הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 155
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
- האט שוין געלייקט: 526 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל
הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן
ר משה בער מקטני אמנה היה, זיין אמונה האט געהאנגען אויף א האר, אויף שפינוועבעכץ, דערפאר האט אים דערשראקן דער פאקט אז סאיז דא אויף דער וועלט פרייע אידן , אז סאיז דא כופרים אז סאיז דא ציונים , אז מדינת ישראל עקזיסטירט , א ליבעראלע אידישע מדינה , אז ליובאוויטשע בחורים דרייען זיך אין וויליאמסבורג (ווי ער שרייבט אין זיין חיבור יוסיף ישועה) , ער האט כסדר געשפירט אז סלויערט א סכנה אויף אידישקייט , אז גאט גייט באנקראָט און נאר ווייניג וועלן בלייבן אין אייבערשטנס מיליטער. אים האט אויסגעקוקט אז דער איינציגסטער ענטפער איז שנאה! דאס וועט ראטעווען די אמונה , און ער איז געווען ברוגז אויפן חזון איש וואס פסקנט אז מיר דארפן מקרב זיין די פרייע מיט עבותות אהבה. ער האט געהאט א חלום אויפצושטעלן א טאליבאנישע סעקטע (ווי קרית יואל) , ער האט שוין אפילו אפגעדרוקט א קונטרס פון תקנות פארן שטעטל.
צו אוממענטשליכע רוצחים האט ער געהאט מער סימפאטיע און דרך ארץ ווי צו אמעריקאנע ליבעראלן.
איינער וואס האט זיך ניט ליב קען ניט ליב האבן א צווייטן. אז מע האט ניט קיין הנאות עולם הזה קען מען ניט פארגינען ווען א צווייטער האט יא אז מען איז שלעכט צו זיך אליין איז מען שלעכט צו אנדערע. דערפאר איז דא א מצווה פון אהבת עצמו. אז מע פראוועט תעניתים און מע פייניגט זיך, פייניגט מען אנדערע, סע ברענגט צו כעס און שינאה.
און דאס איז דער חילוק למשל צווישן אמרי חיים פון וויזניץ און דער סאטמארער רב וד”ל.
דער חוזה פון לובלין האט געזאגט: א פרומער מרה שחורהניק וואס פאסט תעניתים איז ערגער ווי א צבועק וואס לאזט זיך וואוילגיין און דערציילט פאר אנדערע אז ער פאסט. פארוואס? דער צווייטער נארט בלויז אנדערע דער ערשטער פאפּט זיך אליינס אויך!
דער הייליגער ראפשיצער האט געזאגט: א נאר האב איך פיינט, אז איך וועל ארויפקומען אויף יענער וועלט און איך וועל זען א פרומער נאר אנקומען, און 13 וועגענער גן עדן, שלעפן זיך נאך הינטער אים, וועל איך אים נאכלויפן און שרייען: א נאר בלייבט א נאר און איך בין דיר גארנישט מקנא!
משה בער פלעגט צו זאגן מע זאל ניט צופיל מורא האבן פון לשון הרע. פארפרומקייט און קנאות איז געווען ביי אים וויכטיגער.
פיק ענד טשוז?…
און אויב שוין יא
, פארוואס אויסקלויבן דווקא די נעגאטיווע מצוות?
התורה נעשית לו סם המוות!
The devil can cite scripture for his purpose
Sent from my iPad using Tapatalk

- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
איתן האט געשריבן:ווער ס'האט אויערן, קען הערן די שטורעם וואס האט זיך אפגעטון ווען משה בער איז אנגעקומען אויף יענע וועלט.
מיליאנע נשמות האבן געשטורעמט: גיי דיר צו אלע רוחות....
