שמעקעדיג האט געשריבן:איתן האט געשריבן:דער אמרי חיים זצוק''ל האט געזאגט אויף עהם, משה בער האט הייליגע אויגן אבער א שמוציק פיסק
דער הייליגער אמרי חיים האט קיינמאל נישט געזאגט אזא אויסדרוק!
הלכה פסוקה!
דורש אמת האט געשריבן:ער איז געווען א תלמיד חכם שאין בו דעת און ער איז ניט שולדיג. געוועזן נעבעך א תינוק שנשבה. זאל ער רוען אין גן עדן. טראצדעם וואס ער האט געברענגט א חורבן פאר זיינע נאכפאָלגער און פאר זיינע תלמידים ושומעי לקחו.
איך בין ניט דער בני יששכר וואס האט מתפלל געווען אז כאטשיק דער דעסויער איז געווען א פרומע נשמה זאל אים גאט אריינשליידערן אין שאול תחתית און בכלל האט ער, ר' משה בער, ווייט ניט געהאט אזא השפעה ווי רמבמ״ן.
שמעקעדיג האט געשריבן:איתן האט געשריבן:דער אמרי חיים זצוק''ל האט געזאגט אויף עהם, משה בער האט הייליגע אויגן אבער א שמוציק פיסק
דער הייליגער אמרי חיים האט קיינמאל נישט געזאגט אזא אויסדרוק!
ארי נוהם האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:איתן האט געשריבן:דער אמרי חיים זצוק''ל האט געזאגט אויף עהם, משה בער האט הייליגע אויגן אבער א שמוציק פיסק
דער הייליגער אמרי חיים האט קיינמאל נישט געזאגט אזא אויסדרוק!
פשוט אז דער אמרי חיים האט עס קיינמאל נישט געזאגט; נאר איינער מיט א שמוציג פיסק, וואלט געזאגט אזא זאך.
א איד א ת"ח מופלג, ווי מען קען זעהן פון זיינע ספרים. ער האט יעדע זאך מברר געווען פאר זיך און קיינמאל געכאפט און געטוהן ווילדערהייט ווייל ס'פרומקייט האט אים געטריבן.
איש צדיק תמים, א איד וועלכער האט געטוהן אייביג וואס ער האט געשפירט פאר ריכטיג, אבער מיט א אויסטערלישע ריינקייט און הכנעה. ער איז טאקע באוואוסט מיט זיינע מערכות מיט א שארפקייט ווען ער האט געהאלטן אז עפעס איז וויכטיג, אבער ער האט 'קיינמאל' אטאקירט אדער אראפגעריסן דעם פערזאן, אפגעזעהן וואס ער האט געהאלטן אויף אים.
אסאך פון די מערכות קעגן אים זענען געווען פון אזוינע וועלכע האבן זיך געשפירט געטראפן ווען ער האט עפעס גערעדט וואס האט זיי געמאכט פילן אומבאקוועם, און זיי האבן אים אראפגעריסן ברבים (כ'רעד פון יחידים, נישט ח"ו גדולי ישראל) און אפטמאל אויף זאכן וואס ער האט קיינמאל געטוהן און זיך גאר סולד געווען דערפון, אבער ער האט קיינמאל נישט צוריקגעשריגן אדער פארפירט. געטוהן את אשר לו, און געגאנגען ווייטער.
זיין יראת שמים און זהירות במצוות איז געווען אויף א מאסשטאבליכן פארנעם, און ווער עס האט געזעהן ווי דער איד גייט זיך אום ווען ער איז אויפן גאס אדער גאר אין א חתונה זאל (ביים גיין נאך געלט, שטיל און באשיידן, אדער אין די פריערדיגע יארן ביים משמח חתן זיין מיט א ברען און אייפער), האט געזעהן אז ער מיינט נישט קיין מאנקי ביזנעס. זיין גאנצע וועזן האט אויסגערופן העכערקייט און ערליכקייט.
זיינע שבת סעודות זענען געווען א שם דבר, און די תלמידים פון נועם אלימלך האבן געוויס אסאך צו פארציילן דעריבער. געפראוועט מיט א העכערקייט און פלאקער, אבער מיט אן ענוות חן און פרייליכע שטימונג.
חבל על דאבדין ודלא משתכחין.
איי, אזא אצילות און איידלקייט, אן ענוותן ושפל ברך, ווען מ'האט גערעדט מיט אים האט מען געשפירט אז ער איז כל כולו לה', זיינע מדות טובות איז געווען צו באוואונדערן, אינדערצייט וואס מענטשן האבן אים באזידלט אין פנים אריין האט אויסגעקוקט ווי נישט אים מיינט מען.
נישט קוקנדיג אויף זיינע שטעלונגען אין געוויסע ענינים, זענען זיינע ספרים געשריבן געווארן פון אן אמת'ע הארץ, און ס'איז קענטיג ווען מ'קוקט אריין דערין.
עס זאגט זיך ריכטיג אויף אים הצדיק אבד לדורו אבד.
דער איד האט פון זיך גארנישט געהאלטן, אלעס האט אים געפאסט, פלעגט ארום גיין נאך דאלערס ביי חתונות נאך צדקה געהאט רעספעקט פאר יעדן איד נישט קיין חילוק זיין עלטער, ער האט אויסגענוצט יעדע רגע פון זיין טאג אויף עבודת ה' געשריבן טויזענטער בלעטער אין תורה און השקפה. ליידער ביי די גרויסע שריפה ביי אים אינדערהיים איז רוב פון די אלע זאכן פארברענט געווארן.
ער האט אין זיין לעבן נישט וויי געטוהן א פליג אויף די וואנט, אלעמאל איז ער געווען גוט אויפגעלייגט און ארום געגאנגען מיט א שמייכל און רואיגקייט אויף זיין לעכטיגע צורה, ווען ער האט גערעדט איבער קנאות איז עס געווען ווייל עס האט געברענט אין אים וואס די רשעי ישראל טוהן פאר כלל ישראל, ער האט נישט קיינמאל עפעס געטוהן אדער געזאגט ווייל ער האט געהאט פאליטישע חשבונות אין די זייט, אפילו אויף זיינע עלטערע יארן פלעגט ער אנגיין ווי א לייב, ווי א אינגערמאן.
זיין רעדן איז יעדע ווארט געווען געמאסטן און געוואויגן, עס האט זיך געקענט דאכטן אז ער רעדט ארויס פון א אנגעגרייטע צעטל ווארט ביי ווארט.
ווען ער האט גערעדט פון אידישקייט ענינים האט ער אויך זיך געהאלטן און שטענדיג נאר גע'חזר'ט די יסודות "וואס איז א איד" "וואס איז אונזער ציל אויף די וועלט" מיט די זעלבע ווערטער וואס ער האט שוין געהאט גערעדט הונדערטער מאל און די פארגאנגענהייט. ביי אים איז געווען א יסוד שטענדיג צו חזר'ן די יסודות, ווייל אויב דאס איז נישט קלאר פארן מענטש קען מען נישט גארנישט בויען אויף דעם.
זיין גאנצע וועזן האט אויסגערופן איידלקייט און העכערקייט, אין מיינע אויגן איז ער געווען א מענטש וואס האט אסאך באהאלטן פון זיך און פון זיין עבודה.
איינע פון זיינע פילע ספרים איז די ספר "יסודות של בית יהודי" וואס האט הערליכע הסכמות און איז טאקע געווען שטארק פארשפרייט ווען עס איז ארויסגעקומען, זייער קלארע און שטארקע יסודות פאר יעדן ערליכע איד. האט הסכמות פון קראסנא רב, פאפא רב, קאשוי רב, קארלסבורגע רב, ראב"ד סאטמאר, מאנטעווידעא רב מיט וועם ער איז געווען שטארק בידידות, און פון נאך פילע אנדערע.
איינער זאגט מיר וואס ער איז דארט געווען בשעת מעשה. ווען ר' משה בער איז אריין צום טאהשער רבי זצ"ל, איז טאהשער רבי זצ"ל געזעצן מיט צוגעמאכטע אויגן, און ווען ר' משה בער איז אריין האט ער זיך אויפגעשטעלט מלא קומתו אן זעהן ווער עס איז יעצט אריין געקומען!
