שיעורים אקעגן עוואלושן פון החכם הרב אביגדור מיללער ז"ל

מחשבה, השקפה ועיון
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:עס וואלט נישט געווען קיין ליצנות באמת, עכ"פ נישט מער ליצנות ווי עס איז שוין, עס נעמט פשוט צייט צו אקצעפטירן. פונקט ווי עס איז געווען שווער צו מקבל זיין אז דער וועלט איז נישט די צענטער פונעם יקום, און היינט שטימט עס שוין זייער גוט מיט די תורה.

געב עס נאך א דור צוויי, עוואלוציע וועט זיין געהעריג מסודר מיט ארטאדאקסישע אידנטום. ווער ווייסט מיט וועלכע שוועריקייטן אין אמונה יענע דור וועט זיך מוטשענען. :lol:


זיי וועלן זיך לכאורה מוטשענען אז מען קען נישט טרעפן דעם סמבטיון... :lol:
באניצער אוואטאר
עגלה ערופה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 1:53 am
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך עגלה ערופה »

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:עס וואלט נישט געווען קיין ליצנות באמת, עכ"פ נישט מער ליצנות ווי עס איז שוין, עס נעמט פשוט צייט צו אקצעפטירן. פונקט ווי עס איז געווען שווער צו מקבל זיין אז דער וועלט איז נישט די צענטער פונעם יקום, און היינט שטימט עס שוין זייער גוט מיט די תורה.

געב עס נאך א דור צוויי, עוואלוציע וועט זיין געהעריג מסודר מיט ארטאדאקסישע אידנטום. ווער ווייסט מיט וועלכע שוועריקייטן אין אמונה יענע דור וועט זיך מוטשענען. :lol:

דעמאלטס וועלן די מחזירי בתשובה שוין טרעפן מאמרי חז"ל אז די גמרא האט שוין געוואוסט פון עוואלוציע סאך פארן סייענטיסטן...
עובדיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 12:52 am
האט שוין געלייקט: 157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך עובדיה »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:ער מעג אלעס, אבער ער האט זיך פארקויפט אלץ א רמבם'יסט, האט ער געקענט זאגן אז אלעס איז שלא כפשוטו. וואס איז געוועהן זיין הכרח?

דער רמב״ם האט זיך אויך געהאט זיינע זאכן אויף וואס ער האט זיך גע׳עקשנ׳ט, צ.ב. אויף די ענין אז גאט האט באשאפן די וועלט יש מאין (נישט יש מיש) עקשנ׳ט ער זיך טראץ דעם וואס פון די פסוקים האט ער נישט קיין הכרח ווייל ״הנה היא סותרת הדת מעיקרה ומכזבת לכל אות בהכרח ומבטלת כל מה שתיחל בו התורה או תפחיד ממנו - האלוקים״ (מורה נבוכים ח״ב פכ״ה). איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס די ווערטער דארפן צו מיינען, זעהט אויס אז ער האט פארשטאנען אז אויב די גאנצע וואס גאט האט צו פארקויפן איז א בריאת יש מיש וועט עס האבן יענע פנים האט ער זיך געדארפט עקשנ׳ען דערויף. דאס איז אין מיין מיינונג דער זעלבער סיבה פארוואס חרדים עקשנ׳ען זיך קעגן אבולוציה, יא מ׳קען אלעס פארענטפערן, אבער דאן וועט שוין די גאנצע זאך זיין א האלבע לצנות...

ער זאגט עס גראדע נישט קעגן די שיטה פון בריאה יש מיש (השקפת אפלטון) נאר קעגן די שיטה פון קדמות העולם (השקפת אריסטו) וואס לויט דעם איז נישט שייך קיין נסים שלא כדרך הטבע. בנוגע די שיטה פון בריאת יש מיש, זאגט ער אז מ'וואלט געקענט אזוי זאגן, נאר ס'פעהלט נישט אויס.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

צפור בודד האט געשריבן:אפילו אז דארווין איז אפגעשלאגן מכל וכל איז נאך אלץ נישט קיין ראיה צו מעשה בראשית וואס האט נאך ווייניגער סברא און עווידענס.

ווער רעדט פין מעשה בראשית?
אויף בראשית זאג כפשוטו זאג נישט כפשוטו...

די אשכול איז דן:
איז געווען א דיזיינער וואס האט אהער געשטעלט דיין קאפ וואס דו ניצט צי טראכטן און זאגן סברות אדער איז דאס פשוט א רענדאם אנלויפעניש, וואס מיינט גארנישט, און מען קען זיך מיט דעם נישט רעכענען ?!?

אויב וויירעסעס האבן זיך באזעצט פינקט דארט וואו זיי האבן זיך באזעצט רענדעמלי און זיי זענען פשוט JUNK אדער איז דא איינער וואס פירט זיי דארט מיט א חשבון...?!?

אויב איז דא א דיזיינער מאכט נישט קיין סענס זיך צי עקשענען אויף קאמען דיסענד ווען די קענסט פינקט אזוי זאגן קאמען דיזיין - דאס איז ווען מען רעדט פין פשוט DNA
ווען עס קימט אבער צו Endogenous Retroviruses וואס איז נישט א נאטירלעכע המשך פין די ארגענעלע ארגעניזעם, נאר איז א אינסערט פין אינדרויסן, און עס שטעלט זיך אויס ס'איז שוין גארנישט קיין JUNK ווערט שוין זייער שווער זיך צי קלאמערן אין די אמונה פין עוועלאשען.

...פארט אין דבר עומד בפני הרצון
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

עובדיה האט געשריבן:ער זאגט עס גראדע נישט קעגן די שיטה פון בריאה יש מיש (השקפת אפלטון) נאר קעגן די שיטה פון קדמות העולם (השקפת אריסטו) וואס לויט דעם איז נישט שייך קיין נסים שלא כדרך הטבע. בנוגע די שיטה פון בריאת יש מיש, זאגט ער אז מ'וואלט געקענט אזוי זאגן, נאר ס'פעהלט נישט אויס.

איך בין דאך נישט קיין פילאזאף האב איך נישט געוואוסט די נאמען פון אריסטו׳ס שיטה :oops: אבער פון דעם האב איך גערעדט, אויף דעם זאגט דער רמב״ם דריי טעמים פארוואס ער שלאגט עס אפ (בנוסף צום טעם אז ס׳נישט מוכרח): 1) ווייל די עצם שיטה פון קדמות העולם איז א סתירה מיט רעליגיע. 2) ווייל לויט דעם קען נישט זיין קיין נסים. 3) ווייל ס׳נעמט אוועק די גאנצע חשיבות פון גאט, ד.ה. א גאט וואס האט נאר באשאפן זאכן אין אן עולם קדמון איז נישט ווערד מ׳זאל איהם פארכטן און דינען (אין ענגליש הייסט דאס circular reasoning). יעצט, ס׳איז מעגליך אז בעצם איז דאס איין גרויסע טעם, קדמות העולם איז א סתירה מיט רעליגיע ווייל לויט דעם קען נישט זיין קיין נסים און א גאט וואס קען נישט באווייזן קיין נסים איז ווערדלאז, בכל אופן זעהט מיר אויס אז די עיקר סיבה פארוואס חרדים זענען אזוי קעגן אבולוציה איז פאר דעם זעלבן (אדער ענליכן) טעם ווי דער רמב״ם׳ס קעגנערשאפט צו די שיטה פון עולם קדמון, און ס׳איז שטארק יתכן אז ווען דער רמב״ם לעבט ווען היינט וואלט ער אויך געלייקנט אין אבולוציה, ר׳ אביגדור עכ״פ האט מן הסתם אזוי געהאלטן. אין אנדערע ווערטער, ס׳איז נישט קיין מחלוקת אין פאקטן, ס׳איז א מחלוקת אין השקפה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין דאך נישט קיין פילאזאף האב איך נישט געוואוסט די נאמען פון אריסטו׳ס שיטה :oops:

אבער פון דעם האב איך גערעדט, אויף דעם זאגט דער רמב״ם דריי טעמים פארוואס ער שלאגט עס אפ: 1) ווייל די עצם שיטה פון קדמות העולם איז א סתירה מיט רעליגיע. 2) ווייל לויט דעם קען נישט זיין קיין נסים. 3) ווייל ס׳נעמט אוועק די גאנצע חשיבות פון גאט, ד.ה. א גאט וואס האט נאר באשאפן זאכן אין אן עולם קדמון איז נישט ווערד מ׳זאל איהם פארכטן און דינען

(אין ענגליש הייסט דאס circular reasoning).


אויב די רמב"ם האט געגלייבט אין גאט ווייל ער האלט חידוש העולם און ער האלט ניטש פין קדמות העולם ווייל ער האלט פין גאט
וואלט דאס טאקע געווען א ריכטיגער circular reasoning

אויבערפלעכליך עס-יאזעל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 7 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

הקטן האט געשריבן:אויב די רמב"ם האט געגלייבט אין גאט ווייל ער האלט חידוש העולם און ער האלט ניטש פין קדמות העולם ווייל ער האלט פין גאט
וואלט דאס טאקע געווען א ריכטיגער circular reasoning

אויבערפלעכליך עס-יאזעל

רחמנא ליצלן

אויבערפלעכליך אבל אמת...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

רביה"ק

דיין תירוץ אז עס איז אזוי ווי קדמות העולם וואס דער רמב"ם האט נישט געוואלט טוישן, ווייל עס איז צו א גרויסער עיקר, איז נישט אזוי דומה צו עוואלוציע. מיט וואס איז בריאת העולם כפשוטו א עיקר?

לכאורה האט עס מער מיט דיין ערשטע מהלך, אז מען האט מורא צו טוישן אפילו א קלייניקייט, אפילו אויף דער חשבון פין זאגען אז מען גלייבט אין נארישקייטן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אישתישבי האט געשריבן:דיין תירוץ אז עס איז אזוי ווי קדמות העולם וואס דער רמב"ם האט נישט געוואלט טוישן, ווייל עס איז צו א גרויסער עיקר, איז נישט אזוי דומה צו עוואלוציע. מיט וואס איז בריאת העולם כפשוטו א עיקר?

ערשטנס. די פוינט איז נישט טוישן אדער נישט טוישן, קיינער האט נישט געבעטן צו טוישן עפעס, וואס מ׳וויל סך הכל איז אז מ׳זאל אויפגעבן די עקשנות און אויפהערן וואשן מוחות מיט איררעלעוואנטע דאגמעס און לאז יעדעם גלייבן וואס ס׳שמעקט איהם.

צווייטנס. ערשט זיי מיר מסביר מיט וואס חידוש העולם איז אן עיקר וועל איך דיר מסביר זיין פארוואס creationism איז אן עיקר...

איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין פילאזאפיע אבער די דריטע טעם קען מען זיכער זאגן אויף עוואלוציע, א גאט וואס די גאנצע אויף וואס ער טויג איז צו באשאפן זאכן וואס זאלן עוואלוון אין משך פון מילליאנען יארן איז פיל ווייניגער שרעקעדיג ווי א גאט וואס קען נאר באשאפן זאכן אין אן עולם קדמון. מעגסט זיך דינגען אבער אזוי קוקן עס חרדים אן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
עובדיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 12:52 am
האט שוין געלייקט: 157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך עובדיה »

איך וואלט געזאגט פארקערט, פון דעם אז דער רמב"ם האט נישט געהאט קיין פראבלעם צו זאגן אז דער אויבערשטער האט נישט באשאפען יש מאין, אויב וואלט ער געהאט עפעס א הכרח דערצו, און ער וואלט שוין מפרש געווען אז די פסוקים זאלען שטימען מיט דעם, איז אפשר ה"ה לגבי עוואלושן, וואלט ער עס אנגענומען, אויב וואלט ער געהאט א הכרח, און וואלט שוין מפרש געווען אז די פסוקים זאלן שטימען מיט דעם.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ווייל די שיטה פון אפלטון פון בריאת יש מיש איז נישט קעגן די עיקרי הדת און איז נישט קיין סתירה מיט מעשי נסים און מאכט נישט גאט ווייניגער מעכטיג, און אויב וואלט דער רמב״ם געהאלטן אז עוואלוציע איז קעגן די עיקרי הדת אדער א סתירה מיט מעשי נסים אדער ס׳מאכט גאט ווייניגער מעכטיג קען זיין וואלט ער געלייקנט דערין אויך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
עובדיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 12:52 am
האט שוין געלייקט: 157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך עובדיה »

באמת האט דער רמב"ם אויך געהאלטען אז בריאת יש מאין איז פון די עקרי הדת, ווי מ'זעהט אז ער רעכענט עס אפ' פון די יג' עיקרים, און פון די חמשה הנקראים מינים, נאכדעם וואס ס'איז נישט דא קיין הכרח משנה צו זיין פון די פשטות הפסוקים. די זעלבע שרייבט ער בנוגע תחיית המתים, אז מוואלט ווען געקענט מפרש זיין די פסוקים דלא כפשוטן, נאר ס'פעהלט נישט אויס, און דאך רעכענט ער עס למעשה פון די יג' עיקרים.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן: א גאט וואס די גאנצע אויף וואס ער טויג איז צו באשאפן זאכן וואס זאלן עוואלוון אין משך פון מילליאנען יארן איז פיל ווייניגער שרעקעדיג ווי א גאט וואס קען נאר באשאפן זאכן אין אן עולם קדמון. מעגסט זיך דינגען אבער אזוי קוקן עס חרדים אן.

באשאפען א סינגעל-סעל קליין מאשינקע, מיט א סיסטעם פין פיזישע געזעצען, וואס קען דערנאך אהער שטעלן א גאנצער וועלט, אין משך פון מילליאנען יארן פין זיך אליין איז פיל מער שרעקעדיג

מעגסט זיך דינגען אבער אזוי קוק איך דאס אן.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

הקטן האט געשריבן:באשאפען א סינגעל-סעל קליין מאשינקע, מיט א סיסטעם פין פיזישע געזעצען, וואס קען דערנאך אהער שטעלן א גאנצער וועלט, אין משך פון מילליאנען יארן פין זיך אליין איז פיל מער שרעקעדיג אזוי קוק איך דאס אן.

איך אויך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

א גאט וואס די גאנצע אויף וואס ער טויג איז צו באשאפן זאכן וואס זאלן עוואלוון אין משך פון מילליאנען יארן איז פיל ווייניגער שרעקעדיג ווי א גאט וואס קען נאר באשאפן זאכן אין אן עולם קדמון.


ע"כ דברי רביה"ק, והקטן חולק.

לויט ווי איך פארשטיי מוז מען זאגן אז אונז דינען דער "איינער" גאט, נישט דער מערסטע שרעקעדיגע גאט, דאס איז טאקע דער יסוד פין דער תורה, ממילא דער רגע וואס די ביסט מודה אז די וועלט איז עלטער, אויב אזוי איז דער גאט שוין נישט ד' אחד. ווייל עפעס האט באשאפן דער עקזעסטירענדע וועלט.

דאס איז לכאורה דער טענה פין רמב"ם והדברים ידועים.

יעצט ווערט א שאלה, אז היינט אז פארשידענע עוולוציענירען טענה'ן אז עס געשעהן אליין, קען ווייטער זיין א איינציגער גאט אפילו אויב מען טענה'ט אז דער וועלט איז קודם.

אבער דאס קען נישט זיין, ווייל ווער זאגט אז עס בכלל דא א גאט אויב דער וועלט האט געקענט געשעהן אליין.

איך מיין אז אפילו סייענטיסטען וואס האלטען עוואלוציע פאר פאקט האלטען נישט אז עס איז מסביר די התחלה פין די גאנצע זאך, ועל זה יודו הכל אז אפילו מיט אלע הסברים איז די גאנצע וועלט, דער פאקט אז עס איז דא עוולוציע נאך אלץ א פלא, און דער עושה פלא איז דער סיבה ראשונה.

רוב פרומע טראכטערס וועלען זאגען אז עוואלוציע איז פאלש אזוי ווי ר' אביגדור, און אנדערע ווי ר' אברהם יהושע טווערסקי פלעגט זאגן אז עוואלוציע פארענטפערט נאר א קליינע פראצענט, און זייענדיג א פיזיקיסט האט ער געוויזן ווי די הסברים האבן לעכער.

העשל גייט בעסער פין דעם, ער זאגט אז דער גאנצע בריאה איז א פלא, דער גאנצע מענטש איז א פלא, און וואס מער מען קוקט טרעפט מען נאך פלאים. ער רופט עס דער נסתר וואס יעדער ענין פארמאגט, וואס מען זוכט אייביג צו פארשטיין, דער אינעפיבעל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

עוולוציע (און ביג-בענק) איז שולל קדמות העולם
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אישתישבי האט געשריבן:
א גאט וואס די גאנצע אויף וואס ער טויג איז צו באשאפן זאכן וואס זאלן עוואלוון אין משך פון מילליאנען יארן איז פיל ווייניגער שרעקעדיג ווי א גאט וואס קען נאר באשאפן זאכן אין אן עולם קדמון.


ע"כ דברי רביה"ק, והקטן חולק.

תיקון טעות: ע״כ דברי החרדים, והקטן חולק, ורביה״ק אין לו דעה בענין.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

איך מיין אז יעדע מאל עס פאסירט דא א שמועס פון עוואלוציע, איז עס נישט קיין דעבאטע פון צוויי זייטן, נאר צוויי גרופעס וואס רעדן זיך נישט צוזאם. מען קען אנקוקן יעדע זאך וואס מען זעט פון א אידישע פערספעקטיוו, פארוואס איז די בלעטל אראפגעפאלן פון בוים? ווייל דער באשעפער האט געוואלט באשיצן דעם ווערימעל. אדער קען מען עס אנקוקן פון א וויסנשאפטליכער פערספעקטיוו, פארוואס איז די בלעטל אראפגעפאלן פון בוים? ווייל די ערד האט א כח המושך.

די צוויי וועגן וואס מען קוקט עס אן איז נישט קיין קשיא איינס אויפן צווייטן, און נישט קיין ראי' איינס פארן צווייטן. עס קען זיין דער באשעפער מאכט די כח המושך, קען זיין אז נישט. אויב קומט איינער און פרעגט א קשיא אויף יו"ט ערליך, דו זינגסט אזוי שיין אז די בלעטל איז אראפגעפאלן ווייל דער בורא בכבודו ובעצמו האט אזוי געוואלט, איך ווייס דאך אז עס ארבעט מיט גראוויטי? ער רעדט דאך נישט צום דבר, קיינער רעדט נישט יעצט וויאזוי עס ארבעט, מען רעדט אז דער באשעפער פירט אזוי זיין וועלטעל. און אויב גייט איינער אריין צו א שיעור אין גראוויטי און פרעגט, פארוואס איז ענק אזוי שווער פארוואס די בלעטל פאלט אראפ, אזוי האט דער באשעפער געוואלט. ער רעדט דאך אויך נישט צום דבר, מען פראבירט יעצט צו פארשטיין וויאזוי עס ארבעט, נישט וואס די רצון ה' איז.

גארנישט אנדערש ווען עס קומט צום וועלטס היסטאריע. ווען איינער רעדט פון א אידישער פערספעקטיוו, און ער גלייבט אין בריאת העולם ווי עס שטייט אין בראשית, מאכט נישט קיין סענס צו זאגן אז א מענטש זעט אויס ווי א מאנקי און וועגן דעם מוז ער זיין זיין אייניקעל. דער באשעפער האט רואיג געקענט אזוי באשאפן דער וועלט, לייגן א וויירוס דארט ווי ער וויל, און יעדע זאך וואס שמעקט אים. (פארשטייט זיך איך מיין שמעקן אזויווי דער רמב"ם איז מסביר דעם באשעפער'ס פיזישע באגריפן).

פון די אנדערע זייט, ווען איינער פראבירט צו פארשטיין די וועלטס היסטאריע פון א וויסנשאפטליכער פערספעקטיוו, און ער פראבירט צו פארשטיין וואס איז געווען פארדעם אז עס איז געווארן וואס אונז זען יעצט, מאכט נישט קיין סענס צו זאגן אז דער באשעפער האט עס באשאפן. ער פארשטייט גארנישט מער מיט די אינפארמאציע וואס דו געבסט אים, נישט נאר ער ווייסט נישט וויאזוי דער וועלט איז געווארן, יעצט ווייסט ער אויך נישט וויאזוי דער באשעפער ארבעט.


הקטן האט געשריבן:עוולוציע (און ביג-בענק) איז שולל קדמות העולם.

קדמות העולם מיינט נישט אז אלעס איז אייביג געווען אזויווי יעצט, קדמות העולם מיינט אז אלעס פירט זיך א גאנצע צייט ע"פ טבע, יעדע סיבה האט א מסובב, פונקט ווי די ביג בענג טעאריע.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 281 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

Re: שיעורים אקעגן עוואלושן פון החכם הרב אביגדור מיללער ז"ל

שליחה דורך שארפןקאפ »

@ יעקב מעקסוועל אבער נאך ווי גיט געזאגט

Sent from my SM-N986U using Tapatalk
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:עוולוציע (און ביג-בענק) איז שולל קדמות העולם.

קדמות העולם מיינט נישט אז אלעס איז אייביג געווען אזויווי יעצט, קדמות העולם מיינט אז אלעס פירט זיך א גאנצע צייט ע"פ טבע, יעדע סיבה האט א מסובב, פונקט ווי די ביג בענג טעאריע.

איז דאס שיטות אריסטו אדער זאל שוין זיין אופלטון ?!?

אין דיין קדמות העולם איז געווען מקום אדער זמן, וואס טוט זיך וועגן שטערנעס, איז בכלל געווען חומר?

בנוגע וואס דו שרייבסט וועגן פרעספעקטיוו האב איך שוין אמאל געשריבן באריכות
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

שיטת אריסטו. די נקודה איז איז אז יעדע תנועה האט א תנועה פון פארדעם, אלע חומר קומט פון חומר פון פארדעם.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ובכלל איז די בּיג בּענג נישט בעצם שולל קדמות - עס איז נישט שולל סייקליק מאדעלן (מכל וכל).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

די ביג בענג איז נאר די נקודה אין צייט וואו ס׳האט זיך פארמירט די היינטיגע געזעצן פון פיזיקס (גראוויטי צ.ב.) וואס ס׳איז געווען פארדעם האבן אונז נאכנישט די כלים צו פארשן ווייל אונז זענען סטאק אין אונזערע פיזיקס, עפעס אזוי.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט