איך מיין אז יעדע מאל עס פאסירט דא א שמועס פון עוואלוציע, איז עס נישט קיין דעבאטע פון צוויי זייטן, נאר צוויי גרופעס וואס רעדן זיך נישט צוזאם. מען קען אנקוקן יעדע זאך וואס מען זעט פון א אידישע פערספעקטיוו, פארוואס איז די בלעטל אראפגעפאלן פון בוים? ווייל דער באשעפער האט געוואלט באשיצן דעם ווערימעל. אדער קען מען עס אנקוקן פון א וויסנשאפטליכער פערספעקטיוו, פארוואס איז די בלעטל אראפגעפאלן פון בוים? ווייל די ערד האט א כח המושך.
די צוויי וועגן וואס מען קוקט עס אן איז נישט קיין קשיא איינס אויפן צווייטן, און נישט קיין ראי' איינס פארן צווייטן. עס קען זיין דער באשעפער מאכט די כח המושך, קען זיין אז נישט. אויב קומט איינער און פרעגט א קשיא אויף יו"ט ערליך, דו זינגסט אזוי שיין אז די בלעטל איז אראפגעפאלן ווייל דער בורא בכבודו ובעצמו האט אזוי געוואלט, איך ווייס דאך אז עס ארבעט מיט גראוויטי? ער רעדט דאך נישט צום דבר, קיינער רעדט נישט יעצט וויאזוי עס ארבעט, מען רעדט אז דער באשעפער פירט אזוי זיין וועלטעל. און אויב גייט איינער אריין צו א שיעור אין גראוויטי און פרעגט, פארוואס איז ענק אזוי שווער פארוואס די בלעטל פאלט אראפ, אזוי האט דער באשעפער געוואלט. ער רעדט דאך אויך נישט צום דבר, מען פראבירט יעצט צו פארשטיין וויאזוי עס ארבעט, נישט וואס די רצון ה' איז.
גארנישט אנדערש ווען עס קומט צום וועלטס היסטאריע. ווען איינער רעדט פון א אידישער פערספעקטיוו, און ער גלייבט אין בריאת העולם ווי עס שטייט אין בראשית, מאכט נישט קיין סענס צו זאגן אז א מענטש זעט אויס ווי א מאנקי און וועגן דעם מוז ער זיין זיין אייניקעל. דער באשעפער האט רואיג געקענט אזוי באשאפן דער וועלט, לייגן א וויירוס דארט ווי ער וויל, און יעדע זאך וואס שמעקט אים. (פארשטייט זיך איך מיין שמעקן אזויווי דער רמב"ם איז מסביר דעם באשעפער'ס פיזישע באגריפן).
פון די אנדערע זייט, ווען איינער פראבירט צו פארשטיין די וועלטס היסטאריע פון א וויסנשאפטליכער פערספעקטיוו, און ער פראבירט צו פארשטיין וואס איז געווען פארדעם אז עס איז געווארן וואס אונז זען יעצט, מאכט נישט קיין סענס צו זאגן אז דער באשעפער האט עס באשאפן. ער פארשטייט גארנישט מער מיט די אינפארמאציע וואס דו געבסט אים, נישט נאר ער ווייסט נישט וויאזוי דער וועלט איז געווארן, יעצט ווייסט ער אויך נישט וויאזוי דער באשעפער ארבעט.
הקטן האט געשריבן:עוולוציע (און ביג-בענק) איז שולל קדמות העולם.
קדמות העולם מיינט נישט אז אלעס איז אייביג געווען אזויווי יעצט, קדמות העולם מיינט אז אלעס פירט זיך א גאנצע צייט ע"פ טבע, יעדע סיבה האט א מסובב, פונקט ווי די ביג בענג טעאריע.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell