איך וויל באדאנקען פאר די אלע וואס האבן זיך ווארעם אנגערויפן צוצוגעבען צום שמועס. איך וויל מאכן א סאך הכל וואס דער עולם האט געשריבען ביז אהער, און צולייגען אביסעל אייגענס
נישט יעדער דא פארשטייט אינגאנצען די ווייטאג פון א בחור וואס וויל זיין גוט, און ערליך, טון וואס מען פארלאנגט פון אים. אבער, זיין גוף איז געזונט און שטארק, און דער תאוה ברענט אין אים אויף אלע באקען. פארשטייצעך, אז דער בחור פאלט אדורך, איינמאל און נאכאמאל. ער ווערט צובראכען און מיואש. עס מאכט אים נפשיות' דיגע פראבלעמען. פאר א גוטע איבערזיכט וואס דאס מיינט קענט איר דא ליינען.
אכטונג, דאס איז געשריבען דורך איינער וואס איז אראפ פון וועג.
https://malimaalah.wixsite.com/offthederechthoughts/post/masturbation-an-otd-ben-torah-s-perspectiveאן עצה וואס געוויסע האבן באמערקט, איז דאס חתונה האבן אינג. פראקטיש פאר היינטיגע צייטן איז דאס נישט, אבער אביסעל אין קורצען וויל איך שרייבען וועגען דעם. האפענטליך וועלן מיינע ווערטער גורם זיין אז איינער זאל דאס געהעריג באשרייבען.
אין הלכה האט חתונה האבן אינג א שטארקען מקור. אין שו"ע אבן העזר א, ג, שטייט, מצוה על כל אדם שישא אשה בן י"ח, והמקדים לישא בן י"ג מצוה. געווען געוויסע צייטן וואס מען פלעגט טאקע אזוי טון, אז מען האט שוין חתונה געהאט פון די דרייצען. מיט איינעם וועם איך האב דורך געשמיעסט דער נושא, זאגט ער מיר,7 אז עס פלעג טאקע נישט קלאפן, און אז די בעלי הלכה האבן עס שוין מבטל געווען. ווער עס איז מער באהבענט אין די נושא איז מכובד עס צו קומען אויסשמוסען.
די הלכה פון ז"ל.
אין פסוק שטייט אזוי. "ויֵּ֣דַע אוֹנָ֔ן כִּ֛י לֹּ֥א ל֖וֹ יִהְיֶ֣ה הַזָּ֑רַע וְהָיָ֞ה אִם־בָּ֨א אֶל־אֵ֤שֶׁת אָחִיו֙ וְשִׁחֵ֣ת אַ֔רְצָה לְבִלְתִּ֥י נְתָן־זֶ֖רַע לְאָחִֽיו: (בראשית פרק לח פסוק ט) לויט דעם פשוטער פשט, איז אונן'ס חטא געווען אז אז ער האט נישט פארגינען א זון פאר זיין ברודער. ער איז געווען א שלעכטער און, אימפארגינער. יעצט קומען חז"ל און זאגען אז אונן'ס חטא איז געווען זרע לבטלה.
מען קען אפלערנען די גמרא אויף צווי וועגן. אדער אז ז"ל איז א דארייתא, אדער אז עס איז נאר א דרבנן, און דער פסוק איז אן אסמכתא.
טאמער איז עס נאר א דרבנן, ווערט די קשיא, פארוואס זאלען זיי וועלען מאכען אזוי איסור? קען זיין אלס גדר צו עריות. אדער, בדרך אפשר, פון דעם וואס חז"ל גלייכען צו ז"ל צו שפיכות דמים איז משמע אז מענטשן פלעגען דש זיין מפנים, און זורע זיין מבחוץ, אלס בורט קאטראל. מענטשען פלעגען זיך אפהאלטן פון האבן קינדער אויף אזוי מין פארנעם, אז חז"ל האבן דאס געזען ווי אן ערנסטער פראבלעם, וואס מען דארף עוקר מן השורש זיין.
למעשה, ביז דערווייל זע איך נאר איין מהלך וואס קען עפעס העלפן, און וואס יעדער קען טון אליין. דאס איז רעדען צו די אייגענע קינדער. זיי לאזען ווייסען אז זיי דארפן זיך נישט שעמען צו רעדען צום טאטען דערוועגען. זיי לאזען ווייסען אז דער טאטע איז דורך דער זעלבער גיהנם. איך וויל הערן צי דער עולם האלט דערפון, און טאמער יא, וואס איז דער בעסטער אויפן עס צו טון.