הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
איתן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 7:41 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך איתן »

שמעקעדיג האט געשריבן:
איתן האט געשריבן:דער אמרי חיים זצוק''ל האט געזאגט אויף עהם, משה בער האט הייליגע אויגן אבער א שמוציק פיסק

דער הייליגער אמרי חיים האט קיינמאל נישט געזאגט אזא אויסדרוק!

הלכה פסוקה!
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

כהאב אים געקענט, געווען מופרש מעולם הזה. ער איז געווען אן עקזעמפעל פון אן "איינסער"פון די עניגרעם.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

דורש אמת האט געשריבן:ער איז געווען א תלמיד חכם שאין בו דעת און ער איז ניט שולדיג. געוועזן נעבעך א תינוק שנשבה. זאל ער רוען אין גן עדן. טראצדעם וואס ער האט געברענגט א חורבן פאר זיינע נאכפאָלגער און פאר זיינע תלמידים ושומעי לקחו.
איך בין ניט דער בני יששכר וואס האט מתפלל געווען אז כאטשיק דער דעסויער איז געווען א פרומע נשמה זאל אים גאט אריינשליידערן אין שאול תחתית און בכלל האט ער, ר' משה בער, ווייט ניט געהאט אזא השפעה ווי רמבמ״ן.

זאגסט נישט גוט.
כפי ששמעתי, איז עס געווען מיטן בארדיטשובער רב, און נישט מיטן בני יששכר.
און געזאגט האט ער, פיל פיל שארפער, אז ווען גאט וועט אים וועלן לייטערן פון זיינע זינד און אים אפשיקן אין גיהנם אריין, בעט ער שוין יעצט אז מ'זאל אים דאס נישט צוליב טאן, ווייל פארן חורבן וואס ער האט אנגעברענגט דארף ער ווערן געשטראפט פיל ערגער...

און דאס איז שוין געווען דער "סניגורן של ישראל".
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

שמעקעדיג האט געשריבן:
איתן האט געשריבן:דער אמרי חיים זצוק''ל האט געזאגט אויף עהם, משה בער האט הייליגע אויגן אבער א שמוציק פיסק

דער הייליגער אמרי חיים האט קיינמאל נישט געזאגט אזא אויסדרוק!

פשוט אז דער אמרי חיים האט עס קיינמאל נישט געזאגט; נאר איינער מיט א שמוציג פיסק, וואלט געזאגט אזא זאך.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
גיב א שמייכעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 8:45 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

שליחה דורך גיב א שמייכעל »

האט נישט זיין הויז איינמאל אפגעברענט ווען ער איז געפארען קיין איראן??
גיב מיר א ליי"ק אדער נישט, א שמייכעל גיב זיכער!
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

גיב א שמייכעל האט געשריבן:האט נישט זיין הויז איינמאל אפגעברענט ווען ער איז געפארען קיין איראן??


דאכט זיך מיר אז צוויי פון זיינע הייזער האט אפגעברענט..
די ערשטע ווען ער האט געוואונט אין די Agusta געגנט אין מאנסי, די צווייטע אויף Old Saddle river אין מאנסי.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

עפעס ליגט מיר אין קאפ אז אויך די בימ"ד אויף Old Nyack האט געברענט אמאל, כ'בין אבער נישט זיכער.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ארי נוהם האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
איתן האט געשריבן:דער אמרי חיים זצוק''ל האט געזאגט אויף עהם, משה בער האט הייליגע אויגן אבער א שמוציק פיסק

דער הייליגער אמרי חיים האט קיינמאל נישט געזאגט אזא אויסדרוק!

פשוט אז דער אמרי חיים האט עס קיינמאל נישט געזאגט; נאר איינער מיט א שמוציג פיסק, וואלט געזאגט אזא זאך.

איך האב גראדע יא געהערט עפעס א מימרא וואס דער אמרי חיים זצ"ל זאל האבן געזאגט אויף ר' משה בער ע"ה, אבער - כבודו במקומו מונח - מען פארשטייט אז ער איז געווען אנגעווייטאגט אויף די מורדים און געקענט זאגן אן אויסדרוק אקעגן אים, עס ווערט נאך נישט קיין הלכה למשה מסיני....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כדי צו אביסל באלאנסירן דעם בילד, וועלן מיר מעתיק זיין אפאר קטעים פון דעם אייוועלט זייטל....

א איד א ת"ח מופלג, ווי מען קען זעהן פון זיינע ספרים. ער האט יעדע זאך מברר געווען פאר זיך און קיינמאל געכאפט און געטוהן ווילדערהייט ווייל ס'פרומקייט האט אים געטריבן.

איש צדיק תמים, א איד וועלכער האט געטוהן אייביג וואס ער האט געשפירט פאר ריכטיג, אבער מיט א אויסטערלישע ריינקייט און הכנעה. ער איז טאקע באוואוסט מיט זיינע מערכות מיט א שארפקייט ווען ער האט געהאלטן אז עפעס איז וויכטיג, אבער ער האט 'קיינמאל' אטאקירט אדער אראפגעריסן דעם פערזאן, אפגעזעהן וואס ער האט געהאלטן אויף אים.

