שערורויה מחודשת איבער שייטלעך פון תקרובת ע"ז
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 58
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 06, 2020 4:12 am
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

איך דערמאן זיך ווי א מאל מיט יארן צוריק האב איך אין ערגעץ א פארום געמאכט אן אנשטעל אז מיין שטריימל איז צום מיין גרויסן שטוינונג, לייזיק געווארן.
און כ'האב אזוינס אין מיין לעבן נישט געהערט. כ'האב זיי דערציילט אז כ'האב דערפון גרויס עגמת-נפש. שבת גיי איך דערמיט כמי שכפאו שד. מורא האב
איך אז די לייז זאלן זיך חלילה נישט אריין כאפן אין דער בארד.
כ'האב ביי זיי אויסגעגאסן מיין ביטער הארץ אז איך שעם זיך דערציילן פאר מעטשן. און אליין האב איך געפרובט כל ערליי מיטלען, ס'האט אבער גארנישט
געהאלפן. אז כ'האב דעם שטריירמל אפילו אריין געלייגט אין פריזער אויף א גאנצע וואך, האפענדיק אז די לייז וועלן פארפרוירן ווערן צום טויט, אבער ווי
וואס ווען. זיי האבן זיך אפילו נישט פארקילט.
א קיצער, די מעמבערס, וואוילע אידן האבן זיך משתדל געווען מיך ארויסצוהעלפן מיט די צרה. געגעבן א ים מיט עיצות. זה בכה וזה בכה. צום סוף האב
איך זיי געזאגט אז ס'איז געווען סתם אן אנשטעל. אז די מעשה לא היה ולא נברא. און ס'איז בכלל נישט מעגלעך אז א שטריימל זאל לייזיק ווערן, ווייל לייז
צאפן בלוט און ביי שטריימלעך ווי אויך ביי בערשט האבן זיי נישט קיין חיונה.
נאכן שפיצל הבן זיי מיך באפאלן מיט א רציחה. הלמאי האב זיי צו נאר געמאכט. וואס בין איך שולדיק אז ס'האט קיינער נישט געוווסט אז אזוינס קען זיך
נישט פאסירן.

- הודעות: 130
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
- האט שוין געלייקט: 46 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל
אישתישבי האט געשריבן:דער טאטאלער עקספארט פין האר איז זעכציג מיליאן, דאס איז מיט דעם וואס מענטשן געבן האר פאר געלט.
וויפיל קומט פין טעמפעלס און וויפיל פין געלט? וויפיל טעמפעלס איז דא וואס טוהן דער שניידעכץ?
ב.ד.וו האנג קאנג גיבט ארויס אסאך מער האר ווי אינדיע.
האסט נישט מדייק געווען, זיי שרייבן אז זעכציג מיליאן קומט אריין פון מענטשן וואס שערן זיך אין די בתי עבודה זרה (ברחבי אינדיע), און $6.7 קומט פון די ספעציפישע בית עבודה זרה וואס די ניו יארק טיימס האט אינטערוויועד.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 221
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מ׳קען זאגן אז וויבאלד ס׳איז מיועד להישרף איז די פראבלעם אז כתותי מיכתת שיעוריה און עס באדעקט נישט די האר...
איך פארשטיי אז ביי כיסוי מקומות ערוה איז די געדאנק אי למעשה מיתחזיא או לא, ועיין בברכות כה:
פארשטייט זיך אז אליבא דהר״ן (בנדרים טו:) וואס אסר׳ט יא אפילו במצוה אין א פאל וואו ס׳איז גופו/ה נהנה מן האיסור ע״ש, דארף מען מעיין זיין צי דאס ווערט גערעכענט ווי גופה נהנה. ווי אויך פונעם רשב״א דארט קומט אויס אז וואו ס׳איז שייך מקיים צו זיין די מצוה דורך אן אנדערן אופן זאגט מען נישט דעם כלל ע״ש. דער אבני מילואים (סימן כח ס״ק ס) שטעלט טאקע צאם די צוויי און זאגט אז וואו ס׳איז דא גופו נהנה מן האיסור און עס איז אויך שייך מקיים צו זיין די מצוה באופן אחר, דעמאלטס איז נישט גילטיג דעם כלל פון מצות לאו ליהנות ניתנו ע״ש.
וכמובן וויבאלד דאס איז דאך יא א דאורייתא (ועיין בכתובות עב.) איז ממילא נישט גילטיג דעם בעל המאור׳ס חילוק אין דעם (בר״ה כח.) בין דאורייתא דאמרינן כלל זה ובין בדרבנן דלא אמרינן; דא דארף מען טאקע בעצם יא זאגן דעם כלל.

- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
פארשטאנד האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:דער טאטאלער עקספארט פין האר איז זעכציג מיליאן, דאס איז מיט דעם וואס מענטשן געבן האר פאר געלט.
וויפיל קומט פין טעמפעלס און וויפיל פין געלט? וויפיל טעמפעלס איז דא וואס טוהן דער שניידעכץ?
ב.ד.וו האנג קאנג גיבט ארויס אסאך מער האר ווי אינדיע.
האסט נישט מדייק געווען, זיי שרייבן אז זעכציג מיליאן קומט אריין פון מענטשן וואס שערן זיך אין די בתי עבודה זרה (ברחבי אינדיע), און $6.7 קומט פון די ספעציפישע בית עבודה זרה וואס די ניו יארק טיימס האט אינטערוויועד.
לא דקת. קענסט קוקען אנדערע פלעצער וועסטו זעהן אז דאס איז דער טאטאלער עקספארט פין אינדיע.
אין יענער ארטיקעל שטייט אויך נאר אז אסאך פין דער טאטאלער עקספארט קומט פין די טעמפעלס, דאס מיינט נישט אפילו רוב. איך ווייס נישט וואס דער אמת'ער נאמבער איז, כלומר וויפיל פין אינדיע איז פין טעמפעלס, און וויפיל איז נישט פין טעמפעלס.
עס קען זיין אז מען קען זאגן כל דפריש אפילו אויב רוב האר איז יא פין טעמפעלס, כל זמן אז די פלעצער זענען מער ווי טעמפעלס, כמבואר באחרונים אז מען גייט נאך רוב חניות, נישט רוב בשר, מיט דער תנאי אז דער ספק הייבט זיך אהן נאך די חניות, וואס דאס איז לכאורה דער מציאות ביי די האר.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
real fake news האט געשריבן:בן-עולם-הבא האט געשריבן:א מזל איז אז ס'איז נשטא קיין שאלה אויף די האר פון די שטריימלעך. מען קען זיך בכלל פארשטעלן א סצענע ווי יידן מאכן א פייער און ווארפן אריין זייערע שטריימלעך?
א מזל? סדא זייער א פשוטע סיבה דערצו, די אלע רבנים וואס אסרן שייטלעך גייען מיט שטריימלעך.
הלוואי וואלט מען געהייסן פארברענען די אלע טייערע שטריימלעך, איך ווער שוין נערוועז פון עס דארפן וואטשן אזוי סאך, מ’דארף טשעקן די וועטער צו וויסן וועלכע שטריימל צו גיין, מ’דארף עס איבערמאכן פון צייט צו צייט, וכדומה, ווען מ’קען ווען גיין מיט די אלטע פלאטשיגע שטריימלעך וואלטן אסאך פראבלעמען געלעזט געווארן.