געשריבן:יעדער וואס טוט רציחה זנות און יעדע עבירה איז פסיכיש משוגא
דעס זאגט די גמרא אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות
און עם כל זה איז דא ד' מיתות בי"ד, און מנעמט נישט אן דעם ארגומענט

כגלייב דער רב האט עס געשריבן צו אביסל אראפנעמען די שרעקליכע ווייען און בושות פון די איבריגע קינדער זיינע


פלוצלונג איז נישט קיין בושה צו האבן א משוגענער אין די משפחה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
פארשפארט