מנחם ציון האט געשריבן:אבי גערעדט האט געשריבן:, איך בין געווען א קינד און איך בין אויסגעגאנגען צו ליינען אבער ס'פשוט נישט געווען וואס במלא מובן המילה.)
דיס אגרי!
אמאל איז געווען צו "ליינען", היינט איז דא פלענטי צו "קוקן", נישט צו ליינען.
ווען קומט היינט ארויס א נאוועל בוך אין אידיש?
וואו זענען די מנחם מענדל ביכלעך?
די אמאליגע קינדער פלעגן פון פריע יוגנט ליינען הויכע ניווא אידישע ליין מאטריאל, נישט נארישע קאמיקס
---------
לכאורה אויב איינער האט אמאל נישט געהאט קיין נערווען צו ליינען, און היינט איז דא אסאך וואס צו קוקן, פילט ער אז עס איז נישט געווען וואס צו ליינען
אוי זאגסטו גוט, די היינטיגע יוגנט האט נישט דאס נערווען זיך אראפ צו זעצן און ליינען א געשמאַקע 250 בלעטער'דיגע בוך, זיי האבן נישט די נערווען זיך אליינס צו מצייר זיין דאס מעשה, מ'מוז זיי אלעס ווייזן מיט קאמיקס, היינט איז דא אסאך וואס צו זעהן, ווייניג וואס צו ליינען.