מיינונגען און שיטות קען מען דיסקוסירן, חזיונות ברויך ווערן אויסגעטשעקט ווי אמשנעלסטן, דער פאטער פון קרית גת האט אויך געזעהן זאכן און געהערט קולות.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
- גיב א שמייכעל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 8:45 am
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 106
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 7:41 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
גיב א שמייכעל האט געשריבן:איינער האט בכלל איבערגענימען ר' משה בער'ן? אדער קען זיין ס'נאך נישט ארויסגעוואקסן די פערפעקטע קרימע געוויקס וואס קען איהם ממלא מקום זיין אלס נשיא פון די ריזיגע ארגענעזאציע 'נתורי קרתא'?!?
ווי קען מען אריינשיקען רעזומעי'ס פאר די פאזיציע?
קודם, די ניקס וואס בא'שבחים'ען עהם דא, זיי זענען גאנץ פיינע קאנדידאטן...
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:
ער האט זיך געהאלטן אין סאטמאר ביז די מעשה פון די קאשויער פלייש, ער איז געפלויגן דעמאלץ פארן ארויסקומען מיט א ספר ווי ער באשולדיגט די סאטמארע בית דין בראש פונעם ברך משה אין מאכיל זיין נבלות וטרפות.
שערי חמלה פרשה
דער קונטרס האט ער גערופן 'לא תטע לך אשירה'
און דער ברך משה האט עס גערופן יענס יאר כ"ו אב 'אשירה דמשה' און איהם שטארק אראפ געריסן זאגענדיג אז די כותים און די פרושים בימי המשנה זענען געווען פרומער ווי חכמינו ז"ל, און טאקע אטא דאס האט זיי געמאכט ארגער ווי די צדוקים און בייתוסים, וכו'.
ואין כוחי להאריך בנידון.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
איך האב מחליט געוועהן מעהר נישט צו שרייבן דא וועגן וויזניץ. די מרידה משה בער בעק וכו׳
כמיין כהאב שוין אלעס געזאגט וואס כהאב צוזאגן. און ווער ס׳וויל וויסן די אמת האט עס שוין געהערט. און איך מיין ק״ש האט שוין געהאט גענוג פון דעם.
קען זיין אז איך וועל איין טאג שרייבן א בוך וועגן די די אהבת ישראל מיט זיינע קינדער און ווער ס׳וועט עס ליינען אפגעזעהן צי זיי זענען פריי אדער פרום, אידן אדער גוים. וועלן פארשטיין זייער גרויסקייט.
איך שטודיר שוין פערזענליכקייטן פון גרויסע מענטשען אין היסטאריע פאר א לאנגע צייט. פון אלע קולטורן, ראסע, רעליגיעס פון די לעצטע צוויי טויזנט יאהר און וואס עלטער איך ווער. און וואס מעהר איך האב שטודירט די גרעסטע מענטשען. בין איך אנגעקומען אז די אהבת ישראל מיט די אמרי חיים זענען געוועהן גאר גרויסע מענטשען מיט מוראדיגע מידות און מענשטליכקייט וואס איז כמעט נישט געוועהן אזאנס אין היסטאריע נישט ביי די אידן און נישט ביי די גוים...
אבער איין זאך האב איך יא געוואלט זאגן פארן מאכן א אשר יצר.
איך האב געפרעגט מיין פאטער צי איך בין גערעכט מיט משה בער. איך האב אים אראפגעלייגט די גאנצע זאך וואס איך האב דא געשריבן. ער איז געוועהן ביי די מרידה א יונגע בחור טאקע, אבער גענוג צו געדענקן אלעס. מיין פאטער האט נישט געוואלט רעדן אויף משה בער. און מיר געזאגט אז ס׳פעלט נישט אויס אים יעצט צו בארעדן אפילו געוויסע גייען אים מאכן פאר א קדוש.
אבער דאך האב איך אים געפרעגט בין איך גערעכט אז משה בער האט אנגערייצט די גאנצע מרידה? האט ער מיר געפרעגט “סאיז דא איינער וואס לייקענט דאס?”
