הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן

שליחה דורך תוהו ובוהו »

Arh123 האט געשריבן:סארי ראנג אדרעסס! אזא מין ג-ט עקזעסטירט נישט! ראנג אדרעסס! דעטס מיי האמבעל אפיניען!

[emoji4]

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
Arh123
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2020 10:23 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך Arh123 »

Arh123 האט געשריבן:מ'רעדט מ'רעדט און מ'דערעדט ניט! זיי שטייען אין די גאסען צוזאמען מיט די אראבער און שרייען צוזאמען מיט זיי: פרי פרי פאליסטיין! און אויך האלטען זיי שילדען מיט דעם לאזונג! און זאגען קלאהר אז מ' מיינט נישט חלקים פון פאליסטיין נאר די גאנצע מן הים ועד הירדן! אלץ בהשפעת ובהדרכת מורם משה בער!

פרעג איך א שאלת תם: וואס מיינט דאס דער שרעקליכער ווארט? ווי אזוי פארשטייט דאס דער איירפאישער גוי אפילו נישט קיין אראבער?

דאס מיינט רח"ל א שואה אויף 6 מיליאן שונאי ישראל נאך א האליקאסט רח"ל! ווייל אויב נישט ווי אזוי קען מען מאכען פאליסטיין פרי?

און קומען נאך חכמים און ווילען דערציילען מעשיות פון א כלומרשטע הצלה וואס זיי ווילען דא אויפטאהן!

זאל איינער פון זיי דאס מיר מסביר זיין!

וועק אפ אנד סמעל דע קאפי!

לשם שמים האט ער גימיינט מיט דעם גאנצען הארצען צו שרייען פארען נאצי אבער מיט אן אמת פון טיפען ווארימען אידישען פייערדיגען הארצען: ס'זאל זיין בהצלחה רבה איך בין א איד און איך בין מיט דיר עלה והצלח טו פרי פאליסטיין די גאנצע!

לעני"ד נישט דאס וויל ג-ט און אויב איימיצער מיינט אז ג-ט וויל דאס און אזא ג-ט דינט ער? סארי ראנג אדרעסס! אזא מין ג-ט עקזעסטירט נישט! ראנג אדרעסס! דעטס מיי האמבעל אפיניען!

סארי, פארגעסען צוציגעבען! אז מ'האט טאקע אפ גירעדט מיט דיע וואס וועלען מאכען דעם ד'זאב אז זיי וועלען ברוב רחמיהם וחסדיהם איבער לאזען אפאר הונדערט כרעים אשר לא כרעו לבעל הציונות אט דיע וואס וועלען אויף הענגען דעם פאליסטינער פאן אויף די הייזער און אנטאהן אויף זייער הייליג אידיש הארץ זייער שאאל אזוי ווי מ'זעהט אין די בילדער
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

עמקות המחשבה האט געשריבן:
נ נח האט געשריבן:גוטע קאפ!? בכלל נישט זיכער
"מסתם" געקענט אסאך לערנען, אדער יא אבער נישט בחזקת עם הארץ עד שיוודע לך אז ער איז א ת"ח נישטא קיין שום סיבה צו גלייבן אז ער האט געקענט אסאך לערנען, פין לערנען אפאר יאר אין ישיבה בהתמדה קען מען נאך זיין א פיינער ע"ה

איך האב געהערט פון איינעם וואס איז געוועהן א שיינע פאר יאר צוריק ביי ר' משה בער אינדערהיים, אין ער האט געזעהן א א שאפע וואס פארנעמט א גאנצע וואנט אנגעשטאפט מיט געשריבענע חידושים אויף מקצועות " בכל התורה כולה" האט יענער איהם געפרעגט, אויב קענסטו יא אזויפיל לערנען, פארוואס דריקסטו נאר דיינע צודרייטע ספרים. געב ארויס עפעס א נארמאל ספר אויך, אז די וועלט זאל זעהן אז די קענסט לערנען. האט איהם ר משה בער געזאגט אז חידושים בכל התורה כולה איז שוין דא אנדערע וואס געבן ארויס משא"כ אין די נושאים שרייבט קיינער נישט. ממילא מוז איך ארויסגעבן. ע"כ המעשה וואס איך האב געהערט פון א חבר א איש נאמן בכלל נישט פאנאטיש געשטימט.

היוצא לנו מזה [לענ"ד כמובן] איז א ער האט געהאט גאר מאדענע שיטות, געטוהן פאריקטע זאכן, אין זיך אויפגעפירט משוגע וכ"ו אבער ער האט עס געמיינט אמת'דיג. ווייל מיט זיין פאדרייטע שכל האט ער פארשטאנען אז דאס איז רצון השם

געווען געשריבן דורכן בעל המעשה חיים שלמה בערגער אין אין זיין "לעניית דעתי" קאלום אין מאמענט.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן

שליחה דורך דורש אמת »

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:

אפשר האט ער געטראפן א ביכל חידושים אבער א גאנצע וואנט אנגעשטאפט מיט חידושים? לא דובים ולא יער. פוסטע הבלים.

Sent from my iPad using Tapatalk
יואלי וואלפסאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך יואלי וואלפסאן »

fe686b335cf4410295085f5b51d95570.jpg
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

די ארגינאלע מעשה פון חיים שלמה בערגער גייט נישט אז ער האט געזען די חידושי תורה, נאר אז רבי משה בער האט געהאט א שרפה ווי זיין גאנצע הויז האט אפגעברענט, חיים שלמה בערגער האט אים געטראפן ביי א שמחה און פרובירט אים צו בארואיגן, האט משה בער בעק גענטפערט אז אויף אלעס קען ער זיך טרייסטן חוץ אויף די חידושי תורה וואס ער האט געשריבן [לפי דבריו...] בכל מקצועות התורה, דאן איז פארגעקומען אט דעם שמועס וואס @עמקות המחשבה האט פריער דערמאנט.

קען זיין סאיז צוויי מעשיות אבער מיטן זעלבן תוכן.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
תרומה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 8:04 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך תרומה »

יואלי וואלפסאן האט געשריבן:
fe686b335cf4410295085f5b51d95570.jpg

לדעתי גייט די מאמענט זייער קריטיקירט ווערן, פאר'ן לייגן דעם פארענט דעקל [הגם א בילד פון היטלער איז די זעלבע זאך]
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

אפשר ביסטו מסביר און קורצע ווערטער וואס א איד וואס האט אין ערגסטן פאל געמאכט א שטיקל חילול השם האט מיטן ארכי מערדער היטלער וואס האט פארשניטן צווישן זעקס און צוועלעף מיליאן אידישע לעבנס?
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
תרומה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 8:04 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך תרומה »

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:אפשר ביסטו מסביר און קורצע ווערטער וואס א איד וואס האט אין ערגסטן פאל געמאכט א שטיקל חילול השם האט מיטן ארכי מערדער היטלער וואס האט פארשניטן צווישן זעקס און צוועלעף מיליאן אידישע לעבנס?

כ'האב געמיינט די מאמענט, אז זיי זענען אומשטאנד צו לייגן אויפ'ן דעקל סיי וועלכע פרצוף, איז באמת נישט קיין נפק''מ וואס. אבער דאך, איז משה בער עפעס וואס וועט 'לפי ראות דעתי' שטעכן פאר גאר אסאך, אז ס'איז אויפ'ן דעקל
Arh123
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2020 10:23 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך Arh123 »

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:אפשר ביסטו מסביר און קורצע ווערטער וואס א איד וואס האט אין ערגסטן פאל געמאכט א שטיקל חילול השם האט מיטן ארכי מערדער היטלער וואס האט פארשניטן צווישן זעקס און צוועלעף מיליאן אידישע לעבנס?

ער איז גיגאנגען צו די היינטיגע נאצים און זיי גיזאגט אז זיי זיינען גירעכט! און געשריען און גיהאלטען שילדען "פרי פרי פאליסטיין" וואס דאס מיינט בפשטות "נאך א שואה" רח"ל. אפשר וועט מען איבער לאזען (נאך א גרויסער ספק) הונדערט פופציג משוגעים!
חיים'ס ישיבה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 27, 2016 7:27 pm
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך חיים'ס ישיבה »

הספד פונעם וואודרידזשער רב על הרב רבי משה בער בעק זצ"ל
https://www.kolhalashon.com//New/Media/ ... e=31453655
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן

שליחה דורך אמת וצדק »

חיים'ס ישיבה האט געשריבן:הספד פונעם וואודרידזשער רב על הרב רבי משה בער בעק זצ"ל
https://www.kolhalashon.com//New/Media/ ... e=31453655
א שיינע הספד. דער רב איז מחלק צווישען זיין קנאות מיט די עצם גברא, ער לויבט אים אויס אז ער האט זוכה געווען צום מידת ההשתוות וואס איז א דרגא העכער פון ענווה, און אלע רדיפות קעגן אים האט נישט קיין סאך אויסגעמאכט ביי אים. ער לייגט צו צום סוף פונעם הספד אז רבי משה בער איז אנגעקומען קיין אמעריקא שוין נאכן סטראוק פון סאטמאר רב, שאפראנ׳ער רב האט שוין נישט געלעבט און קראסנא רב איז שוין געווען שוואך וכו׳ אזוי ארום האט ער נישט צוגעזען ווי אזוי די גדולי ישראל האבן זיך מתייחס צום מדינה פונדערווייטענס, נאר איז געבליבען מיט די דרך פון די ירושלימער קנאים פון וועם ער האט מקבל געווען א שטייגער ווי רבי עמרם בלוי.