דער רבי אין טאהש זי"ע האט אים גאר שטארק מקרב געווען און שטארק מכבד געווען. דער אויסרוף פון ר' אלימלך זוסמאן ביים טיש "ר' משה בער בעק" קלינגט מיר נאך אין די אויערן. צו דער רבי האט געוואלט ער זאל זיך מער ארויפריקן, אדער זיך בכלל אראפזעצן צום טיש, צו ביי די שיריים וכו'.
דאס איז נישט ממש א וואונדער, ווייל כולי עלמא מודי ווער עס האט אים געקענט נאך פון וויזשניצע ישיבה, אז ער איז געווען א אויסגעהארעוועטע איד, א גרויסער תלמיד חכם ומתמיד בתורה, און א ירא שמים.
אשרי איש ירא את ה'. מורא געהאט פאר אן עבירה ווי פון פייער, קיינמאל נישט אויפגעהויבן די ריינע אויגן, הייליגע מדות, אויסגעהארעוועטע גוף, נישט געגעסן נישט געשלאפן, געריסן פון זיך שטיקער, האי חסיד האי עניו.
ארויסגייענדיג איינמאל פון א דרשה אין יאנג איזראעל/וויען סקול וומסב"ג, האט מיר א איד געזאגט "זעסט, ער איז נכלל אין חובת הלבבות אין שער התשובה פרק ו' 'ועל הדרך הזה ימצא בכל הדורות ובכל הארצות לא יחסר קורא אל האלקים ואל עבודתו ומורה את תורתו'
איך קען נישט גלייבן וואס איך זעה דא.
אזא צדיק געווען. אזא שטיק ערליכקייט. אזויפיל געוואוסט און פארשטאנען אין די יסודות הדת. ממש א לעגענדארער מענטש לויט מיין אפשאצונג. די מתינות זיינע, די אמת'דיגקייט און פשטות. ווער קען דען האבן א ידיעה איבער זיין געהויבענע פנימיות. ער האט זיכער אראפגעברענגט א שטיק קדושה וטהרה אויף די וועלט. וויפיל איך האב מיך מחזק געווען מיט זיין ספר 'חזק ואמץ'. די שטארקע ערליכקייט. ערליך!
איך געדענק איך בין געווען א בחור'ל, ער האט זיך אראפגעזעצט מיר מסביר זיין עפעס א ענין, מיט אזא געוואלדיגע גוטסקייט. אוי ר' משה בער, ר' משה בער. מיר האט זיך געדאכט אז ער האט געשמעקט פון גן עדן.
וואס זאל איך זאגן.
זיינע ספרים זענען ב"ה געבליבן. זיך מחזק צו זיין אין אמונה. עס קלינגט מיר נאך אין די אויערן "אמונה" וואס ער פלעגט זאגן מיט געבן אזא פארמאך די אויגן.
ווער דארף רעדן פון יעדע זאך וואס ער האט געטון צי עס איז געווען גוט צי נישט. וואס א חילוק. דער עיקר איז וואסערע מין ערליכקייט ער איז געווען.
אבד חסיד מן הארץ.
וי להאי שופרא.
איך האב אים אמאל באגעגנט אלס בחור, און מיט אזא נעימות מיר געלערנט די שיטה פון רביה"ק, ער האט מיר דאן געזאגט בתוך דבריו אז די וועלט איז בייז היתכן ער פארט קיין איראן, אבער עס איז ביי אים נישט קיין ספק אז אויב וואלט ער געלעבט ביים קריג וואלט ער געפארן זיך טרעפן מיט היטלער ימ"ש.
ווער עס איז אריין אין ביהמ"ד האט געקענט טאפן די אמונה פשוטה און ערליכקייט. שטייענדיג דארט האט מען געהאט א געפיל פון קנאה פארוואס איך האב נישט זיין דרייסטקייט, ווער רעדט נאך פון די סיינס וואס האבן אויסגערופן אז דער וואס האט מחשבת ציונות זאל נישט האבן קיין דריסת הרגל...
א גדול בתורה און א מתמיד, פלעגט פארן מיט היטשעס און מיטן באס מיט די הייליגע טראגע.
מחנך געווען א דור פון אינגע סאלדאטן אנע פשרות בקדושה וטהרה.
אוי מי יתן תמורתו! א שאד אויפן יונגען דור וואס וועלן נישט זוכה זיין...
דורש אמת האט געשריבן:דער אמרי חיים האט געזאגט ״ער האט שוין 6 יאר הייליגע אויגן״. דאס אנדערע האט מען שפעטער צוגעלייגט. ער איז ניט ארויס פון בנין הישיבה פאר גאנצע 7 יאר.
לויט וואס מיר האבן מקבל געווען, בשעת די פרשה פון די נידחים איז ער געווען א חברותא מיט רבי משהלע און מע האט אים ניט ארויסגעווארפן. איז ער צוגעגאנגען צו ר משהלע מיט א טענה מה פשעי ומה חטאתי? פארוואס האט מען מיך ניט ארויסגעווארפן?
— קענסט גיין…
און ער איז געגאנגען.
ריכטיג האט געשריבן:שבת ביסט מיסאינפארמירט.
ר' משה בער האט מען נישט געווארפן, ער איז אליינס געגאנגען. ער איז געקומען פרעגן די ישוע"מ מה חטאי ומה פשעי אז מען ווארפט מיך נישט. דער ישוע"מ האט איהם מוחל געווען פונעם ערשטן מינוט וויסענדיג אז ער מיינט עס ערנסט באמת.
דורש, איך קען נישט כאפן אויף וועלכע קאנטינענט איר זענט. שבת, קען זיין אז איר האלט שבת ווייניגער ווי פינף און צוואנציג שעה. אבער ביטע שרייבט נישט דא אום שבת קודש, א דאנק.
דורש אמת האט געשריבן: ווען דער חבר הכנסת מנחם פרוש איז אנגעקומען קיין לאנדאן צו א חתונה אין די משפחה פון שלום מאיר גראהמאן איז ר משה בער מיט אפאר נ. ק. חברים געפארן אים מקבל פנים צו זיין מיט א שפיי אין פנים… זיין בארד איז אנגעפולט געווארן מיט שפייעכץ. צווישן די גרופע חברים האט זיך געפונען ר אברהם גראהמאן א ברודער פונעם בעל שמחה. (בצלם אלקים עשה אותו. כל מי שאינו בדרך ארץ אינו מן היישוב. אם אין דרך ארך אין תורה)
שבת אחים האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:שבת ביסט מיסאינפארמירט.
ר' משה בער האט מען נישט געווארפן, ער איז אליינס געגאנגען. ער איז געקומען פרעגן די ישוע"מ מה חטאי ומה פשעי אז מען ווארפט מיך נישט. דער ישוע"מ האט איהם מוחל געווען פונעם ערשטן מינוט וויסענדיג אז ער מיינט עס ערנסט באמת.
דורש, איך קען נישט כאפן אויף וועלכע קאנטינענט איר זענט. שבת, קען זיין אז איר האלט שבת ווייניגער ווי פינף און צוואנציג שעה. אבער ביטע שרייבט נישט דא אום שבת קודש, א דאנק.
דו ביסט מיסאינפארמירט!
איך האב גערעדט צו צענדליגער מענטשען וואס האבן דאס מיטגעהאלטן בתוכם מיין פאטער...
ער האט אנגעדרייט די גאנצע מרידה!
דו זאגסט אז ניין???
ריכטיג האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:שבת ביסט מיסאינפארמירט.
ר' משה בער האט מען נישט געווארפן, ער איז אליינס געגאנגען. ער איז געקומען פרעגן די ישוע"מ מה חטאי ומה פשעי אז מען ווארפט מיך נישט. דער ישוע"מ האט איהם מוחל געווען פונעם ערשטן מינוט וויסענדיג אז ער מיינט עס ערנסט באמת.
דורש, איך קען נישט כאפן אויף וועלכע קאנטינענט איר זענט. שבת, קען זיין אז איר האלט שבת ווייניגער ווי פינף און צוואנציג שעה. אבער ביטע שרייבט נישט דא אום שבת קודש, א דאנק.
דו ביסט מיסאינפארמירט!
איך האב גערעדט צו צענדליגער מענטשען וואס האבן דאס מיטגעהאלטן בתוכם מיין פאטער...
ער האט אנגעדרייט די גאנצע מרידה!
דו זאגסט אז ניין???
איך האב עס געהערט פון צוויי נדחים (כ'שיק דיר די נעמען אין אישי), יוקל ווייס דערמאנט עס אויך אינעם טעיפ הידוע.