נײגעריגער האט געשריבן:עס זעהט מיר אויס איר האט א יסודות'דיגער טעות איבער די תוצאות װאס קעניבאַס האט אויף מערסטע מענטשן; יא ס'איז א דראָג, קעפין איז אויך א דראג... אבער די רעזולטאטן פון צופיל אלקאהאל באַנוץ איז ניטאמאל דומה צו מאַריװאַנאַ - סיי פיזיש און סיי גייסטיש.
שוין אָפּגערעדט פונעם פאקט די מוכרחדיגע היילונגען װאס מאַריװאַנאַ ברענגט, (THC און CBD). ס'איז קיין מציאות צו אָװערדאָוזן אויף קאַניבאָס. טאָ האַקט נישט קיין טשייניק ביטע, מיטן עס פארגלייכן צו אן אמתע (כלומר: העראָואין, קאָוקעין אא"װ) דראג עדיקשן.
עדויקעיט יורסעלף בעפאָרן שיסן אזעלכע סטעיטמענטס.
טעמו וראו כי טוב. ס'װעט אייך זיין גוט און װאויל. אלע דאגות װערן צונישט.
CBD איז קיין היילונג נישט, די גרעסטע ראי' צו דעם איז, לויט ווי די עדווערטייזמענטס לייגן עס אראפ היילט עס אלעס, אזאך וואס היילט אלעס מיינט אז עס טוט גארנישט.
כ'וואלט עס פרובירט, ווען נישט כ'פארמאג עטליכע חברים וואס זענען יצא מדעתם נאכן נעמען בלויז די אזוי גערופענע אומשעדליכע געווירצן.