נאך לייגט דער רב צו אז היות רבי משה בער איז נישט אויפגעוואקסען אין די סביבה פון קנאים נאר איז אנגעקומען אהין פון וויזשניץ האט ער דאס מקבל געווען מיט א ״ריבוי האורות״ און דאס גענומען גאר ווייט.

אבער דער רב חזר׳ט אלס איבער דאס ווארט פונעם שינאווא רב ״אל תהי בז לכל אדם״ - זיי נישט מבטל די ״גאנצע״ מענטש, נאר ענדערש די חלקים וואס די ביסט מחולק מיט, רבי משה בער איז געווען א קאך פון א איד אנגעפילט מיט יראת שמים און גדלות בתורה, און געשריבען ספרים אויף יסודות פון א אידישע שטוב (געבויט אויפן עת לעשות פון רבי הלל קאלאמייער), א ספר אויף קדושת שבת, ועוד וואס די ספרים קען יעדער קוקן.
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן

שליחה דורך דורש אמת »

אמת וצדק האט געשריבן:

די מערסטע קינדער מחונך לויטן ספר בית יהודי האבן פיינט באקומען אידישקייט. האבן ניט די וועלט און ניט יענער וועלט. א גאנץ לעבן ווייטאגן זיי אויף זייער פארלוירענער קינדהייט און יוגנט און אויף זייער פארשפילטער לעבן. סיי די וואס האבן איבערגעלאזט דעם סיסטעם און סיי די וואס זענען געבליבן.
מחנך זיין קינדער קען מען אויך מיט ראצינאליסטישער און מאָראלישער אידישקייט ווי למשל דער געוואלדיגער קאטאכיזם אמרי שפר פון רבי נפתלי הערץ האָמבערג מיטן גוטהייסונג פון רבי מרדכי באנעט און בעל שם פון מיכלשטאט, ווייט פון רבי הילל קאלאמייערס אידישקייט (די נעגאטיווע קנאותדיגע חלקים).

גדלות בתורה? זו היא כל התורה כולה ואידך פירושא היא. וואלט הילל געזאגט אויף אים גדול בתורה?
ואהבת לרעך כמוך. אהבת האדם. לא תשנא את אחיך. הלבנת פנים. לשון הרע. הוצאת שם רע. דרכיה דרכי נועם. ועשית הישר והטוב. מה הוא רחום אף אתה רחום. כל הכועס כאילו עע”ז. עם חכם ונבון.
א ספר תורה וואס פעלט איין אות איז א פסולער ס״ת.

א קאך פון א איד ? מיצוות וואס קומט מיט א קאך, האט מסביר געווען דער ווילנער גאון, דארף מען חושש זיין, קומט פונעם יצה”ר. נאר ווען מע בארואיגט זיך דעמאלטס קען מען נוצן דעם שכל = יצר טוב ווי דער אבן עזרא איז מסביר אז שכל איז דער מלאך צווישן גאט און דעם מענטש.
רבי הילל האט זיך אמאל אזוי צופייערט אין א דרשה קעגן שייטלען אזש ער איז אריינגעלאפן אין ווייבער שיל און אנגעהויבן אראפשלעפן שייטלען פון באלעבאטישע פרויען….
פארגעסן אז מענטשליכקייט קדמה לתורה
הקנאות הדתית .
היא מכה הכתובה בתורה! (הגאון הצדיק משטעפאנעשט)

Sent from my iPad using Tapatalk
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן

שליחה דורך אמת וצדק »

כבוד רבי דורש אמת, איך פארשטיי אז די האסט דיין אייגענע וועג אין יהדות וואס איז גאר ווייט פון די וועג פון רבי משה בער, און נישט נאר די נאר רוב כלל ישראל האלט אז ער האט זיך טועה געווען אין געוויסע ענינים ווי זיך גיין טרעפן מיט די פרעזידענט פון איראן, אבער ווי נעמסטו אז ער האט בעצם ״פיינט געהאט״ אידן וואס זענען נישט געגאנגען אויף זיין וועג? וואודרידזשער רב זאגט אינעם הספד אז בעצם האט ער געהאט אין זיך די מידה פון אהבת ישראל, נאר היות ער איז געווען אזא גרויסע קנאי האט מען דאס נישט ארויסגעזען.
גדולי ישראל האבן שוין געזאגט אז כלל ישראל דארף א רבי הלל קאלאמייער און מען דארף אויך א רבי הערשלע ליסקער (בחינת שפרה ופועה), א סאטמאר רב מיט א בעלזא רב, יש כמה דרכים לפני השם, און דאס זאג איך אויף רבי משה בער באופן כללי בנוגע זיין השקפה אויף יהדות, חינוך, ציונות ועוד, משא״כ אין פרטים האלט טאקע רוב כלל ישראל אז ער האט זיך טועה געווען ואין הלכה כמותו.
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