אסאך פון די מערכות קעגן אים זענען געווען פון אזוינע וועלכע האבן זיך געשפירט געטראפן ווען ער האט עפעס גערעדט וואס האט זיי געמאכט פילן אומבאקוועם, און זיי האבן אים אראפגעריסן ברבים (כ'רעד פון יחידים, נישט ח"ו גדולי ישראל) און אפטמאל אויף זאכן וואס ער האט קיינמאל געטוהן און זיך גאר סולד געווען דערפון, אבער ער האט קיינמאל נישט צוריקגעשריגן אדער פארפירט. געטוהן את אשר לו, און געגאנגען ווייטער.

זיין יראת שמים און זהירות במצוות איז געווען אויף א מאסשטאבליכן פארנעם, און ווער עס האט געזעהן ווי דער איד גייט זיך אום ווען ער איז אויפן גאס אדער גאר אין א חתונה זאל (ביים גיין נאך געלט, שטיל און באשיידן, אדער אין די פריערדיגע יארן ביים משמח חתן זיין מיט א ברען און אייפער), האט געזעהן אז ער מיינט נישט קיין מאנקי ביזנעס. זיין גאנצע וועזן האט אויסגערופן העכערקייט און ערליכקייט.

זיינע שבת סעודות זענען געווען א שם דבר, און די תלמידים פון נועם אלימלך האבן געוויס אסאך צו פארציילן דעריבער. געפראוועט מיט א העכערקייט און פלאקער, אבער מיט אן ענוות חן און פרייליכע שטימונג.

חבל על דאבדין ודלא משתכחין.


איי, אזא אצילות און איידלקייט, אן ענוותן ושפל ברך, ווען מ'האט גערעדט מיט אים האט מען געשפירט אז ער איז כל כולו לה', זיינע מדות טובות איז געווען צו באוואונדערן, אינדערצייט וואס מענטשן האבן אים באזידלט אין פנים אריין האט אויסגעקוקט ווי נישט אים מיינט מען.

נישט קוקנדיג אויף זיינע שטעלונגען אין געוויסע ענינים, זענען זיינע ספרים געשריבן געווארן פון אן אמת'ע הארץ, און ס'איז קענטיג ווען מ'קוקט אריין דערין.


עס זאגט זיך ריכטיג אויף אים הצדיק אבד לדורו אבד.

דער איד האט פון זיך גארנישט געהאלטן, אלעס האט אים געפאסט, פלעגט ארום גיין נאך דאלערס ביי חתונות נאך צדקה געהאט רעספעקט פאר יעדן איד נישט קיין חילוק זיין עלטער, ער האט אויסגענוצט יעדע רגע פון זיין טאג אויף עבודת ה' געשריבן טויזענטער בלעטער אין תורה און השקפה. ליידער ביי די גרויסע שריפה ביי אים אינדערהיים איז רוב פון די אלע זאכן פארברענט געווארן.

ער האט אין זיין לעבן נישט וויי געטוהן א פליג אויף די וואנט, אלעמאל איז ער געווען גוט אויפגעלייגט און ארום געגאנגען מיט א שמייכל און רואיגקייט אויף זיין לעכטיגע צורה, ווען ער האט גערעדט איבער קנאות איז עס געווען ווייל עס האט געברענט אין אים וואס די רשעי ישראל טוהן פאר כלל ישראל, ער האט נישט קיינמאל עפעס געטוהן אדער געזאגט ווייל ער האט געהאט פאליטישע חשבונות אין די זייט, אפילו אויף זיינע עלטערע יארן פלעגט ער אנגיין ווי א לייב, ווי א אינגערמאן.‎

זיין רעדן איז יעדע ווארט געווען געמאסטן און געוואויגן, עס האט זיך געקענט דאכטן אז ער רעדט ארויס פון א אנגעגרייטע צעטל ווארט ביי ווארט.

ווען ער האט גערעדט פון אידישקייט ענינים האט ער אויך זיך געהאלטן און שטענדיג נאר גע'חזר'ט די יסודות "וואס איז א איד" "וואס איז אונזער ציל אויף די וועלט" מיט די זעלבע ווערטער וואס ער האט שוין געהאט גערעדט הונדערטער מאל און די פארגאנגענהייט. ביי אים איז געווען א יסוד שטענדיג צו חזר'ן די יסודות, ווייל אויב דאס איז נישט קלאר פארן מענטש קען מען נישט גארנישט בויען אויף דעם.‎

זיין גאנצע וועזן האט אויסגערופן איידלקייט און העכערקייט, אין מיינע אויגן איז ער געווען א מענטש וואס האט אסאך באהאלטן פון זיך און פון זיין עבודה.

איינע פון זיינע פילע ספרים איז די ספר "יסודות של בית יהודי" וואס האט הערליכע הסכמות און איז טאקע געווען שטארק פארשפרייט ווען עס איז ארויסגעקומען, זייער קלארע און שטארקע יסודות פאר יעדן ערליכע איד. האט הסכמות פון קראסנא רב, פאפא רב, קאשוי רב, קארלסבורגע רב, ראב"ד סאטמאר, מאנטעווידעא רב מיט וועם ער איז געווען שטארק בידידות, און פון נאך פילע אנדערע.


איינער זאגט מיר וואס ער איז דארט געווען בשעת מעשה. ווען ר' משה בער איז אריין צום טאהשער רבי זצ"ל, איז טאהשער רבי זצ"ל געזעצן מיט צוגעמאכטע אויגן, און ווען ר' משה בער איז אריין האט ער זיך אויפגעשטעלט מלא קומתו אן זעהן ווער עס איז יעצט אריין געקומען!

דער רבי אין טאהש זי"ע האט אים גאר שטארק מקרב געווען און שטארק מכבד געווען. דער אויסרוף פון ר' אלימלך זוסמאן ביים טיש "ר' משה בער בעק" קלינגט מיר נאך אין די אויערן. צו דער רבי האט געוואלט ער זאל זיך מער ארויפריקן, אדער זיך בכלל אראפזעצן צום טיש, צו ביי די שיריים וכו'.

דאס איז נישט ממש א וואונדער, ווייל כולי עלמא מודי ווער עס האט אים געקענט נאך פון וויזשניצע ישיבה, אז ער איז געווען א אויסגעהארעוועטע איד, א גרויסער תלמיד חכם ומתמיד בתורה, און א ירא שמים.


אשרי איש ירא את ה'. מורא געהאט פאר אן עבירה ווי פון פייער, קיינמאל נישט אויפגעהויבן די ריינע אויגן, הייליגע מדות, אויסגעהארעוועטע גוף, נישט געגעסן נישט געשלאפן, געריסן פון זיך שטיקער, האי חסיד האי עניו.

ארויסגייענדיג איינמאל פון א דרשה אין יאנג איזראעל/וויען סקול וומסב"ג, האט מיר א איד געזאגט "זעסט, ער איז נכלל אין חובת הלבבות אין שער התשובה פרק ו' 'ועל הדרך הזה ימצא בכל הדורות ובכל הארצות לא יחסר קורא אל האלקים ואל עבודתו ומורה את תורתו'


איך קען נישט גלייבן וואס איך זעה דא.

אזא צדיק געווען. אזא שטיק ערליכקייט. אזויפיל געוואוסט און פארשטאנען אין די יסודות הדת. ממש א לעגענדארער מענטש לויט מיין אפשאצונג. די מתינות זיינע, די אמת'דיגקייט און פשטות. ווער קען דען האבן א ידיעה איבער זיין געהויבענע פנימיות. ער האט זיכער אראפגעברענגט א שטיק קדושה וטהרה אויף די וועלט. וויפיל איך האב מיך מחזק געווען מיט זיין ספר 'חזק ואמץ'. די שטארקע ערליכקייט. ערליך!

איך געדענק איך בין געווען א בחור'ל, ער האט זיך אראפגעזעצט מיר מסביר זיין עפעס א ענין, מיט אזא געוואלדיגע גוטסקייט. אוי ר' משה בער, ר' משה בער. מיר האט זיך געדאכט אז ער האט געשמעקט פון גן עדן.

וואס זאל איך זאגן.

זיינע ספרים זענען ב"ה געבליבן. זיך מחזק צו זיין אין אמונה. עס קלינגט מיר נאך אין די אויערן "אמונה" וואס ער פלעגט זאגן מיט געבן אזא פארמאך די אויגן.

ווער דארף רעדן פון יעדע זאך וואס ער האט געטון צי עס איז געווען גוט צי נישט. וואס א חילוק. דער עיקר איז וואסערע מין ערליכקייט ער איז געווען.


אבד חסיד מן הארץ.
וי להאי שופרא.

איך האב אים אמאל באגעגנט אלס בחור, און מיט אזא נעימות מיר געלערנט די שיטה פון רביה"ק, ער האט מיר דאן געזאגט בתוך דבריו אז די וועלט איז בייז היתכן ער פארט קיין איראן, אבער עס איז ביי אים נישט קיין ספק אז אויב וואלט ער געלעבט ביים קריג וואלט ער געפארן זיך טרעפן מיט היטלער ימ"ש.

ווער עס איז אריין אין ביהמ"ד האט געקענט טאפן די אמונה פשוטה און ערליכקייט. שטייענדיג דארט האט מען געהאט א געפיל פון קנאה פארוואס איך האב נישט זיין דרייסטקייט, ווער רעדט נאך פון די סיינס וואס האבן אויסגערופן אז דער וואס האט מחשבת ציונות זאל נישט האבן קיין דריסת הרגל...

א גדול בתורה און א מתמיד, פלעגט פארן מיט היטשעס און מיטן באס מיט די הייליגע טראגע.

מחנך געווען א דור פון אינגע סאלדאטן אנע פשרות בקדושה וטהרה.

אוי מי יתן תמורתו! א שאד אויפן יונגען דור וואס וועלן נישט זוכה זיין...
וירח ה' את ריח הניחוח
איתן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 7:41 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך איתן »

איך האב נישט ליב געהאט, אז ער האט זיך געקושט מיט א צורר היהודים
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איתן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אזא גרויסע צדיק אויף אייוועלט.

אזוי מקפיד געוועהן אויפן רבינס שיטה. קנאות. ארויסגעגעבן 75 ספרים.

איין קשיא נאר צו די אלע וואס שרייען קדוש.