בקיצור כהאב אים אפאר מאל געמוטשעט זאל מיר זאגן וואס ער האלט
ביז ער האט מיר געזאגט
קוק אהער. דאס איז זיכער אז משה בער האט א גוטע קאפ. און קען מסתם אסאך לערנען. און ער האט געמיינט די אייבישטער מיט אלע זיינע משוגעתן אינאיינעם.
אבער, איך וועל דיר מסביר זיין די חילוק צווישן משה בער און די אמרי חיים
די אמרי חיים איז קיינמאל נישט געוועהן עקסטרעים מיט גארנישט. ער איז נישט געוועהן קיין גרויסער מחמיר אויף גארנישט. נאר אויף איין פלאץ.
ווען סאיז געקומען צו יענעם, צו א צווייטע מענטש, יענעמס כבוד, שלום. דעמאלטס איז ער געווארן ממש עקסטרעים. בארעדן א צווייטן איד איז געוועהן ביי אים די ערגסטע עבירה. ביי לשון הרע איז ער געווארן עקסטרעים. ביי א מכבד זיין א צווייטע רב וואס איז געקומען צו זיין שמחה דעמאלטס איז ער געווארן עקסטערעים. אפצוהיטן אויף יעדעמס כבוד דעמאלטס איז ער געווארן עקסטרעים, ביי אהבת ישראל איז ער געוועהן עקסטרעים און משה בער איז געוועהן פונקט פארקערט.
זייטס אלע געזונט.

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:מיין שאלה איז: פארוואס האט ער זיך נישט געהאלטן אין סאטמאר...?! ר'איז דאך געווען א קנאי (קנאקאי) און סאטמאר איז דאך געבויעט אויף קנאות...?!
דער תירוץ איז זייער פשוט. דער סאטמאר'ע רבי זי"ע האט געבויעט זיין קנאות אויף אידעאלאגיע. א שיטה. נישט אויף ווייאלענס. משא"כ די נטורי חרתא און די בארעלעך האבן געהאלטן אז האלזן זיך און קושן מיט די פארשאלטענע אראבישע רוצחים וועלכע האבן בלוטיגע הענט פון הרג'נען אידן איז אין ארדענונג. און .."הרב"... משה בער דר*ק ע"ה זכותו יגון עלינו, זייענדיג א בעל מחלוקת האט געהעצט דעם עולם צו ..."מעשים"...האט נישט געפונען זיין ארט אין סאטמאר...!
איך מיין ס'נישט קיין גוזמא צו זאגן אז רוב סאטמאר האלטן זיך נישט אין סאטמאר. שווערע טויזענטע משפחות וואס זייערע זיידעס האבן געלערענט אין סענז סטריט האבן נישט היינט קיין שייכות מיט די צוויי גרויסע סאטמארע פארטייען, למחצה, לשליש ורבוע.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
צפור בודד האט געשריבן:א קורצער ווייס דאקומענטרי איבער די נטורי קרתא אין לאנדאן, וואו משה בער בעק'ס זון איז דער ראש המדברים.
נטורי קרתא אין לאנדאן
האט איינער באמערקט ווי כמעט אלע פון די סארט פילמס פון די שפלים ווערן פילמירט דורך ווייבער? גראדע קוקט דער זכר בעק איר גאנץ פיין אריין אין די אויגן.
