'פארלאנגען צו סאך פון א קינד' איז נישט א פרעמדע נושא צו באשרייבן, אבער ווייניג מאל ווערט עס ארויסגעברענגט אזוי קלאר און אפענהארציג ווי אין דעם ארטיקעל, און ווייניג ארטיקלען האבן געברענגט אזוינע שטוינדע רעאקציע'ס און רעזולטאטען ווי אט דער עדיטאריעל אין די Peoples Home זשורנאל. ווי דער שרייבער וו. ליווינגטאן לענארד איז זעלבסט מעיד: "עס איז איבערגעדריקט געווארן אין הונדערטער מאגאזינען און צייטונגען, און אין צענדליגע פרעמדע שפראכן, איך האב געגעבן פערזענליכע ערלויבעניש פאר 'טויזענטע מענטשען' וועלכע האבן דאס געוואלט ליינען ביי לעקציעס אין שולע'ס, און ביי אנדערע פראגראמען, ווי אויך איז עס געליפטערט געווארן צענדליגע מאל אויף די ראדיא כוואליע'ס".
ליינט עס אין א רואויגע מינוט, אין לאזט אייערע סטרונעס פון הארץ ווערן בארירט.
טאטע'ס פארגעסן:
דורך: וו. ליווינגטאן לענארד.
מיין טייער קינד: איך זאג דאס בשעת די ליגסט דא אין שלאפסט, די קליינע בערעלע אריינגעשטעקט פון אינטער דיין מארדע און דיינע בלאנדע לאקעלעך ליגען נאסלעך אויף דיין פייכטע שטערן.
איך האב מיר אריינגעשווערצט אין דיין צימער אליינס. קוים אפאר מינוט צוריק בשעת איך בין געזיצען אינעם לייבערי און געליינט מיין צייטונג האט א שטארקע כוואליע פון חרטה מיר פארשוועמט, מיט א שולד-געפיהל בין איך געקומען צו דיין בעט.
דאס איז די זאכן וואס כ'האב געטראכט מיין זוהן: איך בין געווען קעגן דיר.
איך האב דיר פארגעהאלטען ווען די האסט זיך אנגעטוהן צו גיין אין שולע וועגען די האסט געגעבן אן אויבערפלעכליכע וויש מיטן האנטוך אויפן פנים, איך האב דיר גענימען אויפן צימבעל פארן נישט רייניגן דיינע שיך געהעריג, און איך האב אויסגעשריגען מיט כעס אויף דיר ווען די האסט געווארפן טייל פון דיינע זאכן צו דער ערד.
ביי פרישטאג האב איך געטראפן שלעכטס אין דיר אויך, האסט אויסגעגאסן זאכן. האסט ארפגעשלינגען די עסן אהן צוקייען. האסט געלייגט דיינע עלנבויגן אויפן טיש. האסט געשמירט צו דיק פיטער אויפן ברויט. און ווען די ביסט געגאנגען שפילען און איך בין געגאנגען מאכן דאס וועג צו מיין באן, האסטו זיך אויסגעדרייט און געפאכעט א האנט און געזאגט 'גוטן טאג, טאטי!' און איך האב נישט געשמייכעלט, נאר צוריקגעזאגט 'האלט דיינע אקסלען גראד!'
שפעטער נאכמיטאג האט זיך אלעס אנגעהויבן נאכאמאל, שוין פון א גאס פארדעם האב איך דיר נאכשפיאנירט, ביסט געזיצען אויף די קניען, שפילענדיג מיט מארבעלס. עס זענען געווען לעכער אין דיינע הויזן. איך האב דיר דערנידערט אין פנים פון דיינע חברים דורכ'ן דיר מאכן גיין און פארענט פון מיר אריין אין הויז אריין.
הויזן זענען טייער – און ווען די וואלסט עס געדארפט אליינס קויפן וואלסטו געווען מער פארזיכטיג! שטעל דיך דאס פאר, מיין קינד, פון א טאטע!
צו געדענקסטו, שפעטער, בעת איך האב געליינט אינעם לייבערי ווי די ביסט אריינגעקומען שטיל, מיט א מין ווייטאגליכע בליק אין דיינע אויגן? ווען איך האב געהויבן די בליק פון מיין צייטונג, אומגעדולדיג, האסטו געקווענקעלט ביים טיהר, 'וואס ווילסטו?' האב איך אויסגערופן.
די האסט גארנישט געזאגט, נאר נאר מיט איין האסטיגע שפרינג צוגעלאפן צו מיר, ארומגענומען מיין האלז מיט דיינע קליינע הענטעלעך, און מיר געקישט, בשעת דיינע ארעמעס כאפן זיך אהן, מיט ליבשאפט וואס נאר גאט האט געקענט איינוארצלען אין דיין ריין הערצעלע. און וואס אפילו פארנאכטלעסיגקייט קען נישט אוועקנעמען. דערנאך ביסטו אנטרינען, ווען דיינע קליינע פיסטריט הילכן אפ אויף די טרעפ.
קינד מיינס, גראד דערנאך האט עס פאסירט, מיין צייטונג איז מיר ארויסגעפאלען פון מיינע הענט, און א שרעק האט מיר ארומגענימען. וואס האט מיין געוואוינהייט געטוהן צו מיר? מיין געוואוינהייט פון טרעפן דיינע שוואכקייטן, דיר באזידלען. דאס איז מיין באלוין פאר דיר פארן זיין א קינד? ס'איז נישט אז איך האב דיר נישט ליב; כ'האב נאר ערווארטעט צו סאך פון דיר. איך האב דיר געמאסטען מיטן מעסטער פון מיינע אייגענע יארן.
עס איז דאך פארהאנען אזויפיל גוטסקייט אין דיין כאראקטער, פיין און אמת. דיין קליינע הערצעלע איז גרויס ווי דער פרימארגן איבערן האריזאנט. און דאס האט זיך טאקע באוויזען מיט דיין ספאנטאנעם אימפולס צוצולויפן, מיר ליבליך קישן און זאגן א גוטע נאכט. היינט נאכט איז אלעס איבריג, מיין קינד. איך בין געקימען צו דיין בעט אין די טינקעל, און געקניט דארט פארשעמטערהייט...
עס איז א שוואכע איבערבעטונג; אבער איך ווייס אז די וואלסט דאס נישט פארשטאנען ווען איך זאג דיר דאס בשעת די ביסט וואך. אבער מארגן, מארגן וועל איך זיין א עכטע טאטע! איך וועל זיין דיין חבר, מיטוויינען מיט דיינע ווייען, און מיטלאכן מיט דיין געלעכטער. איך וועל מיך בייסן דאס צונג ווען אומגעדילדיגע ווערטער ווילען ארויסקומען. איך וועל אלץ זיך חזר'ן: "ער איז נישט מער ווי א קינד... א קליין קינד!"
איך האב מורא אז כ'האב דיר אנגעקוקט ווי אן ערוואקסענער. אבער ווען איך זעה דיר יעצט מיין קינד, איינגעקרוטשעט און פארמאטערט אין דיין קליינע בעטעלע, זעה איך אז אייגענטליך ביסטו נאך א קליינע בעבי. ערשט נעכטן ביסטו געליגען אין דיין מאמע'ס ארעמעס מיט דיין קעפל אויף איר אקסעל. איך האב פארלאנגט צופיל. צופיל.
(אט דא האט איהר דעם לינק פארן ארגינעלען ארטיקעל אין ענגליש.)