ער מיט זיין ברודער זענען געקומען קיין וויזניץ אין א צייט ווען קיינער האט נישט געהאט קיין פרוטה. די אמרי חיים מיט די ישועות משה האבן אים אריינגענומען אין זייער ישיבה אפילו זיי זענען נישט געוועהן קיין וויזניצער חסידים. געגעבן צו עסען, צו שלאפן, זיך געזארגט פאר זייי. קיינמאל נישט באצאלט קיין שכר לימוד. דערנאך איז ער פרום געווארן. האט ער אנגערייצט האלבע ישיבה קעגן די מענטש וואס האט אים אריינגעלאזט ביי זיך אין שטוב. ער האט אים באווארפן מיט באבקעס. פארשעמט א ת”ח, א ראש ישיבה, ברבים. פארוואס? ווייל יענער האט נישט געהאלטן פון זיין עקסטרעימער שיטה? אפילו ער איז גערעכט מיט זיין שיטה האט ער קיין רעכט געהאט דאס טוהן.

פארשעמען א ראש ישיבה ברבים איז מותר. איבערדרייען יענעמס פלאץ. א פלאץ וואס די אמרי חיים האט געבויעט מיט בלוט און שווייס. נישט אנגעקומען גרינג. די אמרי חיים האט אסאך געשוויצט דערפאר. ווילסט זיין פרום און עקסטרעים? קיינער האלט דיך נישט צוריק. גיי דיר צו אלע רוחות פון וואו דו ביסט געקומען. גיי קיין סאטמאר, תולדת אהרן וכו׳. וויזניץ איז אייביג געוועהן א מאדערנע חסידות. די אהבת ישראל מיט זיינע קינדער האבן געפירט אגודת ישראל אין רומעניע. ווילסט זיין פרום? קיינער האלט דיך נישט צוריק. אבער דריי נישט איבער יענעמס פלאץ.

קום נישט צו יענעם וואס האט דיך אריינגענומען און געגעבן עסען ווען דו ביסט געוועהן א אורח. און נאכדעם דריי איבער די גאנצע טיש, ווייל יענער טראגט מיט די עירוב.

קיינמאל נישט איבערגעבעטן די אמרי חיים. די אמרי חיים איז קראנק געווארן וועגן אים! שרייטס מיר נישט קיין אחרי מות קדושים!

א גרויסע מחמיר אין קנאות? קיין שום מענשטליכקייט! גארנשיט! ער איז שולדיג אסאך אין די גאנצע מרידה!

ער האט קיינמאל נישט איבערגעבעטן די ישועות משה פארן אים פארשעמען ברבים...

פוי!!!

א מענטש האט דיר געגעבן צו פרעסן אומזינסט, זיך געזארגט פאר דיר, צינדסטו אינטער זיין הויז, ווייל ער איז נישט גענוג פרום פאר דיר?
חיה רעה!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן

שליחה דורך דורש אמת »

דער אמרי חיים האט געזאגט ״ער האט שוין 6 יאר הייליגע אויגן״. דאס אנדערע האט מען שפעטער צוגעלייגט. ער איז ניט ארויס פון בנין הישיבה פאר גאנצע 7 יאר.
לויט וואס מיר האבן מקבל געווען, בשעת די פרשה פון די נידחים איז ער געווען א חברותא מיט רבי משהלע און מע האט אים ניט ארויסגעווארפן. איז ער צוגעגאנגען צו ר משהלע מיט א טענה מה פשעי ומה חטאתי? פארוואס האט מען מיך ניט ארויסגעווארפן?
— קענסט גיין…
און ער איז געגאנגען.
די נידחים האבן געפלאנט צו מאכן אים פאר זייער רבי ער האט אבער ניט געוואלט.
זיין רבי און מורה דרך* רבי אהרן קאצינעלנבויגן האט געזאגט: משה בער וועט נאך אמאל זיין א גרויסער רבי אבער קיין חסידים וועט ער ניט האבן.…
(*ר’ אהרן׳ס ברודער האט געזאגט אויף ר אהרנען: טאמער סע וואלט זיך געטראפן אין א עיר הנידחת געוויסע יחידים וואס זענען ניט קיין געצנדינערס וואלט מיין ברודער שטארק געוואלט זיי זאלן ווערן עובדי ע״ז כדי מע זאל קענען אויסהרגענען די שטאט…).

א פאר אנעקדאטן און מיינונגען פונעם נפטר:

- ווען דער חבר הכנסת מנחם פרוש איז אנגעקומען קיין לאנדאן צו א חתונה אין די משפחה פון שלום מאיר גראהמאן איז ר משה בער מיט אפאר נ. ק. חברים געפארן אים מקבל פנים צו זיין מיט א שפיי אין פנים… זיין בארד איז אנגעפולט געווארן מיט שפייעכץ. צווישן די גרופע חברים האט זיך געפונען ר אברהם גראהמאן א ברודער פונעם בעל שמחה. (בצלם אלקים עשה אותו. כל מי שאינו בדרך ארץ אינו מן היישוב. אם אין דרך ארך אין תורה)
אין א אנדערן פאל ווען א זון האט געזאגט צום טאטן קאטעגאריש : מע דארף זיין א מענטש איז ער געבליבן אן לשון.

- ווער סע וויל ניט אז די מדינה זאל חרוב ווערן הייסט ער א רוצה בקיומו של עבודה זרה
.
- ווען ער האט מיטגעהאלטן א פארזאמלונג פון אראבישע שונאי ישראל איז ער אריין אין א פחד און התלהבות ווען דער אימאם האט גערעדט וועגן גאט.
.
- די סימפאטיע און רחמנות צו אראבער איז געווען ביי אים א טפל צום עיקר פון שינאה צו ציונים און די מדינה.

- מע וואלט באמת געדארפט גיין אין א בלוטיגע קריג קעגן די ציונים און די כופרים, להרוג וליהרג, נאר וואזשע דען טוען מיר עס ניט? ווייל מיר האבן ניט קיין קבלה פון אונזערע רביס וויאזוי דאס דורכצופירן, דאס פטרט אונז אבער ניט פון די טויטלעכן שינאה וואס מע דארף צו זיי האבן.

- תשעה באב האט מען ניט געקענט טרעפן קיין קינותל וואס איז ניט געדרוקט אין ישראל; גייט ער צו צום רבין זיינעם ר ישראל מאיר וויינטרויב און פרעגט דעת תורה… זיי האבן זיך אריינגעלאזט אין א וויכוח און אזוי לאנג געשמועסט
ביז… דער עולם האט שוין אפגעענדיגט קלאגן און די שאלה איז געקומען צו א גרינגער לעזונג…

- ווען מע האט אין סאטמאר איינגעלאדנט רבי יעקב קאמענעצקי צו א מסיבה האט ער מוחה געווען דערויף. דעמאלטס האט זיין געוועזענער חבר ר א. ד. פאל צוזאמגענומען חתימות פון רבנים קעגן דעם ביזיון התורה.

- אין זיין חיבור מלחמה לה בעמלק זה תוכן דבריו: רבי משה פיינשטיין און רבי יעקב קאמענעצקי האבן געמאכט א חילול השם ואסור לקבל הוראה מפיהם.

- אין זיין חיבור בכתב יד יוסיף ישועה איז ער מברר אז רבי משה פיינשטיין און רבי יעקב קאמענעצקי זענען אפיקורסים און אז די סאטמארע פיזישע אטאקעס אויף חבד איז בארעכטיגט וויבאלד ליבאוויטש האט מסית ומדיח געווען וויליאמסבורגער אידן צו ציונות.

- בעלזער חינוך איז מינות.


- בעסער צו דאווענען ביחידות ווי איידער אין וויזניץ וכדומה ווייל דער עולם איז אנגעפולט מיט ציאניסטישע מחשבות.

- די אידישע ליכט, באלייכטונגען, דער אידישער קוואל איז ניט כשר.
.
- סע איז פארבאטן צו לייענען נפלאות הבריאה, יידישע היסטאריע וכדומה ווייל סע ניט קיין תורה. (כל האומר אין לי אלא תורה אף תורה אין לו; צימצום ברענגט צו טימטום)

- כאטשיק דער רמבן זאגט אז די שוידערליכע מלחמת השבטים ביי די פרשה פון פילגש בגבעה איז ניט בארעכטיגט - פונדעסטוועגן דארף מען זיך לערנען פונעם התלהבות און פייער מיט וואס די שבטים האבן לוחם געווען און פארגאסן דאס בלוט פון די בני בנימין...
.
- די אונגארישע רבנים האבן מוחה געווען און גערעדט מיט טויטע קללות און דאס איז דער וועג צו גיין.

- ״נדפס בישראל״ אין ספרים דארף מען אויסצומעקן אפילו אויב עס באלאנגט צו פריוואטע מענטשן.
.
- ווען א פרוי כאפט א בילד אויף א חתונה דארף מען צולויפן מיט כעס און פארלאנגען די קעמרא.

- אין א קונטרס וועגן נושא פון גיין דעמאנסטרירן מיט אראבער האט ער געפסקנט אז מע דארף אויסרופן צו די טעראריסטן אז זיי זענען גערעכט און אז די מדינה איז שולדיג אין אלץ, אפילו אויב דאס קען גורם זיין צו שפיכת דם ישראל. אינעם צווייטן מהדורא האט מען אביסל געטוישט דעם נוסח.

- ווען ער האט מחליט געווען איבערצולאזן מדינת ישראל איז ער געווען גרייט אפילו אפצוגטן זיין ווייב

-ער האט ארויסגעגעבן א קונטרס וועגן סעקסועלע באציאונגען. ר דניאל פרישס חיבור איז מיוסד אויף זיינס.

- ער האט מעיד געווען אויף זיך אז ער האט קיינמאל ניט אויפגעהויבן קיין האנט אויף א צווייטן

ער האט געדינט דעם אייבערשטן שטארק לויט זיינע השגות. און עס געמיינט מיט אן אמת.

שלום לעפרו
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 8 אום דורש אמת, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דורש אמת האט געשריבן:דער אמרי חיים האט געזאגט ״ער האט שוין 6 יאר הייליגע אויגן״. דאס אנדערע האט מען שפעטער צוגעלייגט. ער איז ניט ארויס פון בנין הישיבה פאר גאנצע 7 יאר.
לויט וואס מיר האבן מקבל געווען, בשעת די פרשה פון די נידחים איז ער געווען א חברותא מיט רבי משהלע און מע האט אים ניט ארויסגעווארפן. איז ער צוגעגאנגען צו ר משהלע מיט א טענה מה פשעי ומה חטאתי? פארוואס האט מען מיך ניט ארויסגעווארפן?
— קענסט גיין…
און ער איז געגאנגען.

