א בראך - דער דוכס פין עדינבורג - געשטארבן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

א בראך - דער דוכס פין עדינבורג - געשטארבן

שליחה דורך אישתישבי »

דער פאלאץ פין בוכענהיים האט געלאזט מעלדן אז דער דוכס איז געשטארבן אין רואיגקייט היינט, אין טיפען עלטער פין 99 יאר. דער דוכס, זייענדיג דער מאן פין דער מלכה יר"ה, האט געלאזט א טיפען איינדרוק אויף די גאנצע מלוכה, דורך איבערלאזן דורות ישרים ומבורכים, און מעשים טובים וואס שמם הולך בכל העולם כולו.

די נייעס קוועלער פין ענגלאנד זענען צושאקעלט פין דער שרעקליכע בשורה, און מיט גרויס יראת הכבוד רעדן זיי וועגן זיינע שיטות און שינוים וואס ער האט ברוב חסדו אריין געברענגט צו דער געוועהנליכע פאלק.


דער וועלט קוקט ארויס אויף די מעלדונגען פין די גרויסע לוויה, וואס כאטש דער דוכס האט געלאזט פונקטליכע צוואה וויאזוי זיין לוויה זאל פארקומען, וועט מען עס מוזן משנה זיין אין ליכט פין קאוויד.

ובלע המות לנצח ובא לציון גואל בב"א
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

‏הנסיך פיליפ מת, ולפי צוואתו, כדי למנוע מחלוקת, יקומו עשר חסידויות חדשות עם השמות 'בקינגהאם-לונדון', 'בקינגהם-ארה"ב', בקינגהאם-גייטסהעד', 'בקינגהאם מנצ'סטר' ו'תולדות פיליפ'.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

די מלכה איז אין שפיץ פון עטליכע באזונדערע קעניגרייכן, עס מוז נישט זיין אלע אין בריטיען...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוך דיין קרעפלעך: דער אלטער דוכס פון עדינבורג (פון דערהעים) ע"ה וועלכער האט געוואוינט אין בוכענהיים פאלאץ צוזאמען מיט זיין רביצין, די מלכה עליזאבעטה, לבית המלוכה ווינדזאר יר"ה עמו"ש. האטציך אפגעפעקלט. נאר לאמיר נישט פארגיסן צופיל טרערן איבער זיין פטירה. ווייל ר'איז שוין געווען לאורך ימים אן עלטערער מענטש פון כמעט 100 יאר (ס'האט נאך געפעהלט 2 חדשים). אין קיין מושב זקנים האט ער נישט געוואלט אריינגיין. נאר ביי די בריטישע מלוכה איז עס נישט קיין פראבלעם. ווייל ווהילטשעירס האט ער געהאט פון די בעסטע, שענסטע און טייערסטע. און גבאים, שמשים און באדינערס קען זיך נאך די מלוכה ב"ה ערלויבן ביד רחבה.

אבער אין פארלויף פון זיין גאנץ לעבן, אפילו אין די יונגערע יארן האט מען נישט קיין סאך געהערט פון איהם. הן לטב והן למוטב. ער האטציך זייער ווייניג געמישט אין פאליטישע עניינים. און געלאזט זיין ווייב פיהרן די בריטישע מלוכה. אפילו דאס באנק ביכל פון די משפחה האט ער אויכעט נישט קאנטראלירט.

נאר עפ"י דרך הטבע לויט זיין אפשטאם פון גריכיש- דייטשע אדללייט וואלט געווען נאטירליך אז ער זאלל זיין אן אנטיסעמיט. נאר ער האטציך געהאלטן צו דעם וואס ס'שטייט אין פרקי אבות..."סיג לחכמה שתיקה"... אדער צו שלמה המלך'ס מאמר אין משלי..."גם אויל המחריש, לחכם ייחשב"...! אבער אונז קענמער זיך משער זיין אז קיין איבעריגע סימפאטיע פאר אידן האט ער נישט געהאט. שוין אפגערעדט פאר מדינת ישראל...! ווייל אפילו ווען ס'האט ל"ע באטראפן אן אומגליק דאס אידישע פאלק האט מען קיינמאל נישט געהערט פון איהם אן אויסדרוק פון סימפאטיע אדער רחמנות.

