הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
איתן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 7:41 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך איתן »

מפיל קינד האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:ער וואלט מסתם ערליך מקיים געוועהן דעם פסוק “חושך שבטו שונא בנו”
ער וואלט גענומען אזא שטעקן און יעדען אנגעהאקט די ביינער אזויווי די אראבער טוהן צו זייערע קינדער עד היום הזה.

עליו הכתוב אומר פרו״ם פול רשעות ווייניג מצוות!

ער האט פאקטיש נישט געטון צו זיינע קינדער וואס דער ישועות משה האט געטון צו זיין אייגן זון...

לויט דיר איז דער ישועות משה א שטיק [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], ווייל אז ס'נישטא קיין מענשליכקייט איז נישטא אידישקייט.

דער ישועות משה האט עס געטון צוליב שלום בית. וואס וואלסטו מקריב געווען פאר שלום בית?
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

שבת, ביטע לייען דורך די פאלגענדע תגובה רואיג און שטאט.

1. אויפוואקסן אויף א פלאץ, באקומען אלעס דארט, און דערנאך אפמאכן אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג פסל'ט נאך נישט קיין מענטש.
איך קען מערערע וואולע מענטשן וואס האבן דאס געטוהן (און איך האב א חשש אז "שבת אחים" האט עס געטוהן צו זיינע עלטערן וכו' :lol: )

2. דאס אז "וויזניץ" און די "אמרי חיים" זענען פארמישט דא, מאכט עס נאכנישט ערגער (עכ"פ אין די אויגן פון נישט וויזניצע..)

3. די וועג "וויאזוי" דאס איז צוגעגאנגען, אין דעם ליגט אסאך.. ס'איז מיר שווער צו גלייבן אז ער האט זיך אויפגעפירט ווי א גאסן יונג, און פשוט געווארפן זאכן אויפן ישועות משה וכדומה.
צו גלייבן און אננעמען יעדע מעשה וואס וויזניצע חסידים פארציילן אויף אים, איז לדעתי נישט ריכטיג.

4. אין זיין פערזענליכען לעבן איז ער געווען א זעלטענער בעל מידות (לויט "מיין אפשאצונג" :lol: :lol: ).
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך שטעל מיך פאר וואס וואס וואלט געווען ווען ר’משה בער וואלט נישט געטוהן דעם איינע עבירה פון זיך מתחצף זיין פאר די וויזניצע רביים, וואלט לכאורה שבת אחים פארקוקט אויף אלע איבריגע, ער וואלט פארקוקט אויף זיך טרעפן מיט אכמאדיניזשאד און פארן אווקמאכן די אידישע ליכט וכדומה, ווייל אמער, ער אידעך געווען א תלמיד פון די אמרי חיים, פון די לעצטע תלמידי בעל שם!
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

א קורצער ווייס דאקומענטרי איבער די נטורי קרתא אין לאנדאן, וואו משה בער בעק'ס זון איז דער ראש המדברים.
נטורי קרתא אין לאנדאן
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

פאר אונז איז די נטורי קרתא אזויווי חאמאס איז פאר געוויינלעכע מוסלעמענער.

מען איז זיי סובל, עפעס אינעווייניג זאגט אונז אז זיי זענען די אמת'ע אידן, און ווען מען וואלט געהאט כח וואלטן אונז געוועהן אזוי ווי זיי.

עקסטרעם איז קיינמאל נישט גוט, און אוודאי איז ר' משה בער נישט אונזער ראל מאדעל, אבער ער איז מוז דא זיין כדי אונז פשוט צו דערמאנען ווי דער שביל הזהב איז.

והדברים ארוכים ועתיקין.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אישתישבי האט געשריבן: עפעס אינעווייניג זאגט אונז אז זיי זענען די אמת'ע אידן, און ווען מען וואלט געהאט כח וואלטן אונז געוועהן אזוי ווי זיי.

:like :like :like
און טאקע דערפאר האט מען זיי אזוי פיינט... מ׳האט פשוט א קאמפלעקס מיט זיי, פון איין זייט וויל מען זיי ווי זיי אבער פון די אנדערע זייט וויל מען לעבן באקוועם, די כעס און האס וואס מ׳האט קעגן זיי איז בעצם א כעס קעגן זיך אליינס. וזה לך האות אז דווקא די אויפגעקלערטע, וואס זיי לאכן זיך אויס פון די גאנצע זאך, זענען די וואס נעמען זיך אן פאר ר׳ משה בער...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

אישתישבי האט געשריבן:פאר אונז איז די נטורי קרתא אזויווי חאמאס איז פאר געוויינלעכע מוסלעמענער.

מען איז זיי סובל, עפעס אינעווייניג זאגט אונז אז זיי זענען די אמת'ע אידן, און ווען מען וואלט געהאט כח וואלטן אונז געוועהן אזוי ווי זיי.

עקסטרעם איז קיינמאל נישט גוט, און אוודאי איז ר' משה בער נישט אונזער ראל מאדעל, אבער ער איז מוז דא זיין כדי אונז פשוט צו דערמאנען ווי דער שביל הזהב איז.

והדברים ארוכים ועתיקין.

״פאר אונז״ מיינט וועם מהאט אויפגעצויגען מיט די צומישטע שיטה- נעקסט טיים זאג קלאר-
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

איך האב אזוי הנאה פון אישתישבי'ס תגובה, איך טענה דאס שוין לאנג, בעצם האט יעדע סאטמערע יוד, פיינט בתכלית השנאה , יעדע יוד וואס וואוינט אין ארץ ישראל אדער וואס האט ליב אונזער הייליג לאנד, און וואלט פריי אפגעאטעמט ווען די מדינה גייט אונטער מיט אלע אירע איינוואוינער ה"י, נאר וואס דען? נישט יעדער האט די כח צו פארן קיין איראן פערזענליך זיך טרעפן מיט דעם חסיד אומת העולם אכמאנדינזשאד, שטארקע ווערטער!

והדברים ארוכים ועתיקין.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן: עפעס אינעווייניג זאגט אונז אז זיי זענען די אמת'ע אידן, און ווען מען וואלט געהאט כח וואלטן אונז געוועהן אזוי ווי זיי.

:like :like :like
וזה לך האות אז דווקא די אויפגעקלערטע, וואס זיי לאכן זיך אויס פון די גאנצע זאך, זענען די וואס נעמען זיך אן פאר ר׳ משה בער...


פארצייל נישט אלעס.. :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
גיב א שמייכעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 8:45 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

שליחה דורך גיב א שמייכעל »

פאר אינטערסאנטקייט בין איך דא מעתיק א שטיקעל פון א צייטונג וואס מעלדט זיין פטירה:

הרב משה דוב בעק זצ"ל אב"ד בית יהודי

מאנסי - פרייטאג צופרי איז נפטר געווארן הרב משה בער בעק זצ"ל מנהיג נטורי קרתא אין אמעריקא און רב פון ביהמ"ד בית יהודי אין מאנסי. הרב משה בער זצ"ל איז געווען באוויסט מיט זיין שארפע צוגאנג צו ציונות, אננעמענדיג די מהלך פון נטורי קרתא מיסודו פון הגה"צ רבי עמרם בלוי זצ"ל.



רבי משה בער איז געבוירן געווארן אין בודאפעסט אין יאר תרצ"ד. אלס בחור האט ער געלערנט אין דער וויזניצער ישיבה אין בני ברק בצל הרה"ק בעל אמרי חיים זי"ע. ער איז געווען א איידעם ביי רבי וועלוועל אייזנבאך זצ"ל, וועלכער איז געווען א דמות דיוקן פון א פארצייטישע איד אין ירושלים.



כאטש וואס זיין ספעציפישע מהלך איז נישט געווען אנגענומען ביים יהדות החרדית, איז אסאך באקאנט איבער זיינע גרויסע כוחות הנפש און מסירת נפש פאר זיין אידישקייט. זיין התמדה אלס בחור איז געווען אומגלויבליך, ער איז געזיצן און געלערנט זיבן יאר אין ישיבה, און משך פון דער צייט קיינמאל נישט ארויס אויפן גאס אונטערן זון שיין. אלע יארן פלעגט ער פאסטן משבת לשבת און זיך געפירט מיט א שטארקער פרישות. ער איז געגאנגען אנגעטון מיטן ירושלימ'ער לבוש, און געלעבט אין ארעמקייט בדחקות.



שפעטער האט ער זיך באזעצט אין מאנסי און אנגעפירט מיטן ביהמ"ד בית יהודי. עס איז באוויסט אז הרה"ק מריבניץ זי"ע האט זיך שטארק נוהג כבוד געווען אין אים. זיין ברודער איז געווען הגה"צ רבי אברהם צבי הלוי בעק זצ"ל רב פון מעלבארן, אויסטראליע וועלכער איז נישט לאנג צוריק אוועק, ביום ה' תמוז תשע"ח.
גיב מיר א ליי"ק אדער נישט, א שמייכעל גיב זיכער!
באניצער אוואטאר
גיב א שמייכעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 8:45 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

שליחה דורך גיב א שמייכעל »

און נאך איינס...:

ברוך דיין האמת: מיט גרויס צער און טרויער איז אויפגענומען געווארן די ביטערע בשורה, איבער די פטירה פון הגה"צ ר' משה בער בעק זצ"ל אבד"ק בית יהודי, וועלכער איז נפטר געווארן דעם פרייטאג אינדערפרי אין עלטער פון 87 יאר. דער רב איז יארן לאנג געווען דער מנהיג פון נטורי קרתא, און אסאך געשתדל'ט לטובת שלומי אמוני ישראל איבער די וועלט, די לעצטע צוויי יאר איז ער ליידער געווען אין א שווערע געזונט צושטאנד, און דעם פרייטאג פארטאגס איז ער נפטר געווארן לחיי העולם הבא. די לוויה איז פארגעקומען פרייטאג פארמיטאג פון זיין בית המדרש "בית יהודי" אין מאנסי מיט די באטייליגונג פון פילע אידן וואס זענען געקומען אפגעבן דעם כבוד האחרון.
גיב מיר א ליי"ק אדער נישט, א שמייכעל גיב זיכער!
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איתן האט געשריבן:דער אמרי חיים זצוק''ל האט געזאגט אויף עהם, משה בער האט הייליגע אויגן אבער א שמוציק פיסק


דער וויזניצע רבי זצוקל האט דאס געזאגט ווען ר' משה בער עה האט געשאלטן די אגודה רבנים

די ווארט פאסט גראדע זייער פאר א וויזניצע רבי
מארמאראשער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:35 am
האט שוין געלייקט: 274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

Re: הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן

שליחה דורך מארמאראשער »

ווען האט די נפטר זצ"ל געשאלטן די רבני אגודה??

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיין שאלה איז: פארוואס האט ער זיך נישט געהאלטן אין סאטמאר...?! ר'איז דאך געווען א קנאי (קנאקאי) און סאטמאר איז דאך געבויעט אויף קנאות...?!

דער תירוץ איז זייער פשוט. דער סאטמאר'ע רבי זי"ע האט געבויעט זיין קנאות אויף אידעאלאגיע. א שיטה. נישט אויף ווייאלענס. משא"כ די נטורי חרתא און די בארעלעך האבן געהאלטן אז האלזן זיך און קושן מיט די פארשאלטענע אראבישע רוצחים וועלכע האבן בלוטיגע הענט פון הרג'נען אידן איז אין ארדענונג. און .."הרב"... משה בער דר*ק ע"ה זכותו יגון עלינו, זייענדיג א בעל מחלוקת האט געהעצט דעם עולם צו ..."מעשים"...האט נישט געפונען זיין ארט אין סאטמאר...!
Arh123
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2020 10:23 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך Arh123 »

סמבטיון האט געשריבן:איך האב אזוי הנאה פון אישתישבי'ס תגובה, איך טענה דאס שוין לאנג, בעצם האט יעדע סאטמערע יוד, פיינט בתכלית השנאה , יעדע יוד וואס וואוינט אין ארץ ישראל אדער וואס האט ליב אונזער הייליג לאנד, און וואלט פריי אפגעאטעמט ווען די מדינה גייט אונטער מיט אלע אירע איינוואוינער ה"י, נאר וואס דען? נישט יעדער האט די כח צו פארן קיין איראן פערזענליך זיך טרעפן מיט דעם חסיד אומת העולם אכמאנדינזשאד, שטארקע ווערטער!

והדברים ארוכים ועתיקין.


ח"ו וח"ו צו זאגען אז יעדער סאטמארער וויל אז די מדינה זאל חרוב ווערען על כל תושביה ח"ו! איך בין ווייט פון א סאטמארער ב"ה אבער איך קען זיי און כמעט קיינער אחוץ פון א פאר עקסטרעמע ווילען אזא מין נאצישע זאך!!! אוודאי איז דא א סאך נארישקייט ביי די סאטמארע אבער נישט עד כדי כך!

ישתקעו הדברים ולא ייאמרו! מען טאר נישט רעדען קיין לשון הרע און אוודאי נישט מוציא זיין א שם רע אויף א עדה אידן!
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

גיב א שמייכעל האט געשריבן:@ליב צו וויסן...
פארן זיך האלזען מיט אכמידיניזשאר ימ"ש איז אויך א חלק פון די שיטה פון 'האלטען עפעס אמתדיג'???

אראפפארען צו א קאנפרענץ אין טעהעראן וואס איז געשטעלט צו לייקענען דעם האלאקאוסט איז אויך א זאך 'וואס מ'זעהט אין תנ"ך'???

ווייזען שטיצע פאר אן מוסלאמעינישע אייטאלע וואס וויל אפווישען 'גאנץ ארץ ישראל' -נישט קיין חילוק תל אביב צו מאה שערים- איז אויך עפעס 'וואס תנ"ך סופאר"ט'???

ווען עשו איז געקומען הרגענען יעקב איז יעקב אקעגן געקומען בדורן און געזאגט אדוני עשו עבדך יעקב, אויף דעם איז די שיטה פון נטורי קרתא באזירט.

יעצט זאג אז יעקב איז געגאנגען מיטן פלאן פון מלחמה אויב ס'וועט זיך אויספעהלן, טאר מען דאך נישט מלחמה האלטן מיט די גוים בזמן הזה.

קענסט עגריען מיט זיין שיטה אדער נישט (איך גראדע נישט) אבער אז ער ווייסט פונקטליך פון ווי אין די תורה ער נעמט זיין דרך איז די קשיא אויף די אנדערע, פון ווי נעמען זיי זייער שיטה אז נישט נאר מען זאל נישט נאר מען טאר נישט.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
איתן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 7:41 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך איתן »

ווער ס'האט אויערן, קען הערן די שטורעם וואס האט זיך אפגעטון ווען משה בער איז אנגעקומען אויף יענע וועלט.

מיליאנע נשמות האבן געשטורעמט; פתחו שערים ויבא גוי צדיק!!!
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

די אפיציעלע טענה פון די "נטורי קרתא" ווען זיי זענען געגאנגען באזוכן די טעראריסטן איז געווען אז זיי זענען אהינגעגאנגען אין ראם פון א דיפלאמאטישע פדיון שבוים אקציע, ווען די כוחות און איראן האבן צוגעזאגט געוויסע באגנאדינגען פאר איינגעשפארטע אידן [מעגליך איזראעלישע] בתנאי אז חסידישע אידן קומען אריבער און ווייזן פאר די וועלט אז זיי זענען נישט קיין בלויזע אנטיסעמיטן.

אל תדין חבירך עד שתגיע למקומו.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

איתן האט געשריבן:ווער ס'האט אויערן, קען הערן די שטורעם וואס האט זיך אפגעטון ווען משה בער איז אנגעקומען אויף יענע וועלט.

מיליאנע נשמות האבן געשטורעמט.....

קומט נישט צו צו די יללות וואס איז פארגעגאנגען ווען דיין רבי, מאיר כהנא איז אנגקומען אויף יענע וועלט.

עם כל הכבוד האט רבי משה בער נישט געקראצט קיין איד און זיין לעבן בעת ווען רב כהנא האט בלוט פון צענדליגע אידן אויף זיינע הענט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זופ מיט מאנדלען, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

berlbalaguleh האט געשריבן:מיין שאלה איז: פארוואס האט ער זיך נישט געהאלטן אין סאטמאר...?! ר'איז דאך געווען א קנאי (קנאקאי) און סאטמאר איז דאך געבויעט אויף קנאות...?!

דער תירוץ איז זייער פשוט. דער סאטמאר'ע רבי זי"ע האט געבויעט זיין קנאות אויף אידעאלאגיע. א שיטה. נישט אויף ווייאלענס. משא"כ די נטורי חרתא און די בארעלעך האבן געהאלטן אז האלזן זיך און קושן מיט די פארשאלטענע אראבישע רוצחים וועלכע האבן בלוטיגע הענט פון הרג'נען אידן איז אין ארדענונג. און .."הרב"... משה בער דר*ק ע"ה זכותו יגון עלינו, זייענדיג א בעל מחלוקת האט געהעצט דעם עולם צו ..."מעשים"...האט נישט געפונען זיין ארט אין סאטמאר...!

ער האט זיך געהאלטן אין סאטמאר ביז די מעשה פון די קאשויער פלייש, ער איז געפלויגן דעמאלץ פארן ארויסקומען מיט א ספר ווי ער באשולדיגט די סאטמארע בית דין בראש פונעם ברך משה אין מאכיל זיין נבלות וטרפות.

מעגליך אז פון א קנאישן ספעקטרום וואלטן זיי יא מיטגעשטאנען מיט אים, [לשיטתם אז סאיז געווען א דיפלאמאטישע עסקנות, נישט סתם א פראפעגאנדע באזוך.]
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איתן וואס נאך גייט פאר אויף יענע וועלט איך בין זייער נייגעריג, וואס טוט די גאנצע פמליא של מעלה בשעת די אייבירשטער שמועסט זיך דורך מיט סקווירא רבי?
איתן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 7:41 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך איתן »

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:
איתן האט געשריבן:ווער ס'האט אויערן, קען הערן די שטורעם וואס האט זיך אפגעטון ווען משה בער איז אנגעקומען אויף יענע וועלט.

מיליאנע נשמות האבן געשטורעמט....

קומט נישט צו צו די יללות וואס איז פארגעגאנגען ווען דיין רבי, מאיר כהנא איז אנגקומען אויף יענע וועלט.

עם כל הכבוד האט רבי משה בער נישט געקראצט קיין איד און זיין לעבן בעת ווען רב כהנא האט בלוט פון צענדליגע אידן אויף זיינע הענט.

ווער האט אזוי געזאגט? אזוי האלטסטו מיט'ן סאטמארע שיטה, אבער 'אלע' וואס האלטן נישט פונעם שיטה, האלטן 'גענוי' פארקערט
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

איתן: דער זעלביגער וואס האט אייך סומך געווען צו קומען מיט לעבדיגע באריכטן פון הימל לויט אייער געשמאק האט מיר אזוי געזאגט...

אגב רוב מענטשן וואס האלטן נישט פון די סאטמארע שיטה האלטן פונקט ווי מיר און נאך ערגער אנבאלאנגט רב כהנא אויסער א טייל עקסטרעמיסטן און טעראריסטן.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
פארשפארט