בת קול האט געשריבן:צו
זעהן פריי פון אפצאל.
(נעמט 21 מינוט.)
שכח. כ'האב עס יעצט געזעהן כ'האב מיך געהארגעט פאר געלעכטער, דער ציבור דא פארשטייט נישט צו קריעטיוויטי, בארוהיגטס ענק, ס'איז א dark comedy באזירט אויף האקעס פאוקעס מיסטישע פאנטאזיעס, גראדע רעדט זיך עס וועגן חסידים אויך... מיי גאד ס'איז
נאר א מאווי... פארשטייט זיך על טעם וריח, מוזט נישט אלעס ליב האבן. אבער פאר איינמאל קענט עטס מאכן אן effort צו קוקן א פילם objectively סתם לשם אַרט און נישט פילן אזוי אטאקירט ווייל די מענטשן אין די פילם זעהן אויס ענליך צו דיר?
וועסט זעהן מארגן גייט ארויסקומען א Jew in the city ווידיא וואס גייט עפנטליך פארדאמען די פילם, און קלארשטעלן פאר די וועלט אז מ'זאל זיך חלילה נישט טועה זיין אז דאס זענען חסידים.. און דאס איז
נישט וויאזוי א חסידישע לעבן קוקט אויס... וויפיל מ'רעדט דערפון מאכט זיך די מידיע נישט צוטוהן און באשמוצט אונז און שפעט פון אונז... רילעקס ס'איז א טשאדעלע באדעלע ווי יעדע אנדערע און ס'איז זיס. כ'וואלט עס נישט איבערגעקוקט אבער ס'איז גאנץ פיין