ווייס פילם בלעים איך נישט. אויף דער נארישער קורצער שטיקל וואס זאגט נישט גארנישט און מיינט נישט גארנישט האבען 39 מענטשען געמאכט פרנסה! און פארשטייט זיך זיי אלע האבען מענעדשערס און זייערע מענעדשערס האבען אויך מענעדשערס אזוי אז פאטענציאלי האבען עטליכע הונטערט געהאט אויף צו לייזן פון די שפלים.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 24
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:33 am
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל
Re: הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן
עס איז נישט קלאר פין וואס די רעדסט. אויב באציסט זיך צום סאטמארער שיטה, איז באקאנט די ווערטער פונעם דברי יואל אז מען קען נישט מתפלל זיין אז די ציונים זאלן זיגן, אבער אויך נישט אז די אראבער זאלן ווייל עס וועט פירן צי רציחה.סמבטיון האט געשריבן:איך האב אזוי הנאה פון אישתישבי'ס תגובה, איך טענה דאס שוין לאנג, בעצם האט יעדע סאטמערע יוד, פיינט בתכלית השנאה , יעדע יוד וואס וואוינט אין ארץ ישראל אדער וואס האט ליב אונזער הייליג לאנד, און וואלט פריי אפגעאטעמט ווען די מדינה גייט אונטער מיט אלע אירע איינוואוינער ה"י, נאר וואס דען? נישט יעדער האט די כח צו פארן קיין איראן פערזענליך זיך טרעפן מיט דעם חסיד אומת העולם אכמאנדינזשאד, שטארקע ווערטער!
והדברים ארוכים ועתיקין.
אויב מיינסטו די מציאות ווי אזוי סאטמארע חסידים באציען זיך צי די מדינה איז עס זיכער נישט אמת.
Sent from my SM-G975U using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פיניע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Free country, authoritarian town
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 24
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:33 am
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל
Re: הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן
זיי ניצן אסאך דעם אויסרייד (קען גאר זיין מיט רעכט) אז מיטן זיך באטייליגן ביי די פאליסטינער פראטעסטן מאכן זיי יודן בעסער אויסקומען אין די אויגן פין די וועלט.זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:די אפיציעלע טענה פון די "נטורי קרתא" ווען זיי זענען געגאנגען באזוכן די טעראריסטן איז געווען אז זיי זענען אהינגעגאנגען אין ראם פון א דיפלאמאטישע פדיון שבוים אקציע, ווען די כוחות און איראן האבן צוגעזאגט געוויסע באגנאדינגען פאר איינגעשפארטע אידן [מעגליך איזראעלישע] בתנאי אז חסידישע אידן קומען אריבער און ווייזן פאר די וועלט אז זיי זענען נישט קיין בלויזע אנטיסעמיטן.
אל תדין חבירך עד שתגיע למקומו.
Sent from my SM-G975U using Tapatalk
Free country, authoritarian town
נ נח האט געשריבן:גוטע קאפ!? בכלל נישט זיכער
"מסתם" געקענט אסאך לערנען, אדער יא אבער נישט בחזקת עם הארץ עד שיוודע לך אז ער איז א ת"ח נישטא קיין שום סיבה צו גלייבן אז ער האט געקענט אסאך לערנען, פין לערנען אפאר יאר אין ישיבה בהתמדה קען מען נאך זיין א פיינער ע"ה
איך האב געהערט פון איינעם וואס איז געוועהן א שיינע פאר יאר צוריק ביי ר' משה בער אינדערהיים, אין ער האט געזעהן א א שאפע וואס פארנעמט א גאנצע וואנט אנגעשטאפט מיט געשריבענע חידושים אויף מקצועות " בכל התורה כולה" האט יענער איהם געפרעגט, אויב קענסטו יא אזויפיל לערנען, פארוואס דריקסטו נאר דיינע צודרייטע ספרים. געב ארויס עפעס א נארמאל ספר אויך, אז די וועלט זאל זעהן אז די קענסט לערנען. האט איהם ר משה בער געזאגט אז חידושים בכל התורה כולה איז שוין דא אנדערע וואס געבן ארויס משא"כ אין די נושאים שרייבט קיינער נישט. ממילא מוז איך ארויסגעבן. ע"כ המעשה וואס איך האב געהערט פון א חבר א איש נאמן בכלל נישט פאנאטיש געשטימט.
היוצא לנו מזה [לענ"ד כמובן] איז א ער האט געהאט גאר מאדענע שיטות, געטוהן פאריקטע זאכן, אין זיך אויפגעפירט משוגע וכ"ו אבער ער האט עס געמיינט אמת'דיג. ווייל מיט זיין פאדרייטע שכל האט ער פארשטאנען אז דאס איז רצון השם
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
כ׳פארשטיי נישט די אבער, פארוואס נישט ״און״? ער איז געווען משוגע און עס געמיינט ערנסט, דאס אז ער האט עס נעבעך געמיינט ערנסט מאכט איהם נישט ווייניגער משוגע. נעבעך אן אפיקורס איז אויך אן אפיקורס, אן ערנסטע משוגענער איז נישט נאר אויך א משוגענער, ס׳איז אסאך ערגער.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
תרמב האט געשריבן:ווי גייט די באקאנטע מעשה אז איד איז געקומען צו זיין רבי און שרייעט מיין זוהן איז משוגע געווארן ער שרייעט און שאקלט זיך ביים דאווענען, ס’איז געפערליך, זאגט אים די רבי וואס איז די פראבלעם איך טוה עס אויכעט, ענטפערט דער איד, יא רבי, אבער מיין זוהן מיינט עס אמתדיג!
איך האב געהערט די גירסא אביסל אנדערש (די מכוון איז אפשר דער זעלבער) ״דער רבי טוט עס כאטש פאר פרנסה...״
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 95
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:35 am
- האט שוין געלייקט: 274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל
Re: הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן
קיינמאל געזאגט! שקר וכזב! איך האב אלע זיינע אנטי ציונות ספרים און דרשות געליינט און געהערט, ניטאמאל ענדליך צו דעם דערמאנט ערגעץ אלס צוגעגאנגען מיט א נעימות און רואיקייט מיט ר זעלטענע אהבת ישראל, יסכר פי דוברות על צדיק זצוק"להרב שיף האט געשריבן:איך האב געהאט א מיינונג אויף דעם איד.
אבער עס טוישט זיך נאך וואס מען האט דא געברענגט משמו אז מען דארף אויסראטען כלל ישראל. איז דאס אמת? האט איינער א דרשה ווי ער זאגט עס?
אלעס חוץ מזה בין איך דורש לשבח הגם וואס איך האלט אז ער האט אפגעלערנט געוויסע זאכען כפשוטו ממש, דלא כמו שניתנה תורה לחכמי הדור.
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 155
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
- האט שוין געלייקט: 526 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל
הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן
ר משה בער מקטני אמנה היה, זיין אמונה האט געהאנגען אויף א האר, אויף שפינוועבעכץ, דערפאר האט אים דערשראקן דער פאקט אז סאיז דא אויף דער וועלט פרייע אידן , אז סאיז דא כופרים אז סאיז דא ציונים , אז מדינת ישראל עקזיסטירט , א ליבעראלע אידישע מדינה , אז ליובאוויטשע בחורים דרייען זיך אין וויליאמסבורג (ווי ער שרייבט אין זיין חיבור יוסיף ישועה) , ער האט כסדר געשפירט אז סלויערט א סכנה אויף אידישקייט , אז גאט גייט באנקראָט און נאר ווייניג וועלן בלייבן אין אייבערשטנס מיליטער. אים האט אויסגעקוקט אז דער איינציגסטער ענטפער איז שנאה! דאס וועט ראטעווען די אמונה , און ער איז געווען ברוגז אויפן בעל התניא און חזון איש וואס פסקנען אז מיר דארפן מקרב זיין די פרייע מיט עבותות אהבה. ער האט געהאט א חלום אויפצושטעלן א טאליבאנישע סעקטע (ווי קרית יואל) , ער האט שוין אפילו אפגעדרוקט א קונטרס פון תקנות פארן שטעטל.
צו אוממענטשליכע רוצחים האט ער געהאט מער סימפאטיע און דרך ארץ ווי צו אמעריקאנע ליבעראלן.
