פון די גאנצע סקווירא "מייל" איז געבליבן בלויז עטליכע גאסן ווי זיי האלטן אהן זיייער טעראר און אויף די איבעריגע האבן זיי שוין לאנג אויפגעגבן. סיי פון די היללקרעסט זייט און סיי פון די ניו העמפסטעד זייט. ביי ביידע געגנטער מופן אריין חסידישע משפחות מדי שבוע און די סקווירע זיצן און קענען גארנישט טוען.
עס דערמאנט פון די צווייטע וועלט מלחמה ווי די רוסן אין די אליאירטע זענען געקומען פון ביידע זייטן און גע'טרעפ'ט די שלעכטע עלעמענטן.
(נו, מנשה, נעם דאס ווארט)
ווי איז די נענסטע צו סקווער ווי אידן וואוינען שוין?
היינט דארפסטו נאר אריבערגיין די אנדערע זייט פון רוט 45 קעגן שטעטל און עס וואוינען דארט עטליכע אידישע משפחות, און עס איז דא א מנין דארט יעדע שבת
די מנין איז פון פריוואלד האום, און בייידעוועי סוואוינען נישט קיין אידישע משפחות דארט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מה בכך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פון די גאנצע סקווירא "מייל" איז געבליבן בלויז עטליכע גאסן ווי זיי האלטן אהן זיייער טעראר און אויף די איבעריגע האבן זיי שוין לאנג אויפגעגבן. סיי פון די היללקרעסט זייט און סיי פון די ניו העמפסטעד זייט. ביי ביידע געגנטער מופן אריין חסידישע משפחות מדי שבוע און די סקווירע זיצן און קענען גארנישט טוען.
עס דערמאנט פון די צווייטע וועלט מלחמה ווי די רוסן אין די אליאירטע זענען געקומען פון ביידע זייטן און גע'טרעפ'ט די שלעכטע עלעמענטן.
(נו, מנשה, נעם דאס ווארט)
ווי איז די נענסטע צו סקווער ווי אידן וואוינען שוין?
היינט דארפסטו נאר אריבערגיין די אנדערע זייט פון רוט 45 קעגן שטעטל און עס וואוינען דארט עטליכע אידישע משפחות, און עס איז דא א מנין דארט יעדע שבת
די מנין איז פון פריוואלד האום, און בייידעוועי סוואוינען נישט קיין אידישע משפחות דארט
קרעטשמער האט געשריבן:היינט דארפסטו נאר אריבערגיין די אנדערע זייט פון רוט 45 קעגן שטעטל און עס וואוינען דארט עטליכע אידישע משפחות, און עס איז דא א מנין דארט יעדע שבת
די מנין איז פון פריוואלד האום, און בייידעוועי סוואוינען נישט קיין אידישע משפחות דארט
איך ווייס נישט וואס דו רעדסט, אויף די געסעלעך די אנדערע זייט רוט 45 וואוינט מען פיין, עס איז דא דארט א מנין געהעריג שבת. די אידן וואס וואוינען די אנדערע זייט ניו העמפסטעד אפשר דאווענען אין פרידוואלד.
די פאקט איז אז עס וואוינען דארט א שיינע פאר מנינים ליטווישע משפחות, און א מנין חסידישע משפחות. איך קען עטליכע פערזענלעך.
אפשר זענען זיי לשיטתך נישט קיין 'אידישע' משפחות.....
סליחה, טעיתי. ( דארפסט נישט אריינגיין און היציגע רעטאריק איך האב געמייינט אז ס'וואוינען נישט, און יעצט האבעך עס נאכאמאל נאכגעטשעקט און איך האב געזעהן אז סוואוינען יא....האב איך צוריקגעצויגן. זהו.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לאמיר זיך זעצען לערנען א שטיקעלע הלכה אין תורה, צו זע׳ען וואס דער אויבישטער, וואס האט אונז אלע באשאפען און באפוילען, און דאס נעמט אריין הרב יעקב יוסף פון סקווער אויך, וויל פון אונז.
זאגט דער מחבר אין שו"ע (חו"מ סימן קע"ה סעי׳ מ"ב - מ"ג) המוכר לעובד כוכבים או שוכר לו, היו משמתין אותו עד שיקבל עליו כל אונס שהמוכר לעכו"ם או שוכר לו משמתין אותו עד שיקבל עליו כל אונס שיבא מהעכו"ם עד שינהוג העכו"ם עם בן המצר שלו בדיני ישראל בכל ואם אנסו בדבר שלא כדין ישראל משלם המוכר. א מענטש וואס פארקויפט, אדער פארדינגט פאר א גוי לעבען די פארמעגען פון א איד, האט מען איהם געלייגט אין ח ביז ער נעמט זיך אונטער אפצוצאלען אלע שאדענס וואס דער איד וועט האבען פון די גוי, לויט די אידישע געזעץ.
זאגט דער מחבר ווייטער, במ"ד אמורים כשיכול למוכרה או לשוכרה לישראל בדמים שנותן העכו"ם אבל אינו חייב למוכרה לישראל בפחות ואי חזינן שהעכו"ם מכוין לקנות במצר ישראל כדי להשחית נחלתו הכל לפי ראות הדיין: ווען איז דאס ריכטיג? ווען ער קען עס פארקויפען צו פארדינגען פאר א איד פאר די געלט וואס דער גוי גיבט. ער מוז אבער נישט פארקויפען צו א איס פאר ווייניגער געלט. ווען אבער דער גוי מיינט מיט זיין צוצאלען געלט צו פארדארבען דער ארבטייל פון א איד, דורך קויפען לעבען דער איד (ווארשיינדליך ווייל דער גוי וויל שפעטער אפקויפען פון דער בן המצר פאר באלב געלט), גילט די אויסנאם נאר לויט די בליק פון די דיינים.
היוצא לנו מכל זה, איז אז חז"ל האבען געזארגט אז מ׳זאל נישט לייגען גוים לעבען אידען, נאר מ׳דארף קיין געלט נישט דערלייגען דערפאר. מ׳מעג אבער נישט ארויס העלפען דער גוי צו צושטערען די איד׳ס גיט.
לאמיר דא צונעמען די מציאות. די סקווערער ווילען טוהן וואס זיי האלטען איז דער רצון פון זייער רבינ׳ס טאטע׳ן. דאס איז נישט קיין מצוה, און ניטאמאל אן ענין אין תורה צו טוהן אזא רצון, כאטשיג ווען ער האט עס זייער שטארק געוואלט. דאס איז א געפיהל וואס זיי האבען, און זיי זאגען גאר אז אסאך פון זייער רוחניות׳דיגע מדרגות קומט פון די געפיהל. שוין, אז זיי ווילען עפעס טוהן, ווער וויל זיי אפזאגען?
אבער אין די זאכען דארף מען קודם קאנסאלטען מיט די תורה. געפיהלען זענען פיין און וואויל, אבער תורה איז עטוואס וויכטיגער. מ׳גייט צו די געגענט ווי אידען האבען לעצטענס איינגעקויפט מיט זייער אייגענע פארדינטע געלט, און דארט וואוינען זיי, און מ׳קויפט אפ הייזער, און מ׳פארדינגט זיי צו גוים. דאס איז די ערשטע שאלה, וואס איז די היתר צו גייען פארדינגען צו א גוי לעבען א איד? אבער דא איז די פראבלעם נאך מער. דיין גאנצע כוונה איז להשחית נחלתו פון א איד. פאר דעם האסטו גאר געמוזט דערלייגען געלט אויף נישט צו פארדינגען פאר א גוי. און דא קומט מען מיט טענות אויף יענעם?!
געוואלד! א סעיף אין שו"ע! און דאס אלס אין דער נאמען פון דער סקווערער רבי זצ"ל! מ׳צאפט זיין בלוט מיט דעם אז מ׳נוצט זיין נאמען צו פארלעצען די הייליגע תורה!
ביטע איבערגעבען פאר אלע סקווערער חסידים וואס איהר קענט, כדי זיי זאלען זיך צוריק ציען. איך בין דן לכף זכות אז זיי וועיסען נישט דערפון.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די פסק הלכה (צו ממעג שרייבען אזוינס ווייס איך נישט) איז דאך ארויס פון בי"ד, מדארף אנפרעגן וואס מ'טוט מיט דעם סיעף. אפשר האט אליהו עפעס מגלה געווען.
הילקרעסט – א הערליכע חסידי'שע ישוב אין שכינות פון מאנסי נ.י., שטיל און באשיידן, וואו צענדליגע חסידישע משפחות אריינגערעכנט מערערע בני תורה און כלי קודש האבן געטראפן אלס דער איינציגסטער געגענט ארום מאנסי וואו זיי קענען עפארדן צו קויפן א הויז און בויען זייער בית נאמן בישראל.
מסירות נפש ממש האט זיך פארלאנגט פון די נחשונים, צו קענען דורכברעכן דעם נייעם געגענט! אן א שיעור שווייס, מיה און פלאג איז שוין אינוועסטירט געווארן אין דעם הייליגן געגנט כדי עס צו פארוואנדלען אין א הערליכן חסידישן ישוב.
אנגעהויבן האט זיך עס מיט בערך פינף יאר צוריק ווען כ"ק אדמו"ר מקאסאן הילקרעסט שליט"א האט זיך דארטן אריין געצויגן אין א מדבר שממה - אן ארץ לא זרועה, דער ערשטער און איינציגסטער איד! און גע'עפנט א בית המדרש'ל און א מקוה טהרה.
מיט א געוואלדיגע מסירות נפש און אמונה בה' האט ער אויפגעשטעלט א בית מדרש'ל מיט א מקוה טהרה, צוערשט טאקע גאר פראוויזאריש, אבער כאטשיג זאל זיין די וויכטיגסטע איינריכטונגען אז א חסידישער איד זאל זיך דארט קענען אהין צוען.
לאנגע חדשים האט געדויערט ביז די צווייטער משפחה האט זיך דארטן אריינגעצויגן, און א האלב יאר האט געדויערט ביזן דריטן, און כמעט א יאר ביזן פערטן, אא"וו, איבער א יאר און א האלב האט גענומען ביז עס האבן דארטן געוואוינט א מנין חסידישע אידן.
הודו לה' כי טוב, מ'האלט שוין מיט פינף יאר שפעטער, און עס וואוינען שוין בחסדי ה' אין הילקרעסט אן ערך פון 50 משפחות, איבער 350 נפשות, אבער די איינריכטונגען זענען נאך געבליבן די זעלבע, דעם זעלבן קליינעם ביהמ"ד, דעם זעלבן אומ-פארענדיגטן מקוה.
אבער יעצט איז שוין געקומען צו א מצב פון כלו כל הקיצין! מען קען זיך שוין נישט רירן אין ביהמ"ד, אויך די מקוה קען שוין אויך נישט אקאמאדירן דעם געוואלדיגן וואוקס. קינדער אונטער בר מצוה, האבן שוין בכלל נישט קיין פלאץ אין ביהמ"ד. די ריינע תפלות פון די תשב"ר וועלכע שפאלטן הימלען, ווערן ליידער פארשפילט...
טייערע אידן! כדי צו קענען אוועקשטעלן דעם שטאט בשלימות, מוז דרינגענד אויפגעשטעלט ווערן א גרויסארטיגן ביהמ"ד לתורה ולתפלה, און א רחבות'דיגע מקוה פאר די תושבי השכונה.
ב"ה מען האט שוין אנגעהויבן די הייליגע עבודת המשכן, די הייליגע יסודות פונעם נייעם בנין שטייען שוין, יעצט דארפן מיר צוקומען צו די הילף פון כלל ישראל, צו פארענדיגן דעם הייליגן בנין, וועלכע וועט פארגענצליכן דעם געגנט, אלס אן עיר הצדק וקריה נאמנה לה' ולתורתו.
יעצט קענט איר האבן א חלק אין היסטאריע, דורך זיך משתתף זיין אין דעם היסטארישן קאמפיין, און איינגעקריצט ווערן לזכרון עולם אלס איינער פון די בוני העיר הילקרעסט!
גיבט יעצט אפ אייער ברייטהארציגע נדבה, ובזכות זה זאלט איר זוכה זיין בקרוב ממש, צום בנין בית הבחירה ווען מיר וועלן זיך אלע צוזאמען אומקערן צו אונזער אייביגן שטאט ירושלים עיה"ק בב"א.
למעשה איז אפשער גוט אז די טווערסקי טעראריסטען פרובירען אנשרעקען מענטשען נישט צו קויפען אין יענע געגענט, ווייל דאס האלט די פרייזען נידריג פאר ווער עס וויל יא קויפען !
ס'איז א בחינה וואס יוסף הצדיק האט געזאגט "אתם חשבתם עלי לרעה וה' חשבה לטובה" די טווערסקי בנדיטען מיינען טאקע שלעכט, אבער צום סוף קומט ארויס פון דעם א גוטע זאך אז ווער ס'וויל יא קויפען קען עס באקומען פאר א בעסערע פרייז,
בכלל איז סקווער א שטעטל וואס האט נישט קיין זכות קיום, ווער ס'ווייסט ווייסט אז ס'האט זיך געבויעט אויף אידיש בלוט, און די טאג טעגליכע ווירטשאפט דארט איז צו פארגיסען יענעם'ס בלוט,
די טווערסקי קריים פעמילי מיז אונטערגיין, און די סקווערע תינוקות שנשבו מיזען באפרייט ווערען פון די יאך פון די טרייפענע טווערסקי עבודה זרא, ס'נעבעך אזא רחמנות צו קוקען אויף די פענימער אין דעי עיר הנידחת, זיי פארשטייען אפילו נישט וואס ווערט געטאהן צו זיי, ס'איז קריימס עגענסט יומעניטי,
זיי זענען אפשר מצליח צו אנשטאפן דיין קעפל מיט זייער פראפאגאנדע. זייער גאנצע effort פון מיליאנען דאללער ווערט פון אפקויפן הייזער איז א פלאפ. מען וואוינט פון אלע פיר זייטן ב''ה.
אין סקווירא רעדט מען איין די עולם...... איך ווייס דערפון.
ווייל מ'פרעגט נישט און מ'רעכנט זיך נישט מיט די סקווערע טעראר. זיי (די בהמות) כאפן נישט אז זייער שליטה ענדיגט זיך ביים עק פון שטעטל. דארט וואו רט. 45 הייבט זיך אן...!
והדבר ידוע. אז עטליכע (קלוגע) יונגעלייט וועלכע האבן געוואלט גיין צו אנ'אנדער רבי. אזוי ווי רחמיסטריווקא רבי שליט"א. ה' יאריך ימיו ושנותיו. האבן זיך ..."ארויסגעכאפט"...פון די קאמוניסטישע מדינה. זיי האבן געפארקט דעם קאר אינדרויסן פון שטעטל. און געפארן אויף א שבת צו זייערע רבי'ס...!
זיי האבן טאקע באלד באקומען זייער עונש אויך. דעם רעבינ'ס כלבים האבן זיך אנגעריקט מאסנווייז צו זייער הויז דעם קומענדיגן שבת. זיי האבן געזאגט אז זיי זענען געקומען מבקר חולה זיין. אויב מ'קומט נישט צו די העיליגע רעבע'ס טיש איז מען דאך קראנק (אפשר מענטללי).קומט מען באזוכן...!