אזוי אז איך (פערזענליך) וויין נישט זייער שטארק אויף זיין פגירה. (אוי, 'עלל איך כאפן פון שבת אחים. ער'ט אפשרייבן 3 גאנצע בלעטער מיט תגובות אויפצו ווייזן ווי אלטמאדיש און צוריקגעבליבן און אומ-וויסנד דער אלטער בעל עגלה איז.

בדרך כלל איז דא אזא מחלה אדער מיחוש צווישן א טייל פון די שרייבערס דא אין קאווע שטיבל וואס הייסט ..."פרע-דזשודיס"... פאר-אורטייל (מיט א קמ"ץ). לכה"פ 3 חשוב'ע אידן האבן מיר געעצה'ט צוריקצוגיין צום באס. ווייל וואס פארשטייט דען א בעל עגלה. און וואס האט ער זיך צו מישן אין עניינים העומדים ברומו של עולם...!

ה"ה דער פילאזאף, אפיקורס און פסעוודא אינטעלעקטואל, הוגה און דער אפגעפארענער, צוריק געווארענער וויזשניצער רבי פון סטעטען איילענד. א דאקטער אויף חסידות. ספעציעל די וויזשניצער גזע. פון נאך פאר'ן העיליגן אהבת ישראל. אויך איז ער א פייער'דיגער, קנאיש'ער סאציאליסט בלבו ונפשו. און לעצטנס אויך דער רוסיש-אפשטאמיגער אייניקל פון אליהו הנביא . בן אחר בן פון די מאמע'ס זייט...! וואס פאררופט זיך אישתישבי. לאל...!

נאר איך ווער ב"ה גאנץ ווייניג נתפעל. ווייל איך בין גרייט אויף אן אינטעלעקטואלן פארהער מיט אלע 3 גרויסע ..."גאונים"... און איך וועלל זיי בעז"ה אויפווייזן וואס ס'הייסט. א פסעוודא-אינטעלעקטואל. און ס'וועט מקויים ווערן וואס די גמ' זאגט (ערגעץ)..."בא ללמד, ונמצא למד"...! און מיר וועללן זעהן ווער ס'וועט נאך ארויסגיין מיט רעשט. אזוי ווי מ'פלעגט זאגן ביי אונז אינדערהעים.

ווידעראום די אמת''דיג וואוילע אידן דא אויף קאווע שטיבל זענען דאך גאר טייער און חשוב און גרויסע בעלי מידות טובות. ואי אפשר (וגם אין צורך) לפורטם כי רבים הם. אזוי ווי רש"י הק' זאגט אין פ' שמיני (די וואכעדיגע סידרה) אז נאר די חיות ועופות טמאים וועלכע די תורה רעכנט דא אויס זענען טמא. אבער די רעשט (רוב) זענען טהור ומותר לאכילה...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

לאמיר זיך איבערבעטן ר' בערל, איך האב נישט געמיינט אייך צו באליידיגן, איר קענט שרייבן וואס איר ווילט. איך האב נאר געוואלט אייך מעורר זיין, אז ווען איר אליין זענט מעיד אז איר לערנט נישט כמעט קיין גמרא, און אייערע ידיעות אין ש"ס קומט פין אייער בחורישע יארען אין ישיבה קטנה, מאכט נישט קיין סענס איר זאלט זאגן אז א געוויסע גמרא וואס געפעלט אייך נישט, האט גאר א לץ אריין געשטעלט.

כלומר, איר וואלט אויך נישט געוואלט זיך פארלאזן אויף דער פסק פין א דיין וואס האט געלערנט דער הלכה פערציג יאר צוריק דער לעצטער מאל.

אזוי אויך, צו זאגן אז א געוויסע גמרא קומט נישט פין רבינא און רב אשי, דארף מען זיין איינער וואס קען די לשונות אין ש"ס און פארשטיין אז אזא סארט גמרא קומט נישט פין זיי.

קיינמאל האב איך נישט געזאגט אז איר קענט נישט זאגן א דעה אין סיי וועלכע ענין.

בתקוה להבנה.

דערווייל, זענט איר געווארען אויפגעברויזט אויף מיר, און איר שימפטַ און שעלט מיינע נייע רוסישע זיידעס ( וואס האבן זיי אייך געטוהן? אונזערע זיידעס קענען זיך אליין פייטען).
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אישתישבי: איך בין דיר מוחל בלב שלם (און אויפהערן זיך אפרעדן אויף דיינע מכלומרש'ט רוסישע זיידעס. ווייל איך האב ליעב א יעדן איד. נאר ווי ס'זעהט אויס אז דו האסט צו ערנסט אנגענומען א טייל פון מיינע רייד. איך לערן ב"ה היינט גמרא/תוספות. און איך וועלל אי"ה ווייטער לערנען. אפשר האביך געשריבן א ביסל בדרך עניוות. אבער דאס מיינט נישט אז איך בין אן ע"ה ח"ו. און איך קען נישט לערנען אפילו פון א געפינטל'טע גמרא אויף אידיש...!

