שעפסעל קאנאריק חזן פון פאקופסי
- זיו
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 3:06 am
- האט שוין געלייקט: 575 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
שעפסעל קאנאריק חזן פון פאקופסי
שעפסעל קאנאריק חזן פון פאקופסיhttps://m.youtube.com/watch?v=mQ7pkUZ4Nfg
א פיין שטיקעל קאמידי ווי א חזן גייט אויף פרויבע פון מייקעל ראזענבערג. די שטיקעל חזנות וואס ער לייגט אראפ איז מלא חן, און צוקער זיס.
א חבר מיינער האט עס מיר געוויזען אפאר טעג צוריק. עס איז מיר זייער געפעלען, און איך האב גאר שטארק הנאה געהאט דערפון. האב איך מחליט געווען עס מיטצוטיילען מיטן עולם דא.
איך האב מיך אויך אויסגעלערנעט אפאר זאכן פון חזנות פון דעם זיסען קליפ. בדרך אגב, מען קען זיך צומאל אסאך לערנען פון גוטע קאמעדי.
ער רעדט זייער שנעל, און עס קען זיין שווער צו הערן יעדן ווארט. עס וואלט געווען א שיינע זאך ווען איינער קען אפשרייבען אלעס וואס ער זאגט.
בקיצור וואס גייט פאר אויפן קליפ איז אזוי.
איך! גיין אויף אן אודישען (פרויבע)! בשום אין אויפן נישט. איך בין געווען די חזן פון פאקופסי פאר דריי יאר, מען האט זיך געשלאגן מיך צו הערן. איך האב גראדא אויך געכאפט א פאר פעטש. נאך דריי מינוט מיך הערן איז דער עולם געליגן אויף דער ערד. איך דארף גיין אויף פרויבע! ניין, איך גיי נישט. דער ראש הקהל האט דאך וואטע אין די אויער, ער איז טויב ווי דער וואנט, פאר אים דארף איך געבען אן אוידישען! נאר וואס דען. איך דארף דאך פרנסה. לאל
נאכדעם לייגט ער אראפ א שיינעם שטיקעל אויף, והוא יושיענו. צוקער זיס. וואטשס עס, וועט עטץ הנאה האבן.
נאך'ען וואטשען בין איך געווארן גאר נייגעריק ווער איז דער קאמידעשער חזן, און וואס נאך איז דא פון אים. האב איך געפרעגט גוגל, און באקומען די פאלגענדע. ער האט געהייסען מיקעל ראזענבערג (תר"ס - תקל"ב) און האט געשפילט אויף פארשידענע פלעיס, ווי דער חזן'ס זון, און מזל טוב אידן.
איך האב דאך אבער געוואלט האבן מער אינפארמאציע, האב איך גערויפן א חזן וועם איך קען. זאגט ער מיר אז דער מייקעל ראזענבערג איז א זון פון ר' יודל ראזענבערג וואס איז סוף ימיו געווען רב אין מאנטריאל קאנאדא. דער ר' יודל ראזענבערג האט נאך אינדערהיים פארן צווייטען קריג ארויסגעגעבן די מעשיות פון דער גולם פון פראג. היינט איז אנגענומען אז דער גולם לא היה ולא נברא, נאר ר' יודל האט דאס אליין באשאפן מיט זיין פעדער. פארפאלען, איי געס ער האט געהאט טאלאנט, און דער זון מייקעל האט געהאט פון וועמען צו יורש'נען.
עס איז דא נאך פיינע זאכן פון מייקעל ראזענבערג אויסער שעפסעל קאנאריק. למשל, געציל, זיין פעיווערד קערעקטער. ווער עס קען לינקען צו זיי, און מסביר זיין וואס דארט גייט פאר, וואלט זייער שיין געווען. שכח למפרע!

Re: שעפסעל קאנאריק חזן פון פאקופסי
יא, דאס האט דער טאטע, ר' יודל ראזענבערג געשריבען. ער פארדינט זיך אן אשכול פאר זיך.אישתישבי האט געשריבן:איך מיין אז ער האט געשריבן א איבערזעצונג אויף זוהר צו לשון קודש.
דא האט איר פון וויקיפדייה וועגען אים.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Yehudah_Yudel_Rosenberg
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
'א חזן אויף פראבע' איז א באקאנטע טעמע, א שיינע חלק פון די קלאסיק חזנים האבען זייערע טעיק דערויף.
https://www.youtube.com/watch?v=Ppz9WLV ... JewishFilm
נאך א ווערסיע.
https://www.youtube.com/watch?v=7hChMDq ... AvivIsrael

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- זיו
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 3:06 am
- האט שוין געלייקט: 575 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
Re: שעפסעל קאנאריק חזן פון פאקופסי
שכח! די קענסט מיר זאגען וואס ער זאגט דארט, ס'איז מיר שווער אויפצוכאפען.קורקלענד האט געשריבן:https://m.youtube.com/watch?v=bp3yd57X_mY
- זיו
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 3:06 am
- האט שוין געלייקט: 575 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
Re: שעפסעל קאנאריק חזן פון פאקופסי
שכח! וועגען די ערשטע לינק, לאמיר דיר פרעגען, וואס מיינען די פאלגענדע צווי טערמינען?איך אויך האט געשריבן:'א חזן אויף פראבע' איז א באקאנטע טעמע, א שיינע חלק פון די קלאסיק חזנים האבען זייערע טעיק דערויף.
https://www.youtube.com/watch?v=Ppz9WLV ... JewishFilm
נאך א ווערסיע.
https://www.youtube.com/watch?v=7hChMDq ... AvivIsrael
1. Two-step Melody
2. Black Bottom
- זיו
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 3:06 am
- האט שוין געלייקט: 575 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
Re: שעפסעל קאנאריק חזן פון פאקופסי
דא האט איר דעם גאנצען שטיקעל פון וואס שעפסעל קאנטריק זינגט נאר א טייל דערפון. געזינגען דורך משה עושר.
https://m.youtube.com/watch?v=cn3bThmv_G0

- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
אזויווי דער עולם האלט און איין ברענגען פרישע גאנצע.....
דא האט עטץ די 'גאנצע' צוויי פילע חלקים!
חלק א'
https://m.youtube.com/watch?v=grxxrWfM2u8
חלק ב'
https://m.youtube.com/watch?v=JxYxNgusAOw