די מעשה איז נישט ווי דו פארציילסט. מ'האט אים יא ארויסגעווארפן .

ער איז טאקע קודם געוועהן זיין חברותא. אבער ער האט דערנאך אויסגעדרייט זיין שיסער צו די מענטש וואס האט אים אריינגענומען.

און נאכדעם נאך געפרעגט מה פשעי ומה חטאתי? ער האט אנגעדרייט א מרידה. מהאט צוגעמאכט די ישיבה וועגן אים... מה פשעי פרעגט ער נאך?

איך וועל דיר זאגן מה פשעי. די אמרי חיים מיט די ישועות משה האבן אים אריינגענומען אין ישיבה און דערנאך האט ער גורם געוועהן אסאך עגמת נפש און צער פאר די מענשטען וואס האבן אים אריינגענומען. ווי אויך פאר טויזנטער תלמידי וחסידי וויזניץ. ער האט אלעס אנגעווירטשאפט. קום מיר נישט מיט קיין מעשיות. מיר ווייסן ווער ער איז געוועהן...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

א גרויסער צדיק. געשריבן 75 ספרים...

זיינע ספרים זענען אנגעפילט מיט האס אויף ערליכע אידן. א יחיד וואס האט געשריגן אז מ׳טאר נישט דאווענען אין אזעלכע הייליגע קהילות ווי וויזניץ און בעלזא. בשעת זיין אייגענע ברודער, א חשובע רב פון א הערליכע גרויסע אידישע קהילה בישראל ווי מעלבוירן אויסטראליע, א ערליכער איד, א וואוילע מענטש איז געוועהן א הייסע וויזניצער חסיד... ניטאמאל די “אידישע ליכט” איז געוועהן כשר פאר אים. נאר ער האט פונקטליך געוואוסט וויאזוי צו באפרידיגן דעם בוכ”ע. נאר זיין וועג איז געוועהן כשר! 99.9999999 פראצענט פרומע אידן זענען חזיר טרייף! נאר די דריי האלב מענטשען פון קאשוי ווייסן דעם סוד פונקטליך וויאזוי צוזיין א ערליכע איד...

מ’מאכט אים נאך פאר א קדוש? א איד וואס האט מצער געוועהן די הייליגער אמרי חיים!

רוב אידן וואס האבן זיך באטייליגט אין די מרידה אין “שיכון וויזניץ” אין תשכ"ג (1963) האבן זיך צום סוף איבערגעבעטן. אפילו אסאך פון זיי האבן געהאלטן אז זיי זענען געוועהן הונדרעט פראצענט גערעכט מיט זייערע שיטות. האבן אבער דאך שפעטער איינגעזעהן אז זיי האבן געטוהן א מורא'דיגע עוולה און מיט זייערע פרומקייטן געמאכט אסאך שאדן פאר וויזניץ, און גורם געוועהן אסאך צער פאר וויזניצער חסידים, און די רבי, די אמרי חיים. זיי האבן גורם געוועהן אסאך ביטול תורה און גרויס צער פאר אלע אנדערע חסידי וויזניץ, די בחורים וואס האבן זיך נישט באטייליגט אין די מרידה. רוב פון די מורדים זענען געוועהן זייער יונג בחורלעך, צעווילדעוועט. טייל האבן אינגאנצן חרטה געהאט, זיך איבערגעבעטן און צוריקגעקומען קיין וויזניץ און זיך געשעמט זייער גאנץ לעבן אז זיי האבן אנטייל גענומען אין די שמוציגע אקט. טייל האבן זיך איבערגעבעטן, און זענען געבליבן אינדרויסן און קיינמאל נישט צוריקגעקומען.

אבער ער איז געבליבן שטאלץ דערמיט!!! א גרויסער קנאי אויף יענעמס חשבון אויף יענעמס בלוט!!!

מבזה זיין ברבים א ת”ח, א מתמיד, א יר”ש, א בנש”ק, א אייניקל פון די גרעסטע תלמידי הבעש”ט, א ראש ישיבה, א חשובע רב פון שטאט נאכדערצו אין זיין אייגענע הויז, אין זיין שול, א פלאץ וואס האט באלאנגט פאר אים איז געוועהן מותר ווייל די רב פון יענע פלאץ ווי ער איז דער “בעל הבית”, האט געהאט א אנדערע שיטה אין אידישקייט ווי אים?

נאכדערצו ווען יענער האט אים אריינגענומען אין צייטן ווען קיינער האט נישט געקוקט אויף זיין זייט. בחינם אין כסף. אין זיין מוסד און אים געגעבן, א דאך איבערן קאפ, צו עסען, צו טרינקן, צו שלאפן פאר יאהרן לאנג!!! אין יענע צייטן, נאך די מלחמה יאהרן. ווען קיינער האט נישט געהאט קיין פרוטה ביי די נשמה.

ניטאמאל היינטיגע צייטן ווען סאיז פארהאנען אזויפיל ישיבות און בליעה”ר נייע חסידישע מיליאנערן שפראצן אויף יעדען שני וחמישי אויף יעדע בלאוק. איז נישט פארהאנען קיין ישיבות וואס נעמען אריין בחורים וואס באלאנגען נישט אדער שטאמען נישט פון די חסידות. און טאמער מאכט זיך שוין יא אז זיי נעמען אמאל אריין א פרעמדען קומט עס מיט א הויכע געפעפערטע פרייז...!!!

אבער דער גרויסער מחמיר משה בער, נאכדעם וואס מ’האט אים יא אריינגענומען, איז ער דערנאך געגאנגען אנרייצן אלע בחורים און אינגעלייט קעגן די זעלבע מענטשן וואס האבן אים אריינגעלאזט אין זייער מוסד בחינם, און געטוהן פאר אים גוטס פאר יאהרן לאנג. אלעס ווייל ער האט געמיינט דעם רבש"ע... פשוט ווייל יענער רב האט געהאט א שיטה וואס פערצופאל רוב ערליכע רבנים אין ארץ ישראל און אויף די וועלט האבן אנגענומען... ער איז געוועהן די ראש פון די מורדים. ער איז געוועהן די וועגווייזער. זיי האבן אפילו נאכדעם געוואלט אז ער זאל ווערן זייער רבי...

א גרויסער פרומער. א מחמיר גאר! איבערבעטן דעם אמרי חיים מיט די ישועות משה, די מענטשן וואס האבן אים אריינגעלאזט צו זיך אין שטוב און געפענט די טירן פאר אים, דארט איז ער קיין מחמיר נישט געוועהן! ער האט זיי קראנק געלייגט. חרוב געמאכט זייער ישיבה, און געמאכט פאר זיי אסאך שאדן! חרוב געלייגט א הייליגע פלאץ, א מוסד וואס די אמרי חיים האט אריינגעלייגט בלוט און שווייס, און הארעוואניע פאר יאהרן לאנג! דארט איז ער נישט געוועהן קיין שום מחמיר!!!

נאר דאס “אידישע ליכט” איז אים נישט גוט געוועהן?!!! קיינער איז נישט גענוג גוט געוועהן פאר אים!!! קיינער!
Arh123
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2020 10:23 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך Arh123 »

הוא ודכמותו מזכירים לי סיפור:

כד הוינא טליא

בישיבת טאהש המעטירה

היה בחור תמים

בן בין הבנים

שאל שאלה ידועה:

על אורז מברכים איזה ברכה?

ענה לו בחור בפשטות

מברכים שלשה ברכות!

הבחור ברוב תמימתו

ומרוב פשטותו

לא שאל שאלות מיותרות

ברך מזונות האדמה ושהכל - הכל זה אחרי זה ביחד בלי הפסק בינתיים ח"ו ואכל את האורז.

ככה הם לומדים את התורה ואת הקנאות וכו' ע"כ הגיעו עד לאירן וחזקו את רוצחי יהודים רח"ל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שבת ביסט מיסאינפארמירט.
ר' משה בער האט מען נישט געווארפן, ער איז אליינס געגאנגען. ער איז געקומען פרעגן די ישוע"מ מה חטאי ומה פשעי אז מען ווארפט מיך נישט. דער ישוע"מ האט איהם מוחל געווען פונעם ערשטן מינוט וויסענדיג אז ער מיינט עס ערנסט באמת.

דורש, איך קען נישט כאפן אויף וועלכע קאנטינענט איר זענט. שבת, קען זיין אז איר האלט שבת ווייניגער ווי פינף און צוואנציג שעה. אבער ביטע שרייבט נישט דא אום שבת קודש, א דאנק.
Arh123
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2020 10:23 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך Arh123 »

עובד יע את ה' ווייס איך נאך נישט! כ'מיין אז דעם ג-ט וואס ער האט געדינט עקזעסטירט נישט

גירעדט אויף צדיקים קדושי עליון - אלע וואס האבען נישט גיהאלטען ווי אים - אויף א מיאוס'ן ביליגען אופן

גיהאט א נאצישען בליק אויף די מדינה ויושבים בה כ' האב גיהערט א טעיפ ווי ער זאגט בנוגע די קינדער וואס אראבער ימ"ש האבען אויסגיהארגעט און ישיבת מרכז הרב: אז אין אמת'ן וואלטען מיר עס גידארפט טאהן עפ"ל.

זיין ג-ט איז א אמת'ר אכזר!

ובמילא איז ניטא אזא ג-ט ווייס איך ניט וועמען ער האט געדינט
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ריכטיג האט געשריבן:שבת ביסט מיסאינפארמירט.
ר' משה בער האט מען נישט געווארפן, ער איז אליינס געגאנגען. ער איז געקומען פרעגן די ישוע"מ מה חטאי ומה פשעי אז מען ווארפט מיך נישט. דער ישוע"מ האט איהם מוחל געווען פונעם ערשטן מינוט וויסענדיג אז ער מיינט עס ערנסט באמת.

דורש, איך קען נישט כאפן אויף וועלכע קאנטינענט איר זענט. שבת, קען זיין אז איר האלט שבת ווייניגער ווי פינף און צוואנציג שעה. אבער ביטע שרייבט נישט דא אום שבת קודש, א דאנק.


דו ביסט מיסאינפארמירט!