אמת וצדק האט געשריבן:גדולי ישראל האבן שוין געזאגט אז כלל ישראל דארף א רבי הלל קאלאמייער און מען דארף אויך א רבי הערשלע ליסקער (בחינת שפרה ופועה), א סאטמאר רב מיט א בעלזא רב

אויב אזוי דארפן מיר אויך א 'דורש אמת' און אן 'אמת וצדק'

#והאמת שאין אמת אחת או שתים
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

שליחה דורך דורש אמת »

תוהו ובוהו האט געשריבן:

אויף אזא אופן ווערט א תוהו ובוהו…
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיין אפשאצונג (ווער ביניך דען?) אויף הרב משה בער בעק ע"ה איז, אז הגם ער איז געווען אן ערליכער איד און איידעלער מענטש בטבע, האט ער געגרייזט ביי צוויי הויפט פונקטן אין זיין לעבן. די ערשטע איז ווען ער האט זיך אנגעשלאסן אין די כת מורדים אין וויזניץ. ער האט געוואלט זיין פרומער פון זיין רבי'ן. די צווייטע איז געווען ווען ער האט זיך געהאלזט און געקושט מיט דעם ארכי-טעראריסט,שונא ישראל און מערדער אכמאדינעזשאד, ימ"ש. וואס לויט עטליכע גענעאלאגיסטן שטאמט ער פון אידן...!

אויף איהם קענמען זאגן וואס די משנה אין פרקי אבות רופט אן..."יצא שכרו בהפסידו"...די גוטע נקודות אין זיין לעבן זענען אפגעווישט געווארן דורך זיינע נישט ריכטיגע מעשים...!
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

חיים שלמה בערגער מאכט א סופער ארבעט אינעם וואכעדיגן "מאמענט" ער שניידט אוועק אלע פובליצירטע קאנטרעווערסיעס און בויט אויף א הערליכער פערזענליכקייט, אנדערש ווי אסאך וואס לייגן אים דא אראפ ווי א מענטש כולו גבורה און דין דעקט ער אויף די ווייכע פאטערליכע זייט פונעם מענטש, קען זיין ער זאגט נישט דעם פולן אמת אבער אלס מקור ראשון פארלאז איך מיר אויף אים מער ווי אויף אנאנימע ניקס.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זופ מיט מאנדלען: דו ביסט טיילווייז גערעכט. אבער אזוי ווי איך האב געשריבן אז ער איז בטבעו געווען אן איידעלער מענטש. אבער זיינע מעשים האבן נישט געטויגט. דער איינציגער לימוד זכות דא איז אז ער האט געגרייזט...!

עפעס ליגט מיר אין זיכרון א מאמר..."האדם נשפט לפי מעשיו"...!

די גויים האבן א שפריכווארט. אז דער וועג צום גיהינום איז אויסגעפלאסטערט מיט גוטע כוונות. ד.מ. אז אויב א מענטש בויעט זיך נאר אויף זיינע גוטע כוונות און זיינע מעשים זענען נישט גוט קומט ער אן אין גהינום...!
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן

שליחה דורך תוהו ובוהו »

berlbalaguleh האט געשריבן:זופ מיט מאנדלען: דו ביסט טיילווייז גערעכט. אבער אזוי ווי איך האב געשריבן אז ער איז בטבעו געווען אן איידעלער מענטש. אבער זיינע מעשים האבן נישט געטויגט. דער איינציגער לימוד זכות דא איז אז ער האט געגרייזט...!

עפעס ליגט מיר אין זיכרון א מאמר..."האדם נשפט לפי מעשיו"...!

די גויים האבן א שפריכווארט. אז דער וועג צום גיהינום איז אויסגעפלאסטערט מיט גוטע כוונות. ד.מ. אז אויב א מענטש בויעט זיך נאר אויף זיינע גוטע כוונות און זיינע מעשים זענען נישט גוט קומט ער אן אין גהינום...!
און איך האב נישט געכאפט אז די גאנצע שמועס איז צו ער גייט אין גיהנום...
גיהנום?! גיהנום גייט ער זיכער אפפלאקערן פאר אלע עוונות!

די שמועס איז נאר איבער זיין פערזענליכקייט צו איז ער געווען א גאט פארכטיגע איד וואס איז געגאנגען אין פייער פאר גאט'ס ווילן (ווי ער האט עס געזעהן..) ווי אל באגדאדי בדורו, (און אין גיהנום גייט ער נאך אלס פונקט ווי באגדאדי איז געגאנגען.. 'קאז דעטס די וועי איט ווארקס')

צו איז ער געווען א שלעכטער מענטש וואס האט ליעב געהאט פיינט צוהאבן מענטשן און גענוצט גאט פאר א שטעקן.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן

שליחה דורך דורש אמת »

צי איז עס א סתירה? בעל התניא זאגט אז ניט

גראדע ביי אונזער העלד , מיין איך, ער איז געווען א איידעלער א גוטער נאר דער פחד פאר די כלומרשטע אמונה וואס מדארף ראטעווען, דער דאזיגער ציל, האט געהייליגט אלע מיטלען און פון אונטערן באוואוסטזיין (סאבקאנטשעסלי) די נאטירליכע קינאה שנאה וואס אסקעטן (סגפנים)האבן, ווי דערמאנט אויבן. דער פחד פון גיהינום און די שרעק ניט ח״ו צו פארלירן דאס גן עדן, די השקפות וואס ער האט זיך אנגעזאפט ביי זיינע רביס, מורי דרך, זיין נאענטע געזעלשאפט, דאס אלעס האט אים צוגעברענגט צו אנכאפן זיך פעסט אין די עקסטרעמיסטישע מקורות און שיטות און צו באזייטיגן די מער הומאניטארע טעקסטן אין דער אידישער מסורה. דאס פרומקייט אויף יענעמס חשבון, די איבערגעטריבענע רוחניות, צו טרעפן איסורים און עבירות אויף יעדן ריר אויף יעדן בלינק מיט די אויגן. ווי רבי חיים ישעיה הכהן דער ראחובער רב בשעתו. (א טעיפ רעקארדער טאר מען אפילו , ניט האבן אין שטוב. מע טאר למשל , ניט דערמאנען דאס ווארט ׳בויך׳…). דאס מסירות נפש, ניט נאר דאס אייגענע נפש נאר אויך יענעמס, און דערפאר דארף מען מתפלל זיין פארן חורבן פון מדינת ישראל.
.
פארן באשאף פונם מענטש רופט מען אויס אין הימל צי מזאל זיין ארעם אדער רייך , א טיפש אדער א חכם, שטארק אדער שוואך א. א. וו. אבער צדיק צי רשע , דאס לאזט מען איבער צום מענטשנס בחירה. און אך און וויי פארן טיפש וואס נעמט זיך אונטער צו זיין א צדיק, ער ארבעט שטארק צו פאלגן דעם אייבערשטנס באפעל פון ‘תהא טיפש’, זאלסט זיין א טיפש! און דערפאר זינקט ער אין טיפשות מער און מער מיט א קאך און א ברען… (תפארת שלמה).

א טראגישער פיגור וואס מיר אלע קענען זיך נעמען א מוסר השכל וואס סקען ארויסקומען פון פארפרומטער מרה שחורה, וויאזוי מווערט פארווארפן פון ביידע וועלטן. ניט נהנה געווען פון דער וועלט און ניט געדענקט צום גוטן נאכן טויט.
ווי רבא פלעגט זאגן פאר די תלמידים , אל תירתו תרתי גיהינום, גיט אכטונג ניט צו ירשענען צוויי מאל גיהנום איינמאל אויף די וועלט און איינמאל אויף יענע וועלט.

אויף אזא אופן קען מען גורם זיין אן עליה פאר זיין געליטענע נשמה און זיין זכר וועט זיין צו ברכה.
יהי זכרו ברוך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום דורש אמת, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אבטולמוס האט געשריבן:"אבער ער האט עס געמיינט ערנסט..."

ווען כ'זע די אלע דברי שבח אויף הרב בעק אין די מעינסטריעם אויסגאבעס און וועבסייטס מיט'ן אויסרייד אז ער האט עס געמיינט ערנסט טראכט איך צו מיר צי זיי וואלטן אויך געלויבט הרב קוק מיט'ן אויסרייד אז ער האט עס געמיינט ערנסט.

איך טראכט ווען ער וואלט ווען געהאט עפעס אן השפעה וואלט מען אנדערש גערעדט, היות ער האט געהאט 0 השפעה פארגינט מען עם.
פארשפארט