זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:הלוואות האבן נישט געקראכט, ווארשיינליך האט איין גרויסע הלוואה פון איינע פון די שיסל שכנים געקראכט.
די זעקס פראצענט זענען מעגליך געלט וואס זענען ארייגעקומען נאכן קראך....
לויט ווי כהאב יעצט געהערט פין איינע פין די באטראפענע איז די אנגעבליכע תירץ וואס מזאגט זיי אז דא רעדט מען פין גניבת פין יארן לאנג, יודן פלעגן ברענגען טירט פארטי טשעקס פאר מ"ל אין אויפטוישן פאר איין גרעסערע טשעק, אין זייער אסאך טשעקס פלעגן קראכן, אין היות ער האט קיינמאל נישט געניצט קיין קאמפיוטער צי האלטן חשבון נאר איז אלעס איז געווען ביי אים אין קאפ, אין ער האט געטוישט פאר יעדעם איינעם, נישט קיין חלק צי ער ווייסט ווער סאיז אדער נישט, האט ער פארלוירן חשבון, אין אסאך גנבים האבן עס גיט אויסגעניצט,
מענטשן פלעגן אלץ מיינען אז ער איז עפעס א דשיניעס וואס געדענקט אלעס פין אויסנווייניג, ביזדערווייל איז ער געווען סתם ציפארן אין פארנאכלעסיגט יודנס געלט,
ביז ווילאנג סאיז געווען געניג געלט אין די קאסע האט מען געקענט שטיפן דעם וואגן אבער איינמאל די באנק האט געפרוירן זיין אקאונט אין ער איז געווארן סטאק, האט ער זיך אראפגעזעצט אין געמאכט א חשבון אין געזען א ריזיגע לאך,
לויט ווי ער זאגט, ווייסט ער א מ"ל האט געמיינט בלויז חסד אין ער האט נישט נהנה געווען פין דעם גמ"ח, אין דאס איז די סיבה וואס ער האט אריינגעלייגט געלט (נישט צי קיין גרויסע סומע) אפילו ער האט געוויסט פין די לויזע ווירטשאפט,
אבער ביזן דערלייגן 94 פראצענט פין דאס געלט ברויך א שטיקל הסבר, אין די וועד העסקנים וואס זענען אריינגעקומען אין פיקטשער נאכן ציזאמפאל געבן נישט ארויס ציפיל דעטאלן וואס דעס ברענגט ארויף די חשד אז א פרישע רונדע גנבים זענען דא אינוואלווד, אדער עכ"פ האבן זיי געהאט אינטרעסע וועמען צי באצאלן אין וועמען צי לאזן פייפן,