איך האב גערעדט צו צענדליגער מענטשען וואס האבן דאס מיטגעהאלטן בתוכם מיין פאטער...

ער האט אנגעדרייט די גאנצע מרידה!

דו זאגסט אז ניין???
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

דורש אמת האט געשריבן: ווען דער חבר הכנסת מנחם פרוש איז אנגעקומען קיין לאנדאן צו א חתונה אין די משפחה פון שלום מאיר גראהמאן איז ר משה בער מיט אפאר נ. ק. חברים געפארן אים מקבל פנים צו זיין מיט א שפיי אין פנים… זיין בארד איז אנגעפולט געווארן מיט שפייעכץ. צווישן די גרופע חברים האט זיך געפונען ר אברהם גראהמאן א ברודער פונעם בעל שמחה. (בצלם אלקים עשה אותו. כל מי שאינו בדרך ארץ אינו מן היישוב. אם אין דרך ארך אין תורה)

איז אברהם גרומאן אן איידעם ביי ר' אליעזר דוד פאל?
חמין במוצאי שבת מלוגמא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שבת אחים האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:שבת ביסט מיסאינפארמירט.
ר' משה בער האט מען נישט געווארפן, ער איז אליינס געגאנגען. ער איז געקומען פרעגן די ישוע"מ מה חטאי ומה פשעי אז מען ווארפט מיך נישט. דער ישוע"מ האט איהם מוחל געווען פונעם ערשטן מינוט וויסענדיג אז ער מיינט עס ערנסט באמת.

דורש, איך קען נישט כאפן אויף וועלכע קאנטינענט איר זענט. שבת, קען זיין אז איר האלט שבת ווייניגער ווי פינף און צוואנציג שעה. אבער ביטע שרייבט נישט דא אום שבת קודש, א דאנק.


דו ביסט מיסאינפארמירט!

איך האב גערעדט צו צענדליגער מענטשען וואס האבן דאס מיטגעהאלטן בתוכם מיין פאטער...

ער האט אנגעדרייט די גאנצע מרידה!

דו זאגסט אז ניין???

איך האב עס געהערט פון צוויי נדחים (כ'שיק דיר די נעמען אין אישי), יוקל ווייס דערמאנט עס אויך אינעם טעיפ הידוע.
Arh123
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2020 10:23 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך Arh123 »

כ'האב גיהערט א טעיפ ווי ער זאגט אז מ'טאר נישט פארען קיין א"י ווייל א איד איז מחוייב צו וועלען אין בעטען אז די מדינה זאל חרוב ווערען על כל תושביה ובמילא אויב ער וועט דארט זיין קען ער דאס נישט וועלען מיט אן אמת!

א נאצי רח"ל מיט א הייליגען שלייער!

נישט געבויגען זיך צו קיינעם אפילו ניט צום בעל ויואל משה זצ"ל ער האט עס גיזאגט כו"כ פעמים ברבים וביחיד, ער און נאר ער האט גיהאט דעם אמת'ן דעת תורה!
שוטה רשע וגס רוח נעבאך!

והוא רחום יכפר עוון, איך פארגין אים א גרויסען גן עדן אבער פליז דערציילט נישט קיינע מענשות פון א הייליגער איד די תורה איז תחילתה גמילת חסדים וסופה גמילת חסדים
( סוטה יד. )
מר. קלונימוס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 465 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

שליחה דורך מר. קלונימוס »

והיו עינך רואות, זכר צדיק וקדוש לברכה.
25528.jpg
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ריכטיג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:שבת ביסט מיסאינפארמירט.
ר' משה בער האט מען נישט געווארפן, ער איז אליינס געגאנגען. ער איז געקומען פרעגן די ישוע"מ מה חטאי ומה פשעי אז מען ווארפט מיך נישט. דער ישוע"מ האט איהם מוחל געווען פונעם ערשטן מינוט וויסענדיג אז ער מיינט עס ערנסט באמת.

דורש, איך קען נישט כאפן אויף וועלכע קאנטינענט איר זענט. שבת, קען זיין אז איר האלט שבת ווייניגער ווי פינף און צוואנציג שעה. אבער ביטע שרייבט נישט דא אום שבת קודש, א דאנק.


דו ביסט מיסאינפארמירט!

איך האב גערעדט צו צענדליגער מענטשען וואס האבן דאס מיטגעהאלטן בתוכם מיין פאטער...

ער האט אנגעדרייט די גאנצע מרידה!

דו זאגסט אז ניין???

איך האב עס געהערט פון צוויי נדחים (כ'שיק דיר די נעמען אין אישי), יוקל ווייס דערמאנט עס אויך אינעם טעיפ הידוע.



וואס זאגן זיי? אז משה בער האט נישט אנגערייצט די מרידה?


סאיז מיר גאנץ א קליינע חילוק וואס יוקל ווייס זאגט. איך האב געדערט צו נענטערע מענטשען ווי אים.

סאיז נישט קיין חילוק וויאזוי און ווען מ׳האט אים ארויסגעווארפן.

ער האט אנגעפירט די מרידה! יעדער איינער ווייסט דאס!!!


ער האט קיינמאל נישט איבערגעבעטן די אמרי חיים מיט די ישועות משה. א גרויסע מחמיר???
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט