ווען דו האסט א קראנטע תשובה אויף דיין שאלה, שיק מיר אן אישי...אויליגער האט געשריבן:א שווערע פאר טעג געווען אויפן מארקעט די לעצטע פאר טעג, גרויסע טעק קאמפעני׳ס האבן געטראסקעט גרויסע פארצענטען טעסלא האט דערלייגט היינט ארום 20 פארצענט,
די שאלה ווי לאנג סגייט גיין בארג אראפ אדער צו סגייט שוין צוריק אנהייבן ארויפציגיין,
נייעס פון סטאק מארקעט
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
פאראויס צוזאגן וואס די מארקעט גייט טון איז אוממעגליך, נאכדערצו אין די יעצטיגע קאנדישענס ווען די לעצטיגע ברעכענדיגע רעקארדס האבן זיך פשוט נישט געלייגט אויפ'ן שכל.
(און מ'קען שפעקולירן וואס האט געברענגט דערצו אז די מארקעט זאל זיין דיטעטשט פון די עקאנאמיע)
איך שפעקוליר אז מיט'ן יעצטיגע "פעד" (פעדעראלע רעזערוו) און פרעזידענט וואס איז גרייט אויף אלעם אבי די מארקעט זאל נישט קראכן, גייט די יעצטיגע טראסק נישט לאנג אנהאלטן (ווענדט זיך אסאך וויאזוי די יעצטיגע וואך וועט זיך אויסשפילן).

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 149
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
- האט שוין געלייקט: 88 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל
אפיציעל איז די מארקעט אראפ ווייל אינוועסטירערס האבן פארקויפט אסאך נאכדעם וואס סאיז ארויפגעפארן כדאי ארויסצונעמען רווחים, כמיין אבער אז סאיז שוין צו שטארק רויט אז דאס זאל זיין די תירוץ
עניוועי די מארקעט איז כמעט נישט מעגליך אמתדיג אויסצורעכענען אבער איך מיין אז יעצט איז א גוטע צייט צו אינוועסטירען אין גוטע קאמפעניס וואס זענען רויט ווי עפל טעסלא וכו ווייל בדרך הטבע וועט עס ארויפגיין צוריק בקרוב

לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
ווענט זיך אין דיין טרעדינג סטרעטעדזשי. אויב דיין טרעדינג סטרעטעדזשי באשטייט פון פאנדימענטאלס אולי ביסטו גערעכט אויב די פאנדעישאן איז סאליד. אבער אויב טרעידסטו טשארטס אזוי ווי רוב דעי טרעידערס גיי פאר שארטס שארט טערמ ווייל די מארקעט איז נאך לכאורה אין קארעקשאן מאודאויליגער האט געשריבן:אפיציעל איז די מארקעט אראפ ווייל אינוועסטירערס האבן פארקויפט אסאך נאכדעם וואס סאיז ארויפגעפארן כדאי ארויסצונעמען רווחים, כמיין אבער אז סאיז שוין צו שטארק רויט אז דאס זאל זיין די תירוץ
עניוועי די מארקעט איז כמעט נישט מעגליך אמתדיג אויסצורעכענען אבער איך מיין אז יעצט איז א גוטע צייט צו אינוועסטירען אין גוטע קאמפעניס וואס זענען רויט ווי עפל טעסלא וכו ווייל בדרך הטבע וועט עס ארויפגיין צוריק בקרוב
Sent from my SM-T867V using Tapatalk
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
דאס עקזעקלי רעד איך פון די סאונדס צו זיין א טשארט טרעידער ווערסעס א לאנג טערם פאנדימענטאל טרעידער
Sent from my iPhone using Tapatalk
Sent from my iPhone using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
פאליטיקאנט האט געשריבן:אינדעקס פאנדס זענען אי טי עף'ס (ETF) וועלכע טרערן א געוויסע אינדעקס.
דהיינו א אי טי עף איז א באנדל פון סטאקס, לאמיר נעמען א ביישפיל XLF דאס איז א אי טי עף וועלכע האט אין זיך די פינאנציעלע סעקטאר, אזוי אז מיט'ן קויפן די אי טי עף טוט איר אינוועסטירן אין די פינאנציעלע מארקעט - און יעדע סטאק פון די אי טי עף האט איז זיך איין סטאק (אדער א חלק) פון צענדליגע פינאנציעלע קאמפעניס א שטייגער ווי בענק.
נאך א משל איז USO וועלכע איז א Crude oil אי טי עף.....
די מעלה פון אי טי עף'ס איז אז מען פארמינערט ריזיקע, ווייל אויב אויב אפאר קאמפעניס גייען אראפ האסטו נאך אלס די אנדערע קאמפאניס, משא"כ אויב איינער אינוועסטירן נאר אין געוויסע סטאקס צ.ב. אויב איינער האלט אז די פינאנציעלע וועלט גייט האבן שטארקע רווחים אין די קומענדיגע פאר יאר, איז ענדערש אריינצוגיין אין XLF ווי איידער בלויז אין טשעיס אדער באנק פון אמעריקא, ווייל אזוי איז ער מער פארזיכערט צו פארדינען.
צוריק צום שאלה: אינדעקס פאנדס איז א אי טי עף פון די דאזיגע אינדעקס, צ.ב. די באקאנטע SPY האט אין דיל אלע סטאקס פון די s&p 500.
מ'קען עס קויפן ביי יעדע בראקערידש פונקט ווי געהעריגע סטאקס.
צו עס לוינט יעצט צו קויפן?
די כלל ביי לאנג טערמיניגע אינוועסטמענטס איז אז נישט קיין חילוק ווי די מארקעט שטייט, לייגט מען אריין.
אבער איך פערזענליך וועלט געזאגט זאלסט נאר אריינלייגן א חלק, און האלטן די איבעריגע קעש, פאר 'אפורטוניטיס' ווען די מארקעט ציט צוריק אביסל.....
אבער אין די זעלבע צייט איז א ETF נישט די גרויסע growth stock די עיקר איז עס געמאכט דיך צו געבן א בליק אויף די גאנצע מארקעט אדער ווי די סעקטאר שטייט יעצט. וואס דאס מיטצוהאלטן מוז מען נישט זיין דערינען, פונקט ווי די Dow און די S&P 500 איך האב ליב צו זעהן growth און אז איך באטראכט די 3 מעין ETF'S מיט וואס זיי זענען געשטיגן אין די לעצטע 5 יאר איז אזוי:
די Spy איז ארויף מיט גאנצע $118
די DIA איז ארויף מיט $96
און די VOO מיט $116
יעצט אויב האט איינער א נידריגע risk tolerance קויף עס געזונטערהייט, אבער למעשה איז עס נישט אזוי סוסטעינבל ווי א דורכשניטליכע blue chip stock וואס האט אפשר נישט אזא high return און ס'קריכט ארויף גאנץ שטאט, אבער הצד השווה שבהן זיי קענען דורכלעבן א קארעקשן און שטיין שטאלץ ווען יעדער אינקלאדינג די ETF stocks נעמען א היט... איז אז מ'האט נישט קיין מורא פון א טעמפארערי דיקליין זעה איך נישט פארוואס מ'זאל נישט אינוועסטירן אין עטליכע קאמפעניס אינדיווידואל (וואס טייל פון זיי זענען אין די ETFs)
מיין טעיק איז diversification מוז נישט ארייננעמען קויפן א ETF אדער א index fund איך האב אין מיין פארטפאליא סטאקס וואס גייען ארויפגיין און וואס גייען אראפגיין נישט קיין חילוק ווער ס'קומט ארויס היינט דער געווינער...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
סאנטיאגא האט געשריבן:אבער אין די זעלבע צייט איז א ETF נישט די גרויסע growth stock די עיקר איז עס געמאכט דיך צו געבן א בליק אויף די גאנצע מארקעט אדער ווי די סעקטאר שטייט יעצט. וואס דאס מיטצוהאלטן מוז מען נישט זיין דערינען, פונקט ווי די Dow און די S&P 500
די עיקר פון א ETF איז יא געמאכט צו אינוועסטירן אין א סעקטאר, מ'נצט עס אויך אלס א בענטשמארק אזויווי אינדעקסעס.
סאנטיאגא האט געשריבן: איך האב ליב צו זעהן growth און אז איך באטראכט די 3 מעין ETF'S מיט וואס זיי זענען געשטיגן אין די לעצטע 5 יאר איז אזוי:
די Spy איז ארויף מיט גאנצע $118
די DIA איז ארויף מיט $96
און די VOO מיט $116
גראדע איז עס גאנץ אסאך געשטיגן אין די לעצטיגע יארן, דו ברענגסט נומערן די נושא איז פראצענט.
אבער איך פארשטיי נישט וואס דיין פראבלעם איז מיט growth, דו קענסט אינוועסטירן אין growth ETF's א שטייגער ווי ARKQ (וועלכע האט אינוועסטירט 10% אין טעסלא מימים ימימה) אדער אין א growth סעקטאר ווי 'קענעביס'.
סאנטיאגא האט געשריבן:יעצט אויב האט איינער א נידריגע risk tolerance קויף עס געזונטערהייט, אבער למעשה איז עס נישט אזוי סוסטעינבל ווי א דורכשניטליכע blue chip stock דאס האט אפשר נישט אזא high return און ס'קריכט ארויף גאנץ שטאט, אבער הצד השווה שבהן זיי קענען וואקסן ווען יעדער אינקלאדינג די ETF stocks נעמען א היט... איז אז מ'האט נישט קיין מורא פון א טעמפארערי דיקליין זעה איך נישט פארוואס מ'זאל נישט אינוועסטירן אין עטליכע קאמפעניס אינדיווידואל (וואס טייל פון זיי זענען אין די ETFs)
אלעס קען וואקסן און אלעס קען פאלן,
דו זאגסט מער ווייניגער (לויט ווי איך פארשטיי) אז אינדיווידועלע סטאקס זענען אזוי גוט ווי ETF's, נא כ'זאג נישט אנדערש, אבער בדרך כלל זענען גוט געקליבענע ETF's מער פארזיכערט, און איך זע נישט פארוואס עס איז נישט אזוי 'סוסטעינעבל' (נאכאמאל ווענדט זיך עס וועלכע ETF)
סאנטיאגא האט געשריבן:מיין טעיק איז diversification מוז נישט ארייננעמען קויפן א ETF אדער א index fund איך האב אין מיין פארטפאליא סטאקס וואס גייען ארויפגיין און וואס גייען אראפגיין נישט קיין חילוק ווער ס'קומט ארויס היינט דער געווינער...
ביים אינוועסטירן איז גארנישט קיין חיוב, אבער אז דו זוכסט diversification, איז ETF's א גוטע און גרינגע מהלך צו גיין מיט.
(נ.ב. איך בין אביסל צומישט פונקטליך וואס דו זוכסט ארויסצוברענגען)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
אקעי דאס איז מאדנע... די לעצטע חודש אויב נישט מער איז די גאנצע מארקעט אומזיכער ס'שפרונגט אהין און צוריק נישט געווען עכט קיין קאנסינטענט וואוקס וועגן מ'ווארט אויף וואקסין נייעס און ווען ס'זעהט שוין אויס אז ס'איז דא אן uptrend גליטש זיך עס צוריק אראפ אין א מעטער פון געציילטע טעג.. פלוצלינג יעצט מיט די אומזיכערקייט ארום די עלעקשן רעזולטאטן און די מארקעט לעבט אויף? ס'איז מיר א פלא...
איי געס מענטשן בעטן אז ביידן האט אן אויבערהאנט און דאס איז גוטע נייעס פאר clean energy stocks ווי סאולער, טעסלע און די FAANG stocks אבער ס'איז נאך אלס אינטערסאנט ווייל אפילו ס'מאכט נישט עכט אויס פאר די מארקעט אין די לאנג ראן איז געווענליך די טאג פאר און נאך די עלעקשענס שטארק volatile
נ.ב. איך פארשטיי קנאפ צו פאליטיק, דאס איז וואס מיין ריסורטש האט געוויזן
איי געס מענטשן בעטן אז ביידן האט אן אויבערהאנט און דאס איז גוטע נייעס פאר clean energy stocks ווי סאולער, טעסלע און די FAANG stocks אבער ס'איז נאך אלס אינטערסאנט ווייל אפילו ס'מאכט נישט עכט אויס פאר די מארקעט אין די לאנג ראן איז געווענליך די טאג פאר און נאך די עלעקשענס שטארק volatile
נ.ב. איך פארשטיי קנאפ צו פאליטיק, דאס איז וואס מיין ריסורטש האט געוויזן
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
[youtube]
http://youtu.be/ZCFkWDdmXG8[/youtube]
א דאקומענטרי איבער די סטאק מארקעט. ס'האט א חלק וואס איז מסביר די בעסיקס וויאזוי די מארקעט ארבעט פאר מתחילים

שוין לאנג נישט גערעדט. פאליטיקאנט ביזט דא?
זיי מסביר בטוב טעם ודעת וואס די... האט די לעצטיגע tech sector decline איינגעלייגט מיט high bond yields
זיי מסביר בטוב טעם ודעת וואס די... האט די לעצטיגע tech sector decline איינגעלייגט מיט high bond yields
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
עס האט אסאך צו טון, און כ'האב נישט קיין כח עס אויסצושרייבן דא אין אלע דיטעילס.
למען האמת האב איך נישט א קלארע פארשטאנד אין באנדס / רעיטס.
אבער אפאר נקודות ממש אין קורצן;
קודם כל הויעכע רעיטס איז נישט גוט פאר סטאקס בכלל, אבער נאך ערגער פאר Growth / tech סטאקס.
- ווען רעיטס זענען אויסטערליש נידעריג טוט דאס בארעכטיגן העכערע פרייזן פאר סטאקס - ספעציעל Growth - ווייל אינוועסטארס האבן נישט קיין אלטערנאטיוו ווי אריינצושטעקן זייער געלט חוץ פון סטאקס (האלטן אין קעש איז דאך קיינמאל קיין אפציע, ספעציעל ווען מ'רעכנט זיך אויף אינפלעישן)
- דאס איז מער קאמפליצירט; ווען רעיטס גייען ארויף ווייל מ'רעכנט זיך אויף Inflation (און נישט ווייל מ'רעכנט זיך אויף Higher real growth אין די עקאנאמיע) טוט דאס האבן א נעגאטיווע אפעקט אויף די קעשפלאו / מארג'ין פון קאמפאניס (אויף וואס Growth סטאקס זענען די מערסטע אנגעוואנדן)
[- רוב Growth סטאקס זענען נאכנישט פראפיטעבל, און דערלייגן נאך יערליך, זיי דארפן צוקומען כסדר צו פרישע געלטער (דאס איז די איידיע פון הויעך וואקסענדע סטאקס, אז די אינוועסטאר קוקט אויף די פאטענציאל אין די עתיד און קימערט זיך נישט אויף די יעצטיגע פארדינסטן - אזוי ווי עמעזאן די לעצטע 20 יאר), ממילא מיט העכערע רעיטס איז טייערער / שווערער פאר זיי צו בארגן געלט.]
דאס זענען בלויז אפאר קליינע נקודות עס איז ברייטער און טיפער פון דעם (און נישט אלעס פארשטיי איך), דא האט איר א ווידיאו פון פראפעסאר Aswath Damodaran וואס צולייגט עס מער (כאטש ער פאקוסירט מער אויף סטאקס בכלל לאו דוקא Growth) https://youtu.be/AcQ0UlSzohA אבער מ'דארף האבן א בעיסיק פארשטאנד אין די נושא.
-----------------------------------------------
דרך אגב קען מען זען א חילוק צווישן טראמפ און ביידען, חוץ וואס טראמפ האט אלס קלארגעשטעלט אז ער וועט טוען וואס עס פעלט זיך אויס צו האלטן די עקאנאמיע און די מארקעט אויף א ראלל, און ווען די מארקעט האט זיך גענומען שאקלען האט ער בארואיגט אינוועסטארס, האבן אינוועסטארס געהאט צוטרוי אין זיין אדמיניסטראציע און געגלייבט די 'פעד' (ווי למשל פונקט א יאר צוריק ביים קראך), יעצט אינטער ביידען גלייבט קיינער נישט !
'פעד טשעיר' פאווועל און 'טרעזשורי סעקרעטערי' יעלען האבן שוין עטליכע מאל אין די לעצטע וואכן קלארגעשטעלט אז זיי גייען (פרובירן) צו האלטן די ראטעס נידריג און בעיקר אז זיי זעען נישט אינפלאציע גיין הויעך, אבער די עולם האט עס פשוט נישט אפגעקויפט.

מיינונגזאגער האט געשריבן:ווענט זיך אין דיין טרעדינג סטרעטעדזשי. אויב דיין טרעדינג סטרעטעדזשי באשטייט פון פאנדימענטאלס אולי ביסטו גערעכט אויב די פאנדעישאן איז סאליד. אבער אויב טרעידסטו טשארטס אזוי ווי רוב דעי טרעידערס גיי פאר שארטס שארט טערמ ווייל די מארקעט איז נאך לכאורה אין קארעקשאן מאודאויליגער האט געשריבן:אפיציעל איז די מארקעט אראפ ווייל אינוועסטירערס האבן פארקויפט אסאך נאכדעם וואס סאיז ארויפגעפארן כדאי ארויסצונעמען רווחים, כמיין אבער אז סאיז שוין צו שטארק רויט אז דאס זאל זיין די תירוץ
עניוועי די מארקעט איז כמעט נישט מעגליך אמתדיג אויסצורעכענען אבער איך מיין אז יעצט איז א גוטע צייט צו אינוועסטירען אין גוטע קאמפעניס וואס זענען רויט ווי עפל טעסלא וכו ווייל בדרך הטבע וועט עס ארויפגיין צוריק בקרוב
Sent from my SM-T867V using Tapatalk
אויסער דו, און מוריני הרב פאליטיקאנט (וואס טוט אויך סטאקס אויף די זייט) זעהט נישט אויס ווי דער עולם דא פארשטייט צו פאנדימענטאל אנאליסעס
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
פאליטיקאנט האט געשריבן:קודם כל הויעכע רעיטס איז נישט גוט פאר סטאקס בכלל, אבער נאך ערגער פאר Growth / tech סטאקס.
- ווען רעיטס זענען אויסטערליש נידעריג טוט דאס בארעכטיגן העכערע פרייזן פאר סטאקס - ספעציעל Growth - ווייל אינוועסטארס האבן נישט קיין אלטערנאטיוו ווי אריינצושטעקן זייער געלט חוץ פון סטאקס (האלטן אין קעש איז דאך קיינמאל קיין אפציע, ספעציעל ווען מ'רעכנט זיך אויף אינפלעישן)
הער איך וואס דו זאגסט. די שאלה איז עס פאלגנד: איז עס טאקע א וועליד אלטערנאטיוו? כ' מיין באנדס איז איין זאך סטאקס איז א צווייטע זאך פארוואס זאל איינס האבן א השפעה אויפן אנדערן? אדער מיינסטו די אינוועסטארס וואס מוזן אריינשטעקן א פינגער ווי מ' קען נאר וואס קוקט אויס אינטערעסאנט און צוליב אזעלכע מענטשן שטיי מיר אין די רויטע... וואס קען מאכן סענס אז ס' איז אפאר טויזנט פעזישנס. מ'רעדט דאך נישט פון קיין 10 פראצענט טראסק סך הכל רעדט מען פון א 2-3 פראצענט יענע געגנווארט. אדער א קענגערו מארקעט (נישט אהין נישט אהער)
פאליטיקאנט האט געשריבן:- דאס איז מער קאמפליצירט; ווען רעיטס גייען ארויף ווייל מ'רעכנט זיך אויף Inflation (און נישט ווייל מ'רעכנט זיך אויף Higher real growth אין די עקאנאמיע) טוט דאס האבן א נעגאטיווע אפעקט אויף די קעשפלאו / מארג'ין פון קאמפאניס (אויף וואס Growth סטאקס זענען די מערסטע אנגעוואנדן)
[- רוב Growth סטאקס זענען נאכנישט פראפיטעבל, און דערלייגן נאך יערליך, זיי דארפן צוקומען כסדר צו פרישע געלטער (דאס איז די איידיע פון הויעך וואקסענדע סטאקס, אז די אינוועסטאר קוקט אויף די פאטענציאל אין די עתיד און קימערט זיך נישט אויף די יעצטיגע פארדינסטן - אזוי ווי עמעזאן די לעצטע 20 יאר), ממילא מיט העכערע רעיטס איז טייערער / שווערער פאר זיי צו בארגן געלט.]
דאס זענען בלויז אפאר קליינע נקודות עס איז ברייטער און טיפער פון דעם (און נישט אלעס פארשטיי איך), דא האט איר א ווידיאו פון פראפעסאר Aswath Damodaran וואס צולייגט עס מער (כאטש ער פאקוסירט מער אויף סטאקס בכלל לאו דוקא Growth) https://youtu.be/AcQ0UlSzohA אבער מ'דארף האבן א בעיסיק פארשטאנד אין די נושא.
וואס הייסט נישט פראפיטעבל? אז די קאמפאני איז קעשפלאו פאזיטיוו מיינט אז זיי פארדינען, אוודאי בעסער האט נישט קיין שיעור, דו מיינסט אזא הויעכע פראפיט וואס דזשאסטיפיצירט די סטאק פרייז? ווען עמעזאן אנאסירט 125 ביליאן אין רעוועניו איז דאס געלט וואס זיי האבן כרגע? אדער נאר חשבונות. אוודאי רעכנט מען אראפ פאר אפערעיטינג עקספענסעס וכדו'
שכח פארן קליפ עמיר עס אויסטשעקן
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
סאנטיאגא האט געשריבן:פאליטיקאנט האט געשריבן:קודם כל הויעכע רעיטס איז נישט גוט פאר סטאקס בכלל, אבער נאך ערגער פאר Growth / tech סטאקס.
- ווען רעיטס זענען אויסטערליש נידעריג טוט דאס בארעכטיגן העכערע פרייזן פאר סטאקס - ספעציעל Growth - ווייל אינוועסטארס האבן נישט קיין אלטערנאטיוו ווי אריינצושטעקן זייער געלט חוץ פון סטאקס (האלטן אין קעש איז דאך קיינמאל קיין אפציע, ספעציעל ווען מ'רעכנט זיך אויף אינפלעישן)
הער איך וואס דו זאגסט. די שאלה איז עס פאלגנד: איז עס טאקע א וועליד אלטערנאטיוו? כ' מיין באנדס איז איין זאך סטאקס איז א צווייטע זאך פארוואס זאל איינס האבן א השפעה אויפן אנדערן? אדער מיינסטו די אינוועסטארס וואס מוזן אריינשטעקן א פינגער ווי מ' קען נאר וואס קוקט אויס אינטערעסאנט און צוליב אזעלכע מענטשן שטיי מיר אין די רויטע... וואס קען מאכן סענס אז ס' איז אפאר טויזנט פעזישנס. מ'רעדט דאך נישט פון קיין 10 פראצענט טראסק סך הכל רעדט מען פון א 2-3 פראצענט יענע געגנווארט. אדער א קענגערו מארקעט (נישט אהין נישט אהער)
וואס איך האב געמיינט מיט דעם איז אז אן אינוועסטאר וועט אלס אפוועגן ריזיקע ווס. די ריוואָרד, היות באָנדס איז פאררעכנט אלס א פארזיכערטע און רואיגע אינוועסטמענט איז דערפאר טראדיציאנאל געווען שטארק אנגענומען די 40/60 פארטפאליא - דהיינו 60% סטאקס 40% באָנדס.
אבער ווען באנדס זענען אין די ערד (מ'רעדט פון ממש ליצנות'דיגע ראטעס אין א געוויסע פונקט אין יולי' איז די 10 year treasury געווען 0.52% !!!, אינפלאציע איז געווען גערעכנט אויף 'מינימום' קרוב צו 2%) איז די אפציע אראפ פון טיש ממילא איז דא מער געלט וואס גייט אריין אין די מארקעט און עס בארעכטיגט העכערע מאָלטיפלס ווייל אינוועסטארס האבן נישט אנדערש אריינצולייגן (דאס און פרעצעדענטלאזע גאווערנמענט ספענדינג ברענגט אויסטערליש הויעכע ליקווידיטי וואס האלט די מארקעט הויעך - דהיינו אז עס איז אלס געווען ריזיגע געלטער אויף די 'סיידליינס' וואס האבן געווארט אריינצושפרינגען - אבער די נושא איז נישט פאר יעצט)
אבער ווי נאר ראטעס הייבן זיך, און זענען ערווארטעט זיך צו הייבן נאך מער, ברענגט דאס א 'ראטאציע' צוריק צו באנדס [און ארויס פון הויעכע מאלטיפל סעקטארס / Growth], דאס איז נישט בלויז אינדיווידועלע אינוועסטירער (ריטעיל) דאס זענען גרויסע פאָנדס און יא דאס האט א גאר שטארקע אפעקט אויפן מארקעט.
[אחוץ פון דעם קען מען שפעקולירן אויף טעקניקעלס און מאמענטום וואס נאך אזא גרויסע וואוקס פון 2020 און אנהייב 2021 (פעברואר איז געווען ארויס פון יעדע פראפארציע), איז א Pullback סתם אזוי ערווארטעט, ממילא איינמאל זאכן האבן אנגעהויבן פארן אויף אראפ האט מאמענטום זיך געטוישט און אנגעהויבן א טשעין רעאקציע פון פארקויפן, אסאך האבן לכתחילה נישט געוואלט פארקויפן אבער האבן געמוזט ליקווידירן ווייל זיי זענען געווען Leveraged, אנדערע - ואני בתוכם - האבן סתם אזוי געהאט ליניעס ווי זיי פארקויפן (סטאפ לאסס), געוויסע פאנדס האבן אנגעהויבן נעמען פראפיט פון וואס זיי האבן געקויפט א יאר צוריק מארץ' ביים קראך נאך וואס עס איז אריבער 12 חדשים און זיי האבן עס שוין געקענט רעכענען אלס 'לאנג טערם קאפיטאל געינס וכו'.
אוואדי איז דאס בלויז שפעקולאציע און גוט אויף צו זאגן לאחר המעשה און אין הכי נמי די 'סעֶלאָףף' איז געווען איבערגעטריבן ספעציעל אין געוויסע אינדיווידועלע קאמפאניס.]
סאנטיאגא האט געשריבן:פאליטיקאנט האט געשריבן:- דאס איז מער קאמפליצירט; ווען רעיטס גייען ארויף ווייל מ'רעכנט זיך אויף Inflation (און נישט ווייל מ'רעכנט זיך אויף Higher real growth אין די עקאנאמיע) טוט דאס האבן א נעגאטיווע אפעקט אויף די קעשפלאו / מארג'ין פון קאמפאניס (אויף וואס Growth סטאקס זענען די מערסטע אנגעוואנדן)
[- רוב Growth סטאקס זענען נאכנישט פראפיטעבל, און דערלייגן נאך יערליך, זיי דארפן צוקומען כסדר צו פרישע געלטער (דאס איז די איידיע פון הויעך וואקסענדע סטאקס, אז די אינוועסטאר קוקט אויף די פאטענציאל אין די עתיד און קימערט זיך נישט אויף די יעצטיגע פארדינסטן - אזוי ווי עמעזאן די לעצטע 20 יאר), ממילא מיט העכערע רעיטס איז טייערער / שווערער פאר זיי צו בארגן געלט.]
דאס זענען בלויז אפאר קליינע נקודות עס איז ברייטער און טיפער פון דעם (און נישט אלעס פארשטיי איך), דא האט איר א ווידיאו פון פראפעסאר Aswath Damodaran וואס צולייגט עס מער (כאטש ער פאקוסירט מער אויף סטאקס בכלל לאו דוקא Growth) https://youtu.be/AcQ0UlSzohA אבער מ'דארף האבן א בעיסיק פארשטאנד אין די נושא.
וואס הייסט נישט פראפיטעבל? אז די קאמפאני איז קעשפלאו פאזיטיוו מיינט אז זיי פארדינען, אוודאי בעסער האט נישט קיין שיעור, דו מיינסט אזא הויעכע פראפיט וואס דזשאסטיפיצירט די סטאק פרייז? ווען עמעזאן אנאסירט 125 ביליאן אין רעוועניו איז דאס געלט וואס זיי האבן כרגע? אדער נאר חשבונות. אוודאי רעכנט מען אראפ פאר אפערעיטינג עקספענסעס וכדו'
נישט פראפיטעבל מיין איך כפשוטו 'אפערעיטינג לאסס'.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
רעוועניו איז דעפינירט אלס די מספר פון געלט וואס איז אריינגעקומען דורכאויס א ספעציפישע תקופה. רעוועניו איז די ערשטע נומער אן אראפרעכנען סיי וועלכע קאָסטן.
למשל. ווען אמאזאן אנאנסירט 125 ביליאן אין רעוועניו איז עס איידער אראפרעכנען וויפיל די סחורה האט געקאסט, וויפיל די ביזנעס האט געקאסט צו אפערירן, וויפיל די צינזן האבן געקאסט, וויפיל שטייערן האבן געקאסט.... מ'קען האבן 125 ביליאן פון רעוועניו מיט קאָסטן פון פיל מער.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 1053 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל
ש'כח [tag]פאליטיקאנט[/tag]. זייער שיין.
איין קשיא נאר, דו שרייבסט:
פארוואס זאלן אינוועסטירער גיין פון באנדס צו growth סטאקס וואס זענען לכאורה מער ריזיקאליש. אויב איך גיי ווען ארויס פון באנדס וואלט איך אינוועסטירט אין מער סטאבילע זיכערע "בלויע טשיפ" סטאקס אדער אמווייניגסטענס אין גרויסע פאנדס וואס ריפלעקטירן די גאנצע מארקעט בכדי צו פארמינערן די ריזיקע פון ערענסטע דיפס אפילו פאר א קורצע צייט, וואס פאר דעם סיבה האב איך לכתחילה אינוועסטירט אין באנדס.
------------
נאך א זייטיגע נקודה אין דעם שמועס פון אומפראפיטירבארע קאמפעניס, איז וויכטיג צו מחלק זיין צווישען די וואס קענען שוין בעצם זיין פראפיטירבאר אבער קלויבען זיך אויס צו אינוועסטירן אין קעפעסיטי און אין ריסוירשט & דעוועלאופמענט, א שטייגער ווי אמאזאן אין אירע פריע טעג וואס האט באמת שוין געהאט גאר גוטע פראפיט אבער זיי האבן דאס גענוצט צו בויען ווערהאוזעס און מעכטיגע לאדזשיסטיק סיסטעמען וואס האט זיי געמאכט וואס זיי זענען היינט. לעומת זה זענען דא קאמפעניס וואס האבן פשוט נאך נישט די אינגרידיענטס צו קענען זיין פראפיטירבאר, צב"ש WeWork וואס אפערירט מיט א סאלידע פארלוסט. כ'האב געגעבן צוויי מן-הקצה-אל-הקצה'דיגע ביישפילן צו דרייווען די פוינט, אבער דוכט זיך אז אפילו טעסלא האט געקענט אריינגיין אין די צווייטע קאטאגאריע ביז זיי האבן אנגעהויבען פראדוקציע אין מאדעל 3.
איין קשיא נאר, דו שרייבסט:
פאליטיקאנט האט געשריבן:- ווען רעיטס זענען אויסטערליש נידעריג טוט דאס בארעכטיגן העכערע פרייזן פאר סטאקס - ספעציעל Growth - ווייל אינוועסטארס האבן נישט קיין אלטערנאטיוו ווי אריינצושטעקן זייער געלט חוץ פון סטאקס (האלטן אין קעש איז דאך קיינמאל קיין אפציע, ספעציעל ווען מ'רעכנט זיך אויף אינפלעישן)
פאליטיקאנט האט געשריבן:אבער ווען באנדס זענען אין די ערד (מ'רעדט פון ממש ליצנות'דיגע ראטעס אין א געוויסע פונקט אין יולי' איז די 10 year treasury געווען 0.52% !!!, אינפלאציע איז געווען גערעכנט אויף 'מינימום' קרוב צו 2%) איז די אפציע אראפ פון טיש ממילא איז דא מער געלט וואס גייט אריין אין די מארקעט און עס בארעכטיגט העכערע מאָלטיפלס ווייל אינוועסטארס האבן נישט אנדערש אריינצולייגן (דאס און פרעצעדענטלאזע גאווערנמענט ספענדינג ברענגט אויסטערליש הויעכע ליקווידיטי וואס האלט די מארקעט הויעך - דהיינו אז עס איז אלס געווען ריזיגע געלטער אויף די 'סיידליינס' וואס האבן געווארט אריינצושפרינגען - אבער די נושא איז נישט פאר יעצט)
אבער ווי נאר ראטעס הייבן זיך, און זענען ערווארטעט זיך צו הייבן נאך מער, ברענגט דאס א 'ראטאציע' צוריק צו באנדס [און ארויס פון הויעכע מאלטיפל סעקטארס / Growth], דאס איז נישט בלויז אינדיווידועלע אינוועסטירער (ריטעיל) דאס זענען גרויסע פאָנדס און יא דאס האט א גאר שטארקע אפעקט אויפן מארקעט.
פארוואס זאלן אינוועסטירער גיין פון באנדס צו growth סטאקס וואס זענען לכאורה מער ריזיקאליש. אויב איך גיי ווען ארויס פון באנדס וואלט איך אינוועסטירט אין מער סטאבילע זיכערע "בלויע טשיפ" סטאקס אדער אמווייניגסטענס אין גרויסע פאנדס וואס ריפלעקטירן די גאנצע מארקעט בכדי צו פארמינערן די ריזיקע פון ערענסטע דיפס אפילו פאר א קורצע צייט, וואס פאר דעם סיבה האב איך לכתחילה אינוועסטירט אין באנדס.
------------
נאך א זייטיגע נקודה אין דעם שמועס פון אומפראפיטירבארע קאמפעניס, איז וויכטיג צו מחלק זיין צווישען די וואס קענען שוין בעצם זיין פראפיטירבאר אבער קלויבען זיך אויס צו אינוועסטירן אין קעפעסיטי און אין ריסוירשט & דעוועלאופמענט, א שטייגער ווי אמאזאן אין אירע פריע טעג וואס האט באמת שוין געהאט גאר גוטע פראפיט אבער זיי האבן דאס גענוצט צו בויען ווערהאוזעס און מעכטיגע לאדזשיסטיק סיסטעמען וואס האט זיי געמאכט וואס זיי זענען היינט. לעומת זה זענען דא קאמפעניס וואס האבן פשוט נאך נישט די אינגרידיענטס צו קענען זיין פראפיטירבאר, צב"ש WeWork וואס אפערירט מיט א סאלידע פארלוסט. כ'האב געגעבן צוויי מן-הקצה-אל-הקצה'דיגע ביישפילן צו דרייווען די פוינט, אבער דוכט זיך אז אפילו טעסלא האט געקענט אריינגיין אין די צווייטע קאטאגאריע ביז זיי האבן אנגעהויבען פראדוקציע אין מאדעל 3.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
פאר איינער וואס האט אסאך צייט און וויל אינוועסטירן אין סטאקס מיט א ידיעה איבער די אמת'ע ווערד פון קאמפעני'ס זאל אריינקוקן אין דעם טשענעל, ער איז פון די גרעסטע אינעם תחום פון וואליועישן און א פראפעסאר אין ען וויי יו און לייגט ארויף אלע זיינע שיעורים אויף יו טוב לזיכוי הרבים.
https://youtu.be/znmQ7oMiQrM
https://youtu.be/znmQ7oMiQrM
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
מ'קען עס נישט שאצן אויף 'פאנדאמענטלס' היות די קאמפאני האט נאכנישט אנגעהויבן פארקויפן בכלל, און נאכנישט געמאכט קיין ברעקל רעוועניו אפי'.החוקר האט געשריבן:וואס זאגן אונזערע סטאקס מבינים אויף CCIV?
די גאנצע EV (Electric Vehicle) מארקעט איז גאנץ ניי, און גייט ע"פ דרך הטבע איבערנעמען די אויטא אינדוסטריע אין די קומענדיגע יארן, יעצט היות די 'לעגעסי' קאר קאמפאניס האבן עס איגנארירט ביז יעצט, האט דאס געגעבן א מעגליכקייט פאר פרישע 'סטארט אפס' אריינצושפרינגען און פאנטענציאל צו כאפן א שטיקל פונעם מארקעט, אבער גארנישט איז נאך קלאר יעצט. די גרויסע שאלה איז ווער גייט מצליח זיין? און וויפיל וועלן קענען 'איבערלעבן'?
ווי מ'שטייט יעצט איז נאר 'טעסלא' - מיט זייער פעסטע פראדוקציע פלענטס, שטארקע ברענד, פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, און איבערגענוג קעש (FCF) - פארזיכערט מיטן זיין פון די גרויסע שפילערס און דערפאר מאכן גרויס געלט אין די קומענדיגע יארן (און דאס טוט לויט טייל בארעכטיגן די אומגעהויערע מארקעט קעפ), 'ניאו' איז שוין אויך גאנץ ווייט און האט שטארקע מעגליכקייטן זיך צו פארזיכערן א פלאץ אינעם אויבן אן. אלע אנדערע זענען אין די פארמעסט און דארפן נאך איבערקומען אסאך שטרויכלונגען (פינאנציעלע, מארקעטינג, און פראדוקציע) איבער דעם קען מען שפעקולירן ווער גייט עס מאכן און פארוואס....
יעצט צו CCIV /Lucid motors, זיי זענען פון די מערסט פארגעשריטענע יעצט, מיט א פארטיגע פראדוקט, און פארענדיגן יעצט א פראדוקציע פלענט (וואס דאס איז פון די וויכטיגסטע פאר קאר קאמפאניס), - דאס לייגט זיי פאראויס פון פילע אנדערע, און גיבט זיי א שטארקע מעגליכקייט פון סוקסעס.
-------------------------------------------------------
אני הקטן פלאן צו קויפן אביסל אלס א שפעקולירנדע פאזיציע (speculative position) און האלטן פאר די קומענדיגע יארן, אבער היות עס איז יעצט אין א שטארקע downtrend מיט אנדערע SPACs און micro caps, דעריבער וועל איך נאך ווארטן אביסל ווייל כ'קען עס זען גיין נאך אביסל נידעריגער (כ'האב שוין געוואלט קויפן ביי די $29 מיט א DCA סטראטעגיע אבער זיך איינגעהאלטן, יעצט איז עס אינטער $19, - כ'וועל ענדערש ארויפשפרינגן אויפ'ן באן, א סטאנציע שפעט, ווי 5 סטאנציעס צו פרי - פאליטיקאנט)