אויסערדעם. אויב דו וואלסט געלערנט יענע שטיקל גמרא, וואלסטו אויך (כמעט זיכער ) געקומען צו די זעלבע מסקנא. אז אפיקורסים און רשעים האבן עס בכוונה אריינגעלייגט. ווייל רש"י איז מסביר א ביסל פריער אין די גמרא פאר וואס די חכמים האבן אזוי גערעדט. און בכלל זיך אויסגעטענה'ט מיט די מטרוניתא...! אבער דער שטיקל גמרא פון וואס איך האב גערעדט איז שוין נאכדעם. מער ווילל איך נישט אריינגיין אין קיין פרטים. ווייל איך שעם מיך דאך א ביסל. זיי מוחל קוק נאך די גמ' דארט. דעם גאנצן עניין וועסטו אפשר בעסער פארשטיין וואס איך האב געמיינט...! ואיתך הסליחה. נאר אויף דעם פילאזאף און אפיקורס הוגה ביניך ווייטער ברויגז...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ב"ה ביסט מיר מוחל, דער זכות פין דוכס זאל דיר ביישטיין.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »


א"ר יוחנן איבריה דר' ישמעאל [בר' יוסי] כחמת בת תשע קבין אמר רב פפא איבריה דרבי יוחנן כחמת בת חמשת קבין ואמרי לה בת שלשת קבין


די רעדסט פין דער גמרא?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אישתישבי: יא. וואס איז דאס גערעדאכץ? ווי גרויס זיין מעשה איז געווען...! ס'איז נישט דא קיין שום ריעזן פארוואס מ'זאלל דאס אויסשמועסן...! קיינער האט נישט געפרעגט...! און די חכמים האבן נישט גערעדט סתם אזוי, אין די וועלט אריין..,.! וה' הטוב יכפר...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי: יא. וואס איז דאס גערעדאכץ? ווי גרויס זיין מעשה איז געווען...! ס'איז נישט דא קיין שום ריעזן פארוואס מ'זאלל דאס אויסשמועסן...! קיינער האט נישט געפרעגט...! און די חכמים האבן נישט גערעדט סתם אזוי, אין די וועלט אריין..,.! וה' הטוב יכפר...!


האסט געהאט געברענגט א ראי' אז דער גמרא איז פאלש ווייל עס נישט דא קיין רש"י אויף דער גמרא.

איז ילמדנו רבינו, עס איז דא תוס' אויף דער גמרא, תוס' זאגט אז פאר דעם פארציילט דאס די גמרא ווייל כדי נישט מוציא לעז זיין אויף זייערע קינדער אז זיי זענען ממזרים.

תיובתא דר' בערל.

און פליז זאג נישט אז תוס' איז אויך פאלש.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אישתישבי: דו זאלסט מיר אנטשולדיגן. יו מיסס'ד דהע פוינט. איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז מיין ראיה אז די גמרא איז פאלש איז ווייל ס'נישטא קיין רש"י אויף דעם. וואס וואלט רש"י געזאגט פונקטליך? אין אינטשעס אדער סענטימעטער...!.

איך האב געזאגט..."מילא אין אנהייב (ביים ויכוח מיט די מטרוניתא.) האבן די חכמים אזוי גערעדט. וויל זיי האבן נישט געוואלט אז זי זאלל מוציא לעז זיין אויף זייערע קינדער. אבער דער 2'טער שטיקל (איבער וואס איך טענה אז ס'איז פאלש) איז שוין נאכדעם. און ס'ווערט נישט דערמאנט אין די גמ' אז איינער זאלל פרעגן איבער דעם...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי: דו זאלסט מיר אנטשולדיגן. יו מיסס'ד דהע פוינט. איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז מיין ראיה אז די גמרא איז פאלש איז ווייל ס'נישטא קיין רש"י אויף דעם. וואס וואלט רש"י געזאגט פונקטליך? אין אינטשעס אדער סענטימעטער...!.

איך האב געזאגט..."מילא אין אנהייב (ביים ויכוח מיט די מטרוניתא.) האבן די חכמים אזוי גערעדט. וויל זיי האבן נישט געוואלט אז זי זאלל מוציא לעז זיין אויף זייערע קינדער. אבער דער 2'טער שטיקל (איבער וואס איך טענה אז ס'איז פאלש) איז שוין נאכדעם. און ס'ווערט נישט דערמאנט אין די גמ' אז איינער זאלל פרעגן איבער דעם...!


אקעי.

און למעשה איז דא א תוס' וואס איז מסביר די גמרא ַַאלץ הוצאות לעז אויך.

זאגסטו אז דער לץ האט אריין געשטעלט די גמרא זייער לאנג צוריק, און תוס' וואס איז ביזי מעקען גמרות מער ווי די האסט געמעקט דיינע תגובות, איז נישט איינגעפאלן אז עס איז פאלש, עד שבא בערל און האט מגלה געווען דער גרויסע סוד, דער גמרא איז פאלש?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

קוק אביסל דא וועסטו זעהן אז די גריכישע האבן געהאלטען אז א קליינע אבר איז א סימן פאר חכמה, ווידער א גרויסע אבר איז א סימן פאר בהמה'שקייט. אין קבלה איז דער אבר א סימבאל פין השפעה. טאמער די חכמי הש"ס האבן געהאלטען ווי די שפעטערע מקובלים, און זיך געקריגט אויף דער מושג פין חכמי יוון און רום, איז פארשטענדליך די מחלוקת פין די מטרנותא מיט די חכמים, זיי טענה'ן זיך אויב א מענטש וואס ליגט אין אכילה אזויפיל, אז ער איז אזוי גראב אויב ער קען בכלל זיין אן אינטעלעקטואלע מענטש, און אויף דעם ענטפערן זיי אז לא די זיי עסען אסאך, נאר זיי האבן א גרויסע אבר אויך און זיי זענען מחדש אינטעלעקטואלע חידושים אויך.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

א בראך - דער דוכס פין עדינבורג - געשטארבן

שליחה דורך אמת וצדק »

berlbalaguleh האט געשריבן: עפ"י דרך הטבע לויט זיין אפשטאם פון גריכיש- דייטשע אדללייט וואלט געווען נאטירליך אז ער זאלל זיין אן אנטיסעמיט. נאר ער האטציך געהאלטן צו דעם וואס ס'שטייט אין פרקי אבות..."סיג לחכמה שתיקה"... אדער צו שלמה המלך'ס מאמר אין משלי..."גם אויל המחריש, לחכם ייחשב"...! אבער אונז קענמער זיך משער זיין אז קיין איבעריגע סימפאטיע פאר אידן האט ער נישט געהאט. שוין אפגערעדט פאר מדינת ישראל...! ווייל אפילו ווען ס'האט ל"ע באטראפן אן אומגליק דאס אידישע פאלק האט מען קיינמאל נישט געהערט פון איהם אן אויסדרוק פון סימפאטיע אדער רחמנות.

אינטערסאנט אז די מאמע פון פרינץ פיליפ - פרינצעס עליס, האט געוואוינט אליין אן איר מאן אין גריכנלאנד ווען די צווייטע וועלט מלחמה האט זיך אנגעהויבן, און האט געראטעוועט אידן דורך זיי באהאלטען, יד ושם האט איר אנערקענט אלץ איינע פון די חסידי אומות העולם, און ווען מען האט איר דאס באטיטולט האט זיך פרינץ פיליפ באטיילוגט ביים צעראמאניע אין יד ושם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אמת וצדק: אבער די אלע מענטשן? פון גריכישן אפשטאם וואס איך קען, זענען אלע אן אויסנאם אפענע אנטיסעמיטן. און שעלטן אידן...!
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

למעשה האט דער דוכס געהאט א גרויסע אדער א קליינע?

:lol: :lol:
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:למעשה האט דער דוכס געהאט א גרויסע אדער א קליינע?

:lol: :lol:


אשפגתנו
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: א בראך - דער דוכס פין עדינבורג - געשטארבן

שליחה דורך תוהו ובוהו »

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:למעשה האט דער דוכס געהאט א גרויסע אדער א קליינע?

[emoji38] [emoji38]
למאי נפקא מינה? לקידושי אשה.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
פארשפארט