באניע.jpg
בד''ה באניע רבי זצ''ל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 26, 2019 11:56 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
- גיב א שמייכעל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 8:45 am
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 26, 2019 11:56 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
פון איי וועלט
דער נפטר איז געווען א זין פין רבי מרדכי לייפער ז"ל מבאניא בן רבי דוד מבאניא בן הרה"ק רבי ישכר בער מסאטמאר זי"ע בן הרה"ק רבי מרדכי מנאדבורנא זי"ע
זיין מאמע איז געווען א טאכטער פין הגאון הגדול רבי יקותיאל יהודא ראזענבערגער זצ"ל אבד"ק דיערזש בעל תורת יקותיאל
זיין טאטע ר' מרדכי איז געווען א ברידער מיט רבי אהרן יחיאל לייפער מנאדבורנא-באניא צפת אין רבי ישכר בער מנאדבורנא-הערמשטאט ב"פ [המכונה די רויטע רבי]
געווען א איידעם ביי רבי אברהם שמואל טווערסקי ז"ל בנו יחידו של כ"ק מרן הגה"ק רבי אלעזר טווערסקי זצ,ל אדמו"ר מפאלטישאן

נאך פון איי וועלט
דער צדיק און בעל יסורים איז מער נישט דא
אין מאנסי איז דעם שבת אוועק פון דער וועלט א צדיק נסתר, באהאלטן, טיף איבערגעדעקט מיט לייליכער אזוי אז קיינער זאל נישט קענען זען זיין גרויסע צדקת און ווי שווער ס'קומט עם אן צו טון די הייליגע עבודת התפילה.
דער באניא רבי פון מאנסי הרה''צ הקדוש מדוכא בייסורים נוראים רבי מאיר מנשה לייפער זצ''ל האט פארענט פון זיך און אונטער זיך געהאט ליידער מיילן פון יסורים, ענדלאזע שטרעקע'ס פון שווארצע וואלקענעס האבן באגלייט דעם גוטער איד אויף טריט און שריט, גלייבט מיר פילע וואלטן זיך צוריק געלייגט די צווייטע זייט בעט ווען זיי שטייען ווען אויף צופרי און זעען זיך אין אזא מצב ווי ס'איז געווען דער צדיק פון באניא, און נישט זיך צוריק געלייגט אויף ווידער אויפצושטיין, נאר מיט א דאזע פיל'ן אין די געדערים וואס וואלט געמאכט אן ענדע צו זייער ביטערע ליידן.
אונז קען מיר נישט די חשבונות פונעם הייליג'ן באשעפער און אט די ווערטער האט דער הייליגע צדיק און אויסגעהארוועטע גוף פון דער באניא'ר רבי געהאט אין זיך אריינגעפרעגלט. ער האט לעכטיגע טעג זייער זעלטן געזען, אבער פונקט ווי להבדיל די מיליטערישע ברילן וואס מאכט אז מ'זאל קענען זען ליכטיג אין די טינקל, האט דער רבי אנגעטאן די ברילן וואס נאר אן אידיש קינד האט און נאר אן ערליכע הייליגע איד. ער האט זיך אנגעטאן די ברילן פון אמונה בהשם יתברך, די מצב איז טאקע געווען א טאפיגער טינקל, אבער דורך זיינע הייליגע העכערע ברילן האט ער אין די טינקל-קייט געזען לעכטיג...
דער רבי איז אראפ געקומען צו די תפילות מיט א מורא'דיגע מסירות נפש בעת וואס זיין גאנצע קערפער איז געלעכערט ווי א זיפ. ער האט יעדע רגע אין טאג געהאט פאר זיך די שרעקליכע סצענע'ס וואס מאכן א טאטע האבן די שטארקסטע שטאפל פון צער גידול בנים אבער האט מיט א ליבליכקייט עס גענומען צו זיך און מקבל געווען די שווערע ניסיונות וואס דער טאטע אין הימל האט עם געגעבן, און גלייבט מיר אז פאר נישט צו פיל מענטשן האט דער באשעפער געגעבן די אבדנארמאלע שוועריקייטן וואס ס'איז געקומען אויף דעם ריינעם איד.
פון רעטס און פון לינקס, פון אויבן און פון אונטן פון צפון און פון דרום פון מזרח און פון מערב האט ער געזען יסורים און צער, גייסטישע שוועריקייטן פון די טייערסטע וואס ער האט פארמאגט און פיזישע שוועריקייטן פון זיין אויסגעפרעגעלטע גיף וואס האט ליידער נישט געוואוסט פון קיינע גאנצע גלידער. צעקטאקטע גיף א צעקטאנקטע ארום, אבער א פעלזן פעסטע אמונה, א דראנג צום באשעפער אין הימל וואס נאר אן ערליכע איד קען האבן, נאר אן ערליכע איד קען איבערקומען די איינזאמער און פארווארפענע וועלט פון צרות און יסורים וואס איז ליידער אריבער אויפן אויסגעלייטערטע איד און טאקע ביי דעם איד איז בכלל נישט קיין חידוש אז מענטשן האבן דארט געזען ישעות אויף א העכערע פארנעם, מענטשן האבן געזען וויאזוי אן איד וואס איז ווייטע שטרעקע'ס, לאנגע וואסערן טיילן אפ צווישן די טאג וואס ס'האט עפעס פאסירט צו עם לעכטיג ביזן היינטיגע טאג וואס איז א לאנגע קייט פון יסורים און צער. בעת וואס יעדע נאכט טאנצן מענטשן ביי חתונה'ס און אנדערע שמחות איז ער געזיצן אונדערהיים און זיין הייליג הויז איבערגעדעקט מיט באנדאנדזשן און אן אימדערטרעגליכע ארום, אבער מיט א ספר פארענט פון זיך, א בליק אויף ארויף צום שמים וואו ער האט געהאט זיין ריינע מחשבה. בעת וואס טאטע'ס זענען געזעצן ביי די הכתרה'ס פון זייערע קינדער און האבן געשעפט נחת אז זייערע יוצא חלציו ווערן אויפגענומען אלס מורה הוראה'ס ביי כלל ישראל, איז דער צדיק און קדוש פון באניא געזעצן ביי זיך אונדערהיים ווען אלע לעקטער'ס זענען פארלאשן און נאר די קליינע לעמפל נעבן זיין בעט שיינט שוואך און ער זיצט איבער געבויגן מיט א ספר וואס איז זיין טרייסט און חיזוק.
דער צדיק האט נישט געדארפט רייסן פון זיך שטיקער, די גרעסערע מעלה איז אז מ'רייסט פון אויבן און דאך פארלירט מען נישט די הייליגע ווילן צום באשעפער, ווען מ'רייסט פון זיך שטיקער איז עס דאך אן אייגענע בחירה, אבער ווען מ'רייסט פון איינעם שטיקער פון שמים איז עס נאך א גרעסערע וואונדער אז ער האט די יסורים אויסגעארבעט אז ס'זאל עם נאנטער ברענגען צו גאט.
דער צדיק האט געלעבט מיטן גרויסן באשעפער און גארנישט אנדערש האט עם נישט אונטערעסירט. דער וועלט איז ווי געווען פאר עם עפעס פון די פארגאנגענהייט, וואס ער האט געזען פאר זיך איז קודש קודש קודש. דעם הייליגער באשעפער און א וועלט פון ריחניות, ער האט ווי צוגעמאכט דעם טויער צו די ערדישע מציאות און נאר געזען הימל און איר גרויסע באשעפער.
זאל דער אויבערשטער העלפן אז דער צדיק זאל זיין א גוטע בעטער פאר גאנץ כלל ישראל. אזוי ווי ביים לעבן האט ער איינגעריסן פאר כלל ישראל זאל ער דארט אויבן אויך אויסבעטן אלעס גוט'ס פאר כלל ישראל און בפרט פאר זיין משפחה וועמען ער האט אזוי ליעב געהאט
זי''ע

ליידער די יסורים האבן אזוי שטארק איבערגענומען דעם מענטש, אז מען האט נישט געזעהן וואס מיר פארמאגן
א בעל תפלה, א נועם המידות, א תלמיד חכם, און א שיין זאגער, שטענדיג געהאט א גוט ווארט, געקענט זעהן גוט'ס טראץ די שווערע יסורים וואס האבן אים ארום גענומען.
נישט אומזינסט האבן פולע געזעהן ביי אים אפענע ישועות ...
זאל ער זיין א גוטער בעטער פארן דור
און די יסורים וואס ער האט געהאט וואס האט זיכער מגין געווען פאר אלעמען ארום אויך, זאלן אים ביישטיין, ער זאל קענען אויספויעלן אויבן אין הימל די גאולה שלימה
א בעל תפלה, א נועם המידות, א תלמיד חכם, און א שיין זאגער, שטענדיג געהאט א גוט ווארט, געקענט זעהן גוט'ס טראץ די שווערע יסורים וואס האבן אים ארום גענומען.
נישט אומזינסט האבן פולע געזעהן ביי אים אפענע ישועות ...
זאל ער זיין א גוטער בעטער פארן דור
און די יסורים וואס ער האט געהאט וואס האט זיכער מגין געווען פאר אלעמען ארום אויך, זאלן אים ביישטיין, ער זאל קענען אויספויעלן אויבן אין הימל די גאולה שלימה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 26, 2019 11:56 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
- האט שוין געלייקט: 167 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל
בעפאר מאנסי האט ער געוואוינט אין בארא פארק, געהאט א פיצעלע שול, אויף 46 סטריט נעבן פארט העמילטאן, זיך שטארק געמוטשעט צו טרעפן א דריטער צו מאכן מזומן... ווער רעדט נאך פון מנין. שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין מאנסי. ער איז געווען א איידעלער מיטגעמאכטער איד, האבן עטליכע מאנסיער אינגעלייט אים פרובירט צו אויפהייטערן מיט טישן און אנדערע רבי'שע אונטערטעינמענט. וזה הוא.
א וואוילער אידל.
א וואוילער אידל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
געוועהן א וואוילע איד, געזאגט תילים מיט השתפכות, און געקעשט טשעקס לכל מאן דבעי.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
געהערט א מעשה, אז מיט דריי יאר צוריק פאר ראש השנה האט די רבי זצ''ל נישט געהאט קיין מנין, האט ער געבעטן א פאר עלטערע 'סקווירא' בחורים זאלן משלים זיין, דורך די יאר זענען אלע געווארן חתנים! צוויי יאר צוריק איז געווען די זעלבע מיט די זעלבע רעזולטאטן, די פאריגע ראש השנה איז אן עלטערע 'פאפא' בחור בטעות אריין געפאלן דארט, נישט וויסענדיג פון די מעשיות, די בחור איז שוין יעצט א חתן!.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 26, 2019 11:56 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
אלע צוזאמען האט געשריבן:געהערט א מעשה, אז מיט דריי יאר צוריק פאר ראש השנה האט די רבי זצ''ל נישט געהאט קיין מנין, האט ער געבעטן א פאר עלטערע 'סקווירא' בחורים זאלן משלים זיין, דורך די יאר זענען אלע געווארן חתנים! צוויי יאר צוריק איז געווען די זעלבע מיט די זעלבע רעזולטאטן, די פאריגע ראש השנה איז אן עלטערע 'פאפא' בחור בטעות אריין געפאלן דארט, נישט וויסענדיג פון די מעשיות, די בחור איז שוין יעצט א חתן!.
גראדערהייט וואלט מען געזאגט אז די בחורים האבן געטון א גמילת חסד מיט א צעבראכענע איד און אים מחי' געווען בזכות זה זענען זיי געווארן חתנים (אלו דברים שאדם אוכל פרותיהם בעולם הזה... וגמילות חסדים). אנדערע ווילן אבער דרייען א קאפ, בעל מופת, פועל ישיעות מיט אנדערע הבלים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמעון וואלף, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.