איינער וואס האט זיך ניט ליב קען ניט ליב האבן א צווייטן. אז מע האט ניט קיין הנאות עולם הזה קען מען ניט פארגינען ווען א צווייטער האט יא אז מען איז שלעכט צו זיך אליין איז מען שלעכט צו אנדערע. דערפאר איז דא א מצווה פון אהבת עצמו. אז מע פראוועט תעניתים און מע פייניגט זיך, פייניגט מען אנדערע, סע ברענגט צו כעס און שינאה. דער ייטב לב האט טאקע פרובירט זאגן אז דאס רופט זיך עבירה לשמה… אבער ווי מיר ווייסן איז דער ענין פון עבירה לשמה שייך נאר לגבי מצוות שבין אדם למקום.
און דאס איז דער חילוק למשל צווישן אמרי חיים פון וויזניץ און דער סאטמארער רב וד”ל.
דער חוזה פון לובלין האט געזאגט: א פרומער מרה שחורהניק וואס פאסט תעניתים איז ערגער ווי א צבועק וואס לאזט זיך וואוילגיין און דערציילט פאר אנדערע אז ער פאסט. פארוואס? דער צווייטער נארט בלויז אנדערע דער ערשטער פאפּט זיך אליינס אויך!
דער הייליגער ראפשיצער האט געזאגט: א נאר האב איך פיינט, אז איך וועל ארויפקומען אויף יענער וועלט און איך וועל זען א פרומער נאר אנקומען, און 13 וועגענער גן עדן, שלעפן זיך נאך הינטער אים, וועל איך אים נאכלויפן און שרייען: א נאר בלייבט א נאר און איך בין דיר גארנישט מקנא!
משה בער פלעגט צו זאגן מע זאל ניט צופיל מורא האבן פון לשון הרע. פארפרומקייט און קנאות איז געווען ביי אים וויכטיגער.
פיק ענד טשוז?…
און אויב שוין יא פארוואס אויסקלויבן דווקא די נעגאטיווע מצוות?
התורה נעשית לו סם המוות!
The devil can quote scripture for his purpose!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דורש אמת, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 64
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2020 10:23 pm
- האט שוין געלייקט: 22 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל
מ'רעדט מ'רעדט און מ'דערעדט ניט! זיי שטייען אין די גאסען צוזאמען מיט די אראבער און שרייען צוזאמען מיט זיי: פרי פרי פאליסטיין! און אויך האלטען זיי שילדען מיט דעם לאזונג! און זאגען קלאהר אז מ' מיינט נישט חלקים פון פאליסטיין נאר די גאנצע מן הים ועד הירדן! אלץ בהשפעת ובהדרכת מורם משה בער!
פרעג איך א שאלת תם: וואס מיינט דאס דער שרעקליכער ווארט? ווי אזוי פארשטייט דאס דער איירפאישער גוי אפילו נישט קיין אראבער?
דאס מיינט רח"ל א שואה אויף 6 מיליאן שונאי ישראל נאך א האליקאסט רח"ל! ווייל אויב נישט ווי אזוי קען מען מאכען פאליסטיין פרי?
און קומען נאך חכמים און ווילען דערציילען מעשיות פון א כלומרשטע הצלה וואס זיי ווילען דא אויפטאהן!
זאל איינער פון זיי דאס מיר מסביר זיין!
וועק אפ אנד סמעל דע קאפי!
לשם שמים האט ער גימיינט מיט דעם גאנצען הארצען צו שרייען פארען נאצי אבער מיט אן אמת פון טיפען ווארימען אידישען פייערדיגען הארצען: ס'זאל זיין בהצלחה רבה איך בין א איד און איך בין מיט דיר עלה והצלח טו פרי פאליסטיין די גאנצע!
לעני"ד נישט דאס וויל ג-ט און אויב איימיצער מיינט אז ג-ט וויל דאס און אזא ג-ט דינט ער? סארי ראנג אדרעסס! אזא מין ג-ט עקזעסטירט נישט! ראנג אדרעסס! דעטס מיי האמבעל אפיניען!