די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 766 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"
לאז ארויס די הנהלה, דו האלטסט מען דארף עם אויסשפארן, פיין. דאס איז דיין דעה, יענער מעג האלטן פארקערט. די גאנצע געדאנק פון קאווע שטיבל איז אז מ'צענזורירט נישט אין די וועלט אריין, ווילאנג איינער האלט זיך צו די תקנות (מער ווייניגער....) מאכט נישט אויס צו ער געפעלט יעדעם.ארי נוהם האט געשריבן:חקרן האט געשריבן:אזוי צו צעשמירן א מענטש, פאר סתם, ווייל דיר האט אנגעכאפט, נאך דא אין קאווע שטיבל, דאס איז א חידוש. א גרעסערע חידוש וועט זיין אויב די הנהלה וועט עס גלאט אזוי צולאזן.
ביידע זאכן זענען נישט קיין חידוש.
פאר מנשה לוסטיג איז נישט קיין חידוש צו בארעדן און צעשמירן א מענטש.
פאר די הנהלה איז נישט קיין חידוש אים צו לאזן לופטערן אזעלכע זאכן, והא ראי', מנשה לוסטיג איז נאכאלס דא אויף ק"ש (בבחינת משלחת וחוזרת, ווי ער טענה'ט אויף עקיבא'ן. והה"ד קוק דיר אין שפיגל, מום שבך וכו', קשוט עצמך תחילה, און דער מאמר הבעש"ט אז כל נגעים אדם רואה חוץ - איז מעצמו)
עס האט מיך אויך נישט געשמעקט וואס און וויאזוי קוויטעל האט געשריבן, [און אוואדי שמעקט עס פון בייעס,] אבער צו דען שרייבט קיינער אזוי?
זייט מוחה, און גיי ווייטער.
און יעדע ניק לכשעצמה. אז איינער איז אויסגעשפארט און קומט צוריק מיט א פרישן ניק וואס האלט זיך צו תקנות, איז נישטא קיין סיבה צו זיין שטרענגער מיט עם.
מארגן שפארט מען אויס רבה"ק ווייל ער שרייבט אפיקורסות לויט איך אויך, און איבערמארגן מעקט מען קורקלענד'ס פאוסטס ווייל ער איז פרא טראמפ.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איתן האט געשריבן:מיט וועלכע היתר איז מען דא מגלה נעמען?
איתן: ביי מנשה לוסטיג גייט עס נישט אן. ווייל, אזוי ווי פאליטיקאנט זאגט. ער איז זיך אליינס מגלה. און דאס איז א טייל פון זיין פערסאנאליטי. און אויב זאכן ארבעטן זיך נישט אויס. (דער עולם האט צופיהל טענות צו איהם.) טוישט ער נעמען. ס'הייסט ער מאכט אויף א נייעם ניק. און אלעס קלאפט ביז ער פארפאטשקעט עס. דורך שרייען און אנזידלען די אנדערע ניקס...!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 106
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 7:41 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:איתן האט געשריבן:מיט וועלכע היתר איז מען דא מגלה נעמען?
איתן: ביי מנשה לוסטיג גייט עס נישט אן. ווייל, אזוי ווי פאליטיקאנט זאגט. ער איז זיך אליינס מגלה. און דאס איז א טייל פון זיין פערסאנאליטי. און אויב זאכן ארבעטן זיך נישט אויס. (דער עולם האט צופיהל טענות צו איהם.) טוישט ער נעמען. ס'הייסט ער מאכט אויף א נייעם ניק. און אלעס קלאפט ביז ער פארפאטשקעט עס. דורך שרייען און אנזידלען די אנדערע ניקס...!
איך האב נישט געזען ווי ער האט געזידעלט און געשריגן אויף ניקס.
כ'מיין די תירוץ איז עפעס אנדערש;
א טייל ניקס דא פלאצן פון קנאה וויאזוי מנשה האט זיך ערווארבן א נאמען ברחבי תבל, וכאן מצא בעל חוב לגבות את חובו...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- ארי נוהם
- שריפטשטעלער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
- האט שוין געלייקט: 1139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
איתן האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:איתן האט געשריבן:מיט וועלכע היתר איז מען דא מגלה נעמען?
איתן: ביי מנשה לוסטיג גייט עס נישט אן. ווייל, אזוי ווי פאליטיקאנט זאגט. ער איז זיך אליינס מגלה. און דאס איז א טייל פון זיין פערסאנאליטי. און אויב זאכן ארבעטן זיך נישט אויס. (דער עולם האט צופיהל טענות צו איהם.) טוישט ער נעמען. ס'הייסט ער מאכט אויף א נייעם ניק. און אלעס קלאפט ביז ער פארפאטשקעט עס. דורך שרייען און אנזידלען די אנדערע ניקס...!
איך האב נישט געזען ווי ער האט געזידעלט און געשריגן אויף ניקס.
כ'מיין די תירוץ איז עפעס אנדערש;
א טייל ניקס דא פלאצן פון קנאה וויאזוי מנשה האט זיך ערווארבן א נאמען ברחבי תבל, וכאן מצא בעל חוב לגבות את חובו...
און ווידעראמאל, פאר דער וואס כאפט נאכנישט און איז גענוג נאאיוו נישט צו זען מיט וואס מנשה איז אנדערש פון אנדערע ניקס, איז גענוג אנצודייטן אויפן נייעם ניק זיינער.
ניין, כ'רעד נישט פון קוויטעל, נאר פון איתן.
און קוקטס ווי דער ... (איינגעהאלטן פון ארויסזאגן זיין טיטל) רעדט פון זיך ווי כאילו ער האט זיך ערווארבן א נאמען, און ווי כאילו סיי ווער פלאצט גאר פאר קנאה.
פלצות התפלצתי. נעבעך.
איך האב נישט קיין כח צו זיין דער פאן טרעגער יעדעס מאל פון פריש, און ערקלערן מיט וואס מנשה איז אנדערש און פארוואס מ'טאר אים נישט טאלערירן. כ'האב עס שוין מסביר געווען עטליכע מאל ביי פריערדיגע סומאטוכעס וואס דער משונה האט אנגעדרייט. דרוש משם והעתיק לכאן.
פאר דער וואס וויל וויסן מיט וואס די "יעצטיגע" תגובה זיינע איז אנדערש ווי רביה"ק צי קורקלענד, איז איין זאך פשוט. לויט תקנות פון סיי וועלכע פארום איז נישט ערלויבט אויסצושמירן א פריוואטע מענטש (נישט קיין געמיינדע פירער) פאר סיי וועלכע אורזאך. איינער וואס האט די חוצפה צו נעמען א מענטש און אים באוואשן און אויסטון נאקעט, דארף ווערן אויסגעשפארט תיכף ומיד מיט אלע זיינע ניקס און מיט זיין איי. פי אדרעס.
דער וואס לאזט אזא איינעם אנגיין, אפילו טאקע מיט "נאך איין שאנס" -כדרכם כסל למו אז יעדעס מאל קריגט דער משונה א פרישע שאנס מיט א נייע ניק- איז פונקט דער מענטש אויף וועם חז"ל זאגן אז כל המרחם על אכזרים סופו להתאכזר על רחמנים.
ער איז א טראלל מימים ימימה, שטעכט און טריצט ניקס ווען און וואו און וויפיל ער קען נאר, און אצינד האט ער גענומען א פריוואטער מענטש און אים פשוט באשמוצט אויף א נידעריגן בעולמם של חרדים/פאליש סטיל. מ'האט רחמנות געהאט אויף אים ביז יעצט, אונטערן ליבעראלן פאלשן מאנטל פון אומצענזורירן און געבן רעכט אנצוהייבן פונדאסניי אד"ג, און ער טוט דער צווייטער האלב פונעם מאמר חז"ל - סופו להתאכזר על רחמנים, נעמענדיג א רחמנות'דיגער איד און פראקט אריין ברבים מיט א געמיינקייט.
עס איז מיר ניטאמאל ניחא צו פירן די מערכות מיט דעם אוממענטש, אבער לדעתי איז טאקע פשוט אוממאראליש צו געבן יעדעס מאל פרישע רעכטן פאר משונה צוריקצוקומען - ביז עס פלאצט פון פריש.
און אז פלמוני וואונדערט זיך "נו, גילוי?!", איז דער ענטפער איינפאך: איך קען נישט קיין איין איי פי אדרעס, איך האב קיינמאל נישט געשמועסט מיט משונה צי מיט קיינער פון זיינע ניקס, און איך האב ניטאמאל געהערט פון אנדערע ניקס אז הוא קוויטעל, הוא ישראל גלויבער, הוא איתן, הוא קנדה, הוא מאנטרעאל, הוא בוטן, הוא עמון, הוא פייסיס, הוא שקד, הוא קוקי, הוא שפילער, הוא כרפס, הוא מנשה לוסטיג.
עס איז אבער יא דא איין שנירל וואס לויפט אדורך אלע זיינע תגובות אין אלע זיינע ניקס, וואס מאכט יעדן דערקענען אז מ'רעדט פון איין אין דער זעלבער משונה מנשה. אלזא, גילוי?! שרייטס אויף מנשה'ן, וואס מאכט יעדעס מאל גילוי אויף זיך אליינס פונדאסניי.
און צו דער וואס וואונדערט זיך אין אישי, הלמאי ווען ס'קומט צו מנשה איז כלומר'שט אלעס מותר, און אז די הנהלה טאר זיך נישט אריינמישן נאר זיך האלטן אביעקטיוו, ביז "ווען איינער טרעט קלאר איבער די תקנות", וויל איך קלארשטעלן:
1. שאנטאזשירן ניקס אין אישי מיט אויסברוכן, איז קעגן תקנות.
2. טראללן מענטשן אין זייערע - צי סתם - אשכולות, איז קעגן תקנות.
3. בארעדן פריוואטע מענטשן אין א פארום, איז קעגן תקנות.
4. נוצן ביליגע שפראך אויף רבנים ומנהיגים, איז קעגן תקנות.
5. שרייבן הין און צוריק מיט פילע ניקס, אז א טראללעריי פאר זיך און איז קעגן תקנות.
וויפיל נאך זאכן דארף דער משונה טון אז עס זאל ווערן אנגערופן אז ער טרעט איבער די תקנות? ווען וועט די הנהלה ענדליך איינזען אז די ערשטע רגע וואס עס שפראצט ארויס א נייער ניק פון משונה - דארף מען אים אויסשפארן אויפן ארט, פשוט צוליב "ההיסטוריה מוכיחה"?! ווען וועט מען זיך כאפן ביים קאפ, אז ליבעראליזם און פלאראליזם וואס באשטייט פון ארייננעמען טעראריסטן ביי זיך אין הויף, איז נישט ליבעראליזם נאר פערדעריי?
ולקינוח, עיעו' (נאר טיילווייזע רשימה):
viewtopic.php?p=457497#p457497
viewtopic.php?p=452823#p452823
viewtopic.php?p=451933#p451933
viewtopic.php?p=449717#p449717
viewtopic.php?p=449746#p449746
viewtopic.php?p=449814#p449814
viewtopic.php?p=451968#p451968
viewtopic.php?p=449827#p449827
viewtopic.php?p=449831#p449831
viewtopic.php?p=426801#p426801
viewtopic.php?p=425703#p425703
viewtopic.php?p=421423#p421423
viewtopic.php?p=463407#p463407
viewtopic.php?p=457162#p457162
viewtopic.php?p=455932#p455932
viewtopic.php?p=453612#p453612
ובך חותמים: viewtopic.php?p=449677#p449677 (ווייניג וואס האט דער באליבטער [tag]כוכב[/tag] געוואוסט וויפיל נייע ניקס, און נייע סומאטוכעס, דער משונה וועט נאך אנדרייען)
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 106
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 7:41 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
קוויטעל האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:איך פארגין מנשה ער זאל מיינען אז יעדער פלאצט פין קנאה. נעבעך.
אבער באמת זענען זיי זייער צופרידן אז ער איז מצליח
זיי זענע נישט! איך קען ארי נוהם פערזעליך, הגם ער ווייסט נישט אז איך קען עהם. ער האט פיינט מנשה שנאת מוות [ער קלערט אוודאי אז מ'ווייסט נישט אז נאך אפאר ניקים דא איז ער אליינס און ער רעדט צו זיך אליינס, הוא מותיב לה והוא מפרק לה... חחח]
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל
אחיי ורעי האהובים, ידידים נאמנים וכו'.
איך בין אויפגעמערקט געווארן אז איך האב עטוואס געגרייזט אין מיין באריכט און איך וויל דאס דא פארריכטן.
ר' יעקב נחום וויינגארטן געפינט זיך נישט אין א לייכטער מצב, די תפיסה וואו ער געפינט זיך איז ווייט פון באקוועם און גוט. ער געפינט זיך טאקע נישט די תפיסה "אינפיערניטא" - וואס באדייט אויף ספאניש "גהינום", אדער אין די שעדליכע "בוקעראן" טורמע, אזוי ווי זיי האבן געוואלט אז ער זאל זיצן, און דאס איז טאקע א חסד ה', ווייל די דאזיגע צוויי טורמעס זענען "אוישוויץ", נאר בלויז אן די גאז-קאמערן, אזאנס וואס לאזט זיך נישט גלויבן אז אין 2021 געפינט זיך נאך אזאנס. פארט איז די טורמע וואו ער זיצט ווייט פון באקוועם און גוט, ער דארף האבן רחמי שמים אויף יעדן טריט און שריט, איך בין נישט פונקטליך באקאנט, אבער כפי השמועה זענען די אמעריקאנע טורמעס גאלד קעגן די בעסטע טורמעס אין יענע מדינות, און ווי אזוי די טורמעס דאהי קוקן אויס דארף מען נישט דערציילן. בקיצור, ס'איז נישט אזוי געשמאק צו הערן און דער אויבערשטער וועט אים אוודאי העלפן.
אויסער דעם האפט מען אויף אלעמען בעסטן, און מען זאל קענען בקרוב מבשר זיין גוטע בשורות.

צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
איתן האט געשריבן:קוויטעל האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:איך פארגין מנשה ער זאל מיינען אז יעדער פלאצט פין קנאה. נעבעך.
אבער באמת זענען זיי זייער צופרידן אז ער איז מצליח
זיי זענע נישט! איך קען ארי נוהם פערזעליך, הגם ער ווייסט נישט אז איך קען עהם. ער האט פיינט מנשה שנאת מוות [ער קלערט אוודאי אז מ'ווייסט נישט אז נאך אפאר ניקים דא איז ער אליינס און ער רעדט צו זיך אליינס, הוא מותיב לה והוא מפרק לה... חחח]
איך מיש זיך נישט אריין... אבער איך מיין אז דו קייקלסט זיך ארויס פון דיין אנאנימער שלייער מיט די סארט תגובות...
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3204
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל
איתן האט געשריבן:קוויטעל האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:איך פארגין מנשה ער זאל מיינען אז יעדער פלאצט פין קנאה. נעבעך.
אבער באמת זענען זיי זייער צופרידן אז ער איז מצליח
זיי זענע נישט! איך קען ארי נוהם פערזעליך, הגם ער ווייסט נישט אז איך קען עהם. ער האט פיינט מנשה שנאת מוות [ער קלערט אוודאי אז מ'ווייסט נישט אז נאך אפאר ניקים דא איז ער אליינס און ער רעדט צו זיך אליינס, הוא מותיב לה והוא מפרק לה... חחח]
כט) אידענטיטעט - א פרואוו אויפצודעקן ווער עס שטייט אונטער א ניק, אדער רעדן פון פרטים פון א ניק'ס אידענטיטעט, אפילו נאר פאר א וויץ, אפילו נאר אויף שפעקולאציע, אדער אפילו מיט'ן שפעקולירן אויף אנדערע ניקס - פארשלאפענע אדער אקטיווע - אז זיי געהערן פאר דעם זעלבן מענטש, איז שטרענג פארבאטן. איינער וואס וועט אויף דעם עובר זיין קען תיכף ומיד אויסגעשפארט ווערן.
ל) טראלס - מיר קענען נישט טאלערירן קיין "טראלס". פאלגנד איז די דעפיניציע פון א "טראל" לויט וויקיפעדיע: "א טראל איז א מענטש וואס זייעט אן מחלוקת אויף דעם אינטערנעט, דורך אנפאנגען ויכוחים אדער אויפרעגן מענטשן, דורך פאוסטן היציגע און אומרעלעוואנטע מעסעדזשעס, אדער מעסעדזשעס וואס האבן נישט קיין שייכות צום שמועס... מיט דער קלארער כוונה צו פראוואצירן לייענער פאר אן עמאציאנעלן ענטפער, אדער אנדערע אופנים פון צעשטערן נארמאלע שמועסן." א טראל האט א נאטירליכער טאלאנט צו גיין צווישן די טראפן, און נישט עובר זיין אויף קלארע פרינציפן. דערפאר, אויב א באדייטנדער צאל אקטיווע מעמבערס און חברי ההנהלה וועלן מסכים זיין אז עמיצער איז א טראל, וועלן מיר אונטערנעמען שריט.